אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 1:42 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:קערי האט געטענה'ט זונטאג איבער די טענות קעגן די פלאן: "קענסט נישט אראפרייסן א פלאן וואס עקזיסטירט נאכנישט און דו ווייסט נישט די דעטאלן דערפון".

קערי האט געזאגט זונטאג:
"We are not blind, and I don't think we're stupid. I think we have a pretty strong sense of how to measure whether or not we are acting in the interests of our country and of the globe,"


אין אדם מעיד על עצמו, ווייל אלע סימנים ווייזען, און אלע זאך קענענן זענענן ביי די מייינוג, אז ער איז יא בלינד און סטופיד.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 1:43 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:סאיז נישט מפטירין כדאתמול ווייל אונצווישען האט אירן פארדינט מיט די סאנקציעס

זיי האבן נאך גארנישט פארדינט דערווייל.

viewtopic.php?p=760600#p760600

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 1:48 pm

מחותן: 'אלע סימנים ווייזן' איז נישט קיין טרוקענע פאקט. און אגב, איך מיין אז אין סיריע האט ער למעשה געמאכט א גוטן דשאב, עכ"פ דערווייל פארט עס פיין, טראץ וואס גלייך נאכן דיעל האט יעדער געטריבן ליצנות דערפון און געוויסט צו זאגן ווי לעכערליך עס איז.

משנה מקום: יענץ איז שפעקולאציעס.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 1:52 pm

קערי האט געזאגט אז אין די לעצטע 3 טעג האט אמעריקע גערעד מיט איראן מער ווי זיי האבן גערעד די לעצטע 30 יאהר

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 2:35 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:מחותן: 'אלע סימנים ווייזן' איז נישט קיין טרוקענע פאקט. און אגב, איך מיין אז אין סיריע האט ער למעשה געמאכט א גוטן דשאב, עכ"פ דערווייל פארט עס פיין, טראץ וואס גלייך נאכן דיעל האט יעדער געטריבן ליצנות דערפון און געוויסט צו זאגן ווי לעכערליך עס איז.


ווואס? ווער האט געמאכט א גוטען דשאב אין סיריע? אזוי שנעל צו פארגעסן?!

קערי האט אראפגעלאזט צו איראן און זיי נאכעגבן איינזייטיג פארשידענע זאכען, ער האט געוויזען סימנים פון שוואכקייט, פארט האט עס איראן צירוק געוויזען און פראנקרייך איז געווען די וואס האט געלייגט די פיס אויף די סטאפ ברעיק.

דאס ווייזט נישט אויף קיין שטארקייט און הצלחה, און טאקע דערפאר האט קערי געדארפט זאגען "איך בין נישט בלינד און נעריש" ווען מען איז א געווינער און מען איז שטארק ביי זיך דעמלאטס דארף מען זיך נישט אויסרימען.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 2:46 pm

1) איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט פוטין. אלעס האסטו געקענט שרייען ביז ווען די דיעל איז געווארן א פאזיטיווע פאקט.

2) "קערי האט זיך אראפגעלאזט", מהכי תיתי?
שרייב נישט קיין נארישקייטן איבער קערי'ס זיך אויסרימען, דו ווייסט גוט פארוואס ער האט דאס געדארפט זאגן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:09 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:1) איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט פוטין. אלעס האסטו געקענט שרייען ביז ווען די דיעל איז געווארן א פאזיטיווע פאקט.


איך כאפ נישט וויאזוי די ווילסט געבן די מינדעסטע קרעדיט פאר קערי בנוגע סיריע,
אויב די געדענקסט, האט אבאמא אויסגעזען מיט סיריע בערך אזוי ווי ער זעט יעצט אויס מיט אבאמקעיר, לייען פון דא אין ווייטער ביז פוטין איז געקימען און אים ארויסגעבעעלט.

דער תהילים איד האט געשריבן:שרייב נישט קיין נארישקייטן איבער קערי'ס זיך אויסרימען, דו ווייסט גוט פארוואס ער האט דאס געדארפט זאגן.

