בלאט 7 פון 268

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:47 pm
דורך shtystenisht
מאנכע זאגן אז אמעריקע מיט ענגלאנד גרייטן זיך צי אטאקירן איראן

[אראפגענומען לינק, צוליב תמונות תועבות וואס פילן אן יענעם וועבזייטל]

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:47 pm
דורך די_אמת

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 04, 2011 12:35 am
דורך shtystenisht
כ'בעט אנטשולדיגונג כא נישט אויפגעפאסט אויף די זייטיגע בילדער. דא האט איר א כשר'ע לינק

http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... an%27.html

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 04, 2011 11:36 am
דורך ריק פערי
מדינת ישראל האט גשטורעמט צוויי שיפן וואס האבן פראבירט צו ברעכן די בלאקאדע אויף עזה, אלס טיס דורך בשלום די שיפן זענען געטראגן געווארן קיין אשדוד.

און אנדערע נייעס זאגט ריק פערי אז ער האלט פון א מדינת ישראל באמבעדירונג אויף איראן.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 04, 2011 1:24 pm
דורך שנאפס
ריק פערי האט געשריבן:
און אנדערע נייעס זאגט ריק פערי אז ער האלט פון א מדינת ישראל באמבעדירונג אויף איראן.


צוזאגן קאסט נישט קיין געלט

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 11:29 pm
דורך אויפריכטיג
אין באסטאן האבן פראטעסטירער אקופירט דעם אזראעלישע קאנסולאט, אלס פראטעסט צום בלאקאדא אויף גאזא.


שמעון פערעס: אן אטאקע קעגן איראן ווערט נענטער.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:00 pm
דורך tell.me.something
אויפריכטיג האט געשריבן:שמעון פערעס: אן אטאקע קעגן איראן ווערט נענטער.

עס קען זיין נענטער ווי דו מיינסט. די וואך דארף ארויקומען א באריכט פון די יו-ען "איי-עי-אי-עי" אגענטור. וואס קאנטראלירט די לענדער וואס פרובירן צו שאפן נוקלעארע וואפן. און ווי אפאר דיפלאמאטן האבן ארויסגעליעקט. הייסט עס אז איראן האט שוין געמאכט געוויסע קאמפיוטער טעסטן פאר נוקלעארע "וואפן". וואס קען נישט פארטייטשט ווערן אלס ציווילע ענערגיע!

m.cbsnews.com/searchfullstory.rbml?catid=57319343&query=israel

אנטשולדיגט אז איך האב נאר די מאביל ווערסיע. אבער עס דארף צו ארבייטן אויב איר נעמט אראפ די M און לייגט צו א www פאר די לינק

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:31 pm
דורך שנאפס
העקערס האבן היינט אראפגעברענגט די וועבזייטלעך פון די איזראעלי מיליטער און די שין בית אלס נקמה פארן שטורעמען די צוויי שיפן

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:40 pm
דורך tell.me.something
שנאפס האט געשריבן:העקערס האבן היינט אראפגעברענגט די וועבזייטלעך פון די איזראעלי מיליטער און די שין בית אלס נקמה פארן שטורעמען די צוויי שיפן

א לעצטיגע משוגעת... ווען איין לאנד איז גערעגט אויף די צווייטע. פארלייגט מען זיך אויף זייער אינטערנעט....
אזויווי אין דעם לאנד "עסטאניע" וואו רוסלאנד האט אטאקירט אלע רעגירונג וועבזייטליך און בענק (גענומען אן רשות פון די "בליץ...")

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2011 9:04 pm
דורך שנאפס
די ניו יארק טיימס אין 1995: איראן וועט מעגליך האבן א נוקלעארע באמבע ביז 5 יאר, און מדינת ישראל פלאנט צו אטאקירן

http://www.nytimes.com/1995/01/05/world ... all&src=pm

געשריבן: זונטאג נובעמבער 06, 2011 10:19 pm
דורך בעל תוקע
שנאפס האט געשריבן:העקערס האבן היינט אראפגעברענגט די וועבזייטלעך פון די איזראעלי מיליטער און די שין בית אלס נקמה פארן שטורעמען די צוויי שיפן


אוטש, שוטים וואס זיי זענען, זיי מיינען טאקע אז מדינת ישראל גיין זיך ציקראצען דערפין, אזוי ווי פרעה האט געזאגט ברענגסט אריין כישוף אין א לאנד פיהל מיט כישוף, זיי קומען מיט העקערס קיין מדינת ישראל, זיי קענען עס מסתם בעסער,

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 1:09 am
דורך tell.me.something
דו וואלטסט שוין געדארפט וויסן יעצט. אז די טעראריסטן גייען נישט מיטן חשבון ווי:"וואס וועל איך פארדינען דערפון?". ביי זיי איז עס: "וויפיל וועט דער שונא שאדן האבן דערפון?"

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 9:22 pm
דורך shtystenisht
OUCH די מייק איז געבליבן אפען און פראנקרייך'ס סארקאזי זאגט פאר אבאמא "איי קענט סטענד נתני'ה, הי איז עי לייער"!! צי וואס אבאמא ענטפערט: "די רעדסטעך אפ ? איך דיעל מיט עים יעדן טאג"...
וואטס נעקסט ??

