די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » זונטאג יולי 19, 2015 3:36 pm

ווער עס פארשטייט נישט דעם חילוק איז א דעמאק'ראט'! ביזט א גרעסערע פאטריאט פאר דיין פארטיי ווי פארן לאנד! דיין פריוואטע אגענדע פון אינדערערד לייגן מקעין איז געגאנגען צו ווייט.

אגב, ווער נאך אזויווי יואב בן צרויה דארף וויסן אפצושאצן א קריגס געפאלענעם...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 19, 2015 3:40 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:כאילו כ׳האב איינעם אוועקגענומען די ספיטש רייטס. מענטשליכקייט פארלאנגט פונקט אזוי נישט אונטערצוברענגן די אייגענע פארטיי. זיכער נישט אויף מעקעין׳ס לעוועל.

נישט פארדאמען טראמפ כדי די מידיע זאל נישט האבן ווארע צו דערטערענקען די פארטיי הייסט נישט פארלירן די זעלבסט ווירדע. און, צוויי, זעלבסט ווירדע און קאפ אריין. יא, איך בין אינטערעסירט און געווינען עלעקשאנס. אויב דארף מען עס פייטן אויף דעם לעוועל דאן איז דאס די מיסיע. דאס איז וויזוי עס איז.

(אינטערעסאנט ווי מעקעין מעג אראפמאלן, לויט דיר, אלע טראמפ שטיצער ווי קרעיזיס.)

מעקעין האט נישט אראפגעמאלן אלע שטיצער ווי קרעזיס.

און דו זאגטס אז געווינען איז וויכטיגער, אוקעי, סא דא טיילן זיך אונזערע מיינונגען. און כ'ביך אויך זייער מחולק מיט דעם צושטעל, אז מעקעין זיין "זעלבזשטענדיג" אויף געוויסע אישוס, איז די זעלבע אוממענטשליך ווי טראמפס סטעיטמענט אויף מעקעין.

לאמיר פארשטיין, וואס דארף טאן איינער וואס איז א ריפאבליקען און איז נישט מסכים מיט חלקים פון זיין פארטיי'ס פלאטפארמע? דארף ער שווייגן "ווייל עס קען שאדן פאר די פארטיי"?

איך מיין אז די ריכטיגע וועג איז זיך אנצורופן. האבן חילוקי דיעות איז זייער א נארמאלע זאך. איך בין געווען זייער א שטארקע שטיצער פאר דזשאו ליבערמאן, טאקע צוליב דעם אז ער האט זיך אנגערופן ווען ער האט געהאלטן אנדערשט.

א בלינדע שטיצער פון "אלעס" וואס די פארטיי זאגט, איז לענ"ד א ערגערע פראבלעם ווי האבן חילוקי דיעות און זיך אנרופן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג יולי 19, 2015 3:48 pm

מ׳קען זיך אנרופן און מען דארף זיך אנרופן. ווער איז דא א גרעסערע פען פון טעד קרוז ווי איך? דיסעגריען פאלעסי ווייז איז נישט [אזוי ווייט] מיין פראבלעם. אטאקירן אנדערע איז דאס וואס מיך באדערט און וואס מעקעין איז אלץ געווען דער מייסטער.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 19, 2015 3:55 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:מ׳קען זיך אנרופן און מען דארף זיך אנרופן. ווער איז דא א גרעסערע פען פון טעד קרוז ווי איך? דיסעגריען פאלעסי ווייז איז נישט [אזוי ווייט] מיין פראבלעם. אטאקירן אנדערע איז דאס וואס מיך באדערט און וואס מעקעין איז אלץ געווען דער מייסטער.

איך מיין אז דא ליגט בייעס.

איינער וואס גייט קעגן די פארטיי אויף די רעכטע זייט, איז נישט קיין פראבלעם, אבער ווען איינער גייט קעגן די פארטיי צו די מער לינקע זייט, איז יא א פראבלעם.

אז מען פרעגט מיר, טרוקען קוקענדיג אויף די צוויי פארשוינען - מעקעין און קרוז - איך מיין אז אוועראלל, האט קרוז פל מער געשאדט פארן פארטיי ווי מעקעין. אפשר נישט ביי די רעכטע זייט פון פון די ריפאבליקען פארטיי, אבער ביי די וויילער עס עי האול.

