ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:33 am

ראן,
דערווייל האלט עס ביי א שמועה פון שוועמל; און א השערה פון על השם ועל משיחו..
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:35 am

אמת שטארקי, אבער וואס קעניך טון? איך קויף אפ אלעס שנעל..
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:40 am

געהערט דעם שבת פון א זוהן פון ר' נחמי' אז עס איז שוידערליך צו זעהן ווי שנעל מענטשן גלייבן שמועות, סיי לטוב און סיי פארקערט.

ווען דערשאוויץ האט נאכנישט באקומען קיין פארלאנג צו נעמען דעם קעיס, זענען שוין דא שמועות אז ער איז געזיצן זעקס שעה מיט רנ"צ, אדער אז ער האט שוין אפגעזאגט.

אויף ענגליש זאגט מען "האלט אייערע פערדן".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:46 am

אזוי האט אויסגעקוקט די גאנצע קעיס פון אנפאנג ווען מענטשן בויען זייערע פאקטן און מיינונגן אויף לופטיגע שמועות,
און ס'האלט נאכאלץ אן ווען די אנדערע צד לאזט ארויס רומערס מיט מעשיות זעענדיג אז דער עולם קויפט סייווי אלעס, דאס מיינט אין אידיש גאסיפ, יעדער מאכט זיך גלייך אפ וואס ער האלט, און קוקט קיינמאל נישט נאך וואס ס'גייט טאקע פאר. (לאו דוקא ביי די מעשה, דא זעהט מען עס נאר שטארק ארויס), די סיבה איז מסתם ווייל זיי פארקויפן זייערע תורות א גאנצן טאג און האבן א ריזיגע מחנה פון מענטשן און בלאגערס וואס העלפן צו, און דא אפילו מ'האט געניג אפצווענדן שטייט מען שטיל אין די זייט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:46 am

ווער איז רנ"צ?
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:58 am

ר' נחמי' צבי
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:10 am

אה, נישט געכאפט.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:22 am

אנטשולדיגט פארן ארויסלאזן מיין פערד פון שטאל צו פרי. דערשאוויץ'ס פאליסי האב איך שוין געהערט אפאר יאר צוריק, און אויב וועט ער יא אננעמען די קעיס, וועט עס זיין א פאזעטיווע נייעס.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:15 am

כאב געהערט אז דערשאוויץ וויל ניש אננעמן די קעיס וויבאלד ער פארטיידיגט במ"ל אבער מארבעט אויף א אנדערע גרויסע לויער.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

אז אונז קען מען יא, פארוואס איז דא שטיל?

תגובהדורך derech eretz » זונטאג דעצמבער 16, 2012 9:06 am

"@SatmarW: Metzitza B'peh: Vaad launched a website which has all relevant info, court papers and newspapers etc. http://t.co/Pa7fD4lw"

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג דעצמבער 16, 2012 10:10 am

משזר האט געשריבן:כאב געהערט אז דערשאוויץ וויל ניש אננעמן די קעיס וויבאלד ער פארטיידיגט במ"ל אבער מארבעט אויף א אנדערע גרויסע לויער.



לכאורה האט געשריבן:געהערט דעם שבת פון א זוהן פון ר' נחמי' אז עס איז שוידערליך צו זעהן ווי שנעל מענטשן גלייבן שמועות, סיי לטוב און סיי פארקערט.

ווען דערשאוויץ האט נאכנישט באקומען קיין פארלאנג צו נעמען דעם קעיס, זענען שוין דא שמועות אז ער איז געזיצן זעקס שעה מיט רנ"צ, אדער אז ער האט שוין אפגעזאגט.

אויף ענגליש זאגט מען "האלט אייערע פערדן".

יאסעלע שואב מים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2012 8:20 pm

תגובהדורך יאסעלע שואב מים » זונטאג דעצמבער 16, 2012 11:42 am

עס איז נאך גארנישט פיינעל לגבי די אפיעל, אבער מאן בויעט א פעסטן טיעם פון לאיער׳ס אי״ה!

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג דעצמבער 16, 2012 11:44 am

פאר די וואס האב נאכנישט געליינט די שערי מדע די וואך. עס איז ווערט צו געבן א בליק. איך בין געווארן היפש אויפגעקלערט..

