מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:14 pm

א פערזענליכער בריוו איז געשיקט געווארן פון הגר"ש כהן - נשיא פון ש"ס פארטיי בראשות אריה דרעי צו הגר"מ מאזוז ראש ישיבת כסא רחמים - נשיא פון געוועזענע יחד פארטיי בראשות אלי ישי.

אינעם בריווו בעט כהן אז מאזוז זאל הייסן שטימען פאר ש"ס:
תקוותי ותפילתי שכבודו בקו הבריאות, גיסי הגאון הגדול רבי שלמה בן שמעון מסר לי בשם כבודו שלא אקפיד עליכם ומסרתי להודיעכם שחלילה לי מלהקפיד, ואני מברך את כולכם באהבה ומתפלל שכבודו יהיה בריא ושלם בעז"ה.

עתה היא עת צרה ליעקב, ולפי מה שאני שומע מנציגינו, ישנה סכנה גדולה שכמותה לא ידענו להקמת ממשלה חילונית כפייתית הזוממת לפגוע בשבת קדוש, בקדושת הכותל המערבי, בשירותי הדת, בכשרות, בנישואין ובכל קודשי ישראל ועל ארץ ישראל להכיר ברפורמיים ולפגוע בכל מוסדות התורה והישיבות ובתלמודי התורה היקרים שלנו רח"ל.

ומתוך כאבי ויגעי על אשר עלול לבוא. פונה אני לכבודו לקרוא לכל קבל עדתו ושומעי לקחו לבוא לתמוך ולפעול למען תנועת ש"ס הקדושה, תנועתו של מרן מלכא רבינו עובדיה יוסף זיע"א, כדי שנוכל להמשיך לעמוד בפרץ נגד הגזרות ולהגן על קודשי ישראל וארץ ישראל.

"הורתי לשלוחא דרבנן הרב אריה דרעי הי"ו לעמוד בקשר עם ביתך כדי שיפרוש לפנינו את כל הצדדים כהווייתם וישמע את דבריו של כבודו ועצתו וחבירתם לפנינו.
צוגעלייגטע
מכתב.jpg
מכתב.jpg (63.21 KiB) געזעהן 1751 מאל
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:17 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:תמונה מעניינת, למרות הכיתוב על גבו, הוא בא לדוכן של חב"ד והניח תפילין...

אפשר האלט ער אז על פי הלכה טאר נישט זיין קיין מדינה
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:17 pm

געוויסע האבן געמיינט אז ביים שיעור פון דעם מוצאי שבת וועט מאזוז טאקע הייסן שטימען פאר ש"ס, אבער דאס האט נישט פאסירט.

אנשטאט האט דער ראש ישיבה ארויסגעגעבן א בריוו אז אנדערש ווי פאריגס מאל ווען ער האט געהייסן שטימען פאר ג', וויל ער זיך נישט אריינמישן אין די יעצטיגע וואלן. דאס מיינט אז ער לאזט שטימען פאר ש"ס.
צוגעלייגטע
IMG_20190914_220953.jpg
IMG_20190914_220953.jpg (291.7 KiB) געזעהן 1744 מאל
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:59 pm

מארגן העט זיין ריזן כנס אויף בר אילן
פאליציי האט עס צוריק מתיר געווען אויפן געבעהט פונעם ראש העיר
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:08 am

פארוואס ווערט נישט דא געמאלדן איבער דעם ריזיגן כינוס שנתארגן ע"י העדה החרדית "נגד" הבחירות?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:16 am

איינפאכער איד האט געשריבן:פארוואס ווערט נישט דא געמאלדן איבער דעם ריזיגן כינוס שנתארגן ע"י העדה החרדית "נגד" הבחירות?

ווייל קיינער האט נישט געמאלדן! פארוואס מעלדסטו נישט דערוועגן??
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:16 am

איינפאכער איד האט געשריבן:פארוואס ווערט נישט דא געמאלדן איבער דעם ריזיגן כינוס שנתארגן ע"י העדה החרדית "נגד" הבחירות?

