אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » זונטאג נובעמבער 24, 2013 3:23 pm

ס'דערמאנט פון טשוירטשילס אפיזמענט פאר היטלער.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג נובעמבער 24, 2013 3:34 pm

די דיעל איז פאר 6 חדשים, ביז ווען מען קומט אן צו א ענדגילטיגע הסכם. דער יעצטיגער דיעל גייט בערך אזוי:

1) איראן שטעלט אפ יעדע סארט אוראניום בארייכערונג העכער ווי 5 פראצענט.

2) איראן וועט פארטיליגן אלע אירע בארייכערטע אוראניום וועלכע האלטן ביי קרוב צו 20 פראצענט בארייכערט, און זענען גאנץ נאנט צו קענען גענוצט ווערן פאר וואפן.

3) איראן וועט צונעמען זייערע איינריכטונגען וועלכע טוען ערמעגליכן צו בארייכערן אוראניום העכער ווי 5 פראצענט.

4) איראן וועט דערווייל נישט צוקויפן קיין איין סענטרעפיודשעס מער צו וויפיל זי האט, אפילו נישט פאר שוואכערע סארט אוראניום.

5) רוב סענטרעפיודשעס וועלן אויף דערווייל ארויסגיין פון באנוץ.

6) איראן דארף געבן טעגליכע צוטריט צו אלע נוקלעארע איינריכטונגען פאר די אינטערנאציאנאלע אינספעקטאר'ס, און אויך פאר א פרישע קאמיטע מטעם די לענדער וועלכע זענען אין די פארהאנדלונגען.

7) די מערב וועלט אנערקענט דערווייל "נישט" אפיציעל די רעכט פון איראן פאר פרידליכע אוראניום בארייכערונג.

8) בערך 7 מיליארד פון די בערך 110 מיליארד איראנע דאלארן וועלכע זענען איינגעפרירט, וועלן ווערן אויפגעפרוירן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 24, 2013 3:37 pm

מען האט שוין אפאר מאל געזען די "פיינע נייעס" מיט נאורט קאריע וואס איז דא אנדערש וואס האט מען געטוהון צי פריווענטען אז סזאל נישט געשען די זעלבע זאך?
לעצט פאראכטן דורך משנה מקום אום דינסטאג נובעמבער 26, 2013 1:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 24, 2013 3:58 pm

פריי זיך האט געשריבן:ס'דערמאנט פון טשוירטשילס אפיזמענט פאר היטלער.

טשוירטשיל האט געכאפט א וואקל אין קבר הערנדיג אזעלכע רייד אויף זיין חשבון.

מיינסט טשעימבערלעין.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » זונטאג נובעמבער 24, 2013 4:02 pm

אוי, גערעכט. שוין בין איך אייניג מיט אבאמא ווען ס'קומט צו היסטאריע. איך מיט געדענקען פונקטליך ווער ס'געווען, ער מיט געדענקען וואס ס'איז בכלל געווען

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג נובעמבער 24, 2013 4:29 pm

איך וויל בעטן די חשובע שרייבער ווער עס קען אפשרייבן א לענגערע אנאליז בנוגע די דיעל.

קודם וויל איך וויסן פארוואס האט אמעריקא בכלל ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף איראן וועלכע פראיעקטן בנוגע אוראניום בארייכערונג וכדו' האט געבאדערט פאר אמעריקא און וואס איז די יעצטיגע דיעל (תהלים האט שוין אין קורצן געשריבן אבער איך וויל פארשטיין קלארער וואס אמעריקא האט אויפגעגעבן פאר איראן.)

און בעיקר פארוואס קאנגרעסלייט און סענאטארן פון ביידע פארטייען זענען שטארק נישט צופרידן פונעם דיעל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 24, 2013 9:22 pm

גייענדיג אין שוהל אריין ארום דריי שעה צוריק, ווארט מיך אפ ביים טיר פון בית המדרש א נייעס באריכטער פון ניו יארק איינס, ושאלתו בפיו אויב איך בין מסכים צו קומען רעדן אויף זייער פראגראם... פארוואס נישט?... הכלל איז די פראגע געווען וואס מיין מיינונג איז איבער די פרישע אפמאך צווישן אמעריקע מיט איראן. למעשה האב איך מיך אנטזאגט פון זאגן מיין מיינונג ברבים...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 24, 2013 10:02 pm

תהילים איד.

