בלאט 1 פון 3

'נייגעריג' גייט לאנדען אויף מארס!!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:09 pm
דורך געלעגער
'נייגעריג' גייט לאנדען אויף מארס!!

שוין אכט חדשים וואס דער איין טאנ'יגע נייגעריג 'curiosity' דרייט זיך אונעם חלל און מאכט זיך גרייט אויסצופירן זיין מיסיע פון לאנדן אויף מארס און ברענגען פון דארט לעבעדיגע אינפארמאציע איבער וואס דארט טוט זיך און האט זיך געטון, און צו ס'איז דארט אמאל געווען א לעבנס צייכן.

די אקציע גייט קומען צו איר דערגרייכונג מארגן פארטאגס איינסע צייט, דעמאלטס וועט זיין די טאטש דאון, די סייענטיסטן דא זאגן אז דאס איז די שווערסטע לאנדונג וואס זיי האבן נאר אמאל געהאט. די גרעסטע פראבלעם איז אז פונעם לאנדען ביז מען גייט וויסן צו אלעס איז אקעי וועט נעמען בערך פערצן מינוט. דאס איז ווי לאנג אינפארמאציע זאל טרעוולען פון די ספעיס ביז אונזער וועלטל און דאס גייט זיין די מערסטע אנגעצויגענסטע שעות פאר די סייענטיסטן. מען גייט קענען מיטהאלטן לייוו די לאנדונג איבעראל.

http://cnet.com/news/watch-nasas-live-c ... g/57486458

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:52 pm
דורך יוסף שרייבער
כאב זיך געווינדערט וואס די גאנצע טאראראם איז, יעצט ווערען מיר געואיר אז עס איז פשוט א קנאה-שנאה צווישען די צוויי נייע מנהלים א גרינע מיט א רויטע און אזוי ווי ביי אונז חסידים איז גרין גובר האט ליידער געלעגער אויסגעפירט און געשיקט מיין באליבטע זייער נייגעריג זיך אויסלופטערן אויף מארס.

איך זאג ענק דער המן וויל אונז סתם דערשרעקען דרייט ער א קאשע אז זייערל וועגט עפעס א טאן , ער וויל עם סתם אויפבלאזען צו סאונדען ספוקי ביודעי קען איך מעיד זיין אז זייערל היקר איז א דינטשיק טייערער יוגערמאנטשיקעל ער איז גאר ווייט פון א טאן!

סתם שיסט ער שקרים אז ער גייט זיין אנגעצויגען שעות, גלייבט עם נישט קיין ווארט ער גייט מאכען א גרויסע לחיים עז סואן ווי די לאנדונג געשענט,פרעג איך אייך קען מען דאס צולאזען בשאט נפש? נאכדערצו ווען מיר ווייסען נישט צו הרב נייגעריג וועט בכלל האבען עקסעס צו אייוועלט דארט, שומו מארס!

זאג די גרויזי.. אוי געלעגער האסט נישט געקענט טרעפען ערגעץ נענטער? כליפ כליפ איך קען מיך נישט בארויהיגען, ביטע זעהר דריגענד ווער עס האט קאנעקשאנס מיט די הויכע פענסטער (אולי וויכי יר"ה) ביי נאסא זאל פליז טוהן א מצוה גדולה און זעהן צו מען קען דעם גרויזאמען אורטייל אפהאלטען אין די לעצטע מינוט! עסקנים זיטצען גרייט אויפצונעמען פעטיציעס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:02 pm
דורך פליגל
איצט מאכסטו מיר נייגעריג, וואס איז דאס? ווער האט דאס ארויפגעשיקט? איז דאס די ערשטע מאל וואס מ'לאנדעט דארט?

שמועס עס אויס אביסל ברייטער.

שרייבער; עס איז אין נייעס פארום.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:05 pm
דורך יוסף שרייבער
רב פליגעל אויב האסטו נאך אן דיין תשעה באב מאסקע להוי ידוע לך אז עס איז שוין חמשה עשר באב, שמייכעל דיך אויס דיין חלק און גיי ווייטער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:09 pm
דורך שוטה
גאר א אינטערעסאנטע וידיאו ווי אזוי עס דארף אויסזעהן די 'זיבן מינוט פון טעראר' ד"ה פון ווען עס קלאפט זיך אן אין די אטמאספערע פון מארס ביז עס לאנדעט.

