בלאט 100 פון 475

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:31 pm
דורך בעמבא
א עון פלילי פון די אנדערע אויסגאבעס אויך, זייער נישט באטעמט פאר א מענטש אז א בילד ווי ער שלעפט זיך די בארד אדער קראטץ זיך די פיס ווערט פארשפרייט אין די גאנצע שטאט, סאיז א געוואלדיגע ווייטאג אז אזא זאך ווערט געטוען דורך אזא וואויל טעטיגע ארגעניזעשין ווי הצלה.

גערעדט צו איינעם וואס אויף אים איז אויך געפאלן די גורל צו זיין אויף די בילדער, ער רעדט זייער אנגעווייטוגט דערפון.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:49 pm
דורך private
אגרי הונדערט פראצענט. עס איז א עולה פון זיי צו נעמן פיקטשערס פון מענטשן און ארומשיקן צו די גאנצע שטאט. איך מאך ח״ו נישט אוועק זייער הייליגע ארבעט און עס קומט זיי אסאך קרעדיט אבער זייער פי אר איז שוין אווער די לימוט,

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:18 am
דורך שנאפס
בעמבא האט געשריבן:א עון פלילי פון די אנדערע אויסגאבעס אויך, זייער נישט באטעמט פאר א מענטש אז א בילד ווי ער שלעפט זיך די בארד אדער קראטץ זיך די פיס ווערט פארשפרייט אין די גאנצע שטאט, סאיז א געוואלדיגע ווייטאג אז אזא זאך ווערט געטוען דורך אזא וואויל טעטיגע ארגעניזעשין ווי הצלה.

גערעדט צו איינעם וואס אויף אים איז אויך געפאלן די גורל צו זיין אויף די בילדער, ער רעדט זייער אנגעווייטוגט דערפון.


אויף וועלכע בלאט קראצט איינער די פוס?

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:30 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
'שנאפס'
פון ווי האסטו פארשאפט א ביכל איך ווארט נאך כ'זאל באקומען?

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:35 am
דורך שנאפס
ביי מיין שוויגער

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:35 am
דורך אלץ ווייזער
איך וויל דא קאמפלימענטירן דער וואס פירט אן הצלה'ס פי אר,
פארוואס? ער האט דאך בא'עוולה'ט מענטשן?
וועל איך ענק מסביר זיין אז דער וואס האט עס געמאכט האט אפשר אפי' געטראכט אז דערפון וועט ארויסקומען א גאנצע פראבלעם און א גאנצע גערעדעכטץ, און דאס איז טאקע געווען זיין כוונה, יעדע ארגענעזאציע וויל אז מען זאל רעדן פון זייער קאמפיין און יעדער טוט עס אויף אן אנדערע אופן,
גיבט א קוק איבער וויפל מאל עס שטייט שוין דא און די פארגאנגענע בלעטער אז הצלה איז גוט און איך וועל ממילא געבן מיין געלט, קיינער כאפט ניטאמאל אז צווישן די גרויסע קריטיק וואס הערשט דא ווערט אזוי צווישן די שורות דערליווערט פארן מח אז הצלה איז אן אמת'ע איבערגעגעבענע ארגענעזאציע און מען דארף זיי ווייטער שטיצן און אז זיי דארפן זיין נומבער איינס צו באקומען דיין מעשר געלט וכו',
יא ווי נישט ווי צווישן אלע קריטיק איז זייער ציל אויסגעפירט געווארן און עס וועט אי"ה ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטען,
והא ראי' וועלעכע נאך ארגענעזאציע האט פארדינט אזוי צווישן די שטאט נייעס אזויפיל פלאץ? פאריאר האט מען ניטאמאל דערמאנט צווישן די שורות אז הצלה מאכט א קאמפיין (נישט זיכער, איך האב עס נישט איבערגעקוקט, אבער זעסט איך געדענק נישט, און היי יעריגע וועל איך עס זיכער נאך געדענקן), און דאס יאר איז עס ארויסגעקומען אזוי ווייט אז אין מקוה שמועסט מען דערפון, און יעדער ווייסט אז הצלה האט יעצט אנגעהויבן זייער יערליכע קאמפיין,
און הצלה האט די ריווח אז יעדער זאגט אזוי צווישן די ווערטער נישט אז איך גיי נישט גיבן די געלט וכדומה.
איך גיי נישט אריין אין די גערעדעכטץ צו עס איז גערעכט אזוי צו טון צו נישט, אבער דאס איז אמאל "זיכער" אז דער וואס פירט אן די פי אר חלק האט סכ"ס געמאכט א מעכטיגע הצלחה'דיגע ארבעט..