אויף פאפיר זעט עס טאקע אויס זייער א גיטע דיל, די פראבלעם דערמיט איז אז אבאמא איז דער שותף און ארכיטעקט דערפון, און ער איז נישט א מענטש אויף וועם זיך צו פארלאזן און טראסטען מיט אזעלכע האקלע און מסוכן'דיגע דילס, עקטשלי עס איז נישט דא קיינער אין זיין קאבינאט וועם די קענסט אנריפן א געלונגענעם און אחרוית'דיגען שטאטסמאן אויף וועם זיך צי פארלאזען אז זיי ווייסען וואס זיי שרייבען אינטער, כנלענ"ד.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 24, 2013 10:07 pm

קאוד: וועל אויס אלע

Halifax, Nova Scotia - Canada’s foreign minister says he’s “deeply skeptical” about the international community’s nuclear deal with Iran. Canada will keep its sanctions in place.
Foreign Minister John Baird said in Ottawa on Sunday that past actions predict future actions and “Iran has not earned the right to have the benefit of the doubt. “
Canada’s Conservative government, a staunch ally of Israel, has banned nearly all exports to and imports from Iran over concerns about Iran’s nuclear program. Canada also shut its embassy in Tehran in 2012 and ordered Iranian diplomats to leave Ottawa.
Canadian Defense Minister Rob Nicholson said at the conclusion of the Halifax International Security Forum on Sunday that Canada will evaluate the nuclear deal on its merits.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:12 pm

לכאורה האט געשריבן:למעשה האב איך מיך אנטזאגט פון זאגן מיין מיינונג ברבים...

מחשש גילוי...
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:39 pm

לאמיר זאגען אז פאר מדנ"י קימט זיך אז מען זאל זיי ווארפן אינטערן באס מיטען דיל, אבער וואס טוט זיך מיט סאודיע אראביע? זיי זענענן דאך יא מוסלעמענער. זייער איינציגסטע פראבלעם איז אז זיי האבן זיך געהאלטען נאנט מיט אמעריקע, און לויט ווי אזוי אבאמא האט זיך אויפגעפירט אין עגיפטן זעט מען אז פריינדשאפט איז נישט קיין ארטיקעל ביי אבאמא.

Iran nuclear deal: Saudi Arabia warns it will strike out on its own
Saudi Arabia claims they were kept in the dark by Western allies over Iran nuclear deal and says it will strike out on its own