עס איז גאר א קאמפליצירטע און אינטערעסאנטע לאנדונג.

http://space.brevardtimes.com/2012/08/n ... es-of.html

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:12 pm
דורך שוטה
דא וועט מען קענען מיטהאלטן לייוו פון 10:30 היינט נאכט.

http://news.cnet.com/8301-11386_3-57486 ... r-landing/

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:12 pm
דורך מאנ-יימער
יוסל נאדיר ;l;p-

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:26 pm
דורך יוסף שרייבער
טענקס מר. מאנעלע כ'בין דא כשושנה בין החוחים כ'מיין כשמייכעל בין הנייעס און דיין גרינע וואס דו האסט געלקחנט פון דעם זויערען פליגל איז מיר מחזק.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:33 pm
דורך מחותן
שוטה האט געשריבן:גאר א אינטערעסאנטע וידיאו ווי אזוי עס דארף אויסזעהן די 'זיבן מינוט פון טעראר' ד"ה פון ווען עס קלאפט זיך אן אין די אטמאספערע פון מארס ביז עס לאנדעט. עס איז גאר א קאמפליצירטע און אינטערעסאנטע לאנדונג.
http://space.brevardtimes.com/2012/08/n ... es-of.html


יו טוב איז נישט ערלויבט דא, און רוב אידן שותומ"צ קענען עס נישט זען,

+++++

מאנ-יימער האט געשריבן:יוסל נאדיר ;l;p-

גם אני מצטרף,

+++++

ייש"כ געלעגער,

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:41 pm
דורך שוטה
שוטה האט געשריבן:דא וועט מען קענען מיטהאלטן לייוו פון 10:30 היינט נאכט.

http://news.cnet.com/8301-11386_3-57486 ... r-landing/

יעצט זעה איך אז זיי שרייבן אז ס'הייבט זיך אן 11:30.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:54 pm
דורך שוטה
דאס זעהט אויס צו זיין א בעסערע לינק.

http://www.nasa.gov/multimedia/nasatv/index.html

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:26 am
דורך געלעגער
אויב גייט דאס פייפן -און די שאנסן זענען זייער גרויס- מיינט דאס 2.5 ביליאן דאלער אראפגעפלאשט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:19 am
דורך leiby
קוקט אויס א גרויסער עולם האלט עס מיט
http://www.ustream.tv/nasajpl
140177 Current views
3.9 M Total

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:22 am
דורך leiby
ס'ווערט נענטער..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:27 am
דורך leiby
MarsCuriosity Entering Mars' atmosphere. 7. Minutes. Of. Terror. Starts. NOW. #MSL

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:28 am
דורך געלעגער
דערווייל זעהט עס אויס גוט! אבער געדענקט, פון ווען עס לאנדעט ביז מיר וועלן וויסן די רעזולטאטן נעמט בערך פיפצן מינוט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:30 am
דורך leiby
Parachute deployed! Velocity 900 mph. Altitude 7 miles. 4 minutes to Mars! #MSL

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:31 am
דורך leiby
Heatshield separation. Next up: Radar must lock on ground #MSL

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:32 am
דורך leiby
געלונגען!!
מ'טאנצט און שפרונגט..


MarsCuriosity I'm safely on the surface of Mars. GALE CRATER I AM IN YOU!!! #MSL

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:33 am
דורך שוטה
מי שלא ראה שמחה זו...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:35 am
דורך שוטה
ס'איז שוין אנגעקומען א פיקטשער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:36 am
דורך leiby
די אויבענדערמאנטע טוויטס קומען פון אים אליין..
https://twitter.com/MarsCuriosity

די נייעס איבער די שיסעריי איז נאך אלץ איין העכער דעם אויף גוגל נייעס..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:37 am
דורך leiby
שוטה האט געשריבן:ס'איז שוין אנגעקומען א פיקטשער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:38 am
דורך צים פינטעל
נו וואס איז יעצט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:45 am
דורך leiby
צים פינטעל האט געשריבן:נו וואס איז יעצט?

זעהסטו כאטש ווי דיין טעקס גייט..