ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:38 am

בן אחר בן האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:
Ron Paul האט געשריבן:אן אפיעל מיינט נאכאמאל 12 דזשורארס?

ניין, אויפן אפיעלס קאורט זיצן דריי שופטים וואס איז לכאורה בעסער ווי א דזשורי.


אין ביים נייעם טרייעל (IF) גייט אודך זיין 12 דשורער'ס

ניין, דזשורערס איז נאר דא ביים ערשטן טרייעל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:39 am

איך וויין ווען איך זע די בילד יא סאיז ליידער נישט קיין שלעכטע חלום
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:47 am

א שוידער, א בילד אין קארט??

ווי איז דער הוורוויץ וכת דיליה?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:48 am

אינטער די שיינע טישן און די אויסגעביגעלטע שניפסלעך ליגט אזויפל רשעות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:54 am

די צוויי זענען זיינע לויערס?

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:56 am

פארוואס ברענגט קיינער נישט אויף אסאך א בעעסערע עיצה
אינז זאלען אנהייבען צו שטראמען צו דזשורי ווי אלבערט בעט זיך שוין יארען
אויב איין היימישער יוד וואלט דארט געזעצען וואלט ר' נחמיה געווען אין דע היים

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:59 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:די צוויי זענען זיינע לויערס?

יא, מיט נאך איין נקבה

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 9:59 am

זיי וואלטען סיי ווי נישט געלאזט א איד זיין דזשורי ביי דיע קעיס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:00 am

מ'וואלט קיינמאל נישט געלאזט קיין איד אויף אזא קעיס

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:11 am

געלעגער האט געשריבן:מ'וואלט קיינמאל נישט געלאזט קיין איד אויף אזא קעיס


נישט אמת. עס איז אומלעגאל. און פאקט אויב וואלטן זיי נישט ערלויבט א חסידישע איד ווען ער איז געווען אין די דזשורי פאל. וואלט דער קעיס אנקעגען וועבערמאן ארויס געווארפן אין די אפעלאט, נאר פאר די סיבה אליין.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4960
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:14 am

די פראבלעים איז אבער אז מען רעדט און מען רעדט און מען טוט נישט למעשה
די עולם'ס געמיטער ווערט ווארים ווען עס קומט אזא שרעקליכע מינוט אבער די בריאה פון צייט טוט זיינס און עס ווערט אפגעקילט

לאמיר זעהן היינט וויפיל אינגעלייט גייען אפלייען פאר דזושרי דינסט

ווער עס האט אפלייעט זאל שרייבן דא און מחזק זיין די זאך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:18 am

לכאורה האט געשריבן:גראדע שטייט אין די מפרשים פון פרשת וישב אז בעלי בחירה קענען אוועקלייגן אן איש תם וישר אויך, וואס 12 רועי בקר באשליסן איז נישט מאסגעבנד ביי אונז.
מחולק.
12 רועי בקר זענען קלאר נישט קיין בעלי בחירה...
און ווי בכלל פארגלייכן שבטי י-ה צו להאא"ה רועי בקר?
אודאי איז זייער באשלוס נישט מאסגעבנד צו מתיר זיין מקבל זיין לשון הרע. אבער נישט זיי שלאגן, הוי אשור שבט אפי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:28 am

די קלעגער און די פראסעקיוו טער זענען אבער יא
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:39 am

עיני עיני יורדה מים, צוזאמען מיט אלע ערליכע אידן
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:42 am

שוועמל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:גראדע שטייט אין די מפרשים פון פרשת וישב אז בעלי בחירה קענען אוועקלייגן אן איש תם וישר אויך, וואס 12 רועי בקר באשליסן איז נישט מאסגעבנד ביי אונז.
מחולק.
12 רועי בקר זענען קלאר נישט קיין בעלי בחירה...
און ווי בכלל פארגלייכן שבטי י-ה צו להאא"ה רועי בקר?
אודאי איז זייער באשלוס נישט מאסגעבנד צו מתיר זיין מקבל זיין לשון הרע. אבער נישט זיי שלאגן, הוי אשור שבט אפי.

ו. פארוואס זאגסטו אז די 12 רועי בקר [ווי איך רוף אן די דזשורי, הגם דאס איז א טיטל וואס קומט זיי ניטאמאל] זענען נישט קיין בעלי בחירה?

דער אוהחה"ק פ' מקץ שרייבט אז א גוי איז א בעל בחירה.

2. ווער האט ח"ו צוגעגליכן די שבטים צו רועי בקר?

מאך נישט קיין טשאלענט קוגל פון מיין תגובה, ביטע.

