'נייגעריג' גייט לאנדען אויף מארס!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:22 am

leiby האט געשריבן:די אויבענדערמאנטע טוויטס קומען פון אים אליין..
https://twitter.com/MarsCuriosity

ער קען שוין אפדעיטאן זיין טוויטער פראופייל.

Curiosity Rover

@MarsCuriosity

NASA's next mission to Mars. I'm currently en route to the Red Planet. Arrival anticipated Aug. 5, 2012.

זעהט אויס ער איז צו פארנומען צו מאכן בילדער דארט...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:24 am

ב"ה געלאנדעט. די אנגעצויגענע מינוטן איז נישט גרינג פאר די וואס ארבעטן שוין אויף דעם פראיעקט פאר א לאנגע צייט. יעצט קענען זיי שוין אלע אהיים גיין שלאפן רואיג און די קאנספיראציע טעאריקער קענען אנפאנגען שפינען זייער רעטאריק אז באמת איז מען נישט אויף די מארס נאר אין עפעס א פארשטופטע מדבר אין טעקסעס און די רעגירונג האט נאר געוואלט באהאלטן אפאר ביליאן דאלער פון די אקענאמיע כדי די רעסעסיע זאל אנגיין און אזוי וועט אבאמא געווינען און א"י וועט נישט באמבעדירן איראן ווייל סיריע ווערט קאנטרילירט דורך יו-עף-או'ס וואס נעמען וואקסינען און געבן עס פאר בין לאדין וואס לעבט און לאכט אין שאנכעי.. שושנת יעקב...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:28 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

---יעצט זיכט מען די מענטשן וואס וואוינען דארט, אדער האבן דארט געוואוינט...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:39 pm

נייגעריג האט געשיקט א בילד
צוגעלייגטע
BaDumTss.jpg

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:45 pm

הא הא

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:52 pm

just for the curiosity
די קאסט פון נייגעריג האט אפגעקאסט צוויי און א האלב ביליאן דאללאר במשך פון אכט יאר.
די קאסט פון מלחמה אין אפגאניסטאן האט פאר א יאר אליין אפגעקאסט הינדערט און דרייצן ביליאן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:59 pm

און דאס איז שוין אין אבאמא'ס אדמינעסטראציע.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 5:09 pm

געלעגער דו ביסט פון די גרינע מענטשן אויף די יו-עף-או'ס?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:49 pm

וואו קען מען איבער זען דעם לאנדונג?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:27 pm

אסאך האבן געהאט טענות אויף ען-בי-סי פארן אויפהאלטן פון ווייזן די אלימפיקס ווייל זיי האבן עס געוואלט אויפשפילן פריים טיים. א לץ האט היינט געשריבן: NBC has a 6 hour delay for events 3000 miles away. NASA has a 15 minute delay for an event 150,000,000 miles away.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:32 am

derech eretz האט געשריבן:וואו קען מען איבער זען דעם לאנדונג?

מען האט עס קיינמאהל נישט געזעהן, עס איז נאר געווען א קאמפיוטער סימיולעיטעד וידיאו, דא:

http://www.nasa.gov/multimedia/videogal ... =146903741

היינט איז אנגעקומען צו די ערד א אומקלארע וידיאו פון די לעצטע צוויי מינוט פונעם לאנדונג:

http://www.nasa.gov/multimedia/videogal ... =149974611
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:59 pm

א בילד וואס 'קוריאסעטי' האט געכאפט פון זיין 'היעט שיעלד' דריי סעקונדען נאכ'ן זיך אפטיילן דערפון, צוויי מינוט פאר'ן לאנדן.
צוגעלייגטע
673893main_PIA15988-43_428-321.jpg
673893main_PIA15988-43_428-321.jpg (8.63 KiB) געזעהן 1749 מאל
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:03 pm

א נאס"א סעטעלייט האט געכאפט א בילד פונעם לאנדונג [מיט'ן פערעשוט אפן].

קליקט אויפן בילד עס צו זעהן קלארער.
צוגעלייגטע
673724main_PIA15980-43_946-710.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 3:50 pm

א קלארע פיקטשער פון די היט שיעלד, בשעת'ן לאנדן, (מ'האט זיך שוין געוואלט איינרעדן אז ס'איז א UFO)
בילד
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am

דאס איז דאך די זעלביגע בילד וואס שוטה האט געבראכט.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:18 pm

אפפס נישט באמערקט, ס'איז נעכטן געווען אין די נייעס ווייל געוויסע האבן געוואלט חלומ'ן דערויף אז ס'איז א UFO
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:29 pm

אין אנדערע ווערטער אז די יועפאוס זענען אויך געמאכט דורך די רעגירונג...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:32 pm

פשיהא! וואס ס'טוט זיך אלץ אפ אין עריע פיפטי וואן...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:05 pm

פרייטאג איז געווען אין די נייעס אז א נאסא לבנה ראווער האט אויפגעריסן ביים טעסט פלייט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 10:28 pm

עס רינט ארויס פון נאסא אז די מארס נייגעריגער האט געמאכט עפעס א דיסקאווערי, ווי א אינוועסטאר פארצייכנט עס 'א דיסקאווערי פאר די היסטערי ביכער', נאסא זאגט אבער דערווייל נישט אויס פון וואס די רעדע איז פאר אפאר וואכן, די סיבה איז ווייל זייערע סייענטיסטן ווילן נאך אדורך גיין די ערפינדונג עד הסוף זיכער צו מאכן אז מ'רעדט טאקע פון דאס וואס זיי טראכטן און נישט סתם חשדות.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 12:01 am

נישט ארויסגערונען, עס איז געווען אן אפיציעלער אינטערוויו פון דער הויפט קוריאסיטי וויסנשאפטלער אין נאסא מיט NPR.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 11:01 am

אז מען האט געטראפן וואסער אויף מארס?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מוצ"ש נובעמבער 24, 2012 10:05 pm

וואסער האט מען שוין געפונען אויף מארס אין 1971 ווען מארינער 9 האט קאמאנדעוועט אויף מארס. נישט לאנג צוריק האט נייגעריקייט געפונען איבערבלייבענישן פון א פליסיג טייכל. זיי גייען זאגן וואס מ'האט געטראפן אין צוויי וואכן ארום.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג נובעמבער 26, 2012 7:29 pm

איך ווייס נישט ווי עס צו שטעלן שטעל איך עס דא, עס קען זיין אונטערסאנט פאר די חברים דא, ווי באקאנט טוט די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטעישן ארומרינגלען אונזער וועלט עטליכע מאל א טאג (16), אויב ווילט איר עס זעהן קענט איר עס זעהן מיט די אויגן אן קיין קוקער אדער טעלעסקאופ, די אינטערנעשענעל ספעיס סטעישן איז לויט נאסא די גרעסטע זעענדע אביעקט אויף אונזער וועלטל נאך די זון און די לבנה, נאסא האט דיוועלעפט א פראגרעם וואס וועט אייך איינמעלדן ווען, ווי, און ווי לאנג די ספעיס סטאנציע וועט זיין אינעם האריזאנט ארום דיר, זיך איינצושרייבן גייט אהער.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 12, 2013 2:52 pm

א נאסא סייענטיסט זאגט אז סימנים פון לעבן זענען געפונען געווארן אין די שטיינער פון מארס #ברעיקינג

דאס איז פון פאקס ניוס:

NASA scientist says key chemical ingredients for life, including sulfur, hydrogen and oxygen, were found in Mars rock sample taken by Curiosity rover.
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבי.גערעדט, בלעקבארד, נעם אין אכט און 52 געסט