באמבע אפגעפונען באצייטנס אין טיימסקוועיר; טעראריסט אין ארעסט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » מאנטאג מאי 03, 2010 11:18 pm

עס עפעס האט געשריבן:קארעקשאן: דער פארשוין הייסט פעיזאל שאזאד, נישט ווי פריער געשריבן שאזאד פעיזאל


גם אני מצטרף, חלילה נישט פארטוישן זיין ברית נאמען איז פעיזאל, און משפחה נאמען איז שאזאד, עסעפעס סא גוטס

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 03, 2010 11:21 pm

ער האט געוואלט אפטראגן פון אמעריקע, קיין דובאי, קומט יעצט אריין די נייעס!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 03, 2010 11:21 pm

גאר א געלונגענע ארבייט ביי די עף.בי.איי., זיי האבן ארעסטירט דעם פארשוין מיט פיטער אויפן קאפ אויף נישט קיין צווייטע פלאץ ווי אין א ניו יארקער לופט-פעלד! וואס דאס ריקט ארויף די חשדות אויפן העכסטן גראד.

עס איז דא גענוג אינפארמאציע וואס זיי ווייסן און מיר נישט. ווייל אויבן-אויף איז שווער צו פארשטיין פון וואנעט זיי האבן אום אזוי שנעל געכאפט נאכדעם וואס ער האט אויף קיין פאל נישט איבערגעלאזט קיין פינגער אפדריקן נאך זיך.

ווי האט קעלי געזאגט: איך דארף נישט די מידיאו זאל מיר פירן די אויספארשונג...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מאי 03, 2010 11:24 pm

האטס מיר אלע א גוטע נאכט.

כ'בין שוין רואיג; מ'האט ארעסטירט איינעם מיט א פאני מיטל מזרח'ישן נאמען, וואס האט געקויפט א קאר פאר קעש, וואס אין איז פאר געקומען דער גרעסטער דורכגעפאלענער ל"ג בעומר הדלקה; דזבין אבא בתרי זוזי... אריין אין 'חד גדיא...

גוד נייט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » מאנטאג מאי 03, 2010 11:28 pm

צייטליך'ער, איך זעה גראדע נישט וואס דאס גיבט צו אז מען האט אים אין קענעדי געטראפן, מה נפשך איז ער ביהיינד די זאך דאן מה יתן ומה יוסיף, איז ער ווידער ריין פון פשע, איז ער דאך א ציווילע בירגער טא צו וואס טאר ער נישט פארן קיין דובאי אין א גרינעם דינסטאג.

די פאקט אז מען האט אים געכאפט, נאך איידער ער האט עספיעט ארויפצוגיין אויפן פליגער (און עס אויפרייסן) דאס איז א העראאישע "צייטליכע" ארבעט, ווייל צוריק גייט א קאזאק.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 03, 2010 11:34 pm

די אויטאריטעטן, וואס איך גיי אפילו נישט פרובירן צו פארשטיין וויאזוי, זענען דערגאנגען אז פעיזאל שאזאד איז א מעגליכער שולדיגער אין די דורכגעפאלענע אטאקע.

ווי נאר זיין נאמען איז ארויפגעברענגט אויפן טיש, האבן די אויטאריטעטן אלארמירט יעדן איינעם, און פארשטייט זיך די לופטפעלדער אויך, אז אויב א פארשוין מיטן נאמען פעיזאל בלא בלא בלא פרובירט אוועקצופארן, זאל מען אים אראפהאלטן" והך קאווע!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 03, 2010 11:34 pm

אטורני דזשענעראל עריק האלדער האט יעצט שפעט ביינאכט קאנפערמירט אין וואשינגטאן אז דער מאן איז ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופט פעלד אין פארבינדונג מיטן אויפרייס פארזיך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » מאנטאג מאי 03, 2010 11:38 pm

וויזוי האט ער אים באצייכנט, אלס א פארשוין אדער אלס א טעראריסט. ווייל למעשה זענען פארהאן שידענע סתירות איבער זיין אפיציעלע צונעים, דער פרעסע סעקרעטאר ראבערט גיבס, האט אים יא עטוואס באצייכנט אלס טעראריסט ווייל מיט באמבעס האבן טעראריסטן עפעס א שלום פאקט, און אובאמא זאגט עפעס נישט ארויס די ווארט טעראר זינט די דרייצן מיליטערלייט זענען ברוטאליש דערשאסן געווארן דורך א "דעפרעסטע" סייקאטריסט, איז די פראגע וויזוי האט אים מר עריק האלדער באצייכנט.