----

ר' אלבערטס הערליכט ארטיקל וואלט איך צוגעשריבן 'אבל אשמים אנחנו' אז אזאלכעט גוטע שריייבער ווי אלבערט האבן נישט אריינגעשריבן גארנישט צום פרעסע אפצופרעגען די האס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג דעצמבער 16, 2012 12:23 pm

שערי מדע בס"ד פרשת מקץ תשע"ג לפ"ק

מסירה און אנטיסעמעטיזם

א
פארווארט: מהרסיך ומחרביך ממך יצאו: די מחשבות רוישן, די געפילן ברויזן, די בלוט קאכט, די מויל איז פארקלאפט, די פיס זענען שטייף, די הענט פארקלעמט, די חושים פארטעמט. אט אין די מצב האט זיך געפונען און געפונט זיך נאך יעדע רעכט דענקיגע איד. די פענע איז צו ארים ארויסצוברענגען די וויי געשריי פון אחינו בני ישראל. מיר געפונען זיך אין א מצב וואס מיר האבן אלס געליינט אין די היסטאריע ביכער ווי אידן האבן זיך צוזאמגעליטן פון א מסור, א מלשין און מ'האט גארנישט געקענט טון, מ'איז געשטאנען הילפלאז. און פארשידענע צייטן ווען איז עס געווען יד ישראל תקופה האט מען מקיים געווען די מורידין ולא מעלין פאר די מלשינים. היינט קענען מיר נישט נעמען קיין שריט צוליב די דינא דמלכותא, אין כוחינו אלא בפה, און די פה האט גאר א גרויסע כח, די ניינצענטע ברכה האט מען מתקן געווען פאר די חברה, ולמלשינים אל תהי תקוה, ניין אל תהי תקוה, כלל ישראל וועט זיי נישט פארגעבן , כלל ישראל איז זיי נישט מוחל, מיר קענען נישט טון אבער דער כל יכול קען, יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, שנעל און גיכן.

שמעתי פון א גאר חשובע רב וואס האט נאך די נידערטרעכטיגע מעשה ווי די נידריגסטע פון כלל ישראל האבן איינגעזעצט א חשובע עסקן, זיך אויסגעדריקט: די רבנים געבן אויף, מער נישט קיין חינוך פראבלעמען, מער נישט קיין שלום בית פראבלעמען, מיר שפירן זיך אונטער אטאקע. און בשעת מעשה האט ער דערציילט דברים שהתיקה יפה להן. אידן די רבנים און עסקנים געפונען זיך אונטער אטאקע, זיי געפונען זיך אונטער אטאקע ווי יענער זאגט: דיין קינד האט געזינדיגט, זאגט ער איך האב נישט קיין קינדער, גיי פארענטפער דיר. עס פעלט נישט אויס מער ווי פאלשע דיבורים איינצוזעצן די חשובע.

*

באמת האבן מיר געהאט בדעה צו שרייבן א הערליך ארטיקל איבער די גריכישע קולטור און די יוונים בשייכות מיט די אידישע היסטאריע לכבוד חנוכה. אבער הזמן גרמא אז מיר פשוטע מענטשן זאלן שרייען די וויי געשריי בשעת ווען די חשובע רבנים קענען נישט.

כלפי מאי דברים אמורים: עס דרייען זיך ארום יונגעלייט וואס האבן זיך אנגעהערט פון דעם עוכר ישראל אדער געלייינט זיינע שקץ ותועבות און דריקן זיך אויס מיט די אמעריקאנע אויסדריקן: ווי עס איז דא סמאו"ק איז דא פייער! ווען מ'האלט זיי פאר היתכן די ווייסט דען? שרייען זיי צוריק עס איז א פרייע קאנטר"י יעדער איז אינטייטעל"ט צו האבן זיין מיינונג. אט פאר די יונגעלייט וואס רובם ככולם זענען געווען קעגן די אויפטוען קעגן טעכנעלאגיע אד"ג, אשר לא שנה ולא קרא, זיי האבן נישט די מינדעסטע מושג ווי אזוי דיני תורה גייט צו, זיי קומען מיט זייער פארגרעבטע דעת בעל הבית און פארשטייען. אט פאר די יונגעלייט וואס תוך תוכם טראכטן זיי אז מיט די מהלך וועט זיי די גוי ארויפקוקן און זיי מער נישט פארעכענען ווי פרימיטיווע מענטשן אדער ווי זיי רופן עס נער"א מיינדע"ט. אט פאר די לאמיר ציטירן עטליכע אויסצוגן איבער די מושג פון א מסור. ווי אויך וועלן מיר בעז"ה מעתיק זיין די מאמר פון "אנטיסעמעטיזום" )שערי מדע פ' לך תשע"ב( צוגעלייגט מיט
פרישע הוספות. אפשר אפשר וועלן זיי זיך איבערצייגן אז זייער דאנקען גאנג איז פארקריפעלט.

מסירה

אין שולחן ערוך חושן משפט סימן שפח איז געפסקנ'ט די הלכות בנוגע א מסור, להקדים: לפי החזון איש איז בזמנינו נישט שייך די מושג להרוג מסור. די הלכה לויטעט קלאר: עס איז איסור איבערצוגעבן פאר א גוי א איד סיי זיין געלט און סיי זיין גוף, אפילו דער איד איז א רשע און א בעל עבירה, און אפילו מצר לו ומצערו. און כ"ש ביי אונזער פאל ווי על פי תורה האט די עסקן א דין פון א ערליכע איד. איינמאל א מסור זאגט נאר אז ער גייט איבערגעבן א איד פאר די רעגירונג איז די לעבן פון דעם מסור הפקר )בזמן שיד ישראל תקיפה נישט אין אונזערע צייט( ער האט א דין רודף וואס אויב קען מען אים אפשטעלן מיטן אפשניידן זיין צונג דאן טאר מען נישט הרגענען. אין לו חלק לעולם הבא, און א מסור מעג מען מסר'ן! דאס איז נוגע היינטיגע צייט אויך!!. א מסור איז אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, מ'איז זיך נישט משדך מיט אים, מ' שטייט נישט נעבן אים, טמא טמא יקרא. מ'האפט אויף זיין מיאוסן סוף ווי שנעלער און גיכן.