קאוד: וועל אויס אלע

A senior advisor to the Saudi royal family has accused its Western allies of deceiving the oil rich kingdom in striking the nuclear accord with Iran and said Riyadh would follow an independent foreign policy.
Nawaf Obaid told a think tank meeting in London that Saudi Arabia was determined to pursue its own foreign and policy goals. Having in the past been reactive to events, the leading Sunni Muslim nation was determined to be pro-active in future.
Mr Obaid said that while Saudi Arabia knew that the US was talking directly to Iran through a channel in the Gulf state of Oman, Washington had not directly briefed its ally.
"We were lied to, things were hidden from us," he said. "The problem is not with the deal struck in Geneva but how it was done."
In a statement the Saudi government gave a cautious welcome to the Geneva nuclear deal. It said "good intentions" could lead to a comprehensive agreement on Tehran's atomic programme. "This agreement could be a first step towards a comprehensive solution for Iran's nuclear programme, if there are good intentions," the Saudi government said
But it warned that a comprehensive solution should lead to the "removal of all weapons of mass destruction, especially nuclear, from the Middle East and the Gulf".
A fellow of Harvard University's Belfer Centre and adviser to Prince Mohammad, the Saudi ambassador to London, Mr Obaid said Saudi Arabia would continue to resist Iranian involvement in the Syrian civil war. In particular he pointed to Iranian Revolutionary Guards involvement in battles in Syria on behalf of the regime.
"[Saudi Arabia] will be there to stop them wherever they are in Arab countries," he said. "We cannot accept Revolutionary Guards running round Homs."
Saudi Arabia's fury at the diplomatic detente with Iran is commonly held with Israel. While both countries are in the same posion Saudi Arabia disavows any suggestion of an open alliance. Until the Palestinians have a state, Saudi Arabia will not work with Israel.
Saudi Arabia is increasingly at odds with Washington over Syria. It rejected a seat on the UN Security Council in protest at the body's failure to "save" Syria.
Qatar is the latest Gulf Arab state to welcome the nuclear deal between Iran and world powers, calling it a step toward greater stability in the region.
Saudi Arabia, has previously expressed unease about US overtures to Iran. The dialogue helped pushed along efforts by Washington and others to strike a deal with Iran seeking to ease Western concerns that Tehran could move toward nuclear weapons.
Qatar's Foreign Ministry said the deal is an "important step toward safeguarding peace and stability in the region".
Bahrain, Kuwait and the United Arab Emirates have issued similar statements.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 2:32 pm

לאמיר זעהן וואס וועט ווערן. די רעכטע פארשטייט זיך רייסן אונטער די דיל, אבער אסאך לינקע אויך. צו ווייל זיי זענען אידן, אדער ווייל זיי זענען פון אידישע סטעיטס.

בכל אופן איז עס נישט גוט פאר די אידן אין אמעריקע. די "געטרייע" לינקע, זענען גרייט צו ווארפן אבאמא אונטערן באס "פאר די אידן".

#המרחם ירחם
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:20 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לאמיר זעהן וואס וועט ווערן. די רעכטע פארשטייט זיך רייסן אונטער די דיל, אבער אסאך לינקע אויך. צו ווייל זיי זענען אידן, אדער ווייל זיי זענען פון אידישע סטעיטס.

בכל אופן איז עס נישט גוט פאר די אידן אין אמעריקע. די "געטרייע" לינקע, זענען גרייט צו ווארפן אבאמא אונטערן באס "פאר די אידן".

#המרחם ירחם


ייש"כ חילי פאר דיין קלארע באריכט...

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 6:04 pm

לאמיר האפן אז נטרונא וועט כאטש עפעס ארויס לייגן פאר די גאס
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 6:32 pm

מצב כללי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:לאמיר זעהן וואס וועט ווערן. די רעכטע פארשטייט זיך רייסן אונטער די דיל, אבער אסאך לינקע אויך. צו ווייל זיי זענען אידן, אדער ווייל זיי זענען פון אידישע סטעיטס.

בכל אופן איז עס נישט גוט פאר די אידן אין אמעריקע. די "געטרייע" לינקע, זענען גרייט צו ווארפן אבאמא אונטערן באס "פאר די אידן".

#המרחם ירחם


ייש"כ חילי פאר דיין קלארע באריכט...

ס'איז מער גראדע נישט קלאר, נישט גוט פאר אידן? ווען? אויב ס'יא דא א דיעל אדער אויב נישט? דאכט זיך אז די אנטי-ציוניסטישע מיינונג דארף זיין "יא דיעל" אויב כ'בין נישט צומישט.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 7:36 pm

האלץ האקער האט געשריבן:לאמיר האפן אז נטרונא וועט כאטש עפעס ארויס לייגן פאר די גאס


Are you for real? דאס וואס אויך אסאך ליבעראלע פאליטישענס זענען דערקעגן די דיעל האט גארנישט מיט מדנ״י, זילטש. נאדא.
עס איז דא בארעכטיגטע זארגען אז די דיעל פון די זעלבע סארט וואס קלינטען האט אינטערגעשריבען מיט נארט קאריע און עס האט זיך אין א קורצע צייט אויסגעשטעלט אז עס איז געווען א האקוס, די דיעל פון אבאמא מיט איראן האט מער לעכער ווי זאק, צוביסליך קימט ארויס מער און מער פרטים דערוועגן, און לאמיר נישט פארגעסן אז עס איז די זעלבע אבאמא וואס איז צוקריגט מיט עגיפטן וויבאלד זיי האבן אראפ געשטעלט זייער מוסלים בראדערהוד פרעזידענט וואס האט געוואלט טוישן עגיפטן צי די שאריע געזעצן.

