בלאט 351 פון 621

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:46 am
דורך שאינו יודע
א פייער איז געווען די שבת ביי שלעזינגער היטן

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:25 pm
דורך א גוטן
נאר נייעס האט געשריבן:פייער ביי בראנטש אויף דיווישען

ווייסט איינער צו ער פלאנט צוריק צו עפענען אדער פלאנט ער אויסצוהינגערן דעם עולם...

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:04 pm
דורך Gevald Geshrigen
Think and Thank האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז ביי די קאמבינעישאן פון טרופ און לאפאיעט וואוינט מען נאכנישט.

מאכט סענס.


לאפאיעט אין בעדפארד וואוינען מאחינו בנ׳׳י און אראפ צו סקיללמען אויך אריינציר צו דיקאלב. דערווייל נאכנישט אדוי ווייט ביי די אנדערע זייט צו נאסטרענד און ארויף

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:29 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
קפ: אין די לעצטע 48 שעה האט זיך אפגעשפילט א וואונדערבארער קידוש ה׳ אין וויליאמסבורג, ווען ״חברה הצלה״ האט באוויזן א זעלטענע דערגרייכונג אין בלויז 2 מעת לעת, כדי צו קענען פארזעצן די עבודת הקודש פון הצלת נפשות.

פאריגע סוף וואך האט די הצלה ארגאניזאציע באקומען א פליצלומע מעלדונג אז די פירמע וואס האט ערצייגט און געסערוויסד די גאר טייערע, סאפיסטיקירטע און לעבנס-וויכטיגע ״מאניטורס״ וואס יעדער ״פאראמעדיק״ מוז האבן ביי זיך, האט זיך אפגעשלאסן פון איין מינוט אויף דער אנדערער!

דאס האט געמיינט אז הצלה (אין וויליאמסבורג אליין) ״מוז״ תיכף ומיד קויפן 19 פרישע מאניטורס; אבער דער פראבלעם איז געווען אז יעדער ״שטיקל״ קאסט די קאלאסאלע סומע פון $25,000!

די געטרייע קאארדינעטארס און טרעזשורערס, ובראשם איש החסד הנגיד ר׳ משה נתן בראווער הי״ו, אליין א געטרייער פאראמעדיק, האבן זיך אריינגעווארפן בלב ובנפש, זיך געוואנדן צו וויליאמסבורג׳ס נדיבים בעם וועלכע האבן ברייטהארציג געענטפערט דעם רוף; און ביז 48 שעה איז געווען ״אויפ׳ן טיש״ די אסטראנאמישע סומע פון $475,000 גרייט צו קויפן די 19 שפאגל-נייע לעבנס-רעטענדע אינסטרומענטן גרייט צו ראטעווען אידישע קינדער!!!

היינט זונטאג אינדערפרי איז אנגעקומען די ליפערונג פון די נייע מאשינען און איז שוין פאר טיילט געווארן פאר די פאראמעדיקס, וועלכע וועלן ווייטער קענען לויפן ראטעווען אידישע קינדער אין די שווערסטע נויט-פעלער, אדאנק די הארציגע טייערע נדיבים וועלכע האבן ״צוגעזאגט און געגעבן״ די ריזיגע סכומים להציל נפשות מישראל בעירנו!!!

תושבי וויליאמסבורג באדאנקען די מסירת נפש׳דיגע ראשי הצלה און די געטרייע נדיבים בעם און רופן אויס: אשריכם ואשרי חלקיכם, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!

דער פאלגענדער בילד איז היינט אינדערפרי ווי מ׳האט צוזאמגענומען און אהינגעגעבן פאר די געטרייע פראמעדיקס די נייע מאניטאר׳ס, און באקומען א קורס מיט אינסטראקציעס וויזוי זיך צו באניצן דערמיט.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:54 pm
דורך הלשון
כבוד המדפיסים:
איידער איר פרינט דעם הצלה בילד, נעמט אין אכט אז ס'האט דער שם שמים דערויף

----

טשאדעלע - שכח פאר'ן באריכט, און גלייכצייטיג א ריזן דאנק פאר אלע דיינע טויזענטער רייכע הערליכע תגובות דא אויפ'ן וועלטל.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:12 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
הלשון האט געשריבן:כבוד המדפיסים:
איידער איר פרינט דעם הצלה בילד, נעמט אין אכט אז ס'האט דער שם שמים דערויף

----

טשאדעלע - שכח פאר'ן באריכט, און גלייכצייטיג א ריזן דאנק פאר אלע דיינע טויזענטער רייכע הערליכע תגובות דא אויפ'ן וועלטל.