קענסט עס מסביר זיין ווייל איך פארשטיי עס נישט, איך זע עס נאר אלץ צייכען פון שוואכקייט.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:18 pm

בנוגע סיריע:

איך רעד נישט יעצט וועמענס קרעדיט עס איז אז ס'איז געווארן א דיעל. איך רעד פון דעם פאקט אז "ווען די דיעל איז געווארן" האט יעדער פה אחד גשפיגן אויף אבאמא און געלאכט אז אמעריקא האט זיך אונטער געגעבן, יעדער האט געוויסט צו דערציילן פונקטליך פארוואס די דיעל איז לעכערליך און אז סיריע בלייבט מיט אלעם בלא בלא. יעצט, אויב קוקט מען היינט די מציאות זעהט מען אינגאנצן עפעס אנדערש! די דיעל איז דערווייל א "סוקסעספולע סוקסעס", טראץ אלע פאראויסגעזאגטע הסברים פון "אויסערליכע" אבזערווירער.

אט די זעלבע איז אצינד מיין בליק בנוגע איראן, און דאס האט קערי געזאגט "קענסט נישט אראפרייסן א דיעל פאר דו ווייסט וואס עס איז".



בנוגע קערי:

האסטו אפשר נישט מיטגעהאלטן די פעטש וואס נתניהו האט געגעבן, וואס אויף דעם האט זיך קערי באצויגן???
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:47 pm

תהלים איד, דו ווייסט וואס טוט זיך אין סוריא? ביסטו זיכער אז די וואפן ווערט פארניכטעט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 3:59 pm

איך בין נישט פון די יו.ען. אינספעקטאר'ס סוי בינעך נישט געווען דארט פערזענליך... אבער דערווייל הייסט עס אז אלעס פארט ווי אפגעשמועסט, און זיי זיכער אז ווען איין ריר פאלט דורך וואלטן מיר שוין געליינט גרויסע העדליינס דערוועגן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 4:54 pm

תהלים האט פארפאסט די העדליין'ס. שוין געווען אין די נייעס אז זיי געבן נישט אויף אלעס

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 5:20 pm

תהלים, איך האב געהערט דעם אנאליז, אויב איז אמת וואס ער זאגט וואס די פלאן איז געווען איז אבאמא שוין איינמאל נאיוו ווייל ער פארגעסט אז ער האט דא צוטון מיט איראן וואס טעראריזם איז ביי זיי א שפילצייג וויפיל טעראר אטאקעס האט שוין איראן דורכגעפירט אין די לעצטע יארן,

סאו ווען די האסט א דיעל ווי די נעמסט אראפ אלע סאנקציעס און איראן געט דיך נאך אז וואס? ער וועט ווייטער בויען רעאקטארן און עס ניטש ניצן,

און אמעריקא גלייבט זיי נאך

--

אגב איך בין שטארק אין שטיצע פון דיפלאמאטיע מיט איראן בפרט יעצט ווען דער נייע פרעזידענט ווייזט ארויס נאכגיביגקייט, אבער אזא דיעל (ווידער, איך דער לויט ר' שמעון) איז זינלאז.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 7:29 pm

איך האב נישט פארפאסט די העדליינס, נאר עס דוכט זיך אז דערוילעם מישט אין גרויסן.

איראן האט אלעמאל געזאגט אז זייערע רעאקטארן פראדוצירן אוראניום בלויז פאר "פרידליכע צוועקן". די וועלט האט אבער פארשטאנען אז דאס איז סתם געזאגט, ווייל פאר פרידליכע צוועקן ברויך מען נישט אזא צאל בארייכערונג.

יעצט איז אמעריקא מיט די מערב וועלט געקומען מיט זיי צום טיש מיט א פלאן אז מען גייט דעבאטירן און אויסארבעטן א דיעל מיטן ציהל צו "פארזיכערן אז די אוראניום קען בלויז דינען פרידליכע צוועקן", וואס דאס נעמט אריין אין זיך אסאך פרטים, סיי אז סזאל נאר זיין אונטער א געוויסע פראצענט (איך האב נישט ארויס די נומערן גענוי), און סיי אז אונטערנאציאנאלע אינספעקטארס זאלן עס באטראכטן און באגלייטן, און נאך אסאך פרטים וואס איך ווייס נישט.