איראן באקימט און די נעקסטע פאר חדשים בליאנען איינגעפרוירענע דאלערן בשעת זיי דארפן כמעט גארנישט טיען, זיי דארפן נאר פארהאנלען איבער א דיעל, און זיי עפענענן ניטאמאל אלע זייערע פלעצער פאר אינספעקשענס.

א גרויס חלק ליבעראלע זענען ברוגז אויפן דיעל צילוב זייערע אמעריקאנע אינטערסען.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 7:47 pm

מחותן האט געשריבן:איראן באקימט און די נעקסטע פאר חדשים בליאנען איינגעפרוירענע דאלערן בשעת זיי דארפן כמעט גארנישט טיען, זיי דארפן נאר פארהאנלען איבער א דיעל, און זיי עפענענן ניטאמאל אלע זייערע פלעצער פאר אינספעקשענס.

רבי לעבן, וואס פירסטו דעם עולם ביי די נאז? בעסער געפרעגט: ווער פירט דיר ביי די נאז?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 8:05 pm

אבאמא .......

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 8:10 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:איראן באקימט און די נעקסטע פאר חדשים בליאנען איינגעפרוירענע דאלערן בשעת זיי דארפן כמעט גארנישט טיען, זיי דארפן נאר פארהאנלען איבער א דיעל, און זיי עפענענן ניטאמאל אלע זייערע פלעצער פאר אינספעקשענס.

רבי לעבן, וואס פירסטו דעם עולם ביי די נאז? בעסער געפרעגט: ווער פירט דיר ביי די נאז?


און אנדערע ווערטער, די ווילסט א לינק צי די נייעס?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 8:31 pm

יא, איך דארף א לינק צו די ווערטער אז איראן האט גארנישט געגעבן.

איר מאכט אייך נאריש???? איראן האט זיך פארפליכטעט צו פארניכטן אלע זייערע בארייכערטע אוראניום און אראפגיין ביז צו 5 פראצענט, און דער שרייט "גארנישט געגעבן".

איר האט אייך גע'נער'ט ביי סיריע, איר קענט אייך נער'ן ווייטער.

איך זאג נישט צו אז די דיעל גייט האלטן, אבער ווילאנג און אויב עס האלט, איז עס א דורכברוך שאין כדוגמתו, און איך מוז געבן קרעדיט פאר מיסטער אבאמא יר"ה, טראץ מיין גרויסע עקל פון דעם פארשוין! פארפאלן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 8:44 pm

מחותן האט געשריבן:
האלץ האקער האט געשריבן:לאמיר האפן אז נטרונא וועט כאטש עפעס ארויס לייגן פאר די גאס


Are you for real? דאס וואס אויך אסאך ליבעראלע פאליטישענס זענען דערקעגן די דיעל האט גארנישט מיט מדנ״י, זילטש. נאדא.
עס איז דא בארעכטיגטע זארגען אז די דיעל פון די זעלבע סארט וואס קלינטען האט אינטערגעשריבען מיט נארט קאריע און עס האט זיך אין א קורצע צייט אויסגעשטעלט אז עס איז געווען א האקוס, די דיעל פון אבאמא מיט איראן האט מער לעכער ווי זאק, צוביסליך קימט ארויס מער און מער פרטים דערוועגן, און לאמיר נישט פארגעסן אז עס איז די זעלבע אבאמא וואס איז צוקריגט מיט עגיפטן וויבאלד זיי האבן אראפ געשטעלט זייער מוסלים בראדערהוד פרעזידענט וואס האט געוואלט טוישן עגיפטן צי די שאריע געזעצן.