שקויעך פארן אויפמערקזאם מאכן, כ׳האב עס באמערקט שוין נאך ארויפלייגן. ס׳איז אינטערסאנט גראדע, ס׳פאריגע בילד פון חברה הצלה אין וויליאמסבורג ווען מ׳האט אויפגענומען עטליכע נייע מעמבערס האט געהאט דעם זעלבן טאוועל פון אינטן. זעצעך אויס זיי ניצן אלטס דעם זעלבן ביהמ״ד. איז אויב דרייצעך דא אויפן וועלטל א הצלה מעמבער איז כדי ער זאל דאס איבערצוגעבן פאר די חברה צו וויסן פאר נעקסט טיים.

————

אייגענטליך ישר כח פאר דיין דאנק, דער אויבישטער באשאפן א בשר ודם אזוי, אז ווען ער באקומט א קאמפלימענט באקומט ער מוט.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:17 pm
דורך טעם וריח
שכוח טשאדעלע פאר די שיינע באריכט.

וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:31 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

כ׳האב אמאל געהערט אז הצלה פון יעדע געגענט באזינדער פארמאגט זייער אייגענע באדזשעט, הגם און קאמיאניקעשן זענען זיי אלע אינטער איין דאך (כ׳מיין אז הצלה און קרית יואל איז יא גענצליך אפגעטיילט).

אויב פארשטיי איך גוט מיז טאקע יעדער איינטוישן די עקוויפמענט, די ספעסיפישע אפדעיט אבער איז געווען פון וויליאמסבורג. ווי די אנדערע געגענטער האלטן האבעך נישט געהערט.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:49 pm
דורך Gevald Geshrigen
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

כ׳האב אמאל געהערט אז הצלה פון יעדע געגענט באזינדער פארמאגט זייער אייגענע באדזשעט, הגם און קאמיאניקעשן זענען זיי אלע אינטער איין דאך (כ׳מיין אז הצלה און קרית יואל איז יא גענצליך אפגעטיילט).

אויב פארשטיי איך גוט מיז טאקע יעדער איינטוישן די עקוויפמענט, די ספעסיפישע אפדעיט אבער איז געווען פון וויליאמסבורג. ווי די אנדערע געגענטער האלטן האבעך נישט געהערט.


א יעדע געגנט האט אן אייגענעם בודזשעט מיט פארשידענע אייגענע פארשריפטן מיט אן אייגענעם סעט פון לאקאלע קאארדינעיטערס און אזוי אויך אייגענע רבנים ודיינים וואס פסקענען פאר די לאקאלע הצלה
יעדע לאקאל צאלט אריין צו די מעין הצלה פאר אן עקסטערן בודזשעט וואס האלט קאנטראל איבער קאמיוניקאציע , גאווערנמענט , און לעגאלע אנגעלעגנהייטן

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:13 pm
דורך באגלייבט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זעצעך אויס זיי ניצן אלטס דעם זעלבן ביהמ״ד.

ס׳איז נישט קיין ביהמ״ד. ס׳איז א שטיבל אין די הצלה גאראזש וואס זיי ניצן פאר אלעם, אויך פאר א ביהמ״ד.

הכנסת אורחים

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:59 pm
דורך יש מזל
ווייס איך נישט צו דא איז דאס פלאץ דערפאר, און קאן זיין ס'איז שוין דא אן אשכול דערויף, ועל שניהם נא למחול לי אם שגיתי.
הקיצור
זוך איך דרינגענד ליסטע די פון הכנסת אורחים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג!
האט איינער דא צו די האנט די ליסטע וועליך איך איהם זייער דאנקבאר זיין, ווייל איך ברויך עס האבן זייער זייער וויכטיג (און ווער ס'וועט מיר עס שיקן וועל איך אינזין ביי תהלים אינדערפרי).
און ווער ס'ווייסט אדער האט א אן אכסניא, עקסטערע אריינגאנג, פריוואט, נאר פאר שלאפן, פאר איין מאנספערזאן, פון יום ב' לך - ה' וירא, 11 טעג, וועליך איך איהם נאכמער דאנקבאר זיין, (און איך וועל איהם נאכמער אינזין האבן בעז"ה, ווי זאגן חז"ל אל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך)
יש"כ ותזכו למצוות