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:37 am
דורך שאינו יודע
נישט מוכרח

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 5:18 pm
דורך היימישער איד
לרבים השואלים... דא קענט איר זעהן דעם ביכל
http://issuu.com/meirtess/docs/issuu

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2015 6:13 pm
דורך בערקא
Can someone put it on copy.Com

געשריבן: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:24 pm
דורך גבריאל
סקרין שאט פינעם ביכעל, עס איז אמת און עס איז א גוטע איידיע זיך איינציפירן טאקע אז יעדע מאל מען זעהט אויפן גאס די הצלה פליען צו זאגן א תפילה אדער א קאפיטל תהילים לרפואת החולה, א קליינע תפילה אין קריטישע מאמענטן קען א געוואלד אויסמאכן

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 12:34 am
דורך שוועמל
יחזקאלע האט געשריבן:דאס איז די תירוץ אויף די הצלה ביכל, די ביכל קומט ארויס דורך די לעידיס עקזילערי פון הצלה, צום יערליכן טשייניז אקושן וואס ווערט אפגעהאלטן אלע יאר, ערגעץ וואו און די ספירה טעג, און אזא פנים טראגט עס ווען מען לאזט נשים פירן דאס רעדל

פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט. זיי שרייבן קלאר אינעם ביכעל ווער די פאטאגראפירער זענען געווען, האנאווער מיט שווימער און קלעסיק מידיע דער גרעפיקער. קיין נשים פארמישט.

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 12:37 am
דורך סראלי
שוועמל האט געשריבן:
יחזקאלע האט געשריבן:דאס איז די תירוץ אויף די הצלה ביכל, די ביכל קומט ארויס דורך די לעידיס עקזילערי פון הצלה, צום יערליכן טשייניז אקושן וואס ווערט אפגעהאלטן אלע יאר, ערגעץ וואו און די ספירה טעג, און אזא פנים טראגט עס ווען מען לאזט נשים פירן דאס רעדל

פארשטיי איך נישט וואס די זאגסט. זיי שרייבן קלאר אינעם ביכעל ווער די פאטאגראפירער זענען געווען, האנאווער מיט שווימער און קלעסיק מידיע דער גרעפיקער. קיין נשים פארמישט.


פרויען קענען נאך אלץ שטיין בראש. זיי האבן ארויסגעגעבן דעם באפעל פאר די חברה

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 1:04 am
דורך אבי.גערעדט
הערליכע ביכל, וועט פיין צוניצקומען ווען מ'וועט זזיכן בילדער פון ווילי אין די ע' יארן , (אדער ווען מ'וועט זיכן בילדער פון די אמאליגע געוועזענע עיר ואם בישראל? היל"ת )

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 1:05 am
דורך גלגלשלג
שנאפס האט געשריבן:
בעמבא האט געשריבן:א עון פלילי פון די אנדערע אויסגאבעס אויך, זייער נישט באטעמט פאר א מענטש אז א בילד ווי ער שלעפט זיך די בארד אדער קראטץ זיך די פיס ווערט פארשפרייט אין די גאנצע שטאט, סאיז א געוואלדיגע ווייטאג אז אזא זאך ווערט געטוען דורך אזא וואויל טעטיגע ארגעניזעשין ווי הצלה.

גערעדט צו איינעם וואס אויף אים איז אויך געפאלן די גורל צו זיין אויף די בילדער, ער רעדט זייער אנגעווייטוגט דערפון.