באמערקונג.דא אויפן קעפל פון די אשכול האבן מיר אים קלאר און אומצוויידייטיג באצייכנט אלס טעראריסט. אבער עס שליסט נישט איין יעדעמס פריוואטע מיינונג, יעדער קען ווייטער קולותן זיין אפיניאן

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 5:40 am

גוט מארגן אייך אלע!

מיט אן אויסגעשלאפענעם קאפ, לאמיר אייך געבן די לעצטערע דעטאלן אינעם ארעסט.

לויט ווי "פאליטיקאו" באריכטעט עקסקלוסיוו היינט אינדערפרי, איז דער ארעסט צוגעגאנגען אזוי:די עף בי איי האבן ארויסגעשטעלט צוויי הויפט פריאריטעטן 1) צו טרעפן דער מענטש וועמען מען זעהט אינעם ווידעאו ווי ער טוישט זיך איבער זיין העמד. 2) נאכגיין פאר וועמען עס געהער די קאר וועלכע איז געניצט געווארן אין די פראבע-אטאקע.

נאכצוגיין דעם מענטש אינעם ווידעאו, האבן אויטאריטעטן געניצט פארשידענע טעכנאלאגיע קלארער צו מאכן דעם ווידעאו און דערגיין ווער דאס איז. אין די זעלבע צייט האבן זיי ארויסגעגעבן א פארלאנג אז יענער מענטש זאל זיך אונטערגעבן פאר די אויטאריטעטן, אזוי אויך אז די וועלכע זענען דאן געווען אויף יענע גאס, זאלן פרובירן איבערצוקוקן דעם ווידעאו צי זיי האבן געזען דעם מענטש אין יענע צייט אין טיימס סקווער.

למעשה איז דאס נישט אריבער מיט קיין גרויס ערפאלג, און בכלל האט אויסגעזען צו זיין לעכערליך אז ווייל מען זעהט אים איבערטוישן א העמד נערוועזערהייט מוז זיין אז ער האט עפעס מיט די באמבע.

דעריבער האט די ספעציעלע עף בי איי טעסק פארס אריינגעלייגט גרעסערע כוחות צו טרעפן דעם אייגענטומער פונעם אויטא.

זיי זענען נאכגעגאנגען דעם "וויהיקעל אידענטיפיקאציע נומער", וואס דאס האט זיי געפירט צו א מאן אין קאנעטיקוט. זיי האבן געהאפט אז זיי האבן שוין א פארדעכטיגטן, אבער ווען זיי האבן אויסגעפארשט יענעם, זענען זיי געוואויר געווארן אז ער האט פארקויפט דעם קאר פאר דריי וואכן צוריק, און נאכמער, ער האט דאס פארקויפט פאר קעש אויפן וועבזייטל "קרעיגס-ליסט", וואס דאס מיינט אז ס'איז כמעט נישט איבערגעבליבן קיין וועגן וויאזוי געוואויר צו ווערן ווער עס איז דער פארשוין וואס האט אפגעקויפט דעם אויטא.

דא איז אריינגעקומען פארשידענע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע: די עף בי איי האבן באוויזן אויפצוברענגען אלטע טעלעפאון קאללס דורכן טעלעפאון ליין פונעם אריגיאנעלן אייגענטומער פונעם קאר, און זיי האבן אנטדעקט איין טעלעפאון רוף וואס יענער האט געמאכט מיט א "פרי-פעיד" סעלפאון. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער האט שוין מער נישט געהאט מיט זיך דעם סעלפאון, אבער מיט די הילף פון רעקארדירטע אינפארמאציע אויף עטליכע גרויסע "דאטא-בעיסעס", האבן זיי געקענט נאכגיין אז יענע פאון קאלל מיטן פרי-פעיד סעלפאון איז געמאכט געווארן דורך א פארשוין מיטן נאמען פעיזאל שאזאד.

זיי האבן אלארמירט אלע אינסטאנצן און די "קאסטומס אגענטן" אין קענעדי עירפארט האבן באוויזן אראפצוהאלטן שאזאד ווען ער האט פרובירט ארויפצוגיין אויף אן עראפלאן און אנטלויפן קיין דובאי, ווען די עף בי איי אגענטן זענען געקומען און אים ארעסטירט.