אויב קוקסטו אויף טרוקן ווער האט מער געשאדט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 4:05 pm

הגם איך האלט אז יואב איז דעד ראנג דא, מוז איך אים באדאנקען פארן מיר אויספלאצן אין א הילכיגן געלעכטער ביים מיר דערמאנען פון קלמן בענדעלע...

היו ימים...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 19, 2015 4:06 pm

יעצט מוזטו מיר שוין זאגן וואס קלמן בענדעלע מיינט
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » זונטאג יולי 19, 2015 4:07 pm

לכאורה האט געשריבן:יעצט מוזטו מיר שוין זאגן וואס קלמן בענדעלע מיינט

אין א באזונדערן אשכול :wink:
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 4:08 pm

לכאורה האט געשריבן:יעצט מוזטו מיר שוין זאגן וואס קלמן בענדעלע מיינט

איך קען דיר נאר איין זאך זאגן אז ס'האט זיך געלוינט די גאנצע טראמפייטער סקאנדאל אבי איך זאך מיר דערמאנען פון דעם בענדעלע מיט די לאנגע האלז...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 19, 2015 4:10 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:יעצט מוזטו מיר שוין זאגן וואס קלמן בענדעלע מיינט

איך קען דיר נאר איין זאך זאגן אז ס'האט זיך געלוינט די גאנצע טראמפייטער סקאנדאל אבי איך זאך מיר דערמאנען פון דעם בענדעלע מיט די לאנגע האלז...

פון די מיסיאנערישע פארזעצונג?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג יולי 19, 2015 4:15 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:יעצט מוזטו מיר שוין זאגן וואס קלמן בענדעלע מיינט

איך קען דיר נאר איין זאך זאגן אז ס'האט זיך געלוינט די גאנצע טראמפייטער סקאנדאל אבי איך זאך מיר דערמאנען פון דעם בענדעלע מיט די לאנגע האלז...

פון די מיסיאנערישע פארזעצונג?

זוי מיין איך
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

user
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 17, 2015 1:16 pm

תגובהדורך user » זונטאג יולי 19, 2015 4:16 pm

עי בי סי ניוס היינט מיט דאנלד טראמפ אויפן פאון. (געלייגט אויף א mp3 file)
https://www.dropbox.com/s/heqbvtnc3tf67 ... y.mp3?dl=0

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג יולי 19, 2015 4:17 pm

קרוז האט קיינמאל נישט אטאקירט פערזענליך זיינע קאלעגעס. אדרבה, ווען מעקעין האט אים אראפגעריסן אלץ וועקאו בירד האט קרוז אדורכגעפירט א רעזאלוציע וואס האט אנערקענט מעקעין׳ס מיליטערישע רעקארד.

ווי פונקטליך האט קרוז געשאדט? 54 סענאטארן הייסט געשאדט? ציפער קאנגרעסלייט וואס די פארטיי האט נישט געהאט זינט לכל הפחות די צווייטע קריג? מסתם זענען דאס אלעס טראץ קרוז, איוואר? איי ווער איז געווען ביזי האמערן קרוז ווען אבאמא׳ס צופרידענהייט ראטע איז געווען די נידעריגסטע אין איר היסטאריע? ווער איז געווען פארנומען רעדן אויך מייק לי אויף אלע טי ווי שאוס און דערנאך טריאומפירט אז זיין סטראטעגיע איז דורכגעפאלן? טראץ קרוז.

ווי מעקעין האט אריינגעגעבן פארן רעפובליקאנער סענאט פירער וואס האט געוואלט אוועקנעמען דעם פיליבאסטער. איז געקומען איין ריעד און אנגעפאקט אלע געריכטן וואס וואלטן געקענט זיין פיל מיו רעכטע ריכטער מיט לינקע אקטיוויסטן. מעקעין איז א דעסטרויער און איך האב הנאה אז ער כאפט זיינס. איך האף אז ער באקומט א גוטן פריימערי קעגענער וועלכע שיקט אים רעטייערן.
- - -
אה..בענדעלע...ער איז פון יאיר וויינשטאק׳ס פאנטאזיעס..
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום זונטאג יולי 19, 2015 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 4:18 pm

די לאגיק דא איז עפעס מורא'דיג.

מ'קעין, אפגעזען פון זיין העלדישקייט וכו' און זיין זיין דער קאנדידאט פאר פרעזידענט, איז א פאררעטער פארן דיסעגריען מיט זיין פארטיי אין מינימאלע נושאים (גארנישט וואס איז פון די 'יסודות' אזוי צו זאגן) און אראפרייסן די פרינזש עלעמענטס פון זיין פארטיי.

