בלאט 1 פון 50

ביליגע סעלפאון פלענס

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 5:56 pm
דורך ווער בין איך?
איך זוך צו מאכן א סעלפאון פלען מיט ספרינט, און פארשטייט זיך אז איך וויל נישט צאלן אסאך, ווי טרעפט מען ביליגע פלענס?
איך וויל האבן מינומום טויזנט מינוט, פרי אינקאמינג, אנלימיטעד טעקסט

אויב איז שוין דא אשכול פון דעם, מנהלים ביטע צאמלייגן

יישר כח

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 6:02 pm
דורך ווייסעך וואס
גם אני מצטרף

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 6:04 pm
דורך ווער בין איך?
גם אני

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2009 7:46 pm
דורך געלעגער
דא האט איר א נאמבער פין איינעם וואס האט זייער פיינע פלענס,
אבער ביטע קימט צירוק דא אין לאזט וויסן אויב איר זענט העפפי געוועהן, דיעל???

7188542348

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 10:04 am
דורך good_luck
http://www.metropcs.com האט א פלען פון אנלימיטעד מינוטן טעקסט און וועב פאר $40 נאך אלעם, ווייסט איינער אפשר וועלכע פלעצער און ווי גיט זייער קאנעקשן איז?

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 10:12 am
דורך וואלוועלע
קוק דאס קוקט אויס גאנץ אינטערעסאנט ווער קען טאקע פארשאפן מער אינפאו?

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 10:58 am
דורך good_luck
פאר קרית יואל און קעטסקילס (חזקת הבתים) איז עס (דערווייל) זיכער נישט אינטערסאנט, פאר NYC איז זייער סערוויסעס יא געהעריג אוועיליבעל די שאלה איז נאר צו זייער קאווערידש איז בכלל שטארק

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 11:07 am
דורך ווער בין איך?
נישטא קיין ראומינג וואס מען קען נוצן אין ק"י, מאנסי און קעטסקילס?

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 11:21 am
דורך good_luck
כ'ווייס נישט פונקטליך וועגן ראומינג (כ'מיין מ'דארף צאלן פאר א טייערערע פלען) אבער זיי שרייבן אז א חלק סערוויסעס ארבעטן יא דארט און זיי גייען דארט עקסטענדען זייער סערוויס, כ'וויס נאר נישט ווען

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 11:26 am
דורך good_luck
מאנסי איז גראדע צוטיילט, א חלק האט גוטע סערוויס א חלק שוואכע און א חלק איז אזויווי ק"י/קעטסקילס וואס ארבעט נאר א טייל סערוויסעס און זיי פלאנען דארט צו עקסטענדען זייער קאווערידש

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 12:25 pm
דורך וואלוועלע
אבער האט נישט קיין וועב

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 12:36 pm
דורך good_luck
צוגעטראפן וועלוול!

די טעקסט מעסעג'ס ביי מעטרא פי סי עס האט עפעס רעסטריקשענס, כ'מיין מ'דארף צוצאלן צו קענען באקומען פרי טעקסט פון שארט קאודס אזויווי טוויטער וכדומה.

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 12:41 pm
דורך שוועמל
זיי האבן דאך נישט קיין בלעקבעריס.
איז דאס נישט ספרינט סערוויס?

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 12:50 pm
דורך good_luck
די קאווערידש איז זיכער נישט ספרינט, אבער היינט קען מען דאך אנלאקן א סעל מען זאל עס קענען עקטיוועהטן צו א צווייטע פראוויידער (אזויווי ספרינט פאון אויף פעג' פלוס)

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2010 1:21 pm
דורך וואלוועלע
גערעכט אז מען דארף נישט האבן קיין וועב, אבער איך האב נאר געזאגט וואס ס'איז די נפק"מ צווישן פעידזש פלאס און די סערוויס,

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 15, 2010 12:09 pm
דורך שוועמל
געלעגער האט געשריבן:דא האט איר א נאמבער פין איינעם וואס האט זייער פיינע פלענס,
אבער ביטע קימט צירוק דא אין לאזט וויסן אויב איר זענט העפפי געוועהן, דיעל???