ווי מיר האבן צוגעברענגט פאר עטליכע וואכן צוריק די מוראדיגע און שרעקליכע ווערטער פון די מהר"ל אין נר מצוה )פה.( ווי ער שרייבט: עס איז דא א חילוק ווען מ'ליידט צרות פון א גוי אדער פון א איד רח"ל, אויב די שונא איז א גוי הם אינם מבקשים אלא מה שבגלוי, זיי פייניגן דעם גוף די חיצונית. אבער אויב איז מען גאר פארזינדיגט דאן ווארענט די תורה: ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י: איני מעמיד שונאים אלא בכם ומכם, אויב די שונא איז דער איד דאן וועט ער טשעפען די יסודות די אינערוויינגסטע פונעם איד. ווי מ'זעהט עס בחוש בכל דור ודור, אז די משומדים זענען געווען פאראנטווארטליך פאר די שריפת התלמוד, און דער עוכר ישראל מייקל בלומבערג האט געטוהן וואס אנדערע האבן נישט געטון געטשעפעט מיט מצות מילה, און די יעצטיגע מוסרים זעצן איין ערליכע און אומשולדיגע עסקנים. און טוען זיך נאך רייצן..

אנטיסעמעטיזום
אלס א קליינע באגריף אז די גוי האט אונז נישט ליב, און קיין טובה וועט מען פון זיי נישט באקומען, לאמיר כאפן א בליק אויף די היסטאריע און מושג פון אנטיסעמעטיזום:
פון ווען דער אב המון גוים אונזער זיידע אברהם האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן די נאמען פונעם הייליגן באשעפער איבער די וועלט, איז ער שוין אויסגעשטאנען צו דיפות, נמרוד הרשע האט אים אריינגעשליידעט אין קאלך אויווען. אזוי אויך אין מצרים, נאכדעם וואס יוסף איז געשטארבן, האט זיך אנגעפאנגן די רדיפות קעגן די אידן, דעמאלטס האבן זיך די עגיפטישע באנוצט מיטן אויסרייד אז די עם ישראל איז רב ועצום א שטארק פאלק. זיי האבן זיך באנוצט מיט יודעפאבי"ע א מיטל וואס
ברענגט שנאה מחמת פחד און מיסטעריע.
א כוואליע פון שנאה קעגן די איד האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט, פון ווען כלל ישראל האט מקבל געווען די תורה ביים בארג סיני. ווי די הייליגע חז"ל זאגן אונז אין מסכת שבת )פט.(: מאי הר סיני? שירדה שנאה לאומות העולם! די גוים, די פעלקער האבן אנגעהויבן צו באקומען א שנאה פאר כלל ישראל.
בזמן אחשורוש מצינו במגילת אסתר שאמר המן הרשע: ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים בכל מדינת מלכותך ודתיהם שונות מכל עם. )כמבואר בחז"ל העליל על מנהגי ישראל מסגירת השוקים, עד אי שתיית יין(.
אין די צייטן פון צווישן די צוויי בתי מקדש איז פארגעקומען די מעשה פון אחשורוש, ווי המן הרשע האט געשאסן וויסטע שנאה קעגן די אידן, מיטן אנקלעבן אויף זיי פארשידענע סטיגמע"ס: ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים בכל מדינת מלכותך, ודתיהם שונות מכל עם, ווי חז"ל שרייבן זיי מאכן צו געשעפטן אין שבת, זיי טרינקן נישט פון קיין וויין וואס א גוי האט אנגערירט. המן הרשע האט זיך באנוצט מיט אן אנדער מיטל מיט וואס די אנטיסעמיטן במשך הדורות האבן זיך באנוצט, אידן זענען אנדערש, זיי ווילן זיך נישט מישן, זייערע מנהגים איז אנדערש, זייער לבוש איז אנדערש.
וואסערע סיבה האבן די גוים אנגעגעבן איבער די שנאת ישראל? טיילמאל ווייל זיי זענען לינקע, טיילמאל ווייל זיי זענעןרעכטע, צומאל ווייל זיי זענען קאמיניסטן, צומאל ווייל זיי זענען סאציאליסטן. אנדערע טענה'ן זיי זענען צו צוריקגעבליבן, לעומת איז דא וואס געבן אן די סיבה ווייל זיי זענען צו פארגעשריטן. דא שרייט מען זיי קאנטרעלירן די עקענאמיע, זיי זענען געלטגייציגע און טוען דורך ריבית אויפעסען די געלט פון די גוים. און צומאל שרייט מען אז זיי לייגן זיך אן אויף די רעגירונגען, זיי ארבעט'ן נישט. די שנאה האלט אן און אלע זמנים, אין גוטע און אין שלעכטע.