3. הוי אשור שבט אפי איז א פסוק וואס מיר האבן טאקע נעכטן געלערנט אין די מוסר חלק פון חק לישראל, אויך דעם פסוק פון גם כי אלך בגיא צלמות לא אירע רע כי אתה עמדי שבטך ומשענך המה ינחמוני.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 10:52 am

ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען היינט עוסק געווען אין די סוגיא פון ת"ר ת"ב שחל בחנוכה כיצד יתנהג האדם. מען האט זיך נישט געגריסט, בלויז בשפה רפה. געדאווענט בקול דממה דקה, ענליך צו מגילת איכה ת"ב ביינאכט. נישט געווען די געווענליכע פרייליכע שטימונג וואס הערשט צווישן ידידים וואס טרעפן זיך יעדן פרי מארגן. עס האט זיך געשפירט דער חלל, דער גרויסער חלל. דער חלל פון איין פערזאן, און דער חלל וואס דאס האט געשאפן ביי איטליכן מתפלל וואס האט אים נאר געזען און געקענט. ירא ה' בעני עמו ויוציאנו מאפילה לאור גדול השתא בעגלא ובזמן קריב.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 11:10 am

לכאורה,
כאב געלייגט פינטעלעך ... ווייל אין אזא בייעסד ענווייראנמענט פארלירט מען ממש די בחירה.

זייער בחירה איז פונקט גוט זיי צו קענען מעניש זיין ביום נקם השם, אלס אני קצפתי מעט והמה עזרו להרע. אבער נעמט גארנישט אוועק פון שבט אפי און מען ברויך דאס מקבל זיין, אפגעזען זשורי צי פראסעקיוטער צי אקיוזער וואטעווער.

אוי ביסטו גערעכט, גם כי אלך בגיא צלמות גו' ויהי ה' את יוסף, מיר זענען מתפלל ער זאל קענען אויסהאלטן די יסורים
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 11:31 am

יוסעלע_גולם האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:מ'וואלט קיינמאל נישט געלאזט קיין איד אויף אזא קעיס


נישט אמת. עס איז אומלעגאל. און פאקט אויב וואלטן זיי נישט ערלויבט א חסידישע איד ווען ער איז געווען אין די דזשורי פאל. וואלט דער קעיס אנקעגען וועבערמאן ארויס געווארפן אין די אפעלאט, נאר פאר די סיבה אליין.

אין פאקט לאזן זיי בכלל נישט קיין איד אלץ דשורי, נישט נאר ביי די קעיס נאר אין אלגעמיין וועלן זיי אלעמאל אפזאגן דעם איד. אידן גייען היינט צוטאגס אין די מאסן אלץ דזשורערס און קיינער בלייבט נישט דארט. זיי זאגן נישט אז דאס איז וועגן די ביסט א איד, אבער דאס איז די פאקט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 11:42 am

צייטליך האט געשריבן:
יוסעלע_גולם האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:מ'וואלט קיינמאל נישט געלאזט קיין איד אויף אזא קעיס


נישט אמת. עס איז אומלעגאל. און פאקט אויב וואלטן זיי נישט ערלויבט א חסידישע איד ווען ער איז געווען אין די דזשורי פאל. וואלט דער קעיס אנקעגען וועבערמאן ארויס געווארפן אין די אפעלאט, נאר פאר די סיבה אליין.

אין פאקט לאזן זיי בכלל נישט קיין איד אלץ דשורי, נישט נאר ביי די קעיס נאר אין אלגעמיין וועלן זיי אלעמאל אפזאגן דעם איד. אידן גייען היינט צוטאגס אין די מאסן אלץ דזשורערס און קיינער בלייבט נישט דארט. זיי זאגן נישט אז דאס איז וועגן די ביסט א איד, אבער דאס איז די פאקט.


פארשטייסט אליינס אז אויב וואלט ווען יעדע איד געגאנגען צו דזשורי וואלט ווען די קארט סיסטעם אין ברוקלין באשטאנען פון בערך 25% אידן (א גוי וואס איז שוין געווען פארמשפט אלץ קרימינעל קען נישט זיין א דזשורי, לפי מיטטב ידיעתי, און וויפיל חסיד'ישע אידן זענען קרימינאלן? כמעט גארנישט), און זיי וואלטן געהאט א שווערערע פראבלעם צו דיסמיסען דעם דזשורי, איך אליינס בין געווען איינמאל ביי א דזשורי פאל, ווייל איך האב געוואלט פאלגן אלבערט (די צייטונג) און עס איז נישט געווען מער ווי 2 אידן, און מיך האט מען נישט גענומען וועגן איך האב שוין געהאט א מיינונג, (איך זאג נישט, איך האב דירעקט געזאגט די מיינונג ווייל איך האב געוואלט זיין פטור, ווייל די קעיס איז געווען געסקעדזשולט אויף ערב יו"ט), און די אנדערע איד האבן זיי יא גענומען.