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 9:41 pm
דורך מי חכם
מען מעג שפעקולירן אז די מייק איז במכוון געבליבן אנגעצינדן?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 1:23 pm
דורך דער תהילים איד
shtystenisht האט געשריבן:OUCH די מייק איז געבליבן אפען און פראנקרייך'ס סארקאזי זאגט פאר אבאמא "איי קענט סטענד נתני'ה, הי איז עי לייער"!! צי וואס אבאמא ענטפערט: "די רעדסטעך אפ ? איך דיעל מיט עים יעדן טאג"...
וואטס נעקסט ??

ווי איך זעה איז אבאמא'ס ענטפער אויסגעטייטשט געווארן אויף צוויי וועגן.

רוב זאגן אז אבאמא האט "צוגעשטימט" און גאר מוסיף געווען אז ער איז מער אין טראבל ווייל ער מוז דיעלן מיט אים טעגליך, אבער געוויסע טייטשן עס אויס ווי אבאמא האט דיסארגריט, זאגנדיג אז ער קען יא דיעלן מיט אים.

נו שוין, א שווערע ברטנורא.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 1:56 pm
דורך אור
איז דא א קליפ עס צו הערן?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 2:28 pm
דורך שוטה
דער תהילים איד האט געשריבן:
shtystenisht האט געשריבן:OUCH די מייק איז געבליבן אפען און פראנקרייך'ס סארקאזי זאגט פאר אבאמא "איי קענט סטענד נתני'ה, הי איז עי לייער"!! צי וואס אבאמא ענטפערט: "די רעדסטעך אפ ? איך דיעל מיט עים יעדן טאג"...
וואטס נעקסט ??

ווי איך זעה איז אבאמא'ס ענטפער אויסגעטייטשט געווארן אויף צוויי וועגן.

רוב זאגן אז אבאמא האט "צוגעשטימט" און גאר מוסיף געווען אז ער איז מער אין טראבל ווייל ער מוז דיעלן מיט אים טעגליך, אבער געוויסע טייטשן עס אויס ווי אבאמא האט דיסארגריט, זאגנדיג אז ער קען יא דיעלן מיט אים.

נו שוין, א שווערע ברטנורא.

און אני הקטן האב עס פארשטאנען אין א דריטע וועג.

די ערשטע חלק פונעם שמועס איז געווען בנוגע וואס פראנקרייך האט אריינגעוואט די פאלעסטינער אין די UNESCO אפטיילונג פון די יו. ען., און אבאמא האט איהם געגעבן א שטיקל פסק פאר'ן נישט מודיע זיין פון פריער, און לגבי דעם האט אבאמא איהם שפעטער געזאגט אז דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט אהן ליידן קאנסעקווענצן אבער איך דארף דילען מיט איהם יעדן טאג און ס'וועט מיר נאר ברענגן קאפ וויי, כך נלענ"ד לאחר העיון.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 3:06 pm
דורך דער תהילים איד
קיין רעקארדירונג האב איך דאך נישט געהערט, אבער לויט ווי עס ווערט נאכגעשריבן, איז זייער נישט משמע אזוי.

מלחמה אין געציילטע וואכן!!!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 1:19 pm
דורך די_אמת
א בריטישע באריכט געט איבער אז מדינת ישראל גרייטן זיך צו באמבאדירן איראן אין די נעקסטע פאר וואכן!
www.theyeshivaworld.com/news/General+News/108592/Report%3A-Israeli-Strike-Against-Iran-Likely-In-Coming-Weeks.html

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 1:22 pm
דורך יהיה כן
זעהט פון דייין תגובה מיטן שרייענדן קעפל, כאילו דו ווארטס דערויף... השם ישמרנו

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 4:19 pm
דורך בעל תוקע
אוודאי זיכער,
לאמיר דיר עפעס זאגען, ווען זיי ווילען עכט מלחמה דאן וועט די צייטונג נישט וויסען, אין אז די צייטונג שרייבט דערוועגען איז עס מער א אפשרעקינג'ס מיטעל, בלייבט צי זעהן צי איראן וועט זיך דערשרעקען,

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 5:09 pm
דורך דער תהילים איד
הערשל פר"מ אויף קול מבשר רעדט ארום דערוועגן, ער ברענגט ארויס ביידע זייטן פון די שפעקולאציעס, פארוואס די מידיע ווייסט דערפון צו זאגן.

און אויך זאגט ער טאקע אז אויב ווילן זיי יא אטאקירן מוז עס זיין יעצט, נאך פאר די ווינטער סעזאן אין מיטל מזרח.

השם ירחם על עמו ישראל. איך ווייס נישט צו די מדינה קען עלימינירן איראן'ס נוקלערע פארשריט, מסתמא נישט, אבער דאס ווייס איך אז איראן קען אומברענגען טוינזטער אידן מיט אפאר קליינע מיסיל'ס ה"י.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 5:24 pm
דורך שנאפס
די מדינה האט שוין איינמאל אטאקירט די איראנער רעאקטארן אין 1981 דאכט זיך

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 5:27 pm
דורך יהיה כן
שנאפס האט געשריבן:די מדינה האט שוין איינמאל אטאקירט די איראנער רעאקטארן אין 1981 דאכט זיך


דער איראקער, נישט דער איראנער

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 5:41 pm
דורך בעל תוקע
כ'גלייב נאכאלץ נישט אז זיי גייען אטאקירען, ס'לייגט זיך עפעס נישט אויפען שכל, די סכנה קען זיין זייער גרויס, ס'קומט מיר ענדרעש אויס אז זיי וועלען פרובירען צי קאראפטירען די איראנער נוקלארע אינסטעלאציעס דורעך סאבאטאזש אקטען,
די אלע בארוכטען קוקען מיר אויס ווי א חלק פינעם שפיל,