איז געקומען ביבי נתניהו, און זיך גענומען שרייען אז איראן מוז ווערן פארבאטן פון בארייכערן סיי וועלכע איראניום, אפילו נידריגע פראצענטן. אין אידיש מיינט דאס אבער "מאך נישט קיין הסכם", ווייל איראן גייט קיינמאל נישט מסכים זיין צו פארמאכן אלע פלענט'ס טאטאל, עס גייט קיינמאל נישט געשעהן. למעשה האט די וועלט אנדערש געהאלטן, און נתניהו אליינס האט שוין די לעצטע פאר וואכן געהאט איינגעשטילט, און ער האט בלויז געזאגט אז "ער [ווארנט און] האפט אז די הסכם וועט זיין א גוטע".

אלזא, ווייסט יעדער איינער אז די "געשפרעכן" וואס האבן זיך אנגעהויבן זענען נישט איבער פארמאכן די רעאקטארן, נאר איבער די פראצענט בארייכערונג וואס איראן מעג פראדוצירן, און נאך הונדערטער פרטי פרטים וועלכע זאלן פארזיכערן אז איראן ווערט נישט נענטער צו קיין אטאמישע וואפן (וואס איינע פון די פרטים אין די דעבאטע איז געווען איין געוויסע רעאקטאר צו דאס מעג בלייבן בכלל אפן, וואס אויף דעם האט אמעריקא זיך נישט געשטעלט און פראנקרייך יא).

יעצט די וואך זונטאג האט נתניהו אנגעהויבן מיט א פרישקייט צו פארפירן אז "דער הסכם איז שלעכט". דאס הייסט אז אויסער וואס די נעגאושיעשאן'ס זענען געציהלט אויף עפעס וואס ער איז נישט מסכים, דהיינו, אז איראן גייט בלייבן מיט די רעכט פאר פרידליכע בארייכערונג, וואס דאס ווייסט מען שוין לאנג, אויסער דעם איז ער איבערצייגט אז די "פרטי פרטים" פון די יעצטיגע הסכם טויג נישט.

שרייט קערי צוריק אז ער האט נישט וואס אריינצורעדן ווען ער ווייסט ניטאמאל גענוי וואס די פרטים זענען, הגם ער זאגט אז ער ווייסט פון אמעריקאנע קוועלער, אבער יענע (רעפובליקאנע..) קוועלער ווייסן אויך נישט!

=

יעצט קומט ר' שמעון מחדש זיין אז איראן בלייבט מיט אלע אירע רעכטן אויף די נוקלעארע רעאקטאר'ס. גוט מארגן... דאס איז נישט קיין נייעס, און דאס איז נישט קיין וועג פון רעדן בכלל ווייל דאס איז נישט די שאלה דא. די שאלה איז צו עס ווערט טאקע פארזיכערט אז איראן וועט נישט קענען פראדוצירן קיין וואפן דערפון, און דאס ווייסט קיינער נישט אויסער די וואס זיצן ביים טיש, און אויף דעם האט קערי געזאגט "מיר זענען נישט אזוי נאאיוו"...

ווילסט מיר זאגן אז די הסכם איז למעשה לעכערדיג? האסט מיר דאס געזאגט ביי סיריע אויך, און האסט געגרייזט.

די איינציגסטע זאך וואס מאכט יא מענטשן טראכטן אז אבאמא שפילט אריין אין איראן'ס הענט, איז די פאקט אז רוחאני מיט כומעיני אינאיינעם זענען עפעס צו רואיג און צופרידן און פרייליך... אבער, דאס איז ווידער בלויז השערות, און די וואס פרעדיגן השערות אלס "פאקטן" האבן ביי מיר ווייניג קרעדיט, כנ"ל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 8:47 pm

שיין מסביר. מעגסט מער שרייבן, דו שרייבסט שיין און קלאר

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 11:26 pm

תהילים איד.

