קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:32 pm

כ'פרעג סתם, די קארס גייען פארמערן אהבת ישראל און פארמינערן אנטיסעמיטיזים, אדער פארקערט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:04 pm

נא_שכל האט געשריבן:כ'פרעג סתם, די קארס גייען פארמערן אהבת ישראל און פארמינערן אנטיסעמיטיזים, אדער פארקערט?

די פרעגסט ווייל די ווילסט וויסן? לאז זיי אויך האבן, פארגין אביסל,
אגב יאסי פאללאק ע"ה איז א שיינע שטיק צייט ארומגעפארן מיט די שומרים מאגנעטן אויף זיין קאר, טאקע נישט אזעלעכע גרויסע ווערטער ווי דעס אבער סיז שוין געווען אמאל ,אגב אלע שומרים מעמבערס האבן באקומען אזעלעכע מאגנעטן צו לייגען אויף די קארס ווען מפאטראלירט

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:38 pm

אינטרעסאנט אויב איינער האט נאכגעקוקט וואס Weeding מיינט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:46 pm

שוין היינט אן אפטע ערשיינונג אין אסאך נישט אידישע געגענטער ווי זיי האבן פאטראל קארס. די כינעזע געגענט נעבן בארא פארק, די מוסולמענע געגענט נעבן פלעטבוש. די אלע דרייווען ארום מיט קארס מיט גרויסע אויפשריפטן. עס'ז נישט קיין נאווינע צו זען קארס פאטראלירן געגענטער מיט אויפשריפטן דערויף.

ס'יז שוין דא א גרופע וואס זוכט וועלכן גוי מ'קען קרוינען אלס אנטיסעמיט..
נאט אייך א גרינע...


מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג פאברואר 17, 2020 9:10 am

נא_שכל האט געשריבן:כ'פרעג סתם, די קארס גייען פארמערן אהבת ישראל און פארמינערן אנטיסעמיטיזים, אדער פארקערט?

זעכער גייט עס פארמערען אנטעסעמיטיזעם, אזויווי די יודישע אמבולאנסעס און יודישע סקאל באסעס

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 9:47 am

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וויליאמסבורג שומרים פאטראלירען נעכטן נעבן ארמארי בשעת'ן כינוס השלוחות


? when did w shomrim get a marked patrol car

אפשר איז דאס געשאפן געווארן נאכ'ן געלונגענעם אנליין קאמפיין לעצטע חודש

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 17, 2020 9:56 am

דריידל האט געשריבן:
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:? when did w shomrim get a marked patrol car

אפשר איז דאס געשאפן געווארן נאכ'ן געלונגענעם אנליין קאמפיין לעצטע חודש

נישט אפשר נאר זיכער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג פאברואר 17, 2020 10:48 am

מחנך האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:כ'פרעג סתם, די קארס גייען פארמערן אהבת ישראל און פארמינערן אנטיסעמיטיזים, אדער פארקערט?

זעכער גייט עס פארמערען אנטעסעמיטיזעם, אזויווי די יודישע אמבולאנסעס און יודישע סקאל באסעס

הגם איך מיש מיך נישט אין 'נא שכל'ס' אויפמערקונג און ס'באדערט מיר בכלל נישט זייערע קארס, איז אבער דיין משל בכלל נישט דומה לנמשל, אבוויוסלי. אויב דו כאפסט עכט נישט די חילוק קען איך דיר עס מסביר זיין מיט א משל..

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 12:51 pm

איך האלט שטארק פון חברה שומרים, און איך בין זייער מחשיב די חשובע אינגעלייט וואס ארבייטן פאר יעדעם שלא עמלק"פ. אבער איך געדענק אויך די העסליכע פאסט ארטיקלעך, און מ'קען אויך פארשטיין אז די טונקעלע פארשוינען פרייען זיך גארנישט מיט די חברה, אבער ווילאנג ס'איז א דבר הסמוי מן העין, שווייגן זיי, און ווען ס'ווערט מער א זעהבארע זאך קענען זיי מער ברויזן. ווי אויך איז מעגליך אז די פאליציי קוקט נישט מיט אזא גוט אויג, ווען מ'האט מארקד קארס. ממילא קלער איך אז ס'דארף א גרויסע יישוב הדעת צו "יעצט" איז די ריכטיגע צייט דערפאר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:12 pm

נא_שכל האט געשריבן:איך האלט שטארק פון חברה שומרים, און איך בין זייער מחשיב די חשובע אינגעלייט וואס ארבייטן פאר יעדעם שלא עמלק"פ. אבער איך געדענק אויך די העסליכע פאסט ארטיקלעך, און מ'קען אויך פארשטיין אז די טונקעלע פארשוינען פרייען זיך גארנישט מיט די חברה, אבער ווילאנג ס'איז א דבר הסמוי מן העין, שווייגן זיי, און ווען ס'ווערט מער א זעהבארע זאך קענען זיי מער ברויזן. ווי אויך איז מעגליך אז די פאליציי קוקט נישט מיט אזא גוט אויג, ווען מ'האט מארקד קארס. ממילא קלער איך אז ס'דארף א גרויסע יישוב הדעת צו "יעצט" איז די ריכטיגע צייט דערפאר.