שנאה אן קיין טעם – הלכה היא בידוע
נו, ווי איר זעהט איז נישטא קיין אמת'ע סיבה. דער גאון וקדוש רבי מנחם זעמבא הי"ד, וואס האט געשפירט די טעם פון די שנאה ווי ער איז אומגעברענגט געווארן אין די ווארשא געטא בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, האט אמאל געגעבן א ערקלערונג דערויף: רבי שמעון בר יוחאי זאגט "הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב" )ספרי במדבר סט(. א אינטערעסאנטע לשון "הלכה"! די לשון וואלט ווען געדארפט זיין "ידוע שעשו שונא ליעקב" וואס איז דאס די "הלכה"? האט דער גאון רבי מנחם געזאגט, רבי שמעון קומט זאגן, זיך נישט נאך די סיבה, עס איז א הלכה פסוקה אן קיין טעם! רבי שמעון איז דאך דער וואס איז געווענליך דורש טעמא דקרא, ער זוכט אייביג א טעם אויף יעדע מצוה, יעדע דרש, אבער דא קומט ער זאגן, זיך נישט נאך קיין טעמים און קיין הסברים אויף די שנאה וואס די גוי האט אויפן איד, עס איז א מציאות אן קיין טעם.
שנאה וועגן קנאה
אין א ספר התקנות וואס איז ארויסגעקומען אין שפאניע, ברענגט ער פון א בריוו וואס א וויסטע אנטיסעמיט האט געשריבן פארן קעניג פון שפאניע, מיר וועלן ציטירן אייניגע שורות: דער איד, דער בעל גאוה, ער זוכט אייביג צו זיין העכער ווי אנדערע, זיי טראכטן נישט אז זיי זענען אין גלות און פארקנעכטעט, ווי זיי ווערן געשטיפט פון איין לאנד צום אנדערן. נאר גאר פארקערט, זיי שטעלן זיך אהער ווי הערן און שרים. דערוועגן טוט די שפאנישע פאלק זיי מקנא זיין, און דער חכם האט שוין געזאגט, שנאה וואס קומט פון קנאה האט נישט קיין תקנה קיינמאל וכו'. ווי ריכטיג האט דער גוי געזאגט, שנאה וואס קומט פון קנאה האט נישט קיין תקנה. לאמיר געבן א בליק וואס דער הייליגער אור החיים הק' שרייבט אין פרשת בחוקתי: די תורה רופט אן די גוים 'אויבים', פיינט. וויבאלד השי"ת ווייסט אז אלע פעלקער האבן פיינט דעם איד צוליב די טבע פון קנאה, און קנאה איז א שנאה יסודית און מ'קען עס נישט ערזעצן. – וכלשונו הק': קרא אותם אויבים לצד שיודע ה' כי כל האומות שונאי ישראל בטבע המתקנא, והיא שנאה יסודית ואין לה תמורה.
ראונינג, א דייטש )נישט קיין אנטיסעמיט( וואס איז געווען די מיליטערישע קאמאנדיר אין דאנציג, פוילן. האט ארויסגעבען א בוך אונטערן נאמען "היטלער ]ימ"ש[ האט מיר געזאגט" אינעם בוך האט ער דערציילט איבער זיינע שמועסן מיט דעם צורר היהודים היטלער. צווישן אנדערע שרייבט ער אז איינמאל האט ער געפרעגט היטלער פארוואס ער האט אזוי פיינט די אידן? ער דערציילט: היטלער האט איז אריין אין א כעס אטאקע און געזאגט: עס קען נישט זיין קיין צוויי עמי סגולה, צוויי אויסדערוועלטע פעלקער, אדער די איירישע ראסע אדער להבדיל די אידן. און נאך האט ער ערקעלרט, די אייראפישע קולטור איז געבויט אויף צוויי יסודות, די וויסענשפאטליכע און פיליזאפישע וואס שטאמט פון די גריכן )יוונים( און די מאראל )יסוד המוסרי( שטאמט פון די אידן, און לדעתו האט היטלער געזאגט האט די אידישע מאראל אפגעשווואכט אייראפע, און דערוועגן דארף מען מיט זיי מלחמה האלטן.
איין איד האט היטלער ימ"ש געהאלטן אז עס קומט אים צו לעבן, דער איד האט געהייסן אטוט פינינגר. בשעת ווען די נאצישע פארטיי האט געווינען די וואלן, איז דער איד באגאנגען זעלבסטמארד צוליב דעם וואס ער איז געבוירן א א איד און נישט קיין ריינע אייריש )די דייטשן האבן געשטאמט פון די איירישע ראסע(. איר הערט, דעם איד האט היטלער פארגינען צו לעבן נאכדעם וואס ער האט זיך געהארגעט...