אז די וועסט מעלדן וועט עס זיין געמאלדן

שדה ורוד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:07 pm

תגובהדורך שדה ורוד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:45 am

איך וויל אייך זאגן א וויכטיגער עניין. סאיז דא אסאך מענטשן, בפרט ביי אונז אין בני ברק, וואס די גאנצע בחירות גייט זיי אהן אזוי ווי דער פאר א יאהרן'דיגער שניי. נישט אלע האבן ליב חסידות גור, און נישט מאיר פרוש, און דאס גאנצער גישעפט איז יש לעיין וליישב בדוחק. אסאך טענה'ע'ן אז זיי (די חברי כנסת) מאכן אגרעסערער נזק מער ווי א תועלת, און וואס פעלט דאס אויס, און סאיז אלעס אינטערעסן וכו', ובפרט א ריזיגער חסידישער עולם וואס זייער רבי הייסט נישט גיין צו בחירות, כגון, לעלוב, קרלין, סטאלין ופינסק, סלאנים ראחמאסטריווקא שטערנאביל ועוד רבים, אבער סאיז דא איינע פון די זאכן וואס דאס גופא שטופט זיי צו די בחירות באופן חזק ביותר. דאס איז די נארישע ''תעמולה'' פון קנאי ירושלים.
אין לכם שמץ של מושג וויפל דאס רעגט אויף דעם ריזיגן נייטראלער עולם. אסאך קלוגער וואלטן זיי גיטאהן, לשיטתם, ווען מאיז נאר מפרסם דער איסור פון בית דין און דער איסור פון סאטמער רב ללא שום הוספה.
איך האב דאס גיהערט שוין פון גאר אסאך אינגעלייט וואס זיי האבן בכלל נישט געקלערט צו גיין וועלן, האבער די קיצונישע מודעות און קללות און ביטויים מוזרים (עבודה זרה גילוי עריות שפיכות דמים וכו') האט זיי געשטופט בכוח צו וועלן.

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:54 am

שדה ורוד האט געשריבן:איך וויל אייך זאגן א וויכטיגער עניין. סאיז דא אסאך מענטשן, בפרט ביי אונז אין בני ברק, וואס די גאנצע בחירות גייט זיי אהן אזוי ווי דער פאר א יאהרן'דיגער שניי. נישט אלע האבן ליב חסידות גור, און נישט מאיר פרוש, און דאס גאנצער גישעפט איז יש לעיין וליישב בדוחק. אסאך טענה'ע'ן אז זיי (די חברי כנסת) מאכן אגרעסערער נזק מער ווי א תועלת, און וואס פעלט דאס אויס, און סאיז אלעס אינטערעסן וכו', ובפרט א ריזיגער חסידישער עולם וואס זייער רבי הייסט נישט גיין צו בחירות, כגון, לעלוב, קרלין, סטאלין ופינסק, סלאנים ראחמאסטריווקא שטערנאביל ועוד רבים, אבער סאיז דא איינע פון די זאכן וואס דאס גופא שטופט זיי צו די בחירות באופן חזק ביותר. דאס איז די נארישע ''תעמולה'' פון קנאי ירושלים.
אין לכם שמץ של מושג וויפל דאס רעגט אויף דעם ריזיגן נייטראלער עולם. אסאך קלוגער וואלטן זיי גיטאהן, לשיטתם, ווען מאיז נאר מפרסם דער איסור פון בית דין און דער איסור פון סאטמער רב ללא שום הוספה.
איך האב דאס גיהערט שוין פון גאר אסאך אינגעלייט וואס זיי האבן בכלל נישט געקלערט צו גיין וועלן, האבער די קיצונישע מודעות און קללות און ביטויים מוזרים (עבודה זרה גילוי עריות שפיכות דמים וכו') האט זיי געשטופט בכוח צו וועלן.


א גרויסן יישר כח פארן איינמעלדן,
טאקע א וויכטיגער ענין...

שדה ורוד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:07 pm

תגובהדורך שדה ורוד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:01 am

נו שויןו, מיר קענען שוין אייער חכמת חיים ... בינתיים רובא דרובא פון דער היימישער עולם איז נישט מיט אייך, אפשר טאקע וועגן דעם... וואס פאסט דא ליצנות ? נעבעך.

