אסקאר פיסטוריאס טרייעל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 2:10 pm

צייטליך האט געשריבן:ווי לכתחילה שרייבט שוין, א ריכטער איז גאר אנדערש ווי א דזשורי, און ס'איז בכלל א שאלה אויב די אלע מעשיות ביים טרייעל וועלן העלפן. אבער איך מיין אז דאס אגרעסיוו צוגאנג פונעם פראקור קען אים בעקפייערן ווען ס'שיינט שטערקער ארויס אז ער האט נישט עכט קיין מעשה און ער מוז דאס אראפמאלן בלויז מיט זיין צינגל און קען נישט מיט קיין באווייזן.

אלענפאלס, א גרויסן ייש"כ געלעגער פאר די אפדעיטס!

איך בין חילי, און איך עפרישיעט צייטי'ס עפרואוועל!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 3:23 pm

ווי שלעכט נעכטן איז געווען איז היינט געווען נאך ארגער. די פראקורער האט געארבעט אראפצומאלן דעם אסקאר ווי א גרויסע בעל גאוה וואס קען נישט נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זיינע מעשים. צו מיט די מעשה אינעם רעסאוראנט ווי ער האט בטעות געשאסן און געהייסן זיין חבר נעמען די שולד. ער האט אראפגעברענגט נאך א סאך פרטים ווי אסקאר קוקט אויף זיין קאעריער און נאמען אנשטאט צו טון וואס איז ריכטיג. ער האט אים געפרעגט שטעכעדיג "פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט א יאר נאך די מעשה איבערצובעטן די פאמיליע? ווייל יעצט רעדסטו צו קעמרעס און די וועלט האלט עס מיט? און ניטאמאל האסטו דיך אנטשולדיגט געהעריג האסט ניטאמאל געזאגט אז דיך באדערט אז דו האסט געהארגעט זייער טאכטער"

בערך אזוי איז געפארן די גאנצע טאג. דער האט געריסן פון אים לעבעדיגע שטיקער.

אזוי אויך האט ער געמאכט אסאץ קליינע לעכער אין זיין ווערסיע פון די מעשה. דערנאך האט ער אים געשטעלט איין ציפעדיגע פראגע "פארוואס האסטו געפלידט 'נאט גילטי'?"
ווי איינער זאגט, לאמיר זיך נישט נארן, דו ווייסט דו האסט איר געשאסן און דו ביסט גילטי....

די פראקורער האט געמאכט אז אסקאר זאל מודה זיין אז עס האט נישט געהאט קיין זין צו שיסן יענע נאכט ווייל מ' שיסט נישט אויף א פארמאכטע טיר ווען מ'ווייסט נישט ווער ס'איז דארט (א חוץ פארשטייט זיך אויב מ'וויל איינעם הארגענען)

די לעצטע ווערטער פונעם פראקורער היינט איז געווען:
'Keep trying Mr Pistorius, its not working. Your version is so improbable, no-one would ever think its true.'

צום ווידערזען מארגן

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 3:32 pm

ווי מער כ'הער וואס דער פראסיקיאטער האט געריסן שטיקער פין אסקאר אלטס מער באקום א רחמנות געפיל צו איהם איך מיין אז ס'קען בעקפייערן אזוי פרזענליך אראפצורייסן א מענטש וואס וויינט אז ער האט עס נישט געוואלט טיען און מ'שרייעט אויף איהם אבער ביסט מודה אז דו האסט עס געטין, נא ער זאגט אבער ער האט געמיינט ס'איז א צווייטער סא פארוואס הייסטו איהם איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל זאג אז דו האסט עס געטיען?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 5:50 pm

איך מיין אז פון דעם קען מען זעהן אז ווי שלעכט די יוסטיץ סיסטעם איז דא איז דארט נאך ערגער... דא וואלט מען נישט געמעגט דאס טון
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 5:54 pm

פארוואס זאגסטו אזוי? איך בין ווייט נישט איבערצייגט אז ער האט איר געמארדעט מיט א קאלטבלוטיגקייט. אויב איז דאס טאקע אזוי קומט זיך אים לייף אין פריזן אויב נישט ארגערס

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:15 pm

דא וואלט א פראסעקוטער זיך נישט געקענט אזוי אויפפירן
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 10:25 pm

מילכיגער האט געשריבן:דא וואלט א פראסעקוטער זיך נישט געקענט אזוי אויפפירן


ווי קומט פאר די טרייעל?