]מאמר מחכם אחד: היהודים שנואים לא בשל תכונות מגונות,
אלא תולים בהם תכונות מגנונות משום שהם שנואים.[
הן עם לבדד ישכון

למה עשה ה' ככה? פארוואס האט הקב"ה אזוי געמאכט אז דער גוי זאל פיינט האבן דעם איד מיט אזא שטארקע שנאה וואס קומט פון קנאה? די תירוץ איז הקב"ה וויל אז זיינע קינדער די אידן זאלן זיין אינגאנצען אפגעשיידט פון די גוים, זיך נישט אפלערנען פון זייערע מעשים אד"ג. ואבדיל אתכם מן העמים ליהות לי. בלעם הרשע האט שוין געזאגט: הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב.
צוליב דעם בשעת מתן תורה האט הקב"ה מיטגעגבן א כוואליע פון שנאה, די גוים האבן אנגפאנגן מקנא צו זיין דעם עם הנבחר. שנאה מחמת קנאה איז די בעסטע מיטל וואס קען האלטן אידן אפגעטיילט פון אנדערע פעלקער. ווי מ'זעהט אין די לענדער ווי עס וואוינען נישט קיין אידן הערשט נישט קיין אנטיסעמעטיזום, ווי כינע, יאפאן אד"ג.
פארשידענע מצות איז איינגעקריצט אויף די קערפער פונעם איד, וואס צייגט פארן גוי דאס איז א איד, ווי פאות, בארד, מצות מילה, ווי אויך בגדים, א קאפל, ציצית אד"ג..און ווי מיר זעהן אין מדרש איכה אז א איד פארמאגט א אידישע פנים, אדער ווי טייל זאגן אז א איד פארמאגט אן אנדער מין נאז. ווי די מדרש דערציילט איבער צוויי פרויען וואס האבן זיך צושלאגן, און בשעת מעשה האט איינע געזאגט פארן אנדערן: די פארמאגסט א אידישע פנים. שפעטער ווען זיי האבן זיך איבערגעבעטן, האט איין פרוי זיך אנגערופען פארן חברט'ע, אויף אלעם פארגעב איך דיר, אבער אויף דעם וואס די האסט געזאגט אז איך פארמאג א אידיש פנים, אויף דעם פארגעב איך דיר נישט.
אידן זענען אייביג געווען ללעג ולקלס, ווען אימער דער גוי וויל אפמאלן דעם איד אין א חוזק בילד, אדער קאריקיטור, וועט מ'עס מאלן מיט די פאות און מיטן נאז. וועט איר אודאי מיינען אז אויב וואלטן די אידן זיך אהערגעשטעלט ווי דער גוי, אן די פאות חלילה, אן די אידישע לבוש, וועט דער גוי אים מער ליב באקומען, די היסטאריע צייגט פונקט פארקערט:
רדיפות קעגן די אידן
ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט במשך אלע דורות, ווען אימער דער איד האט זיך געוואלט אויסמישן מיטן גוי, זיך צושטעלן צום גוי, מיט די לבוש אדער מיט בילדונג. ווי מער זיי האבן פראבירט אראפציווארפן פון זיך אידישקייט, אלס מער האט עס געהאט אן פארקערטע אפעקט.
מיר דארפן נישט צוריקוקען פאר צו לאנג, בשעת די צווייטע וועלט מלחמה האט מען זיך עס איבערצייגט. דער רשע און צורר היהודים דער ארכי מערדער היטלער ימח שמו וזכרו, האט נישט געקוקט אויף די אויסערליכע איד, ביי די נירונבורג אסיפה איז ארויסגעבן געווארן די באפעל קלאר און דייטליך, דורך די בלוט און ג'ענעטישע פראבעס האבן די דייטשן ימ"ש געוויסט ווער עס איז א איד, זיי זענען צוריקגעגאנגען עטליכע דורות זעהן צו מען פארמאגט נישט אין זיך א שמץ פון די אידישע ראסע. עס האט גאר ווייניג געהאלפן פאר די צוויי טויזענט משומדים וואס האבן זיך געפונען אין געטא, ווען זיי זענען געקומען פלאפען זונטאג אין די קירכע, זיי האבן ערווארטעט אז דער גלח וועט זיי געבן די פריווליגע ארויסצוגיין פון די געטא. אבער זייער גורל איז געווען די זעלבע ווי זייערע ברידער. – דער נביא יחזקא-ל האט שוין געווארענט כלל ישראל )יחזקא-ל כ( : והעלה על רוחכם היו לא תהיה אשר אתם אמרים נהיה כגוים כמשפחות הארצות לשרת עץ ואב, חי אני נאם אדנ' ה' אם לא ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה אמלוך עליכם, והוצאתי אתכם מן העמים וקבצתי אתכם מן הארצות אשר נפוצתם בם ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה , והבאתי אתכם אל מדבר העמים ונשפטתי אתכם שם פנים אל פנים וגו'.
הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב – ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי. הקב"ה וויל אז זיין פאלק ישראל זאל זיין אינגאנצן אפגעשיידט פון די גוים. די היסטאריע האט געוויזן ווען אידן האבן עוסק געווען בתורה, זיי זענען געווען אפגעשיידט פון די גוים און גוישקייט, איז קיין מלחמות נישט געווען, מען האט אפגעלאזט דעם איד. אבער ווען די משכילים און זייער'ס גלייכן האבן זיך געוואלט אויסמישן מיט די גוים, אט דאן האבן זיך די אנטיסעמיטן געהויבן דאס קאפ..
די נצי"ב אין זיין קונטרס שאר ישראל, שרייבט ער איבער אנטיסעמעטיזום, צווישן אנדערע שרייבט ער: אז דאס וואס די אומות העולם זענען מצליח צו טון צרות פאר די אידן איז נאר ווען עס איז פארהאנען א מוסר אדער מלשין וואס העלפט זיי צו.
עס איז כדאי צוברענגן די ווערטער פונעם הייליגן גר"א: די אידן זענען צוגעגלעכן צו פייער, בית יעקב אש. די גוים זענען צוגעגליכען צו וואסער, מים רבים לא יוכלו לכבות. ווען פייער און וואסער קומען זיך צוזאם, וועט די וואסער גובר זיין און פארלעשן די פייער. אבער אויב לייגט מען א טאפ אויפן פייער, און אינעם טאפ ליגט וואסער, וועט די וואסער נישט פארלעשן די פייער, פארוואס? ווייל עס איז דא א הפסק דורכ'ן טאפ צווישן די פייער און וואסער. אזוי אויך די אידן קענען זיך נישט מישן מיט די גוים, די וואסער\גוי וועט גובר זיין. מ' דארף האבן א הפסק אינדערמיט. )עי"ש בפרד"י דבזה מבואר מה שאמרו חז"ל בברכות, דהרואה קדירה בחלום יצפה לשלום, ודו"ק.(.
לסיומא
דער גוי האט פיינט דעם איד זיי מיינען נישט אונזער גוטס. ווילאנג מיר זענען אין גלות דארפן מיר זיין אונטערגעווארפן אונטער זיי, אבער נישט זיך זוכן צוצשטעלן צו זיי. און זיכער נישט איבערגעבן אינפערמאציע פאר זיי. לא אלמן ישראל כלל ישראל האט אין אלע דורות געהאט פראבלעמען אבער זי איז געבליבן שטיין פעלזן פעסט, די אינערליכע פראבלעמען איז אייביג געלעזט געווארן צווישן אונז מיר דארפן נישט די גוי וואס זאל אונז העלפן. מיר האבן א תורה וואס צייגט אן וואס מ'מעג און ווען מ'מעג און ווי אזוי מ'מעג און וויפיל מ'מעג. דער גוי וועט דעם איד קיינמאל נישט פארשטיין, אשר בשר חמורם בשרם, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. לאמיר לעבן צווישן זיך, לאמיר זיך איינעם דעם אנדערן ארויסהעלפן, לאמיר געפעלען איינע פארן אנדערן. לאז דעם גוי אינדערויסן פונעם בילד, בזכות נגאלו אבותינו ממצרים, ובזכות זה וועלן מיר בקרוב און גיכן אויסגעלייזט ווערן, אכי"ר.