7188542348

וואס הייסט 'פיינע' פלענס?
אויב איז עס לעזשיט איז עס פונקט ווי אנדערע, אויב נישט דארף מען שטיין ווייט פון די סארט פלענס.

און באלד וועט עמיצער לויפן שרייען "ספרינט סטראשעט אפצוהאקן מיינע ליינס!"

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 15, 2010 12:28 pm
דורך פונקטליך
שוועמל האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דא האט איר א נאמבער פין איינעם וואס האט זייער פיינע פלענס,
אבער ביטע קימט צירוק דא אין לאזט וויסן אויב איר זענט העפפי געוועהן, דיעל???

7188542348

וואס הייסט 'פיינע' פלענס?
אויב איז עס לעזשיט איז עס פונקט ווי אנדערע, אויב נישט דארף מען שטיין ווייט פון די סארט פלענס.

און באלד וועט עמיצער לויפן שרייען "ספרינט סטראשעט אפצוהאקן מיינע ליינס!"


גערעכט אז מען דארף נישט שרייען אז ספרינט סטראשעט אפצוהאקן (ווייל ס'העלפט ממילא נישט) אבער ווי לאנג זיי האקן נישט אפ דארף מעו אוודאי כאפן אזאנע פלענס,
זיי רייסן שוין גענוג אינזער געלט מיט זייערע געשוואלענע פרייזן.

פארשטיי מיך אבער נישט שלעכט, איך האב נישט אזא פלען, כ'האלט נאר פשוט אז עס איז נישט גערעכט צו האקן קעגן די וואס טוען עס,
ס'קוקט מיר אויס אז די האסט געצאלט פאר א טייערן פלען קענסטו נישט צוקוקן (און סאב קאנשעס) אז יענער צאלט ביליג,
גערעכט? זיי מודה...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 15, 2010 1:36 pm
דורך שוועמל
יא איך האב טאקע א טייערע פלען, אבער איך וויל בעיקר וויסן צי די וואס געבן ביליגע ספרינט פלענס איז דאס לעזשיט אדער א מפוקפק'דיגע וועג.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 15, 2010 6:04 pm
דורך געלעגער
וואס גייט מיך אן צו די וועג וואו אזוי ער שטעלט צו די סערוויס איז לעדזשיט?

איך גיי שוין אן אזוי פאר בערך פיר יאר צום גוטן, אן קיין פראבלעמען.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 25, 2010 11:56 am
דורך leiby
--------------------------------------------------------------------------------

דורך מחזור אום מיטוואך יולי 07, 2010 10:39 am

כ'האב געמאכט א נייע סעל פאון פלען פון ספרינט דורך א סטאר אין בארא פארק,
ער האט מיר מיר געגעבן א פלען פון 30 דאלער א חודש +טעקס 1500 דעי טיים מינוט'ס, נייט'ס פאנגט זיך אן פון 6:00 אויך האט ער געבעטן א עקטיוועשאן פי.
אויך האט ער צוגעלייגט אז איך זאל אריינקומען נאך די ערשטע ביל ווייל זיי גייען טשארדשען אסאך מער אין ער וועט עס ארלעדיגן אין ס'וועט זיין די זאך מסודר.
איז מיין שאלה, כ'בין ארויף אנליין זעה כהאב אינגאצן א אנדערע פלען נאר פון 450 מינוט, זענען זיי פאלנע שווינדלער אדער קענען זיי עס טאקע מאכן????
אדער דארף איך אוועק גיין פון זיי, אין צו קען איך נאך אוועקגיין פון זיי?
(די סטאר הייבט קיינמאל נישט אויף קיין טעל.)

