בלאט 99 פון 475

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:23 pm
דורך יואל שווארטץ
למעלה משבעים האט געשריבן:און ווען יא, ווייסן זיי צו מען האט איינעם געפרעגט? פאלט דען איין אזא שאלה צו פרעגן?

א גוטע מארקעטינג קאמפאני וועט וויסן פון פאראויס וואס מ׳מעג יא/נישט און וואס ס׳איז גוט/שלעכט פאר׳ן מארקעט. אבער נאך אלעם דארף דער קליענט (-הצלה) איבערקוקן אלעס בעפאר מ׳שיקט עס ארויס אויפן גאס.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:26 pm
דורך נחמן נתן
יוראפ האט געשריבן:גראדע אויף איין בילד [חוץ די ביליגקייטן פון אנדערע] האלט איך האבן זיי געטון א גאר שטוינענדע עוולה מיט אריינלייגן אזא סארט בילד


זייער נישט קיין אידישער בילד.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:26 pm
דורך שאינו יודע
איך האלט נישט אז איינעם דאכט זיך אז א איד גיבט רשות צו לייגן א בילד ווי ער קלאפט מזוזות

און בכלל איז דא אפאר שיינע אידן וואס וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:30 pm
דורך יוראפ
שאינו יודע האט געשריבן:איך האלט נישט אז איינעם דאכט זיך אז א איד גיבט רשות צו לייגן א בילד ווי ער קלאפט מזוזות

און בכלל איז דא אפאר שיינע אידן וואס וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען

אדער פאררעכט זיך די הויזן; רעדט אין פראנט פון פאפא אויפן סעלערי קראצט זיך די בארד און איין פוס אויף א קעסטל און...; מענטשן קויפן איין ביי די שמות שערוריא; וכו' וכו' חוץ די אלע בילדער וואס מ'קען גאר שלעכט אויסטייטשן [אויף א שיינעם לשון]

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:47 pm
דורך סעלצער
איך מיין אז די טאפיק באלאנגט דא
viewtopic.php?f=3&t=6177&start=25

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:48 pm
דורך farshlufen
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Williamsburg: Shomrim Coordinator Yossi Pollack ,

ווער דערקענט?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
געזעהן נעכטען די הצלה קונטרס, אן קיין ספק אז אסאך האבן נישט געגעבן קיין רשות. אבער דאס אין א זייט געלייגט, עס איז א אויסטערלישע הערליכע ארבייט פון א גראפיק שטאנדפונקט!

די בילדער זענען העכסט פערפעסיאנאל! גוטע "פאוזעס" גוט געכאפט, וואונדערבאר.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:06 pm
דורך שנאפס
farshlufen האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Williamsburg: Shomrim Coordinator Yossi Pollack ,

ווער דערקענט?


ראביי גלאנץ, ר' אברהם ישעי ווייס, יוסי פאללאק

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:19 pm
דורך יהיה כן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:געזעהן נעכטען די הצלה קונטרס, אן קיין ספק אז אסאך האבן נישט געגעבן קיין רשות. אבער דאס אין א זייט געלייגט, עס איז א אויסטערלישע הערליכע ארבייט פון א גראפיק שטאנדפונקט!

די בילדער זענען העכסט פערפעסיאנאל! גוטע "פאוזעס" גוט געכאפט, וואונדערבאר.


אולי וואלט געווען כדאי צו עפענען אן אשכול, ווער דערקענט? בילדער פון חברה הצלה בראשור:
וזה החלי:

מזוזות קלאפער = ר' יעקב צבי גאלדשטיין (בעל BMG)
דער וועלכער שטייט ביים שמות פארקויפער (אויף וומבס"ג סט.)= ר' יהושע עהרנרייך
ווער נאך?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:24 pm
דורך סביב העולם
אן ארויפלייגן די בילדער?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:26 pm
דורך יהיה כן
סביב העולם האט געשריבן:אן ארויפלייגן די בילדער?


