אסקאר פיסטוריאס טרייעל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מארטש 26, 2014 1:32 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:יישר כח געלעגער פאר די כסדר'דיגע אפדעיט'ס.

דער אמת איז. אז אויף אזא קעיס איז כמעט נישט במציאות אראפצולייגן א פעסטן קעיס אז די דשורער'ס זאל וויסן ביי זיך "קלאר" אז די מעשה איז אזוי אדער אזוי געווען.


נישטא קיין דזשורערס דא. אלעס גייט גע'פסק'נט ווערן ביי דעם ריכטערן און אירע צוויי געהילפן.

אה, דאן צו איך צוריק, קען זיין ער וועט יא גיין פריי.


ריכטערין?? נאט סאו שור הי וויל בי פרי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 2:11 pm

אופס נישט באמערקט אז מען רעדט פון די סארט.... אבער מער שאנס ווי א דומע דזשורי קען ער האבן, אויב איז עס טעכנישע פירכות, ווי א ריכטער קען דיין מיט פאקטן, און א דזשורי מיט געפיל.

(נישט פשט אז אלעמאל איז בעסער א ריכטער. כ'רעד איז א פאל וואס זי געפיל זאגט גילטי, אבער די פאקטען זענען נישט דארט.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מארטש 28, 2014 4:32 pm

טרייעל אפגעשטיפט ביז אפריל 7 איינע פון די ריכטערן'ס געהילפן שפירן נישט גוט

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 30, 2014 1:42 am

יישר כח געלעגער פאר די אפדעיט'ס... יעצט געליינט ביז אהער, עס איז לכאורה יעצט ביי א דראמאטישע פאזע - נאכן אראפלייגן אלע צדדים ווארטן אלע צו זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן דא.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:15 pm

היינט האבן די דיפענס טיעם גענומען די סטענד. די ערשטע אויפן סטענד איז געווען א פעטאלאדזשיסט וואס האט אפגעווארפן די שטאט'ס ווערסיע פון די מעשה אויף דעם פרט ווען זי האט געענדיגט עסן פארן גיין שלאפן. לויט אסקאר האבן זיי געענדיגט עסן בערך צענע צייט און דערנאך געגאנגען שלאפן ביז צווייע צייט ווען די שיסעריי איז פארגעקומען. די שטאט האט אראפגעברענגט א פעטאלאדזשיסט וואס האט געזאגט אז לויט זיי עקספיריענס און פון וואס ער האט געזען איז נישט געווען קיין פיר שעה פונעם עסן נאר בערך צוויי שעה. און דאס האט די דיפענס היינט אפגעווארפן. די דעטאל מאכט באמת גארנישט אויס פאר די מעשה, די טענה'ריי איז פשוט אויפצואווייזן ווער עס זאגט אמת און צו מ'קען גלייבן וואס אסקאר זאגט. און ווי די דיפענס גייט שוין אן פונעם ערשטן טאג זענען זיי דא צו ווייזן אז די שטאטישע ווערסיע איז פול מיט לעכער און זיי האבן געטון זייער א שוואכע דזשאב ביים פארשן דעם קעיס.

פארשטייט זיך אז די פראקורער האט זיך נישט געלאזט און ער האט צוריק געשאסן ווי נישט אקוראט דער פעטאלאדזשיסט איז. אבער ווי געזאגט דאס איז א נערישע דעטאל אינעם קעיס וואס גייט נישט קיין סך אויסמאכן.

דערנאך האט אסקאר גענומען די סטענד און ווי ערווארטעט האט ער אראפגעלייגט זייער אן אימאשענעל רעדע. ער האט זיך קודם אנטשולדיגט פאר די עלטערן, משפחה, און פריינט. ער זאגט אז זינט די פרשה שלאפט ער נישט קיין נעכט און ער איז אויף אנטי דעפרעסיע פילס און ער נעמט פילן אים צו העלפן שלאפן. ער ליידט פון ענקזייעטי און פחד. ער האט אראפגעלייגט זיין שווערע יוגענט ווי ער האט פארלוירן זיין מאמע ווען ער איז געווען פערצן און וויאזוי ער האט זיך אויפגעבויעט זיין נאמען. מ'האט געהאט א קורצערע טאג אין קארט היינט ווייל אסקאר איז געווארן זייער אויסגעמוטשעט און נאכן הערן אז ער איז נישט געשלאפן ביינאכט האט די ריכטערן געזאגט אז מ'וועט מארגן ווייטער גיין.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:57 pm

מורא׳דיג אינטערעסאנט!
מעכטיג באשריבן!

שכח.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:21 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:מורא׳דיג אינטערעסאנט!
מעכטיג באשריבן!

שכח.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:25 pm

יישר כח געלעגער פאר די אפדעיט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אפריל 07, 2014 2:39 pm

צייטליך האט געשריבן:יישר כח געלעגער פאר די אפדעיט!