moshe@dermentch.com כל הזכויות שמורות, להערות והארות

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג דעצמבער 16, 2012 12:30 pm

יישר כח דרך ארץ!

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:08 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:
משזר האט געשריבן:כאב געהערט אז דערשאוויץ וויל ניש אננעמן די קעיס וויבאלד ער פארטיידיגט במ"ל אבער מארבעט אויף א אנדערע גרויסע לויער.



לכאורה האט געשריבן:געהערט דעם שבת פון א זוהן פון ר' נחמי' אז עס איז שוידערליך צו זעהן ווי שנעל מענטשן גלייבן שמועות, סיי לטוב און סיי פארקערט.

ווען דערשאוויץ האט נאכנישט באקומען קיין פארלאנג צו נעמען דעם קעיס, זענען שוין דא שמועות אז ער איז געזיצן זעקס שעה מיט רנ"צ, אדער אז ער האט שוין אפגעזאגט.

אויף ענגליש זאגט מען "האלט אייערע פערדן".


כאבעס געהערט פון א גאר נאנטע משפחה מיטגליד.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:10 pm

און איך האב געהערט פון "גאר א נאנטע משפחה מיטגליד" אז דערשאוויץ איז געזעסן 6 שעה מיט הקדוש ר' נחמי' און באשלאסן "יא" אנצונעמען די קעיס.