טראמפ, אפגעזען פון זיינע עקסטרעם לינקע שטעלונגען אין סאציאלע נארישקייט אישוס, זיין פערזענליכע עקלהאפטע לעבן, זיין דאנעיטן פאר הילערי און זיין שטיצע פאר די הארבע שבהארבע יוניווערסל פעיער העלט סיסטעם איז נאך דערצו איינער וואס די 'קאור' פון זיין קאמפיין איז אראפצורייסן אלע אנדערע רעפובליקאנער אלס שוטים טפשים און לוזערס.

זאגט דא איינער אז די סיבה פאר די דורכפאל פון די רעפובליקאנער איז פארן אראפרייסן דעם אראפרייסער טראמפ. און אלע מיליאנען גאלאקסיס מיטן אויסנאם פון פלאנעט 'רייטווינג' וואלט מען געהאלטן ענדערש אז די סיבה פאר די דורכפאל פון די רעפובליקאנער איז פארן גיבן א אזן קשבת פאר אזלכע מטורפים ווי פעילין, באקמאן, קרוז, און טראמפ ועוד ידם נטוי', און זיי נישט באצייטנס אראפרייסן.

#איך דארף א טיילענאל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 19, 2015 4:23 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איינער וואס גייט קעגן די פארטיי אויף די רעכטע זייט, איז נישט קיין פראבלעם, אבער ווען איינער גייט קעגן די פארטיי צו די מער לינקע זייט, איז יא א פראבלעם.

אז מען פרעגט מיר, טרוקען קוקענדיג אויף די צוויי פארשוינען - מעקעין און קרוז - איך מיין אז אוועראלל, האט קרוז פל מער געשאדט פארן פארטיי ווי מעקעין. אפשר נישט ביי די רעכטע זייט פון פון די ריפאבליקען פארטיי, אבער ביי די וויילער עס עי האול.


עס איז נישט צום פארגלייכן קרוז מיט מעקעין,

קרוז אטאקירט נישט קיינעם, ס"ה וואס ער טוט איז אז ער אינטורדיסט לעגיסלעישען אינעם סענאט וואס איז אינליין מיט די רעפובליקאנער אגענדע, פאר סאם ריזאן געפעלט עס נישט פאר די איינגעזעסענע אלטע געווארדיע אין וואשינגטאן וואס האבן שוין פארגעסן פארוואס זיי זענען אין וואשינגטאן, א שטייגער ווי מעקעין, פארדעם אטאקירן זיי אים, און דאס אז מעקעין זאל פערזענליך אטאקירן זיין קאלעגע רעפובליקאנער דזשאסט פארן טון דאס וואס מעקעין וואלט ווען געדארפט איז אבסורד.

סטעמפ
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 6:12 pm

תגובהדורך סטעמפ » זונטאג יולי 19, 2015 4:26 pm

קרוז איז שוין דער נארמאלער, ער האט נעכטן אויסגעלויבט מעקעין פאר זיין העלדישע דינסט, נאר דא אויף אונזער וועלטל ווילן מאנכע אפפרעגן מעקעין'ס מיליטערישע דינסט.
לעצט פאראכטן דורך סטעמפ אום זונטאג יולי 19, 2015 4:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 19, 2015 4:29 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:קרוז האט קיינמאל נישט אטאקירט פערזענליך זיינע קאלעגעס. אדרבה, ווען מעקעין האט אים אראפגעריסן אלץ וועקאו בירד האט קרוז אדורכגעפירט א רעזאלוציע וואס האט אנערקענט מעקעין׳ס מיליטערישע רעקארד.

ווי פונקטליך האט קרוז געשאדט? 54 סענאטארן הייסט געשאדט? ציפער קאנגרעסלייט וואס די פארטיי האט נישט געהאט זינט לכל הפחות די צווייטע קריג? מסתם זענען דאס אלעס טראץ קרוז, איוואר? איי ווער איז געווען ביזי האמערן קרוז ווען אבאמא׳ס צופרידענהייט ראטע איז געווען די נידעריגסטע אין איר היסטאריע? ווער איז געווען פארנומען רעדן אויך מייק לי אויף אלע טי ווי שאוס און דערנאך טריאומפירט אז זיין סטראטעגיע איז דורכגעפאלן? טראץ קרוז.