1) די פאקט אז אבאמא האט פארגעשלאגען א פלאן, און האט שוין עפענטליך נאכגעגעבן אז איראן וועט מעגן בלייבען מיט עפעס נוקעראלע סחורה, און פארט האט עס איראן דערנאך אפגעווארפן, ווייזט אויף א שרעקליכע צופארענע און שוואכע מהלך פון אמעריקע, אמעריקע איז בין יום ולילה געווארען צושפאט און אפגעשוואכט איראן האט זיי ארויסגעשטעקט א צינג, פון דא ווייטער איז איראן ידו על העליונה, קארטער איז שוין א העלד קעגן די אבאמא פאליטיק,

אבאמא האט שוין נישט די שטארקייט צו פארהאנדלען מיט איראן ווייל ער האט שוין מסכים געווען אז איראן מעגן האבן א נוקעראלע רעאקטער...! די געים איז אווער, איראן האט געשפילט א געים מיט אמעריקע און געווינען שאך מאט, און נאר וועגן האט קערי געזאגט - א ליגענט - אז מיר זענענן נישט בלינד און נעריש, קערי האט זיך געהאט איינגערעדט אז איראן וועט פאלען צו די פיס און מסכים זיין צום דיל, און איראן האט געשפילט כאילו אט אט מען איז מסכים ון עפענטליך באיקמען וואס זיי האבן געוואלט, און דערנאך געשיקט קערי לעזעזל.

2) עס איז געווען באריכטעט אין אנגענימענע נייעס קוועלער, אז אבאמא האט שוין באהאלטענעהייט נאכגעלאזט טייל סאנקציעס, ער איז נישט קיין לידער וועם צו טראסטען.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:28 am

1) נישט ריכטיג. איראן האט נישט אפגעווארפן די פלאן, נאר פארקערט און אנדערש: 'פראנקרייך' האט עס 'אפגעהאלטן'. (קענסט די מעשה מיט די פאטיעטא'ס?)

2) שפעקולאציעס.

זאלסטו נישט מיינען אז איך קריג מיט דיר אז אבאמא'ס אמעריקא איז ווערד "אלמאסט זערא" אין די וועלט, עס האט פארלוירן די גאנצע וועלט'ס פירערשאפט וואס עס האט אמאל געהאט. און קען זיין אז לגבי איראן איז אויך דא נקודות וואס א שטייפער פירער וואלט בעסער אנגעקומען, אבער... פון דא ביז צו זאגן אז ער פאלט אריין אין א שפיל פון איראן, איז זייער זייער זייער ווייט, איז איז כמעט זיכער א הוילע דמיון.

באטראכט דעם בילד מיט די טרוקענע פאקטן, אן קיין "פאליטישע" דעמאגאגיעס, ווי פאלגנד:

די פאקט איז אז איראן איז צודריקט און צומאלן פון די סאנקציעס. די פאקט איז אז איראן האט א נייע מער-מעסיגע פירער וואס דאס גיט די מעגליכקייט פאר כומעיני צו טוישן טאן און פארבעסערן זיין מצב. די פאקט איז אז אטאקירן איראן קען קאסטן שווערע טויזנטער אידישע לעבנס ה"י און קען אפילו פירן צו א דריטע וועלט מלחמה. די פאקט איז אז אמעריקא אינאיינעם מיט די מערב וועלט פארשטייען אז זיי קענען קאנטראלירן איראן זי זאל האבן נוקלעארע רעאקטאר'ס און נישט עררייכן קיין אטאמישע וואפן. די פאקט איז אז ביבי נתניהו רייסט עס ארונטער "בפומבי" ווי א צודרייטער אנשטאט ארבעטן שטילערהייט מיט אלע לענדער, וואס דאס צייגט אז די גאנצע סומעטאכע פון דערשרעקן די וועלט טוט ער בלויז כדי צו זיין "דער העלד" אין די אויגן פון זיין אוהב מלחמה'דיגער המון. אט דאס זענען די פאקטן...
רבינו שאג בקול גדול וגו'