קען זיין אז זיי ניצן עס בעיקר פאר סיקיורעטי.. ווי ביי די אויבען דערמאנטע בילד.
כ'גלייב אז דאס ניצן זיי פאר די ביזנעס חלק וואו מ'קען זיי באשטעלן פאר סיקיורעטי.
צו נאכלויפן פארברעכער ניצן זיי געווענליך נישט קיין אויפמערקזאמע קארס אז מ'זאל זיי נישט באמערקן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:19 pm

ס'איז טאקע א חידוש די רעיון פון אן אנגעצייכנטע קאר, אבער אזוי ווי אין ב"פ און קראון הייטס איז דאס שוין דא יארן לאנג, אויך אין באלטימאר, דארף מען זען צו ס'האט דארט געשטערט און צו די אלע חששות זענען שטאנדהאפטיג..

און פאר איך פארגעס, עס וואלט געווען גאר א שיינע זאך ווען זיי פרעגן אן ביי א גדול אדער פראמינענטער רב, קען זיין זיי האבן עס טאקע געטון..

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:43 pm

eller האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:איך האלט שטארק פון חברה שומרים, און איך בין זייער מחשיב די חשובע אינגעלייט וואס ארבייטן פאר יעדעם שלא עמלק"פ. אבער איך געדענק אויך די העסליכע פאסט ארטיקלעך, און מ'קען אויך פארשטיין אז די טונקעלע פארשוינען פרייען זיך גארנישט מיט די חברה, אבער ווילאנג ס'איז א דבר הסמוי מן העין, שווייגן זיי, און ווען ס'ווערט מער א זעהבארע זאך קענען זיי מער ברויזן. ווי אויך איז מעגליך אז די פאליציי קוקט נישט מיט אזא גוט אויג, ווען מ'האט מארקד קארס. ממילא קלער איך אז ס'דארף א גרויסע יישוב הדעת צו "יעצט" איז די ריכטיגע צייט דערפאר.

קען זיין אז זיי ניצן עס בעיקר פאר סיקיורעטי.. ווי ביי די אויבען דערמאנטע בילד.
כ'גלייב אז דאס ניצן זיי פאר די ביזנעס חלק וואו מ'קען זיי באשטעלן פאר סיקיורעטי.
צו נאכלויפן פארברעכער ניצן זיי געווענליך נישט קיין אויפמערקזאמע קארס אז מ'זאל זיי נישט באמערקן.

אויב אוז עס געווארן באצאלט פון די קאמפיין געלט און זיי ניצען עס פאר די ביזנעס חלק (ווי איווענטס ווי זיי באקימען שיין באצאלט ווי צב"ש הס"ת ווי יעדער מעמבער וואס קימט האט א פרייז די באצאלסט פער מעמבער) איז עס א גרויסע עוולה
איך זאג נישט עס איז טאקע אזוי

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:52 pm

קעדילעק האט געשריבן:ס'איז טאקע א חידוש די רעיון פון אן אנגעצייכנטע קאר, אבער אזוי ווי אין ב"פ און קראון הייטס איז דאס שוין דא יארן לאנג, אויך אין באלטימאר, דארף מען זען צו ס'האט דארט געשטערט און צו די אלע חששות זענען שטאנדהאפטיג..

און פאר איך פארגעס, עס וואלט געווען גאר א שיינע זאך ווען זיי פרעגן אן ביי א גדול אדער פראמינענטער רב, קען זיין זיי האבן עס טאקע געטון..

אין בארא פארק יארן לאנג? נישט וואס איך ווייס. חוץ די קליינע סקוטער איז גארנישט געווען.

די לעצטיגע ווען איז א תוצאה פון שמירה וואס האט שוין אזא 10-15 אנגעשמירטע קארס...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג פאברואר 17, 2020 4:53 pm

נא_שכל האט געשריבן:כ'פרעג סתם, די קארס גייען פארמערן אהבת ישראל און פארמינערן אנטיסעמיטיזים, אדער פארקערט?

פארוואס פארמערן אדער פארמינערן? גויים זעען א חילוק צווישן הצלה חברים אדער שומרים? די גויים וועלן זיך מער דערשרעקן און פארטיג. ווען ס'קומט אן אפיציעלע קאר האט מען מער מורא.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג פאברואר 17, 2020 5:17 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:ס'איז טאקע א חידוש די רעיון פון אן אנגעצייכנטע קאר, אבער אזוי ווי אין ב"פ און קראון הייטס איז דאס שוין דא יארן לאנג, אויך אין באלטימאר, דארף מען זען צו ס'האט דארט געשטערט און צו די אלע חששות זענען שטאנדהאפטיג..