מחזור
שר מאה
הודעות: 206

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פינטעל אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:09 am

אויב די רעדסט פון ב'מ' זענען אפשר שווינדלער אבער נישט פון דיר נאר פון ספרינט.
זיי האבן מיר ארלעידיגט א פלען וואס ספרינט אליין מאכט נישט, פלאס זיי ערלעידיגען אז מ'זאל אראפרעכענען נאך צוועלעף פראצענט ווי פאר א ספרינט ארבייטער.
וואס יא, די קאסטעמער סערוויס איז שרעקליך,די ערשטע דריי חדשים האב איך געהאט פראבלעמען מיט מיין בילל, האב איך געמיזט אנרופען די אייגענטומער מיסטער א' ביז אים אינדערהיים...אז די זאך זאל מסודר ווערן

דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 609


--------------------------------------------------------------------------------

דורך קהת אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:15 am

אפשר וועט דאס ציניץ קומען?
קהת
שר חמש מאות
הודעות: 506

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פישל אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:15 am

לענ"ד איז נישטא וואס מורא צו האבן, ווייל אפי' אויב ספרינט וועט זיך אמאל נעמען אין די הענט אריין, וועלן זיי דען ארעסטירן אויפאמאל טויזענטער חרדי'שע אידן? דא איז עפעס עמנואל?...

דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
פישל
שר חמישים
הודעות: 62


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מחזור אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:21 am

שכוח ר' פינטל האסט צוגעטראפן צום פינטל....
מיין שאלה איז, אויב איך זעה יעצט אנליין אז איך האב א אנדערע פלען ווי זיי האבן געזאגט מיינט דאס אז דאס איז עס, אדער זיי וועלן עס מסדר זיין נאך די ערשטע ביל, אזוי ווי זיי האבן געזאגט?
וואס איז דיין עקספיריענס??

מחזור
שר מאה
הודעות: 206

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פינטעל אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:39 am

זיי וועלן עס מסדר זיין, אבער זיי גערישט אויף שפייען גרינס פינעם גאל, (כמו שכתבתי)

דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 609


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מחזור אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:50 am

כ'האלט שוין אינמיטן שפייען............
לויט ווי ס'קוקט מיר אויס בין איך אויף געהאקטע צרות ווייל אין וואין נישט אין ב"פ
קען איך נאך אוועק גיין פון זיי??? אפילו ס'איז שוין דא א קאנטראקט?

מחזור
שר מאה
הודעות: 206

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פינטעל אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:56 am

צו די קענסט אוועקגיין ווייס איך נישט, אבער חצי נחמה-איך וואוין אויך נישט אין ב"פ...

דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 609


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מחזור אום מיטוואך יולי 07, 2010 12:05 pm

די נחמה קען זיין נאר אויב דו וועסט מיך מיטנעמען יעדן חודש צו זיי.................
כ'האב נישט קיין כח \צייט\נערווען צו די סארט משוגעתן......................

מחזור
שר מאה
הודעות: 206

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פונקטליך אום מיטוואך יולי 07, 2010 12:29 pm

קענסט אליין טוישן צו סיי וועלכע אנדערע ספרינט פלען אן קיין שום טשארדש פארן טוישן אבער די עקטיוועישן פי וואס די האסט אים געצאלט וועסטו דערלייגן, חוץ אז ער וועט מסכים זיין דיר עס צוריקצוגעבן וואס איך גלייב שווער אז דאס וועט צושטאנד קומען.

ב.ד.וו.
די זאגסט אז עס שטייט אז די האסט א 450 מינוט פלען, דאס מיינט גארנישט, קוק ביי די פלען דיטעילס די אלע עטעטשמנטס וואס איז צוגעלייגט אויף דיין פאון ליין און זעה צו עס שטייט דארט עפעס באונעס מינוטס.

די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
פונקטליך
שר חמישים ומאתים
הודעות: 342


--------------------------------------------------------------------------------

דורך פינטעל אום מיטוואך יולי 07, 2010 2:26 pm

מחזור האט געשריבן:די נחמה קען זיין נאר אויב דו וועסט מיך מיטנעמען יעדן חודש צו זיי.................
כ'האב נישט קיין כח \צייט\נערווען צו די סארט משוגעתן......................