אויף וועלכע בלאט קראצט איינער די פוס?

בלאט 48 פאריכט זיך איינער די האלבע הויזן

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 2:11 am
דורך וויכטיג מאכער
טרעפעך שבת א חבר מיינער, א פאראמעדיק, איך פרעגעם וואסי פשט פון די בילדער פון פריוואטע מענטשן, זאגטער מיר "פאר די וואס באדערט פיקטשערס פון מענטשן באדערט אויך אז פון מיר איז דא א פיקטשער ווי איך פיהר אריין א פאציענט אין שפיטאל?" פארוואס הערט מען נישט די מענטשן רידערן ווען סיז ארומגעפארן פיקטשערס פון מיר די וואך ביי אן עקסידענט?

עכ"פ זאגטער מיר איך קענישט רעדן פאר די ארגענעזעישן, ער זאגט אז קען זיין ווען ער מאכט ווען די בוק וואלטער עס נישט געלייגט, ער טענה'ט אבער אז היינט צו טאגס פארן ארום פיקטשערס פון מענטשן אלל אווער, סיי אויף וועבסייטס, אויף וואצעפ און די היימישע אויסגאבעס דריקן יעדע וואך פיקטשערס פון מענטשן און ס'שטערט נישט קיינעם... הצלה האט געפיהלט אז די פיקטשערס מעטשן זייער "טיעם" פון די היי יעריגע פארטי-קעטעלאג, האבן זיי עס געלייגט... סאו ער קען פארשטיין וואס זייער שיטה איז... און די פאקט איז אז פיקטשערס אין די זייט געלייגט, די בראשור איז א מייסטער-שטיקל ארבייט! ער טענהט אז דאס האט גאר אסאך צוגעגעבן!

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 7:59 am
דורך איפה פייביש
ער איז 100% גערעכט!!! אטך זע נישט וואס ס'איז שלעכט דערמיט

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 8:12 am
דורך פיצי קעפעלע
Photos: Overturned 'Daily News' Truck on Flushing Ave In Brooklyn http://t.co/0dH8dnQYfI

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 8:27 am
דורך אדיר איום
בילדער פונעם עקסידענט

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 8:28 am
דורך אדיר איום

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 8:51 am
דורך farshlufen
די טעקסי האט געפעסט די לייט?

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 9:02 am
דורך נא_שכל
יישר כוח "אדיר" דאס איז א מוראדי'גע קליפ.

וויאזוי קען א טעקסי אומווארפן א טראק?

מען זעט וויאזוי די טראק פארט אריבער דעם לי. עוו. לייט ווען עס איז אראנדזש.

איך פארשטיי נישט וויאזוי די אנדערע קארס פארן זיך אזוי רואיג דורך, כאילו לא היה...

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 9:08 am
דורך הלשון
געוואלדיגע קליפ. די טראק ווארפט זיך ווי א טוי טראק

אגב, ביים עקסידענט פארט די טראק ביי אראנדזש, אבער ביים ערשטע לייט (בעפאר די עקסידענט) פארט די טראק אדורך רויט

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 9:10 am
דורך farshlufen
הלשון האט געשריבן:געוואלדיגע קליפ. די טראק ווארפט זיך ווי א טוי טראק

אגב, ביים עקסידענט פארט די טראק ביי אראנדזש, אבער ביים ערשטע לייט (בעפאר די עקסידענט) פארט די טראק אדורך רויט

ביי וואלעבאוט און ליע.

# עין רואה, וכל מעשיך בספר נכתבים.

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 9:12 am
דורך נא_שכל
הלשון האט געשריבן:געוואלדיגע קליפ. די טראק ווארפט זיך ווי א טוי טראק


דאס קומט אונז לערנען ווי ליידיג די צייטונגען זענען...

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2015 9:13 am
דורך הלשון
נא_שכל האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:געוואלדיגע קליפ. די טראק ווארפט זיך ווי א טוי טראק


דאס קומט אונז לערנען ווי ליידיג די צייטונגען זענען...

;l;p- ;l;p- ;l;p-