ווי מעקעין האט אריינגעגעבן פארן רעפובליקאנער סענאט פירער וואס האט געוואלט אוועקנעמען דעם פיליבאסטער. איז געקומען איין ריעד און אנגעפאקט אלע געריכטן וואס וואלטן געקענט זיין פיל מיו רעכטע ריכטער מיט לינקע אקטיוויסטן. מעקעין איז א דעסטרויער און איך האב הנאה אז ער כאפט זיינס. איך האף אז ער באקומט א גוטן פריימערי קעגענער וועלכע שיקט אים רעטייערן.
- - -
אה..בענדעלע...ער איז פון יאיר וויינשטאק׳ס פאנטאזיעס..

זייער שווער אנצוווייזן מיט נומערן ווער עס האט געשאדט און ווער נישט. ווייל דאס געווינען מער זיצען קען האבן אסאך סיבות. עס איז זייער מעגליך א צופאל.

כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט ווי אינטערעסאנט עס איז צו ליינען די ארטיקלען ווי שיין קעניגליך און קליג די מידיע שרייבט פון - צום ביישפיל - א קארל ראוו, צו א ראם עמעניעל וכדו' ווען זיי האבן א סוקסעס, און ידעדע ריר ווערט אויסגעלובט און אויסגערימט, באפיצט און באווינדערט, און מארגען ווען מען פארלירט, שרייבן די זעלבע שרייבער איבער די זעלבע מענטשען וואספארא פארלירער זיי זענען, און ווי שלעכט די סטראטעגיעס זייערע זענען געווען.

די אמת איז, אז כאטש עס איז וואר אז עס איז דא אין פאליטיק געוויסע מהלכים, און געוויסע זאכען העלפן אדער שאטן, באט עט דע ענד אוו דע דעי, קען מען מיט קיין סטראטעגיע נישט זיין זיכער. און מען קען געווינען\פארלירן סיי ווען.

סא דאס אז מען האט געווינען אסאך זיצן, קען זיין צוליב 100 אנדערע זאכען, און יא מען קען טענה'ן אז מען האט געווינען "טראץ" קורז, נישט צוליב קרוז, און ווען נישט קרוז וואלט די געווינס געווען שטערקער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 19, 2015 4:30 pm

מצב כללי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איינער וואס גייט קעגן די פארטיי אויף די רעכטע זייט, איז נישט קיין פראבלעם, אבער ווען איינער גייט קעגן די פארטיי צו די מער לינקע זייט, איז יא א פראבלעם.

אז מען פרעגט מיר, טרוקען קוקענדיג אויף די צוויי פארשוינען - מעקעין און קרוז - איך מיין אז אוועראלל, האט קרוז פל מער געשאדט פארן פארטיי ווי מעקעין. אפשר נישט ביי די רעכטע זייט פון פון די ריפאבליקען פארטיי, אבער ביי די וויילער עס עי האול.


עס איז נישט צום פארגלייכן קרוז מיט מעקעין,

קרוז אטאקירט נישט קיינעם, ס"ה וואס ער טוט איז אז ער אינטורדיסט לעגיסלעישען אינעם סענאט וואס איז אינליין מיט די רעפובליקאנער אגענדע, פאר סאם ריזאן געפעלט עס נישט פאר די איינגעזעסענע אלטע געווארדיע אין וואשינגטאן וואס האבן שוין פארגעסן פארוואס זיי זענען אין וואשינגטאן, א שטייגער ווי מעקעין, פארדעם אטאקירן זיי אים, און דאס אז מעקעין זאל פערזענליך אטאקירן זיין קאלעגע רעפובליקאנער דזשאסט פארן טון דאס וואס מעקעין וואלט ווען געדארפט איז אבסורד.

מען גלליכט נישט יעצט צו וועלעכע איז א גרעסערע עוולה, און וועלעכע איז מער אדער ווייניגער מענטשליך.

מען שמועסט אויס וועלכער פון די צוויי שאדט מער פאר די פארטיי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 19, 2015 4:36 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אויב פארשטייסטו אז מקעין האט פרידאם אויף ספיטש פארוואס לאזטו נישט טראמפ האבען די זעלבע רעכט?

ער האט געטשעלענזשד מקעינס רעקארד מאי כולי רעש? האסט נאכנישט געהערט אזאנס? קערי האט מען אויך געטשעלענדזשד.