עס איז אלס א גרויסע שקלא וטריא ביי די דיפענס צו מען זאל אויפשטעלען די באשילדיגטער. אנדערע שווערן זיך אז עס מאכט די קעיס, און אנדערע אז עס קען נאר הארגענען, פארשטייט זיך ווינטזיך וועלכע פאל.

דא האבן זיי באשלאסען אויף יא, אינטערעסאנט. (נישט אז עס האלט נישט אויס, נאר אינטערעסאנט אלס אן אבזערוואציע)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אפריל 07, 2014 5:51 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:מורא׳דיג אינטערעסאנט!
מעכטיג באשריבן!

שכח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 07, 2014 5:55 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:יישר כח געלעגער פאר די אפדעיט!

עס איז אלס א גרויסע שקלא וטריא ביי די דיפענס צו מען זאל אויפשטעלען די באשילדיגטער. אנדערע שווערן זיך אז עס מאכט די קעיס, און אנדערע אז עס קען נאר הארגענען, פארשטייט זיך ווינטזיך וועלכע פאל.

דא האבן זיי באשלאסען אויף יא, אינטערעסאנט. (נישט אז עס האלט נישט אויס, נאר אינטערעסאנט אלס אן אבזערוואציע)


ווי געשמועסט איז דא אלעס זייער סערקומסטענשעל קיין הארטע באווייזן פארמאגט קיינער נישט. בלייבט נאר איבער צו ניצן וואס מ'האט און א חלק דערפון איז געפילן און אימאשענס.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 07, 2014 6:07 pm

יעצט א קלער וואס איך האב.

די דיפענס טיעם ארבעט די גאנצע צייט ארויסצוברענגען און צייגן אז די פאליציי און די אינוועסטיגעיטערס האבן געטון זייער א שלאבערישע ארבעט. און ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין זיי האבן רעכט. זיי האבן אויפגעוויזן אז בשעת די אינוועסטעגאציע אינעם הויז איז א טייערע זייגער נעלם געווארן פונעם הויז.. די פארנעזיק עקספערט האט פארזען געוויסע לעכער אויפן טיר וואס ער האט נישט אריין גענומען אין זיין אינוועסטעגאציע. אזוי אויך האט די טיר געהאט שיך אפדרוקן פון די פאליציי שטיוול וואס דאס מיינט אז זיי האבן נישט באהאנדלט די עווידענס מיט גענוג אחריות וכהנה רבות.

יעצט, אזאנע טענות זענען ריכטיג און קען ארבעטן. אבער לדעתי איז עס א גרויסע ריסק ווייל די גאנצע וועלט קוקט ארויס אויף דעם טרייעל און אזאנע טענות פארשעמען היפש דאס לאנד. די ריכטערן דארף זיין זייער אויסגעארבעט אינעם מדת האמת אז זי זאל באשליסן צו פארשעמען איר לאנד אזוי שטארק און געבן גערעכט פאר א 'קרימענאל'..

נאכאמאל, דאס איז נאר מיין קלער. איך האב עס נישט געזען אין ערגעץ. קען זיין איך דובר הבלים

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אפריל 07, 2014 7:01 pm

פון די צווייטע זייט. דער איז שוין לכאורה נישט קיין סכנה פאר די מענטשהייט. אפי' ער האט יא געהרגעט איז עס געווען אין א פארלוירענע מינוט. (יא, כ'פארשטיי מ'קען דעבאטירן די פוינט.)

משא"כ די אויספארשער, אויב האבן זיי געמאכט א שלאבערישע ארבייט, מוזן זיי ווערן געשטעלט אין פלאץ, ווייל דאס איז א סכנה פאר צענדליגער צו אפשר הונדערטע אנדערע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 07, 2014 8:34 pm

וואלסט עס געוואלט הערן פון אן אפריקאנער?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:13 am

געלעגער האט געשריבן:וואלסט עס געוואלט הערן פון אן אפריקאנער?

וואס? אז עס איז געווען א "איינמאליגע זאך"? ניין.

אבער עס איז פשוט פיל ערגער ווען די רעגירונג טוט אזא פארברעך ווי נישט זיין פונקטליך, אדער א אינדיווידואלע מענשט טוט א פארברעך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אפריל 08, 2014 12:29 pm

היינט האט די טרייעל זיך ווידער געענדיגט פריער ווי געפלאנט נאכדעם וואס אסקאר האט נישט געקענט פארזעצן מיט זיין רעדע צוליב געוויין. די טאג איז געווען כמעט אן קיין חידושים. ער האט איבערגעזאגט דאס וואס זיין טיעם שרייט שוין פונעם ערשטן טאג. אז ער האט געמיינט אז ס'איז א גנב וואס האט זיך איינגעבראכן ביי אים אינדערהיים און ער האט געשאסן נאכן זיך פארלירן און געמיינט אז זיין לעבן איז אין א סכנה.