און איך גלייב ווייטער נישט קיין איין גירסא... העמיר ציווארטן און זעהן. ירחם השם.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:13 pm

און מסביר צו זיין פארוואס איך שרייב 'הקדוש' אויף ר' נחמי':

מיינע באבעס זענען אומגעקומען ביי די צווייטע וועלט קריג אויף "קידוש השם". פארוואס אויף קידוש השם? האט מען זיי דען געגעבן די אפציע זיך צו טויפן חלילה? כמיין אז נישט. נאר וואזשע דען, זיי זענען אומגעקומען "ווייל זיי זענען אידן", דאס הייסט אומגעקומען על קדיוש שמו יתברך.

אם כן, דער איד רבי נחמי' איז אייגעזעצט געווארן דורך 12 ערלים פאר איין סיבה: ווייל ער איז א איד. טא זיצט ער אויף קידוש השם.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:18 pm

לאו דוקא. ער העט ווען געווען א גוי - און די קלעגערין א גוי - וואלט ער פונקט אזוי געווארן איינגעזעצט.

און בד"וו, ביי די מלחמה הייסט עס קדוש, אבער "נישט" אומגעקומען על קידוש ה'.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:23 pm

מי חכם האט געשריבן:לאו דוקא. ער העט ווען געווען א גוי - און די קלעגערין א גוי - וואלט ער פונקט אזוי געווארן איינגעזעצט.


זיי דיך מסביר.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:29 pm

געליינט די שערי מדע, כווייס נישט וואב ער וויל ארויסברענגען, נא"ו קל"אא (no clue).
וועלכע דורכפאל פון די מערכה טוט ער אדרעסירן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:25 pm

גיט געהערט פון איינעם די וואך שבת

ער האט גערעדט מיט א ערל די סוף וואך און דער ערל פרעגט עם אזוי איידל אויב ער האט געזן די נייעס די וואך פון א אידישע לידער וואס מהאט באשטעטיגט און קארט פון 12 זשורי'ס אז ער האט געטין מעשים שלא יעשו? און אז אפי' סתם 12 מענטשן נעמען אזוי אן איז א שטארקע באווייז אז סאיז אמת?!

דער איד ענפערט עם יא איך האב געהערט דערפון!

פרעגט עם דער ערל נא איז עס נישט בישה ביי ענק אז מהאט געכאפט ענקער'ס א פיערער מיט אזא זאך ? איז עס נישט קיין באווייז אז עפעס טויגט נישט ביי ענק?!

האט עם דער איד גענפערט זייער איידל אז ער איז שוין ממילא פארשעמט און באשמיצט ווייל מהאט שוין געכאפט זיינע אנדערע פירער'ס ביי שמיץ די לעצטערע יארן ווי א שטייגער די פרעזידענט פון אמעריקא און דעם גאוואנער פון ניו יארק און אויך איינע פון די קאנגרס לייט פון ניו יארק סא ער איז שוין ממילא באשמיצט און פארשעמט פון זיינע פירער'ס!
און סאיז שוין ממילא א באווייז אז עפעס טויגט נישט און אמעריקא בכלל און די שטאט ניו יארק בפרט !

און נאכדעם פרעגט ער דעם ערל זאג נאר יעדער און אמעריקא ווייזט ווער איז די מערסטע פארפיינטע פרוי עכ"פ פון די מערסטע פארפיינטע און אמעריקא איז די מאמע פון קעסי ענטעני פון פלארידע פארוואס איז עס אזוי ? א זשורי פון 12 חברה זאגן אז זי איז נישט שילדיג פארוואס דארט נעמט מען נישט אן די סיסטעם מיט א בלינדשאפט און דא נעמט יא יעדער ביי ענק אן די סיסטעם מיט א בלינדשאפט?!

איך דארף ענק נישט זאגן פארציילט דער איד אז דער גוי האט זיך אנטשואלדונגט און פארדרייט די שמועס תיכף ומיד...........
לעצט פאראכטן דורך האלץ האקער אום זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:38 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

געשריבען פארגאנגענעם וואך

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:25 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:לאו דוקא. ער העט ווען געווען א גוי - און די קלעגערין א גוי - וואלט ער פונקט אזוי געווארן איינגעזעצט.


זיי דיך מסביר.


היינט ווען איך בין אריין געקומען אין מקוה הער איך ווי א יונגערמאן (אין א קוקפע) רופט זיך אהן, “אויב וואלט ער געווען א פארטא ריקאנער וואלט ער ארויס פריי.”

איך האב געזאגט מיין דעה און איך בין געווארען גוט באוואשען דערפאר (בעפאר איך בין נאך אריין אין שויער…).

וואס קלערט איר? אויב איר וואלט געזעסן אויפען דזשורי און עס קומט פאר א קעיס פון א מיידעל וואס מען האט געצווינגען צו גיין צו אן אנלייסעסנד טעראפיסט פאר $150 פער שעה (וואס ב.ד.וו. יענער פלעגט זיך קענען אליין באצאלען פון ‘זיין’ טשעריטי). דער פלעגט אפזיצן מיט איר פיהר שעה נאכאנאד דריי מאל א וואך אין א פארמאכטע צימער וואו קיינער פלעגט נישט אריינקומען, און ער האט אפילו אמאל געמאכט א צוועלף שעה’איגע נסיעה מיט זי צוזאמען.