בד"וו די רעכטע זענען גארנישט בעסער ווי די לינקע. די איינציגסטע זאך וואס זיי זענען בעסער איז און פאליסי, אבער וואס האסטו פון גיטע פאליסיס ווען אזא גוטסקייט ווי מקעין געט אייביג אלעס נאך?

איך האב אין מיין תגובה געשריבן די חילוק.

קערי האט מען אויך געטשעלענדזשט? וואס האט קערי זעלבסט געטאן? ער איז געגאנגען אויף אלע שאוס איז ארונטער געריסן זיינע קאלעגע סאלדאטן אלס מערדער!! עים קומט נישט די מינימום ריספעקט. ער איז א פאררעטער צו זיין לאנד.

איז נאר די מיליטער ווי מען מעסט מענטשליכקייט און רעספעקט?

מקעין'ס היסטארי פון זיך צורייסען מיט זיין אייגענע פארטיי איז פונקט אזוי דיסלאיעל ווי קעריס אראפרייסען די מיליטער פון קיללינג אינעסענט סיוויליענס.

קערי האט עכט געהאט א מיינונג פונקט ווי מקעין, און זאל מיר מילכיגער מודה זיין אז די גענג אויף סיקס ווי מקעין האט געפארטנערט מיט קענעדי איז גארנישט אזאנע קליינע נושאים, עס איז פארעווער סיריעס דעמעדזש.

זאל נאר איינער דא אמאל אנפירען אפו' א קליינע ארגענעזעישאן וואלט ווען פיין געוויסט ווי דעמעדזשינג אזא נעיטשאר ווי מקעין קען זיין.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג יולי 19, 2015 4:38 pm

אין די אלע מיליאנען גאלעקסיעס איז מעקעין נישט פרעזידענט, אנרופן קרוז א מטורף מאכט אים נישט פאר איינס און קיינער דא האט נישט געזאגט אז מעקעין האט פארלוירן אין זעראו עיט וועגן פערי פארדאמט טראמפ יעצט.

עס איז די מענטאליטעט פון די רעפובליקאנע פארטיי זיך אליין אין דער ערד צולייגן. שוין אזוי א לענגערע צייט. וויפיל שלעק רעיגען האט געכאפט פון די אין די מיליאנען גאלעקסיעס. אפי׳ נאכן דערלייגן די פאפולערע שטימען זינט 1988 מיטן אויסנאם פונעם שמאלן 04 האבן זיי זיך נאכאלץ נישט דערלערנט אז פאליטיק איז נישט א חסידישע פארברענג. און מעקעין איז פון די טאטע׳ס אין די באוועגונג אלץ געווען! מיט דעם פלעגט ער זיך גאר אויפטון. דאס האט אים געדארפט מאכן געווינען אין 08׳.

האט טראמפ ריכטיג געזאגט? עס לאזט זיך דעבאטירן. צו דארפן אבער אלע איבעריגע קאנדידאטן אריינטאנצן אינעם טאפ און פארשרייען טראמפ? אויב די רעפובליקאנער ווילן שטארק פארלירן זאלן זיי אזוי טון. די מידיע און די דעמאקראטישע פארטיי וועלן זיין העכסט צופרידן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 19, 2015 4:38 pm

מטעמים האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:.........
קערי האט מען אויך געטשעלענדזשט? וואס האט קערי זעלבסט געטאן? ער איז געגאנגען אויף אלע שאוס איז ארונטער געריסן זיינע קאלעגע סאלדאטן אלס מערדער!! עים קומט נישט די מינימום ריספעקט. ער איז א פאררעטער צו זיין לאנד.

איז נאר די מיליטער ווי מען מעסט מענטשליכקייט און רעספעקט?

מקעין'ס היסטארי פון זיך צורייסען מיט זיין אייגענע פארטיי איז פונקט אזוי דיסלאיעל ווי קעריס אראפרייסען די מיליטער פון קיללינג אינעסענט סיוויליענס.

קערי האט עכט געהאט א מיינונג פונקט ווי מקעין, און זאל מיר מילכיגער מודה זיין אז די גענג אויף סיקס ווי מקעין האט געפארטנערט מיט קענעדי איז גארנישט אזאנע קליינע נושאים, עס איז פארעווער סיריעס דעמעדזש.

זאל נאר איינער דא אמאל אנפירען אפו' א קליינע ארגענעזעישאן וואלט ווען פיין געוויסט ווי דעמעדזשינג אזא נעיטשאר ווי מקעין קען זיין.