מארגן דארף ער צוענדיגן זיין חלק און לכאורה גייט מען אים דערנאך אויספרעגן און גרילן..

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אפריל 09, 2014 1:18 pm

א שווערע טאג געווען היינט פאר אסקאר.

די טאג האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט צוגעענדיגט זיין חלק פון די מעשה. דערנאך האט די פראקורער איבערגענומען און זיך תיקף גענומען האמערען מיט שפיזיגע שאלות. די ערשטע זאך האט ער אים געפרעגט "דו האסט איר געהארגעט איז וואר?" זיין ענטפער איז געווען "איך האב געמאכט א טעות" אבער ער האט צוריק געשאסן "דיין טעות איז געווען אז דו האסט איר געהארגעט איז דאס נישט ריכטיג? וואס איז געווען דיין טעות?" "אז איך האב גענומען איר לעבן" האט אסקאר צוריק געענטפערט נישט וועלענדיג ניצן די ווארט געהארגעט. "דו האסט איר געהארגעט. נעם ריספאנסעבילעטי וואס דו האסט געטון און זאג עס ארויס" האט די פראקורער צוריק געשאסן. "יא איך האב" האט ער געענטפערט.

דערנאך האט די פראקורער ארויפגעברענגט א ווידיאו וואו מ'הערט אים שיסן א גאן אריין אין א מעלאנע און די מעלאנע צושפלעטערט זיך און מ'הערט אים זאגן "די מעלאנע איז נישט אזוי ווייעך ווי א מוח" ווי אנצודייטן אז מיט א מוח געשעט די זעלבע זאך... אסקאר האט געזאגט אז ער געדענק נישט די ווידיאו און מ'זאל אים דאס ווייזן וועט ער וויסן פון וואס מ'רעדט. און מיט דעם האט ער זיך פארפאטשקעט. ווייל די ווידיאו איז געווען א שאק פאר די דיפענס טיעם זיי האבן נישט געוואסט אז דאס גייט קומען און זיין לויער האט זיך געשלאגן מיטן פראקורער צו מ'מעג ווייזן די ווידיאו צו נישט אבער די ריכטערן האט זיך צוגעשטעלט צום פראקורער'ס זייט און ערלויבט די ווידיאו.  די טענה פונעם פראקורער איז געווען אז אסקאר האט דאס געבעטן צו זען.... נאכן ווייזן די ווידיאו האט די פראקורער געפרעגט שארף "דו ווייסט אז אט ממש דאס איז געשען מיט איר מוח ווען דו האסט איר געשאסן? כאפ א בליק אויפן בילד וועסטו זען אז ממש דאס איז געשען" און דאן האט מען געוויזן דעם בילד גרויס אויפן סקרין "קוק אויפן בילד און זע וואס דו האסט געטון צו איר." אסקאר האט נישט געקוקט אויפן בילד און מיט א וויינעדיגע שטימע זיך אנגערופן "איך בין דארט געווען און איך ווייס וויאזוי דאס האט אויסגעזען. איך דארף נישט קיין בילד"

דערנאך האט די פראקורער זיך גענומען אריין גיין אין דעטאלן איבער וואס ער האט געזאגט די לעצטע דריי טעג אין געריכט און צו דאס שטימט מיט די דעטאלן וואס ער האט געזאגט ביי זיין בעיל הירינג. ער האט אנגעוויזן געוויסע לעכער צווישן די צוויי סטעיטמענטס. דערנאך האט ער זיך ווידער גענומען צו זיינע ביינער "ווען דו האסט געשאסן האסטו עס געטון דיך צו באשיצן אדער דיין גאן האט בטעות געשאסן?" אסקאר איז ווידער געווארן זייער אימאשענעל און געזאגט "איך געדענק נישט וואס איך האב דעמאלטס געטראכט, איך האב מורא געהאט אז איינער איז אין מיין הויז און איך געשאסן" "פארוואס ווערסטו אזוי איבערגענומען פלוצלינג?" האט די פראקורער געפרעגט סארקאסטיש. דא האט די ריכטערן זיך אנגערופן צום פראקורער "ער איז נישט איבערגענומען געווארן יעצט. ער איז די גאנצע צייט אזוי"..

דו פרעגסט פארוואס איך ווער איבערגענומען? "מיין לעבן ליגט דא אויף די ליין.." "גערעכט, אבער וועם דו האסט געשאסן האט שוין נישט קיין לעבן ווייל וואס דו האסט געטון. סא ביטע זאג דעם אמת."

מארגן גייט מען גיין ווייטער...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 09, 2014 1:45 pm

שרעקעדיג!