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:19 am

שדה ורוד האט געשריבן:נו שויןו, מיר קענען שוין אייער חכמת חיים ... בינתיים רובא דרובא פון דער היימישער עולם איז נישט מיט אייך, אפשר טאקע וועגן דעם... וואס פאסט דא ליצנות ? נעבעך.

דו קענסט די מענטשן אלס אזאנע סארט וואס די מיינוג פון רובא דרובא מאכט עפעס אויס ביי זיי?? (אויסער אז ריכטיג איז פארקערט....)

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:44 am

נישט צו גלייבן
צוגעלייגטע
70575686_10156746965023460_8159579599085240320_n.jpg
70575686_10156746965023460_8159579599085240320_n.jpg (26.72 KiB) געזעהן 1416 מאל

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:46 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:פארוואס ווערט נישט דא געמאלדן איבער דעם ריזיגן כינוס שנתארגן ע"י העדה החרדית "נגד" הבחירות?

אז די וועסט מעלדן וועט עס זיין געמאלדן

ס'איז מיר "איינפאך" נישט איינגעפאלן...

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:55 am

שדה ורוד האט געשריבן:איך וויל אייך זאגן א וויכטיגער עניין. סאיז דא אסאך מענטשן, בפרט ביי אונז אין בני ברק, וואס די גאנצע בחירות גייט זיי אהן אזוי ווי דער פאר א יאהרן'דיגער שניי. נישט אלע האבן ליב חסידות גור, און נישט מאיר פרוש, און דאס גאנצער גישעפט איז יש לעיין וליישב בדוחק. אסאך טענה'ע'ן אז זיי (די חברי כנסת) מאכן אגרעסערער נזק מער ווי א תועלת, און וואס פעלט דאס אויס, און סאיז אלעס אינטערעסן וכו', ובפרט א ריזיגער חסידישער עולם וואס זייער רבי הייסט נישט גיין צו בחירות, כגון, לעלוב, קרלין, סטאלין ופינסק, סלאנים ראחמאסטריווקא שטערנאביל ועוד רבים, אבער סאיז דא איינע פון די זאכן וואס דאס גופא שטופט זיי צו די בחירות באופן חזק ביותר. דאס איז די נארישע ''תעמולה'' פון קנאי ירושלים.
אין לכם שמץ של מושג וויפל דאס רעגט אויף דעם ריזיגן נייטראלער עולם. אסאך קלוגער וואלטן זיי גיטאהן, לשיטתם, ווען מאיז נאר מפרסם דער איסור פון בית דין און דער איסור פון סאטמער רב ללא שום הוספה.
איך האב דאס גיהערט שוין פון גאר אסאך אינגעלייט וואס זיי האבן בכלל נישט געקלערט צו גיין וועלן, האבער די קיצונישע מודעות און קללות און ביטויים מוזרים (עבודה זרה גילוי עריות שפיכות דמים וכו') האט זיי געשטופט בכוח צו וועלן.

דו ברענגסט גראדע ארויס א פארשטענדליכע נקודה, אבער מען קען זיך שטארק דינגען דערויף ווייל באמת אין די אמאליגע יארן איז טאקע די מערכה פון די קנאים צוגעגאנגען טאקע וויאזוי די שילדערסט, ווידעראום אין די לעצטע בחירות האבן זיי בעיקר קאנצענצטרירט די מערכה אויפצואווייזן די פאלשקייט און לעכערליכקייט פון די נציגים - און ווי דו קענסט זיך אליין איבערצייגן אז 85% פון די צעטלעך קעגן די יעצטיגע בחירות זענען פאקטן און סטאטיסטיקס וועלכע ווייזן אויף ווי די נציגים פארראטן דעם צבור הבוחרים און גלייכטצייטיג פארפירן זיי אויך די אייגענע גדולי ישראל שליט"א חברי המועצות און טוען גארנישט אויף פאר אידישקייט - דעריבער גלייך איך שווער אז עס זענען פארהאן צופיל - אויב עפעס בכלל - פונעם נייטראלן צבור החרדי וואס דאס זאל זיי באוואויגן צו גיין וועלן. ובפרט ווען איינער פון די נציגים שעמט זיך נישט אפען צו מעלדן אין זיין צייטונג אן אפיציעלן אפמאך וואס זיי האבן געשלאסן מיט די מזרחי וואס צווישן אנדערע גייען זיי "מכיר זיין אין די רבנות הראשות", א פרעצעדענט וואס לויט אלע יודעי דבר איז דאס א שרעקליכער פריצת גדר מצד אגוד"י וואס די גדולי ישראל פון אגודה וואלטן קיינמאל נישט צוגעלאזט, און דער זעלבער נציג האט זיך אפען געלאזט הערן שפעטער אז דער בונד מיט די מזרחי וועט אנהאלטן אויך נאך די בחירות.