סארי, כהאב עס נישט ביי די האנט, אדרבא ווער ס'האט עס זאל לייגן

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:01 pm
דורך כתב ולשון
לבי אומר לי אז ס'גייט קומען אן אנטשולדיגונג פון הצלה ד'וויליאמסבורג.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:20 pm
דורך אייער_קיכל
האבן מיר נישט באקומען דעם הצלה ביכל, קען מען ערגעץ אויפפיקן איינס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:23 pm
דורך farshlufen
אייער_קיכל האט געשריבן:האבן מיר נישט באקומען דעם הצלה ביכל, קען מען ערגעץ אויפפיקן איינס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:24 pm
דורך שנאפס
farshlufen האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:האבן מיר נישט באקומען דעם הצלה ביכל, קען מען ערגעץ אויפפיקן איינס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:30 pm
דורך א. טראכטער
דער עולם ליינט עס אדורך פון דעקל צו דעקל.

מדאשקע לדאשקע... סופער מארקעטינג

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:42 pm
דורך דער קוטשער
מיסטעריעז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מען האט דאך עס ארומגעדרייט פאראיאר און יו זשעי או האט עס צוריקגעדרייט.

וואס מאכן זיי זאנע גערידער???

דו מאכסט א שטיקל טעות מיין איך,
ביז לעצטע יאר איז נישט געווען קיין סיין Angel parking, דערפאר האבן די פאליסלייט איין טאג געכאפט אז מען קען טיילן טיקעטס און האבן טאקע אנגעפאנגען אזוי צו טון, למעשה איז עס אבער אין די DOT'ס רעקארדס יא געווען פארשריבן אלס Angel parking בלאק און אלע טיקעטס זענען טאקע ארויסגעווארפן געווארן.
אין ליכט פון דעם האט מען דאן אויפגעהאנגען די Angel parking סיינס, יעצט האט מען געטוישט די געזעץ.

דאס איז וויאזוי איך געדענק די מעשה.


נאפ'ס, לכאורה געדענקט איר נישט גוט, עס איז יא ארויפגעפלויגן סיינס, דער עולם האט אנגעהויבן כאפן טיקעט'ס און מ'האט שוין אפילו עט וואן פאונט געפארקט גראד, ווילאנג איינער האט אויפגעהאנגען א צעטל אויף 152 אז ער האט געטשעקט מיט די דיאוטי און להד"מ אין זייערע רעקארד'ס איז עס נאך אלס שיעף... און אפאר טאג נאכדעם איז עס אראפגעפלויגן.

אבער יעצט זעה איך אז איז שוין איינמאל ריקארדעד...
זעה דא

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:43 pm
דורך נחמן נתן
נישט דאס ערשטע מאל וואס הצלה מאכט סענזאציע מיט זייער ווערק. געווען איז דאס ביי די פרויען פארטי און איצטער דאס. מעגליך אז דאס ווערט געטוהן לכתחילה און דערנאך קומט א פארענטפערונג. (ס'איז נאך אלץ נישט קיין היתר צו עס טאהן..)

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 6:06 pm
דורך יחזקאלע
מיין נדבה פון 360 דאלער א יאר וואס איך געב ב"ה פאר הצלה די לעצטע פאר יאר גייט איך מיטן אייבירשטענס הילף ווייטער געבן (און מיין פאנטאזיע ווען איך טראכט פון געווינען די לאטערי איז הצלה די ערשטע פריאריטעט ביים טיילן די מעשר...) ווי ביז היינט,
נאר מיט דעם ביכל האבן זיי אביסל איבערגעצויגן די שטריק, איך האב אמאל געזען א מימרא און מכלול המאמרים והפתגמים, איר קענט דאס נאכקוקן, ברענגט ער ווי פאלגענד

"אם יעלה החמור על הסולם, תמצא דעת בנשים"
(איך געדענק נישט די מקור)

דאס איז די תירוץ אויף די הצלה ביכל, די ביכל קומט ארויס דורך די לעידיס עקזילערי פון הצלה, צום יערליכן טשייניז אקושן וואס ווערט אפגעהאלטן אלע יאר, ערגעץ וואו און די ספירה טעג, און אזא פנים טראגט עס ווען מען לאזט נשים פירן דאס רעדל