עניוועי האבעך נעכטען געטראכט אז געווענדליך ווען די דיפענס שטעלט אויף זי באשילדיגטן, איז עס אים צו "יומענייזן" אין די אויגן פון די וואס זייער ארויסגעבן די פסק. אבער דאס איז ביי א דזשורי, כ'בין שטארק מסופק צו ביי ריכטער ארבייט אזא זאך.

נאך אלעם איז א ריכטער א קאלטער רוצח (אויב מען קען "בארגען" אזא ווארט), ער שליידערט אריין מענטשען אין תפיסה עס העלט נישט קיין געוויין, 20 יאר, 30 יאר וכו'. און עס מוז זיין זיי זענען זייער קאלט, אדער ווערן זיי קאלט, אז נישט וואלט ער נישט געקענט זיין קיין ריכטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אפריל 09, 2014 6:32 pm

דאס איז א קליין שטיקל טראנסקריפט פונעם טרייעל:

"I made a terrible mistake and …"

"You made a mistake?" Nel interrupted.

"That's correct," Pistorius said.

"You killed a person. That's what you did, isn't it?" Nel said. "You killed Reeva Steenkamp, that's what you did."

"I made a mistake," Pistorius responded.

"You're repeating it three times. What was your mistake?" Nel pressed.

"My mistake was that I took Reeva's life, my lady," Pistorius responded meekly.

"You killed her. You shot and killed her," Nel said. "Won't you take responsibility for that?"

Pistorius would not meet Nel's hard stare. "I did, my lady."

"Then say it, then … say, ‘Yes. I killed ... I shot and killed Reeva Steenkamp,'" Nel said.

"I did, my lady," Pistorius responded.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 09, 2014 6:37 pm

די אויסטויש האלט איך איז שלעכט פאר די פראסעקיושען. וואס אין די גהינם ווילן זיי?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אפריל 09, 2014 6:56 pm

יישר כח פאר די אפדעיטס!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אפריל 09, 2014 8:06 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די אויסטויש האלט איך איז שלעכט פאר די פראסעקיושען. וואס אין די גהינם ווילן זיי?


יעדער איז אויף מיט דעם פראקורער. ער איז אריין געקומען גאר גאר שארף. זיין ציל איז איין זאך, אראפמאלן דעם באשולדיגטן ווי א 'האטהעד' מיט א געפערליכע האבי צו גאנס און וואפן. און איינער וואס וועט זיך נישט אפשטעלן פון עס ניצן ווען עס פעלט זיך אויס.
ווי געזאגט, קיין באווייזן איז נישטא דא אלעס גייט זיך דרייען אויף 'דער האט געזאגט און יענער האט געענטפערט' די עיקר איז די בילד וואס מ'מאלט אים אראפ

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 09, 2014 11:44 pm

געלעגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די אויסטויש האלט איך איז שלעכט פאר די פראסעקיושען. וואס אין די גהינם ווילן זיי?


יעדער איז אויף מיט דעם פראקורער. ער איז אריין געקומען גאר גאר שארף. זיין ציל איז איין זאך, אראפמאלן דעם באשולדיגטן ווי א 'האטהעד' מיט א געפערליכע האבי צו גאנס און וואפן. און איינער וואס וועט זיך נישט אפשטעלן פון עס ניצן ווען עס פעלט זיך אויס.
ווי געזאגט, קיין באווייזן איז נישטא דא אלעס גייט זיך דרייען אויף 'דער האט געזאגט און יענער האט געענטפערט' די עיקר איז די בילד וואס מ'מאלט אים אראפ

אינטערעסאנט, ביידע שפילן ווי עס וואלט געווען א דזשורי. זיי די לויער - ווי געשריבן - און סיי די פראוקאר. די אלע "טיעטריקס" ארבייטען ביי א דזשורי, נישט ביי א דזשאדזש, כנל"ד.

און א גרויסע ישר כח פאר אלע אפדעיטס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 2:48 am

ווען דארף קומען א decision?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 10:10 am

ווי לכתחילה שרייבט שוין, א ריכטער איז גאר אנדערש ווי א דזשורי, און ס'איז בכלל א שאלה אויב די אלע מעשיות ביים טרייעל וועלן העלפן. אבער איך מיין אז דאס אגרעסיוו צוגאנג פונעם פראקור קען אים בעקפייערן ווען ס'שיינט שטערקער ארויס אז ער האט נישט עכט קיין מעשה און ער מוז דאס אראפמאלן בלויז מיט זיין צינגל און קען נישט מיט קיין באווייזן.

אלענפאלס, א גרויסן ייש"כ געלעגער פאר די אפדעיטס!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א. לערנער, חנוך, טריליאנער, טשיינע רב, כאפצעם, מענטשאלע, פייווישעל, שטיגליץ, שכל טוב, שלא נבוש און 64 געסט