כך הבנתי בדעתי העני', און ווער עס קען אויפווייזן אנדערש זאל דאס זיכער טוהן, אבער נישט ח"ו זיך אריינלאזן אין געפעכטן נאר רעדן שיין כדרכה של תורה.

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:36 am

מפלגת נעם (עם נרמולי בארצנו) האט שוין גמאלדן אז זיי לאזן זיך אפ פון די גאנצע זאך און זיי גייען ארויס פון די בחירות!
זיי האבן אויך געזאגט אז זיי זענען נישט ממליץ אויף קיין איין מפלגה וועלכע צו וועלן!
70019399_363511047936012_3219471931342323712_o.jpg
70019399_363511047936012_3219471931342323712_o.jpg (136.86 KiB) געזעהן 1347 מאל
\
8bae4fbbf28f6b1680c2.jpg
8bae4fbbf28f6b1680c2.jpg (100.12 KiB) געזעהן 1347 מאל
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

די אמת איבער די סקרים

תגובהדורך היטשינער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:49 am

דא קענט איר זען ווי ווייט מען קען נישט גלייבן די סקרים.
2019-09-12.jpg
2019-09-12.jpg (61.53 KiB) געזעהן 1278 מאל

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:53 am

סקרים איז קיינמאל נישט געווען פונקטליך אבער דער עולם גלייכט דאס וויבאלד דאס הייבט אויף די געמיטער, פאר א סיבה טאר מען נישט ארויסגעבן סקרים די טעג פאר די בחירות.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:13 am

צאל פון מאנדאטן לויט די לעצטע אנקעטע, און וויפיל די פארטייען וואלטן באקומען אויב זיי זענען אפגערוקט פון די ענדגילטיגע רעזולטאטן מיט די זעלבע צאל מאנדאטן ווי און די ווינטער (ס'איז די זעלבע אנקעטע פירמע):