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:38 am

דער תהילים איד האט געשריבן:
די פאקט איז אז איראן איז צודריקט און צומאלן פון די סאנקציעס. די פאקט איז אז איראן האט א נייע מער-מעסיגע פירער וואס דאס גיט די מעגליכקייט פאר כומעיני צו טוישן טאן און פארבעסערן זיין מצב. די פאקט איז אז אטאקירן איראן קען קאסטן שווערע טויזנטער אידישע לעבנס ה"י און קען אפילו פירן צו א דריטע וועלט מלחמה. די פאקט איז אז אמעריקא אינאיינעם מיט די מערב וועלט פארשטייען אז זיי קענען קאנטראלירן איראן זי זאל האבן נוקלעארע רעאקטאר'ס און נישט עררייכן קיין אטאמישע וואפן. די פאקט איז אז ביבי נתניהו רייסט עס ארונטער "בפומבי" ווי א צודרייטער אנשטאט ארבעטן שטילערהייט מיט אלע לענדער, וואס דאס צייגט אז די גאנצע סומעטאכע פון דערשרעקן די וועלט טוט ער בלויז כדי צו זיין "דער העלד" אין די אויגן פון זיין אוהב מלחמה'דיגער המון. אט דאס זענען די פאקטן...

אפאר זאכען וואס די האסט געשריבען אלס פאקטען איז ווייטער שפוקעלאציעס
נתניהו טוט עס כדי צי זיין א העלד און פארוואס טוט עס סאודי אראביע?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:45 am

ערשטנס, כבין מודה אז מיין לעצטע פאקט האט זיך געענדיגט מיט א 'אויסטייטש' וואס איז נישט ממש בגדר 'פאקט'...

שנית, סאודי אראביע שטעלט זיך קעגן פון אינעווייניג אבער פירט נישט אזא מערכה, און די סיבה פון זייער קעגנערשאפט איז פשוט, זיי ווילן נישט אז זייער שכן זאל האבן עפעס וואס זיי האבן נישט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:50 am

דער תהילים איד האט געשריבן:, זיי ווילן נישט אז זייער שכן זאל האבן עפעס וואס זיי האבן נישט.

מה שאין כן נתניהו האט נישט מורא נאר ער וויל זיין א העלד אקעי איך פארשטיי

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 11:51 am

האסט ציטירט א האלבע זאץ, איך האף אז געליינט האסטו די גאנצע.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 12:07 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:1) נישט ריכטיג. איראן האט נישט אפגעווארפן די פלאן, נאר פארקערט און אנדערש: 'פראנקרייך' האט עס 'אפגעהאלטן'. (קענסט די מעשה מיט די פאטיעטא'ס?)

2) שפעקולאציעס.

זאלסטו נישט מיינען אז איך קריג מיט דיר אז אבאמא'ס אמעריקא איז ווערד "אלמאסט זערא" אין די וועלט, עס האט פארלוירן די גאנצע וועלט'ס פירערשאפט וואס עס האט אמאל געהאט. און קען זיין אז לגבי איראן איז אויך דא נקודות וואס א שטייפער פירער וואלט בעסער אנגעקומען,

אבער... פון דא ביז צו זאגן אז ער פאלט אריין אין א שפיל פון איראן, איז זייער זייער זייער ווייט, איז איז כמעט זיכער א הוילע דמיון.



האסט א חסרון ידיעה, איראן האט יא געזאגט די לעצטע מינוט - נאכען באקימען פון אמעריקע די רעכט פאר נוקעראלע רעאקטער׳ס - אז זיי גייען זיך נישט צושטעלן צום דיל, און הערשט דערנאך האט עס פראנקרייך אפגעשטעלט, און ווי עס זעט אויס איז אבאמא פארט גרייט געווען צו גיין ווייטער.
מחותן האט געשריבן:וכך הוה, איראן רירט זיך נישט און גיבט נישט אויף, אבער אבאמא האט שוין אויפגעגעבן אויף די סאנקציעס.

קאוד: וועל אויס אלע

Iranian Negotiator: Tehran Will Not Give Up Right to Enrich Uranium
Iranian officials appear pleased with potential deal
Iran will not agree to halt its nuclear enrichment rights under any deal with the West, according to the country’s lead negotiator, Foreign Minister Mohammad Javad Zarif.

“The Islamic Republic of Iran makes no deal over its right,” Zarif told reporters after daylong negotiations with the West in Geneva over Iran’s disputed nuclear program, according to Iran’s state-run Fars News Agency.