איראן באקימט און די נעקסטע פאר חדשים בליאנען איינגעפרוירענע דאלערן בשעת זיי דארפן כמעט גארנישט טיען, זיי דארפן נאר פארהאנלען איבער א דיעל, און זיי עפענענן ניטאמאל אלע זייערע פלעצער פאר אינספעקשענס.

א גרויס חלק ליבעראלע זענען ברוגז אויפן דיעל צילוב זייערע אמעריקאנע אינטערסען.

אפי' עס זאל אמת זיין ווי דו זאגסט, זענען אבער די "ליבעראלן" פון וועם דו רעדסט ......... אידן! און אפי' זיי מיינען לשם אמעריקע, קוקט עס די גוי אן ווי "דאבל לויעלטי".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 8:47 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:יא, איך דארף א לינק צו די ווערטער אז איראן האט גארנישט געגעבן.

איר מאכט אייך נאריש???? איראן האט זיך פארפליכטעט צו פארניכטן אלע זייערע בארייכערטע אוראניום און אראפגיין ביז צו 5 פראצענט, און דער שרייט "גארנישט געגעבן".

איר האט אייך גע'נער'ט ביי סיריע, איר קענט אייך נער'ן ווייטער.

איך זאג נישט צו אז די דיעל גייט האלטן, אבער ווילאנג און אויב עס האלט, איז עס א דורכברוך שאין כדוגמתו, און איך מוז געבן קרעדיט פאר מיסטער אבאמא יר"ה, טראץ מיין גרויסע עקל פון דעם פארשוין! פארפאלן.

עס איז דא אסאך שטאפלן אין "בארייכערטע יורעניום. ווען מען דארף עס פאר פרידליכע צוועקן איז גענוג 5 פראצענט. אבער ווען מען פראודעצירט יורעניום צו מאכן א באמבע דארף מען האבן סאך העכער. למשל די באמבע וואס אמעריקע האט געווארפן אויף יאפאן, איז געווען ערגעץ ביי 80 פראצענט.

אבער, די עיקר "קונץ" און די עיקר "שוועריקייט" איז ביז 5 פראצענט. איינמאל עס איז פינף פראצענט, איז שוין א "קלייניקייט" צו גיין ביז "וואפען גרעיד". סא באמת האט איראן נישט צופיל אויפגעגעבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 1:37 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אבער, די עיקר "קונץ" און די עיקר "שוועריקייט" איז ביז 5 פראצענט. איינמאל עס איז פינף פראצענט, איז שוין א "קלייניקייט" צו גיין ביז "וואפען גרעיד". סא באמת האט איראן נישט צופיל אויפגעגעבן.

וואספארא "קלייניקייט" קען עס שוין זיין, אז איראן האלט שוין לאנגע יארן אסאך העכער ווי 5 פראצענט, און קיין באמבע האבן זיי נאכנישט.

מדינת ישראל האט שוין געסטראשעט לאנג צוריק אז אט אט אט אט און איראן האט עס, נתניהו האט שוין געמאכט רויטע ליניעס וואס אויב דאס גייט אריבער איז איראן רעדי מיט א באמבע אין אפאר וואכן, אבער אין פאקט... איז אלעס געווען דמיונות.

עכ"פ, יעצט אז זיי גייען צוריק צו אונטער 5 פראצענט און פארניכטן אלעס איבריג, איז עס א ריזיגער עקסטרע-לארדש דערגרייכונג, וואס איז א טריט אויף צוריק פון לאנגע יארן פריער!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 1:50 pm

מיינסט צו זאגן אז עכ"פ אזוי זאגן זיי, אז זיי גייען טון...

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 1:52 pm

משנה מקום האט געשריבן:מען האט שוין אפאר מאל געזען די "פיינע נייעס" מיט נאורט קאריע וואס איז דא אנדערש וואס האט מען געטוהון צי פריווענטען אז סזאל נישט געשען די זעלבע זאך?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], גאפל, ווייס פרעזידענט, מחצה''ק, שטילער און 43 געסט