די מיידעל האט עווענטועל אפגעלאזט יענעם ‘טעראריסטישען’ טעראפיסט און איז געגאנגען צו א צווייטער. אמאל זיצענדיג ביים נייע טעראפיסט האט זי אויסגעבראכען אין א געוויין און פארציילט ווי דער ערשטע פלעגט איר כסדר באלעסטיגען. זי איז געווארען אזוי איבערגענומען פון די זכרונות אז זי איז ארויסגעלאפען פון צימער און נישט געקענט ווייטער רעדן. די טעראפיסט האט גענומען ליגאלע שריט און עס איבערגעגעבן צו די פאליציי, וועלכע האבען ארעסטירט און אנגעקלאגט דעם ערשטען טעראפיסט.

מען פרעגט אויס די מיידעל במשך 14 שעה, און דער סניגור פראבירט איר צו צוברעכען אבער זי האלט זיך פעסט ביי איר’ס און פארציילט ווייטער די מעשה (חוץ פון מינדערוויכטיגע טעותים).

איר זענט דעם דזשוריסט (צו דערמאנען: דער טעראפיסט איז א פארטא ריקאנער), וויאזוי וואלט איר גע’פסק’ענט
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:33 pm

אנעים, ברוך השם האסט שוין ענדליך דורכגעטוהן די מעשה..

לענינינו,
דזשוריס זענען איבערהויפט מחיב אין רוב פעלער, ווען עס רעדט זיך פון א אינגע ווירסעס אן עלטערער איז עס נאכמער אזוי.

אבער, וואס איך וואלט געטוהן ווען איך בין דער דזשוראר, מ׳רעדט פון די זעלבע סארט מעשה. איך וואלט געקוקט אויף די עווידענס, וועלעכע איז אין דעם פאל נישט פארהאנען, און איך וואלט געבליבן מסופק.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:37 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:לאו דוקא. ער העט ווען געווען א גוי - און די קלעגערין א גוי - וואלט ער פונקט אזוי געווארן איינגעזעצט.


זיי דיך מסביר.


היינט ווען איך בין אריין געקומען אין מקוה הער איך ווי א יונגערמאן (אין א קוקפע) רופט זיך אהן, “אויב וואלט ער געווען א פארטא ריקאנער וואלט ער ארויס פריי.”

איך האב געזאגט מיין דעה און איך בין געווארען גוט באוואשען דערפאר (בעפאר איך בין נאך אריין אין שויער…).

וואס קלערט איר? אויב איר וואלט געזעסן אויפען דזשורי און עס קומט פאר א קעיס פון א מיידעל וואס מען האט געצווינגען צו גיין צו אן אנלייסעסנד טעראפיסט פאר $150 פער שעה (וואס ב.ד.וו. יענער פלעגט זיך קענען אליין באצאלען פון ‘זיין’ טשעריטי). דער פלעגט אפזיצן מיט איר פיהר שעה נאכאנאד דריי מאל א וואך אין א פארמאכטע צימער וואו קיינער פלעגט נישט אריינקומען, און ער האט אפילו אמאל געמאכט א צוועלף שעה’איגע נסיעה מיט זי צוזאמען.

די מיידעל האט עווענטועל אפגעלאזט יענעם ‘טעראריסטישען’ טעראפיסט און איז געגאנגען צו א צווייטער. אמאל זיצענדיג ביים נייע טעראפיסט האט זי אויסגעבראכען אין א געוויין און פארציילט ווי דער ערשטע פלעגט איר כסדר באלעסטיגען. זי איז געווארען אזוי איבערגענומען פון די זכרונות אז זי איז ארויסגעלאפען פון צימער און נישט געקענט ווייטער רעדן. די טעראפיסט האט גענומען ליגאלע שריט און עס איבערגעגעבן צו די פאליציי, וועלכע האבען ארעסטירט און אנגעקלאגט דעם ערשטען טעראפיסט.

מען פרעגט אויס די מיידעל במשך 14 שעה, און דער סניגור פראבירט איר צו צוברעכען אבער זי האלט זיך פעסט ביי איר’ס און פארציילט ווייטער די מעשה (חוץ פון מינדערוויכטיגע טעותים).

איר זענט דעם דזשוריסט (צו דערמאנען: דער טעראפיסט איז א פארטא ריקאנער), וויאזוי וואלט איר גע’פסק’ענט

זאל איך אויסרעכנען וויפיל פאלשע פאקטן עס ליגט אין דיין תגובה? כ'מיין ס'איז גרינגער צו ציילן וויפיל ווערטער ס'איז יא אמת...

לעססאן: אז מ'ווייסט נישט רעדט מען נישט!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גוט זאגער, התבונני, טעאריע וואס לעבט און 44 געסט