***

פאליציי און עף בי איי אין קאנעטיקוט זוכן אצינד אונטער דער היים פון שאזאד, וועלכער איז א פאקיסטאנער געבוירענער אמעריקאנער בירגער. עס איז געסקעדזשועלט אז ער וועט היינט ערשיינען אין געריכט, וואו ער וועט ווערן עמטליך באשולדיגט פארן פרובירן אומצוברענגען אמעריקאנער פרידליכע בירגער דורך א קאר באמבע.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 6:24 am

די פאליציי האבן ארויסגעטראגן פילע באגאדזשן פון דעם הויז פון שאזאד, און מען וועט דאס אנאליזירן צו טרעפן מעגליכע פארבינדונגען מיט אינטערנאציאנאלע טעראר גרופעס.

אט איז א בילד פון די סצענע די נאכט פארנט פון שאזאד'ס הויז די פארגאנגענע נאכט
צוגעלייגטע
capt.23beec1e45884f9f95f565e1be6161f5-23beec1e45884f9f95f565e1be6161f5-0.jpg
capt.23beec1e45884f9f95f565e1be6161f5-23beec1e45884f9f95f565e1be6161f5-0.jpg (31.97 KiB) געזעהן 1641 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 04, 2010 6:26 am

וואס האט גענומען פאר דעם פארשוין אזוי לאנג?
פארוואס איז ער נישט אנטלאפן שוין מוצאי שבת?

עניוועי, די גאנצע אקציע איז מער מזל וואו שכל.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 6:29 am

כ'שטים נישט אינגאנצן צו צו וואס דו זאגסט אז עס איז געווען מער מזל ווי שכל. עקספערטן באצייכענען דאס ווי א גאר סוקסעספולע -אויף דערווייל- שפיאנאזש ארבעט, וועלכע האט געפירט צו א שנעלע ארעסט.

דו פרעגסט גוט פארוואס ער האט נישט אפגעטראגן פריער: דאס איז ווייל עס איז נישט געווען קיין פלייט קיין דובאי ביז נעכטן נאכט. עס איז געווען "יונייטעד עמירעיטס" פלייט נומער 202, עס איז געווען געסקעדזשועלט נעכטן אינמיטן נאכט, אבער האט זיך נישט געהויבן ביז היינט פרי פארטאגס, נאכדעם וואס מען האט אונטערגעזוכט דעם עראפלאן צו זיין פארזיכערט אז גארנישט פארדעכטיגט איז אויפן עראפלאן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 04, 2010 6:50 am

א פעדלער האט דאס באמערקט גלייך און גערופן די פאליציי=מזל

די באמבע האט נישט אויפגעריסן=מזל

זיין נאמען איבערגעלאזט אויפן טעלעפאון=מזל

די פליגער איז נישט אוועק געפארן=מזל

נו, זאג דו, איז דאס נישט מער מזל וואו שכל?

ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און מיר מענטשעלעך זענען גארנישט.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג מאי 04, 2010 6:55 am

גוט מארגן גוט יאר.
עס עפעס האט געשריבן:דא איז אריינגעקומען פארשידענע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע: די עף בי איי האבן באוויזן אויפצוברענגען אלטע טעלעפאון קאללס דורכן טעלעפאון ליין פונעם אריגיאנעלן אייגענטומער פונעם קאר, און זיי האבן אנטדעקט איין טעלעפאון רוף וואס יענער האט געמאכט מיט א "פרי-פעיד" סעלפאון. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער האט שוין מער נישט געהאט מיט זיך דעם סעלפאון, אבער מיט די הילף פון רעקארדירטע אינפארמאציע אויף עטליכע גרויסע "דאטא-בעיסעס", האבן זיי געקענט נאכגיין אז יענע פאון קאלל מיטן פרי-פעיד סעלפאון איז געמאכט געווארן דורך א פארשוין מיטן נאמען פעיזאל שאזאד.