געשריבן: זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:48 pm
דורך מיסטעריעז

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:47 am
דורך יש מזל
יש"כ מר. מיסטריעז שי'
עני ווואן עלס מיט מער אינפא?
ברויך עס זייער דרינגענד

זוך איך דרינגענד ליסטע די פון הכנסת אורחים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג!
האט איינער דא צו די האנט די ליסטע וועליך איך איהם זייער דאנקבאר זיין, ווייל איך ברויך עס האבן זייער זייער וויכטיג (און ווער ס'וועט מיר עס שיקן וועל איך אינזין ביי תהלים אינדערפרי).
און ווער ס'ווייסט אדער האט א אן אכסניא, עקסטערע אריינגאנג, פריוואט, נאר פאר שלאפן, פאר איין מאנספערזאן, פון יום ב' לך - ה' וירא, 11 טעג, וועליך איך איהם נאכמער דאנקבאר זיין, (און איך וועל איהם נאכמער אינזין האבן בעז"ה, ווי זאגן חז"ל אל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך)
יש"כ ותזכו למצוות

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:22 am
דורך פליגל
טעם וריח האט געשריבן:שכוח טשאדעלע פאר די שיינע באריכט.

וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

יא, נאר נישט געהאט קיין פאטאגראפיסט צו די האנט..

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:58 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דאס האט געמיינט אז הצלה (אין וויליאמסבורג אליין) ״מוז״ תיכף ומיד קויפן 19 פרישע מאניטורס; אבער דער פראבלעם איז געווען אז יעדער ״שטיקל״ קאסט די קאלאסאלע סומע פון $25,000!

וואס מיינט דאס פון א אנדערע קאמפעני כדי צו האבען ווער עס זאל עס סערוויסען?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:33 pm
דורך יש מזל
א גרויסן יש"כ פאר הרב מיסטריעז שי' פארן צוצייכענען די ליסט
און ב"ה מ'האמיר געטראפן א פיינע אכסניא בעזה"י
דא איז די ליסט לכל מאן דבעי

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:37 pm
דורך מיסטעריעז
האסט מיר אינזין געהאט ביי תהלים?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:46 pm
דורך יש מזל
מיסטעריעז האט געשריבן:האסט מיר אינזין געהאט ביי תהלים?

יא ב"ה :P

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:10 pm
דורך real estate
קמ מעלדט איבער אן ארעסט פון א קאר מאקעניק פארן איבערפאלן א אינגערמאן פארן בלאקירן זיין דרייו וועי אויב דאס איז נעבן די פלייש געשעפט א שאד נישט ארעסטירט ביז יעצט

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:21 pm
דורך צולייגער
וועלכע פלייש געשעפט?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:24 pm
דורך ראפאט קראמפלי
אויף בעדפארד צווישן פארק און מוירטל.
(איך באשטעטיגט נישט אז ס'איז דארט פארגעקומען)

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:46 pm
דורך פאקטען
צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש געשעפט?

נעקסט צו פרינט אויט

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:43 pm
דורך real estate
צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש געשעפט?

Satmar 82

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:51 pm
דורך לאז געמאכט
real estate האט געשריבן:קמ מעלדט איבער אן ארעסט פון א קאר מאקעניק פארן איבערפאלן א אינגערמאן פארן בלאקירן זיין דרייו וועי אויב דאס איז נעבן די פלייש געשעפט א שאד נישט ארעסטירט ביז יעצט

יא, דער איז באקאנט מיט זיין אגרעסיווע אקטן ווען מען שטייט נאר אין זיינע ד' אמות (געווען דא אמאל בילדער פון א קאר וואָס ער האט פשוט אריינגעשטעלט אינמיטן בעדפארד עוועניו... ווייל ער איז אים געשטאנן אין וועג) האפענטליך האט ער זיך יעצט געלערנט א לעקציע. (נישט אז כ'בארעכטיג בלאקירן זיין דרייווועי.. באט זיין אגרעסיע איז ארויס פון יעדע פראפארציע)

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
Breaking. Mayer Hershkowitz (Shomrim case in Willi) won his appeal and his indictment is also dismissed.