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 11:44 am

קארן האט געשריבן:מהאט נישט פארהאנדלט מיט איר? אפשר זאגסטו מיר פארוואס מהאט ארעסטירט אברהמי רובין?


אפשר האט זי טאקע מורא געהאט אז מען וועט עס ניצען אקעגן איר? איך האב נאר געזאגט אן השערה בדרך כלל.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 11:48 am

הבדלה וויין האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:מהאט נישט פארהאנדלט מיט איר? אפשר זאגסטו מיר פארוואס מהאט ארעסטירט אברהמי רובין?


אפשר האט זי טאקע מורא געהאט אז מען וועט עס ניצען אקעגן איר? איך האב נאר געזאגט אן השערה בדרך כלל.

זאכליך האט געשריבן:אויב איר ציל איז געווען צו איינזעצן אַ שילדיגער זענט איר גערעכט, אָבער איר ציל איז געווען צו ווייזן אז זי און איר גרופּע וועט ליידער צעשטערן אונזער קהילה. היל"ת.
אויף דעם ניצט נישט קיין שוחד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 12:32 pm

איי הער אויף מיט די מייסעס...

עס איז כהיום דא גענוג לעגאלע אופנים וויאזוי צו פארהאנדלן (עיין ערכו הטמא של מייקל דזשעקסאן בוויקיפידיע), און דאס וואס ביי דעם אנדערן קעיס האט מען מסדר דע ק. איז ווייל אין דעם ספעציפישן פאל איז דער גאנצער קעיס געווען פינאנציעל מאטיווירט, און דער יעניגער האט געשיקט עטליכע זענדונגן אז הכס יענה, ממילא האט האבן עסקנים אין לויערס געארבעט אויפצודעקן דעם בלעקמעיל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

אבער

תגובהדורך dovidal » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 12:39 pm

אבער אויף וואס פארא עווידענס האבן זיי דאס באשטעטיגט אן קיין עדות ?ראיות ? מעגן זיי די זשורארס טון וואס זיי ווילן אן קיין טעם ?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 12:45 pm

לכאורה האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען היינט עוסק געווען אין די סוגיא פון ת"ר ת"ב שחל בחנוכה כיצד יתנהג האדם. מען האט זיך נישט געגריסט, בלויז בשפה רפה. געדאווענט בקול דממה דקה, ענליך צו מגילת איכה ת"ב ביינאכט. נישט געווען די געווענליכע פרייליכע שטימונג וואס הערשט צווישן ידידים וואס טרעפן זיך יעדן פרי מארגן. עס האט זיך געשפירט דער חלל, דער גרויסער חלל. דער חלל פון איין פערזאן, און דער חלל וואס דאס האט געשאפן ביי איטליכן מתפלל וואס האט אים נאר געזען און געקענט. ירא ה' בעני עמו ויוציאנו מאפילה לאור גדול השתא בעגלא ובזמן קריב.


כ'קום יעצט פון דיין שוהל...
האסט נישט מגזם געווען ...
דער אסטאמפער איז ממש תשעה באב שחל בחנוכה... ליידער ליידער
דער בעל תפלה היינט אין מיין מנין האט נישט געזונגען היינט קיין הודו ביי הלל, נאכן דאווענען האט ער זיך אנטשולדיגט ס'האציך פשוט נישט געקענט זינגען אין אזא מצב......

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » דינסטאג דעצמבער 11, 2012 12:48 pm

שטארק זיך האט געשריבן:איי הער אויף מיט די מייסעס...

עס איז כהיום דא גענוג לעגאלע אופנים וויאזוי צו פארהאנדלן (עיין ערכו הטמא של מייקל דזשעקסאן בוויקיפידיע), און דאס וואס ביי דעם אנדערן קעיס האט מען מסדר דע ק. איז ווייל אין דעם ספעציפישן פאל איז דער גאנצער קעיס געווען פינאנציעל מאטיווירט, און דער יעניגער האט געשיקט עטליכע זענדונגן אז הכס יענה, ממילא האט האבן עסקנים אין לויערס געארבעט אויפצודעקן דעם בלעקמעיל.


פארשטייסט אליינס אז למיחש מיהא בעי, און די ווייסט זייער גוט אז ווען מישט שוין לויער איז שוין שווערער צו פארהאנדלען ווי ווען מען האנדעלט מיט בלויז היימישע אידן, עכ"פ אזוי איז געווען פאר יאר'ן צוריק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הויעך, חסד ורחמים, פרישוואסער, קאפ און אקסל, שליו ודגים און 58 געסט