און פאר איך פארגעס, עס וואלט געווען גאר א שיינע זאך ווען זיי פרעגן אן ביי א גדול אדער פראמינענטער רב, קען זיין זיי האבן עס טאקע געטון..

אין בארא פארק יארן לאנג? נישט וואס איך ווייס. חוץ די קליינע סקוטער איז גארנישט געווען.

די לעצטיגע ווען איז א תוצאה פון שמירה וואס האט שוין אזא 10-15 אנגעשמירטע קארס...


וואו זענען די 10-15 אנגעשמירטע קארס? נישט אין בארא פארק??

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 17, 2020 5:20 pm

נייעס פון חברה שומרים

אפשר לייגט מען די גאנצע שומרים קאר שמועס אריין דא?

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 5:20 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:ס'איז טאקע א חידוש די רעיון פון אן אנגעצייכנטע קאר, אבער אזוי ווי אין ב"פ און קראון הייטס איז דאס שוין דא יארן לאנג, אויך אין באלטימאר, דארף מען זען צו ס'האט דארט געשטערט און צו די אלע חששות זענען שטאנדהאפטיג..

און פאר איך פארגעס, עס וואלט געווען גאר א שיינע זאך ווען זיי פרעגן אן ביי א גדול אדער פראמינענטער רב, קען זיין זיי האבן עס טאקע געטון..

אין בארא פארק יארן לאנג? נישט וואס איך ווייס. חוץ די קליינע סקוטער איז גארנישט געווען.

די לעצטיגע ווען איז א תוצאה פון שמירה וואס האט שוין אזא 10-15 אנגעשמירטע קארס...

וואס איז א נפק"מ קליינע סקוטער אדער גרויסע suv?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 5:36 pm

בארא פארק האט לאנגע יארן געהאט איין קאר וואס האט אויסגעקוקט ווי א פאליס קאר נאר מיט גרינע ווערטער, מיט געלע לעקטער אנשטאט רויטע. ווי אויך האבן זיי א טראק וואס דינט אלס א קאממענד צענטער, און אויך א קלענערע טראק פאר אנדערע צוועקן. דאס האבן זיי געהאט נאך איידער שמירה.

קראון הייטס (וואו עס האט שוין געהאט א שמירה מיט א שומרים פאר אסאך יארן...) האט אויך געהאט אנגעשריפטעטע אויטאס.
נאט אייך א גרינע...


דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 10:43 pm

איז אמת אז טשעסטנאט עפענט א צווייטע לאקאציע?

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מאנטאג פאברואר 17, 2020 10:52 pm

דריידל האט געשריבן:איז אמת אז טשעסטנאט עפענט א צווייטע לאקאציע?

ווי?

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:04 pm

splinter האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איז אמת אז טשעסטנאט עפענט א צווייטע לאקאציע?

ווי?

העריסאן גערי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 1:25 pm

בסד האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, נאך לאנגע וואכן און חדשים פון אן אפגעשפארטע סיידוואלק ביים פען טרייענגל, האט מען שוין היינט געעפנט די סיידוואלק פאר די פוס גייער.

און גייענדיג פון ווייט צו קענט, שטייט א זיין: sidewalk closed, please use other side. מיט א ערראוי צו די הייוועי זייט. לצים.
ביי די הייוועי איז די סיידוואקס טאקע נישט פארמאכט, ווייל ס'דא קיין סיידוואק, קען מען עס נישט פארמאכן...

אבי גערעדט ס'איז געהעריג דא. ס'נישט גענוג? אה קענט איר מופן קיין לי...
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (87.35 KiB) געזעהן 729 מאל

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג פאברואר 18, 2020 1:39 pm

יוראפ האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, נאך לאנגע וואכן און חדשים פון אן אפגעשפארטע סיידוואלק ביים פען טרייענגל, האט מען שוין היינט געעפנט די סיידוואלק פאר די פוס גייער.

און גייענדיג פון ווייט צו קענט, שטייט א זיין: sidewalk closed, please use other side. מיט א ערראוי צו די הייוועי זייט. לצים.
ביי די הייוועי איז די סיידוואקס טאקע נישט פארמאכט, ווייל ס'דא קיין סיידוואק, קען מען עס נישט פארמאכן...

אבי גערעדט ס'איז געהעריג דא. ס'נישט גענוג? אה קענט איר מופן קיין לי...

שוין אמאל געזען וואס געשעט ווען צוויי ראטן באגעגענען זיך אויף די סייד וואק דארט?

אוועטאר
ציגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

ראבא קאל

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:05 pm

איך האב באקומען נעכטען נאך איינס ביינאכט א ראבא קאל וועגען א פארטי פין א געוויסע מוסד, סתם נייגעריג אויב נאך האבען עס באקומען?

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

ראבא קאל

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג פאברואר 18, 2020 2:09 pm

יא באקומען בערך 2:00am


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”