נאכאמאל משום והייתם נקיים, דאס חשיבות פון דעם לעבנסוויכטיגן מוסד, איז נישט פארמינערט געווארן און מיינע אויגן קיין איין פראצענט, אבער לגבי די קאנטערווערסיע און אנדערע, איז דאס די תירוץ.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 6:26 pm
דורך יציב פתגם
יחזקאלע האט געשריבן:"אם יעלה החמור על הסולם, תמצא דעת בנשים"
(איך געדענק נישט די מקור)

המקור היא בספר ראשית חכמה (חופת אליהו רבה, שער ד סימן ט, בלשון ארבע משלים אמרו רז"ל. ובחידושי הר"ן חולין ס"ב איתא: אם יעלה החמור בסולם תמצא דעת בשוטים).

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 6:37 pm
דורך כאפצעם
farshlufen האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:האבן מיר נישט באקומען דעם הצלה ביכל, קען מען ערגעץ אויפפיקן איינס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 6:41 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
דער קוטשער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מען האט דאך עס ארומגעדרייט פאראיאר און יו זשעי או האט עס צוריקגעדרייט.

וואס מאכן זיי זאנע גערידער???

דו מאכסט א שטיקל טעות מיין איך,
ביז לעצטע יאר איז נישט געווען קיין סיין Angel parking, דערפאר האבן די פאליסלייט איין טאג געכאפט אז מען קען טיילן טיקעטס און האבן טאקע אנגעפאנגען אזוי צו טון, למעשה איז עס אבער אין די DOT'ס רעקארדס יא געווען פארשריבן אלס Angel parking בלאק און אלע טיקעטס זענען טאקע ארויסגעווארפן געווארן.
אין ליכט פון דעם האט מען דאן אויפגעהאנגען די Angel parking סיינס, יעצט האט מען געטוישט די געזעץ.

דאס איז וויאזוי איך געדענק די מעשה.


נאפ'ס, לכאורה געדענקט איר נישט גוט, עס איז יא ארויפגעפלויגן סיינס, דער עולם האט אנגעהויבן כאפן טיקעט'ס און מ'האט שוין אפילו עט וואן פאונט געפארקט גראד, ווילאנג איינער האט אויפגעהאנגען א צעטל אויף 152 אז ער האט געטשעקט מיט די דיאוטי און להד"מ אין זייערע רעקארד'ס איז עס נאך אלס שיעף... און אפאר טאג נאכדעם איז עס אראפגעפלויגן.

אבער יעצט זעה איך אז איז שוין איינמאל ריקארדעד...
זעה דא


קוטשער נייס טו סי יו בעק

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 9:19 pm
דורך היימישער איד
כ'האב נאכניש ערהאלטן די בוך צו קענען קאמעננטירן דערויף. אבער אין דזענערל זעה איך נישט על מה יצא הקצף... עס איז זייער קאממען היינטיגע צייטן צו פארקויפן גאנצע ביכלעך ספעציעל פון בילדער. ווי אויך ללייגן אללע צייטונגן בילדער פון מענטשן. קיינער בעט פון קיינעם קיין רשות.

אוודאי נעמען איין מענטש און אים צושמירן פאר מארקעטינג איניש עטיש (כאטש לעגאל איזעס אויסגעהאלטן) אבער ווי כ'פארשטיי אידאס נישט דער פאל דא. נאר מ'האט סתם מפרסם געווען רענדאם בילדער פון די גאס.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 9:33 pm
דורך גלגלשלג
אייער_קיכל האט געשריבן:האבן מיר נישט באקומען דעם הצלה ביכל, קען מען ערגעץ אויפפיקן איינס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 10:14 pm
דורך כאפצעם
האמיר היינט ערהאלטן דעם ביכל ביים טיר.

נאכן דורכבלעטערן זעה איך עכט נישט על מה יצא הקצף.

די בילדער אויסגאבעס ווי 'די וואך' און 'העולם החרדי' האבן אפט אזוינע ביילאגעס (ווי לכבוד סוכות,פסח וכו') פון באזונדערע געגענטער.

וכדברי 'היימישער איד'.