וואס איז געווען די אינהאלט פון די רעקודירטע געשפרעכן? העיקול חסר מן הספר.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 7:02 am

געלעגער האט געשריבן:א פעדלער האט דאס באמערקט גלייך און גערופן די פאליציי=מזל

די באמבע האט נישט אויפגעריסן=מזל

זיין נאמען איבערגעלאזט אויפן טעלעפאון=מזל

די פליגער איז נישט אוועק געפארן=מזל

נו, זאג דו, איז דאס נישט מער מזל וואו שכל?

ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און מיר מענטשעלעך זענען גארנישט.


גערעכט, ס'איז אוודאי נישט מעשי ידי אדם, אלעס קומט פון באשעפער. אבער דאס צוזאמשטעלן די אינפארמאציע און אזוי שנעל איז אדאנק די געניטע ארבעט פון די עף בי איי.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 7:21 am

די ניו יארק טיימס באריכטעט יעצט אז נאך צוויי פארשוינען זענען אראפגעפירט געווארן פונעם עראפלאן אויף וועלכע שאזאד האט געזאלט פארן. עס איז אבער דערווייל נישט קלאר צי עס איז עפעס פארבינדן מיטן ארעסט פון שאזאד.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 04, 2010 7:28 am

א מעלדונג אין לופט פעלד זעלבסט איבערן ארעסט וואס איז דארט געמאכט געווארן..
צוגעלייגטע
times square arrest 1.jpg
times square arrest 1.jpg (27.49 KiB) געזעהן 1747 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 7:32 am

ברעיקינג:

אויספארשער האבן יעצט געזאגט אז שאזאד האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט א גרעסערע אינטערנאציאנאלע טעראר גרופע, נאר ער האט געארבעט אויף די אייגענע האנט.

אט איז א בילד פון אים
צוגעלייגטע
amd_times-square-bombing-suspect.jpg
amd_times-square-bombing-suspect.jpg (14.72 KiB) געזעהן 1531 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 7:39 am

שוין, ס'ווערט שוין א פאליטיק. רעפובליקאנער פיטער קינג הייבט אן פארפירן און ער וויל וויסן צי מען האט געליינט די "מירענדע רעכטן" פאר דעם ארעסטירטן שאזאד.

Rep. Peter King (N.Y.), the top Republican on the House Homeland Security Committee, wants to know whether the Pakistani-born American arrested in connection with a car bomb in New York City’s Times Square was read his Miranda rights.

“I hope that [Attorney General Eric] Holder did discuss this with the intelligence community. If they believe they got enough from him, how much more should they get? Did they Mirandize him? I know he’s an American citizen but still,” King said
.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דינסטאג מאי 04, 2010 8:10 am

א באריכט פון ABC זאגט אז דער טעראריסט איז שוין זאגער געווען אויפן פליגער אין נאכמער, די פליגער איז שוין אוועקגעפארן פון געיט גרייט צום זיך הייבן ווען די FBI האט פארארדענט די פליגער צוריקצוקומען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 04, 2010 8:13 am

אויך CNN באריכטעט אזוי:

Shahzad was on board Emirates Airlines Flight 202 to Dubai, United Arab Emirates, and the jetway had been pulled back when the plane was called to return to the gate, a law enforcement source said. Shahzad was booked through to Islamabad, Pakistan, via Dubai, a senior airline official confirmed.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 8:30 am

ריכטיג. דאס איז די אפיציעלע ווערסיע. ער איז שוין געווען אויפן פליגער, ווען מען איז געקומען נאך אים און ארעסטירט.

אגענטן האבן אונטערזוכט דעם עראפלאן אויס מורא אז ער האט אויך ארויפגעברענגט אויפרייס מאטעריאל אויפן פליגער אויפצורייסן דעם עראפלאן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 8:33 am

11:05 וועט פרעזידענט אבאמא רעדן איבער דעם ארעסט פון פעיזאל שאזאד.

פעיזאל וועט ערשיינען אין געריכט נאך צוויי אזייגער נאכמיטאג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מאי 04, 2010 8:40 am

ברעיקינג: פעיזאל שאזאד איז בלויז פאראיאר געווארן אן אמעריקאנער בירגער.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מאי 04, 2010 8:53 am

עס עפעס האט געשריבן:ברעיקינג: פעיזאל שאזאד איז בלויז פאראיאר געווארן אן אמעריקאנער בירגער.


א שאד פאר אים, אלץ אימיגראנט וואלט ער זיכער געהאט מער רעכטן...
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלינצע, טשיינע רב, פארקלאצט און 26 געסט