בלאט 67 פון 75

בקשה

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 10:16 pm
דורך קדוש ונורא
איינער ווייסט אפשר ווי עס איז דא א מנין מנחה - מעריב
אויפן וועג קיין מאנטריאל

(צו און סארטאגא/לעיק דזשארש וכדו')

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 10:22 pm
דורך יש בו
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווי עס איז דא א מנין מנחה - מעריב
אויפן וועג קיין מאנטריאל

(צו און סארטאגא/לעיק דזשארש וכדו')

https://www.capitalchabad.com/templates ... Minyan.htm

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 5:53 pm
דורך קדוש ונורא
איינער ווייסט מער אינפראמציע ארום דיע ביהמ''ד
איז דאס א חב''ד פלאץ
האט איינער שוין געדאווענט דארט אמאל?
Albany Shul The Shteibel, 463 New Scotland Ave, Albany, NY

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 5:55 pm
דורך משה צימערינג
8:00 שחרית זייער בטעם׳ט

היינט ביים פיצען די שניי

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 11:05 pm
דורך אזוי גאר!
IMG_2279.JPG
IMG_2279.JPG (51.78 KiB) געזעהן 4067 מאל
IMG_2280.JPG
IMG_2280.JPG (49.15 KiB) געזעהן 4067 מאל
IMG_2278.JPG
IMG_2278.JPG (48.29 KiB) געזעהן 4067 מאל

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 11:06 pm
דורך אזוי גאר!
IMG_2283.JPG
IMG_2283.JPG (49.86 KiB) געזעהן 4067 מאל
IMG_2285.JPG
IMG_2285.JPG (46.61 KiB) געזעהן 4067 מאל
IMG_2281.JPG
IMG_2281.JPG (45.07 KiB) געזעהן 4067 מאל

ברוך שחלק מכבודו

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 8:22 am
דורך אזוי גאר!
נעכטען האמער געהאט די זכיה צו זען דעם Trudeau אויף פארק

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 8:34 am
דורך משהלע
קוקטס גוט, ווייל אט אט איז שעיר פ. מ.

ר' אברהם הלפרין מיט טרודא

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:49 pm
דורך אהער און אהין
אזוי גאר! האט געשריבן:נעכטען האמער געהאט די זכיה צו זען דעם Trudeau אויף פארק

ר' אברהם האלפערן האט זאגאר געשריגן צום פריים מיניסטער אז ער האט 'ברכה פאר אים'... אויף וואס דער מיניסטער האט צושפאצירט און אויסגעהערט פון אים דעם 'ברוך שחלק מכבודו'.
דערנאך האט ער זיך פאראינטערסירט ביי ר' אברהמ'ן, וואס דער אפטייטש און באדייט פון די ווערטער באדייטן.
עימיצער האט א בילד פון דעם באגעגעניש?

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 7:05 pm
דורך פעפערקארן
IMG-20190325-WA0018.jpg
IMG-20190325-WA0018.jpg (99.71 KiB) געזעהן 3564 מאל

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 3:08 pm
דורך בר חכים
איך האב געטראפין ר אברהם האלפערן פון מונטריאל דא אין בארא פרק,
ער זאגט מיר אז עס איז נישט די ערשטע מאל זיי טרעפין זיך,
זיין שוואגער ר ,,,,,,,,, פייג איז א ידיד מיט די פרעזידענט פון קענעדע,

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 6:35 pm
דורך veltsman
אין קאנאדא איז די מלכה וואס וואוינט אין לאנדאן די מלכה אויך אויף קאנאדא, זי איז די ראש המדינה,
דער פריים מיניסטער איז נאר די הויפט פון די ממשלה,
אזויווי אין אלע פארלימענטרי דעמאקרטיעס לענדער, ווי אויסער דער ראש ממשלה איז דא א (נשיא) פרעזידענט אדער א קעניג

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 3:30 am
דורך בר חכים
אבער די מלכה איז נאר א כבוד זאך
נישט בפועל,

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 1:36 pm
דורך ישראל משה
די מלכה האט א נציג אין קאנאדע וואס הייסט די גאווערנער דזשענעראל זיין תפקיד איז בערך די זעלבע ווי די פרעזידענט פון מדינת ישראל

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:52 pm
דורך זיידע ומומחה
וואס הערט מען פון בהמ"ד באר הגולה?
כ"ק אדמו"ר סקולען שליט"א וועט דארט זיין יו"ט פסח?
ר' יצחק בערגער דער עמוד התווך האט עפעס פלענער ווי אזוי ממשיך זיין דעם בה"מ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:01 pm
דורך אווער נייט קוגעל
ביהמ"ד "מאור" הגולה

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:33 pm
דורך פעיק נוז
לויט מיין ידיעה גייט ער נישט זיין אין מאנטריאל אויף פסח.

לויט וויאזוי איך האב געהערט אז אפשר אויף פרשת אחרי וועט ער זיין דאהי

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 5:25 pm
דורך קדוש ונורא
איז דא אפציע פון גוטע ארבעט געלעגהייטן און מאנטריאל
ביטע מיר שיקן אין אישי

איז אן אפגעלאפענע פאספארט גוט ביי די גרעניץ צווישן ניו יארק און מאנטריאל

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:30 pm
דורך ידיד כל חי
איך וויל פרעגן פונם עולם, צו קען מען ניצן אן אפגעלאפענע אמעריקאנע פאספארט, ביי די גרעניץ צווישן ניו יארק און מאנטריאל, אדער מוז עס זיין גילטיג?
די פאספארט איז אפגעלאפן צוויי און האלב חדשים פאר מען וויל פארן.
און די שאלה איז, אויף די גרעניץ מיט א קאר, באס.
די שאלה איז, סיי אויפן וועג צו מאנטריאל, און סיי אויפן וועג צוריק.
יישר כח!

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:35 pm
דורך משהלע
אני הקטן האב מיך באנוצט פאר קינדער צוזאמען מיט די געבורט סערטיפיקאט.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:36 pm
דורך ידיד כל חי
משהלע האט געשריבן:אני הקטן האב מיך באנוצט פאר קינדער צוזאמען מיט די געבורט סערטיפיקאט.

איך רעד פאר ערוואקסענע?

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:41 pm
דורך משהלע
א דרייווערס לייסענס איז דא?

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:42 pm
דורך ידיד כל חי
משהלע האט געשריבן:א דרייווערס לייסענס איז דא?

יא!

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:44 pm
דורך ראגעלעך
א אפגעלאפענע איז אויך גוט, אבער זיי וועלן דיר זאגן אז דו זאלסט עס באנייען.

אגב, די געזעץ איז אז א געבורט סערטיפיקעט בצירוף מיט סיי וועלכע לעגאלע איידי מיט א בילד, א שטייגער ווי א פוד סטעמפ קארטל, איז גילטיג אריבערצושפרייזן דעם גרעניץ אויף דער ערד.

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 9:46 pm
דורך ידיד כל חי
ראגעלעך האט געשריבן:א אפגעלאפענע איז אויך גוט, אבער זיי וועלן דיר זאגן אז דו זאלסט עס באנייען.

אגב, די געזעץ איז אז א געבורט סערטיפיקעט בצירוף מיט זיי וועלכע לעגאלע איידי מיט א בילד, א שטייגער ווי א פוד סטעמפ קארטל, איז גילטיג אריבערצושפרייזן דעם גרעניץ אויף דער ערד.

מען רעדט פון איינער וואס איז געבוירן אין אויסלאנד.
אבער איז אן אמעריקען סיטיזען.