ליכוד: 32 - 38
ימינה: 9 - 5
עוצמה יהודית: 4 - 0
יהדות התורה: 7 - 8
ש"ס: 6 - 8

ס"ה רעכטע/חרדים אן ישראל ביתינו: 58 - 59

ישראל ביתינו: 9 - 10

כחול לבן: 32 - 35
הרשימה המשותפת: 12 - 12
עבודה 4 - 0
המחנה הדמוקרטי: 5 - 4

ס"ה צענטער/לינקע: 53 - 51
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:32 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
שדה ורוד האט געשריבן:איך וויל אייך זאגן א וויכטיגער עניין. סאיז דא אסאך מענטשן, בפרט ביי אונז אין בני ברק, וואס די גאנצע בחירות גייט זיי אהן אזוי ווי דער פאר א יאהרן'דיגער שניי. נישט אלע האבן ליב חסידות גור, און נישט מאיר פרוש, און דאס גאנצער גישעפט איז יש לעיין וליישב בדוחק. אסאך טענה'ע'ן אז זיי (די חברי כנסת) מאכן אגרעסערער נזק מער ווי א תועלת, און וואס פעלט דאס אויס, און סאיז אלעס אינטערעסן וכו', ובפרט א ריזיגער חסידישער עולם וואס זייער רבי הייסט נישט גיין צו בחירות, כגון, לעלוב, קרלין, סטאלין ופינסק, סלאנים ראחמאסטריווקא שטערנאביל ועוד רבים, אבער סאיז דא איינע פון די זאכן וואס דאס גופא שטופט זיי צו די בחירות באופן חזק ביותר. דאס איז די נארישע ''תעמולה'' פון קנאי ירושלים.
אין לכם שמץ של מושג וויפל דאס רעגט אויף דעם ריזיגן נייטראלער עולם. אסאך קלוגער וואלטן זיי גיטאהן, לשיטתם, ווען מאיז נאר מפרסם דער איסור פון בית דין און דער איסור פון סאטמער רב ללא שום הוספה.
איך האב דאס גיהערט שוין פון גאר אסאך אינגעלייט וואס זיי האבן בכלל נישט געקלערט צו גיין וועלן, האבער די קיצונישע מודעות און קללות און ביטויים מוזרים (עבודה זרה גילוי עריות שפיכות דמים וכו') האט זיי געשטופט בכוח צו וועלן.

דו ברענגסט גראדע ארויס א פארשטענדליכע נקודה, אבער מען קען זיך שטארק דינגען דערויף ווייל באמת אין די אמאליגע יארן איז טאקע די מערכה פון די קנאים צוגעגאנגען טאקע וויאזוי די שילדערסט, ווידעראום אין די לעצטע בחירות האבן זיי בעיקר קאנצענצטרירט די מערכה אויפצואווייזן די פאלשקייט און לעכערליכקייט פון די נציגים - און ווי דו קענסט זיך אליין איבערצייגן אז 85% פון די צעטלעך קעגן די יעצטיגע בחירות זענען פאקטן און סטאטיסטיקס וועלכע ווייזן אויף ווי די נציגים פארראטן דעם צבור הבוחרים און גלייכטצייטיג פארפירן זיי אויך די אייגענע גדולי ישראל שליט"א חברי המועצות און טוען גארנישט אויף פאר אידישקייט - דעריבער גלייך איך שווער אז עס זענען פארהאן צופיל - אויב עפעס בכלל - פונעם נייטראלן צבור החרדי וואס דאס זאל זיי באוואויגן צו גיין וועלן. ובפרט ווען איינער פון די נציגים שעמט זיך נישט אפען צו מעלדן אין זיין צייטונג אן אפיציעלן אפמאך וואס זיי האבן געשלאסן מיט די מזרחי וואס צווישן אנדערע גייען זיי "מכיר זיין אין די רבנות הראשות", א פרעצעדענט וואס לויט אלע יודעי דבר איז דאס א שרעקליכער פריצת גדר מצד אגוד"י וואס די גדולי ישראל פון אגודה וואלטן קיינמאל נישט צוגעלאזט, און דער זעלבער נציג האט זיך אפען געלאזט הערן שפעטער אז דער בונד מיט די מזרחי וועט אנהאלטן אויך נאך די בחירות.

כך הבנתי בדעתי העני', און ווער עס קען אויפווייזן אנדערש זאל דאס זיכער טוהן, אבער נישט ח"ו זיך אריינלאזן אין געפעכטן נאר רעדן שיין כדרכה של תורה.

די סיבה צו דעם איז פשוט, אז רוב רובו פון די תושבי ארץ ישראל קענען די מציאות, און פארשטייען אז די פאקטן זענען ברובו נישט אמת'דיג, אדער שרייבט מען עס פאדרייט.
ממילא, היא הנותנת.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:32 am