דיסלויעל צו די פארטיי ווערסעס דיסלויעל צום לאנד.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יולי 19, 2015 4:41 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 19, 2015 4:39 pm

אפטימיסט האט געשריבן:ווער עס פארשטייט נישט דעם חילוק איז א דעמאק'ראט'! ביזט א גרעסערע פאטריאט פאר דיין פארטיי ווי פארן לאנד! דיין פריוואטע אגענדע פון אינדערערד לייגן מקעין איז געגאנגען צו ווייט.

אגב, ווער נאך אזויווי יואב בן צרויה דארף וויסן אפצושאצן א קריגס געפאלענעם...

איי געיס אז ווען מיינט די פארטיי געווינט מען און ווען מען מיינט די קאנטרי לוזט מען.

די קאנטרי פוירסט סלאגאן האט פעסט געלוזט דאנט דו איט עווער עגעין.

מקעין האט שווער געארבייט צו באקומען אזא שנאה.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 4:42 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אויב פארשטייסטו אז מקעין האט פרידאם אויף ספיטש פארוואס לאזטו נישט טראמפ האבען די זעלבע רעכט?

ער האט געטשעלענזשד מקעינס רעקארד מאי כולי רעש? האסט נאכנישט געהערט אזאנס? קערי האט מען אויך געטשעלענדזשד.

בד"וו די רעכטע זענען גארנישט בעסער ווי די לינקע. די איינציגסטע זאך וואס זיי זענען בעסער איז און פאליסי, אבער וואס האסטו פון גיטע פאליסיס ווען אזא גוטסקייט ווי מקעין געט אייביג אלעס נאך?

איך האב אין מיין תגובה געשריבן די חילוק.

קערי האט מען אויך געטשעלענדזשט? וואס האט קערי זעלבסט געטאן? ער איז געגאנגען אויף אלע שאוס איז ארונטער געריסן זיינע קאלעגע סאלדאטן אלס מערדער!! עים קומט נישט די מינימום ריספעקט. ער איז א פאררעטער צו זיין לאנד.

איז נאר די מיליטער ווי מען מעסט מענטשליכקייט און רעספעקט?

מקעין'ס היסטארי פון זיך צורייסען מיט זיין אייגענע פארטיי איז פונקט אזוי דיסלאיעל ווי קעריס אראפרייסען די מיליטער פון קיללינג אינעסענט סיוויליענס.

קערי האט עכט געהאט א מיינונג פונקט ווי מקעין, און זאל מיר מילכיגער מודה זיין אז די גענג אויף סיקס ווי מקעין האט געפארטנערט מיט קענעדי איז גארנישט אזאנע קליינע נושאים, עס איז פארעווער סיריעס דעמעדזש.

זאל נאר איינער דא אמאל אנפירען אפו' א קליינע ארגענעזעישאן וואלט ווען פיין געוויסט ווי דעמעדזשינג אזא נעיטשאר ווי מקעין קען זיין.

דיסלויעל צו די פארטיי ווערסעס דיסלויעל צום לאנד.

און טאקטישע דיפערענצן מיט זיין פארטיי קעגן האלטן אנדערש ווי זיין פארטיי אין כמעט אלע יסודות'דיגע שיטות.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג יולי 19, 2015 4:46 pm

נישט אויפריכטיג. איך שטיץ נישט טראמפ. איך בין קעגן פערזענליך אטאקירן.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 4:48 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:אין די אלע מיליאנען גאלעקסיעס איז מעקעין נישט פרעזידענט, אנרופן קרוז א מטורף מאכט אים נישט פאר איינס און קיינער דא האט נישט געזאגט אז מעקעין האט פארלוירן אין זעראו עיט וועגן פערי פארדאמט טראמפ יעצט.

עס איז די מענטאליטעט פון די רעפובליקאנע פארטיי זיך אליין אין דער ערד צולייגן. שוין אזוי א לענגערע צייט. וויפיל שלעק רעיגען האט געכאפט פון די אין די מיליאנען גאלעקסיעס. אפי׳ נאכן דערלייגן די פאפולערע שטימען זינט 1988 מיטן אויסנאם פונעם שמאלן 04 האבן זיי זיך נאכאלץ נישט דערלערנט אז פאליטיק איז נישט א חסידישע פארברענג. און מעקעין איז פון די טאטע׳ס אין די באוועגונג אלץ געווען! מיט דעם פלעגט ער זיך גאר אויפטון. דאס האט אים געדארפט מאכן געווינען אין 08׳.