Zarif’s insistence on Iran’s right to enrich uranium, the key component in a nuclear bomb, comes as Western sources suggest that a nuclear deal could be reached as early as Friday.

The debate over Iran’s enrichment rights has been a key sticking point for negotiators on both sides.

U.S. lawmakers and the Israelis argue that Iran will continue its nuclear weapons work if it retains the right to enrich uranium. The Iranians say they will not give ground on the issue.

Zarif’s remarks indicate that Iran could be getting most of what it wants in the deal. He and other officials have praised the talks and the progress each side is making.

Iranian negotiator Seyed Abbas Araqchi revealed on Thursday that the West had accepted Tehran’s proposed framework for a nuclear deal.

Araqchi said on Friday that Iran’s enrichment rights are the country’s “redline.”

“Enrichment is important to us and is our redline,” Araqchi said in comments blasting Israeli media reports claiming that Iran would suspend its enrichment efforts.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 12:22 pm

סארי אבער האסט נישט גוט אפגעליינט די נייעס (וואס איך ווייס נישט פון וואו דאס שטאמט).

איראן האט גארנישט אפגעווארפן, זיי האבן נאר געזאגט אז זיי וועלן ווייטער בארייכערן איראניום. דאס איז נישט קיין חידוש און די געשפרכען גייען טאקע איבער דעם, ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט באריכות.

די איינציגסטע סיבה פארוואס ער ברענגט עס יעצט ארויס איז נאר ווייל איראן מוז בלייבן מיט זייער שטאלץ און זאגן פארן פאלק "מיר גיבן גארנישט אויף". ווער נישט אזוי איבערגענומען פון אויסערליכע סטעיטמענט'ס..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 1:14 pm

רבותי עס קומט גוטע צייטן!

תהלים איד האט געסוויטשט צו נטורי קרתא...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 1:39 pm

נישטאמאל צו די דעמעקראטן האבעך געסוויטשט.. :lol:

אבער אסאך מאל קען מען פלאצן פון די פארמאכטע קלאצקעפיגקייט וואס מען לייגט אריין אין אונז.


(אז דו ווילסט נאך איין דוגמה: יוסי געשטעטנער איז ביזי אויף ק"מ יעדן צווייטן טאג אז אבאמא האט דילעי'ט די אינדיווידועל מענדעיט מיט 6 וואכן, וואס דאס מיינט אז די שאטדאון איז געווען אומזינסט! פארוואס? ווייל די גאנצע וואס די רעפובליקאנע האבן פארלאנגט אינעם דריטן ביל בעפאר די שאטדאון איז געווען צו דילעי'ען די מענדעיט, און דא טוט עס אבאמא אליינס! פשששששששששש אזא דורכפאל פאר אבאמא!!!!!

ער פארגעסט נאר ארויסצוברענגען אז די רעפובליקאנע האבן עס געוואלט אפשטיפן [און זיי האבן מיין צושטימונג..] מיט "א יאר", און יעצט האט מען עס אפגעשטופט מיט "6 וואכן", טאקע כמעט די זעלבע, אבער עטוואס דיפערענט... און דעם פאלשן נקודה ברענגט ארויס נאכאמאל און נאכאמאל מיט אזאא העפינעס.

האללא! יא, אבאמא קעיר איז שלעכט, יא, אבאמא קעיר האט זיך אנגעהויבן מיט א דורכפאל ב"ה, אבער דאס מאכט נאר שטערקער די קושיא פארוואס מען פיטערט אונז מיט לאקשן אנע צוקער)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 2:10 pm

די קשיא איז א סאך שטערקער.

דאס גופא איז דאך די גרעסטע גורכפאל פון די R'ס אז א זאך וואס זיי גייען יעצט סייווי באקומען אלס די פראבלעמען פון אבאמא האבן זיי פארפירט ווי בעיביס און נישט באקומען.

וואס פארפירסטו? פארוואס צוברעכסטו אלע געשיר? א פאר וואכן ארום וואט זיך יעדער סייווי איבערצייגן אין דיין רעכט אן דעם וואס דו זאלסט פאר די פרייז ווערן אנערקענט ווי א בולי
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”