שדה ורוד האט געשריבן:איך וויל אייך זאגן א וויכטיגער עניין. סאיז דא אסאך מענטשן, בפרט ביי אונז אין בני ברק, וואס די גאנצע בחירות גייט זיי אהן אזוי ווי דער פאר א יאהרן'דיגער שניי. נישט אלע האבן ליב חסידות גור, און נישט מאיר פרוש, און דאס גאנצער גישעפט איז יש לעיין וליישב בדוחק. אסאך טענה'ע'ן אז זיי (די חברי כנסת) מאכן אגרעסערער נזק מער ווי א תועלת, און וואס פעלט דאס אויס, און סאיז אלעס אינטערעסן וכו', ובפרט א ריזיגער חסידישער עולם וואס זייער רבי הייסט נישט גיין צו בחירות, כגון, לעלוב, קרלין, סטאלין ופינסק, סלאנים ראחמאסטריווקא שטערנאביל ועוד רבים, אבער סאיז דא איינע פון די זאכן וואס דאס גופא שטופט זיי צו די בחירות באופן חזק ביותר. דאס איז די נארישע ''תעמולה'' פון קנאי ירושלים.
אין לכם שמץ של מושג וויפל דאס רעגט אויף דעם ריזיגן נייטראלער עולם. אסאך קלוגער וואלטן זיי גיטאהן, לשיטתם, ווען מאיז נאר מפרסם דער איסור פון בית דין און דער איסור פון סאטמער רב ללא שום הוספה.
איך האב דאס גיהערט שוין פון גאר אסאך אינגעלייט וואס זיי האבן בכלל נישט געקלערט צו גיין וועלן, האבער די קיצונישע מודעות און קללות און ביטויים מוזרים (עבודה זרה גילוי עריות שפיכות דמים וכו') האט זיי געשטופט בכוח צו וועלן.

איר זאגט באמת א שטארקע נקודה וואס איך האב נישט לאנג געטראכט צו שרייבן דא. און די תוצאה איז איינע פון די זאכן וואס א קאמפיין דארף נעמען אין באטראכט. די פאליטישע חרדים גלייכן צו זען אזא אנטי-בחירות קאמפיין, און אפילו ס'וואלט נישט געווען, וואלטן זיי צוגעצאלט פאר עמיצן זאל עפעס אנדרייען....

הגם מען קען פארענטפערן אז די ציהל איז ליבערשט אויפצוקלערן דעם חומר האיסור ווי איידער דאס נישט גיין צו די בחירות מצד אנדערע טעמים.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:47 pm

ווען פארמאכן זיך די שטים בודקעס? ווען וועט מען וויסן רעזולטאטן?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:52 pm

לכאורה האט געשריבן:ווען פארמאכן זיך די שטים בודקעס? ווען וועט מען וויסן רעזולטאטן?

די וואלן איז הערשט מארגן.

איך גלייב אז מארגן איינסע צוויי דאהי גייט שוין אנהייבן אריינקומען די ערשטע ציפערן.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:57 pm

אה, הייסט אז דער אשכול קען נאך עטליכע מאל פארשלאסן ווערן ביז דאן...

מען בעט טאקע דעם עולם, בלויז נייעס, נישט קיין מחאות אדער חוב קדוש'ער וואס וועלן ברענגען שלעסער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 4:17 pm

מען ענדיגט שטימען 10:00 ארטיגע זייגער, דהיינו 3:00 איסטערן, און יעמאלט קומען ארויס די עקזיט פאולס. נאכדעם נעמט נאך אפאר שעה צו האבן רעלעוואנטע פרעלימענערי רעזאלטס, ערגעץ צווישן 10:00 און 11:00 איסטערן ברויך מען וויסן די רעזאלטס אן די עבסענטי'ס, און וואס עס וועט זיין, וועט מען ערשט אנהייבן וויסן נאך וואס ריבלין וועט זיצן מיט די פארטייען, חוץ אויב ביבי'ס וועט יא האבן די נויטיגע 61 זיצן אן ליבערמאן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 4:26 pm

און געווענליך זענען די עקזיט פאולס דארט נאך ערגער און פאלשער ווי די פאולס פון פארדעם...
געווענליך 7:00-6:00 דאהי - דאס מיינט דארט בערך 2:00-1:00 ביינאכט קען מען שוין וויסן בערך ווי מ'שטייט.
(כמיין אז סיי ביבי און סיי בעני זענען ערווארטעט צו רעדן בערך 1:00 אויפדערנאכט דארט)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך און 28 געסט