צו ווייסטו דען נישט אז פאר מ'קויפט א סעלפאון אדער סיי וואס טשעקט מען קודם די ריוויאוס אויף אייוועלט?, http://www.yiddishworld.com/forum/viewt ... 66b70fc9c2

די גיטע נייעס איז, אז איין מאל ס'איז געסעטעלט איז אלעס אין ארדענונג,כאב שוין די פלען פאר דריי יאר (קניינע הארע) און כ'בין זייער צופרידען, אויסער אז מ'קען נישט צילייגען אלע סמארט פאונס צו די ביליגע פלענס כמבואר דא
http://www.yiddishworld.com/forum/viewt ... 66b70fc9c2

דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 609


--------------------------------------------------------------------------------

דורך דארפסמאן אום מיטוואך יולי 07, 2010 4:06 pm

איך בין אמאל אריינגעפאלען מיט איינעם וואס האט נישט קיין סטאר נאר אויפן טעלעפאן און האב בייצאלט דאפעלט פאר א גאנצע יאר ביז מיין פעין איז אפגעלאפען, ער טוישט זיין # יעדע פאר חדשים, און משה גיי זיך מיך

הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
הודעות: 4885


--------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום מיטוואך יולי 07, 2010 8:12 pm

דארפסמאן האט געשריבן:איך בין אמאל אריינגעפאלען מיט איינעם וואס האט נישט קיין סטאר נאר אויפן טעלעפאן און האב בייצאלט דאפעלט פאר א גאנצע יאר ביז מיין פעין איז אפגעלאפען, ער טוישט זיין # יעדע פאר חדשים, און משה גיי זיך מיך


האסט כאטש געזאגט ראה עניי ועמלי?

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21649


--------------------------------------------------------------------------------

דורך דארפסמאן אום מיטוואך יולי 07, 2010 8:57 pm

איך קען נאך יעצט זאגען, מיין פעין (פלען) איז שוין אפגעלאפען און איך האב עס שוין ציגעמאכעט

הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
הודעות: 4885


--------------------------------------------------------------------------------

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 12:27 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איך בין יעצט געווען ביין www.metropcs.com
אין איך זעה אז פאר $60 טאטעל (אינק. טעקס) קען מען האבן אלעס unlimited מיט א בלעקבערי קורוו (די נייע).

נא האט איינער מער אינפארמעישן איבער זיי.? איזעס גוט???

פליז...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 12:30 pm
דורך פונקטליך
אויבן אין דעם אשכול רעדט מען עפעס דערוועגן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 12:36 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
כהאב געזעהן. אבער דארט זאגט איינער אז סאיז נישטא קיין בלעקבערי אין סאיז נישט אנלימיטעד טעקסט. אין כזעה אויף זייער וועבסייט אז סאיז נישט אמת. אין זיי האבן ביידע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 12:50 pm
דורך פונקטליך
איך רעד וועגן זייער קאווערידש, פון דעם רעדט מען אויבן

די ערשטע זאך קוק נאך זייער קאווערידש מעפ וואסערע קאנעקשן זיי האבן

ביליגע סעלפאון פלענס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 1:01 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
כהאב יעצט געטשעט אן אגענט.

סאיז א פריפעיד פלען. דאס הייסט דו מיזט צאלן יעדע חודש פון פאראויס די 60 דאלער וכדו'.

כדי צו באקומען זייער סערויס מוז מען קודם קויפן א פאון פון זיי (א בלעקבערי קורוו נאכן ריבעיט איז 230) און נאכדעם גיין צו זייערס א סטאר וואס זאל עס אקטיוועיטן.

מיין נאמבער וואס פאנגט זיך אן 718 קען ער טרענספערן צו זייער פלען.

בקיצור סקוקט אויס זייער גוט. ס'מיר נאר אינטרעסאנט אז דער עולם איז נישט באקאנט וועגן די קאמפעני