האט טראמפ ריכטיג געזאגט? עס לאזט זיך דעבאטירן. צו דארפן אבער אלע איבעריגע קאנדידאטן אריינטאנצן אינעם טאפ און פארשרייען טראמפ? אויב די רעפובליקאנער ווילן שטארק פארלירן זאלן זיי אזוי טון. די מידיע און די דעמאקראטישע פארטיי וועלן זיין העכסט צופרידן.

כ'הער. ס'לאזט זיך דעבאטירן צו טראמפ דער שמוציאן און מעסטער אראפרייסער וואס האט זיך געמאכט פאר א מיסיע אראפצורייסן מיט די מיאוסטע לשונות זיין פארטיי האט ריכטיג געזאגט. דאס איז אבער זיכער אז אים פארשרייען טאר מען נישט.

אזוי ווי דו זאגסט, ווען וועט מען זיך שוין דערלערנען אז פאליטיק איז נישט קיין פארברענג און מ'דארף באצייטנס אויסרייסן מן השורש אלע וועקאס און משוגעים וואס האבן געקאסט אזויפיל פאר די פארטיי! אנשטאט גייט דער גאלד-סטאנדארט פון ריינע אומקאמפראמיסלאזע רעכטע שיטות מר. קרוז זיך לעקן מיט דעם עקלהאפטן לינקן שמוציאן מר טראמפייטער.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 19, 2015 4:50 pm

מילכיגער האט געשריבן:מ'קעין, אפגעזען פון זיין העלדישקייט וכו' און זיין זיין דער קאנדידאט פאר פרעזידענט, איז א פאררעטער פארן דיסעגריען מיט זיין פארטיי אין מינימאלע נושאים (גארנישט וואס איז פון די 'יסודות' אזוי צו זאגן) און אראפרייסן די פרינזש עלעמענטס פון זיין פארטיי.


ער איז נישט קיין פאררעטער, אבער ער קען שוין רעטייערן ער מאכט מער שאדן ווי אויפטון.

מילכיגער האט געשריבן:טראמפ, אפגעזען פון זיינע עקסטרעם לינקע שטעלונגען אין סאציאלע נארישקייט אישוס, זיין פערזענליכע עקלהאפטע לעבן, זיין דאנעיטן פאר הילערי און זיין שטיצע פאר די הארבע שבהארבע יוניווערסל פעיער העלט סיסטעם איז נאך דערצו איינער וואס די 'קאור' פון זיין קאמפיין איז אראפצורייסן אלע אנדערע רעפובליקאנער אלס שוטים טפשים און לוזערס.


איך גלייב אז יואב וואלט נישט געשטימט פאר אים, ער האט ס"ה הנאה אז מעקעין האט געכאפט א פליק, וואס איך פערזענליך האלט אז טראמפס ווערטער זענען שאנדפול,

מילכיגער האט געשריבן:זאגט דא איינער אז די סיבה פאר די דורכפאל פון די רעפובליקאנער איז פארן אראפרייסן דעם אראפרייסער טראמפ. און אלע מיליאנען גאלאקסיס מיטן אויסנאם פון פלאנעט 'רייטווינג' וואלט מען געהאלטן ענדערש אז די סיבה פאר די דורכפאל פון די רעפובליקאנער איז פארן גיבן א אזן קשבת פאר אזלכע מטורפים ווי פעילין, באקמאן, קרוז, און טראמפ ועוד ידם נטוי', און זיי נישט באצייטנס אראפרייסן.


עס איז נישט פאר'ן אראפרייסן טראמפ עס איז פאר'ן אומזינסט אראפרייסן די אייגענע פארטיי, אין די דעמאקראטישע פארטיי וועט מען בעקן יעדענ'ס ווערטער מיט די הילף פון די מידיא, משא"כ ביי די רעפובליקאנער פליקט מען זיך אראפ איינער דעם צווייטן, יעצט איך האלט נישט אז אלע סענטארס מוזן האבן די זעלבע מיינונג אויף יעדע אישו, אבער דאס אראפרייסן א צווייטן אינערהאלב די אייגענע פארטיי איז א זאך וואס מאכט חרוב.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Jhon, rogers, בלינצע, טשיינע רב, יאנקי, יש ברירה, נעם אין אכט, פארשטייסט?, פלעסטיק און 54 געסט