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 10:29 pm

איך קען אויף איהם קיין רחמנות נישט האבען ווייל איך קען נישט זעהן וויאזוי א מענטש קען ניצען אזא כלי משחית.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 10:31 pm

די געריכט איז אין דרום-אפריקע.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 10:35 pm

AHA האט געשריבן:איך קען אויף איהם קיין רחמנות נישט האבען ווייל איך קען נישט זעהן וויאזוי א מענטש קען ניצען אזא כלי משחית.

און איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז ס'געווען א טעות. די גוים - ספעציעל די פאפולארע - טוישן ווייבער שנעלער ווי איך שיך. קען זיין ער האט געוואלט סעיוון די דיווארס סעטלמענט קאסטן. מעשים בכל יום. זיי זענען סאך מער חיה ווי מענטש.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » פרייטאג אפריל 11, 2014 12:07 pm

געלעגער האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי? איך בין ווייט נישט איבערצייגט אז ער האט איר געמארדעט מיט א קאלטבלוטיגקייט. אויב איז דאס טאקע אזוי קומט זיך אים לייף אין פריזן אויב נישט ארגערס


די שאלה איז צו ס'געווען קאלטבלוטיג למעשה (דאכטסעך) האט ער גערופען די הילף, אויב האט ער פשוט איר געוואלט ממות'ן פארוואס האט ער גערופן בכלל?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש אפריל 12, 2014 9:34 pm

ווייל אויב ריפט ער נישט וועט מען דאך קלאר זעהן זיין קאלטבלוטיגקייט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אפריל 23, 2014 1:18 pm

די ערשטע טעג יו"ט איז ווייטער אנגעגאנגען די טרייעל. זייער נישט גוט געווען פאר אסקאר. לדעתי גייט דער אינגרמאן ארויסקומען חייב!

יעצט איז מען אויף ברעיק צוליב די איסטער חגא

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 05, 2014 3:37 pm

נאך צוויי וואכן אפשניט איז די טרייעל היינט געגאנגען פאראויס די דיפענס האט צוגעשטעלט צוויי עדות וואס זענען די ערשטע געווען אויפן סצענע. ביידע האבן עדות געזאגט אז אסקאר האט זיי גראד געזאגט אז ער האט געמאכט א טעות מיטן שיסן. די עדות האבן גראדע גוט אויסגענומען.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג מאי 05, 2014 4:17 pm

לויט ווי זיי שרייבן זענען זיי אנגערופן געווארן פון אים אליינס וויינען וואס ס'גייט פאר, זענען זיי אנגעקומען די ערשטע

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג מאי 11, 2014 5:56 pm

עני אפדעיט פונעם טרייעל?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 12, 2014 9:45 am

שנאפס האט געשריבן:עני אפדעיט פונעם טרייעל?


די טרייעל גייט אן. יעצט איז די טעקניקל דיטעילס וואס איז נישט אינטערעסאנט, איין חידוש איז יא געווען היינט ווען א דאקטאר איז געקומען עדות זאגן אז אסקאר ליידט פון דיפרעסיע און דאס קען מעגליך טוישן די בליק פון די גאנצע קעיס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 12, 2014 12:48 pm

געלעגער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:עני אפדעיט פונעם טרייעל?


די טרייעל גייט אן. יעצט איז די טעקניקל דיטעילס וואס איז נישט אינטערעסאנט, איין חידוש איז יא געווען היינט ווען א דאקטאר איז געקומען עדות זאגן אז אסקאר ליידט פון דיפרעסיע און דאס קען מעגליך טוישן די בליק פון די גאנצע קעיס

לטובתו אדער פארקערט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 12, 2014 3:43 pm

פון וואס איך האב פארשטאנען האט די פראסקעיוטער געארבעט קעגן דעם, פארשטיי איך אז ס'רעז לטובתו

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 12, 2014 3:56 pm

געלעגער האט געשריבן:פון וואס איך האב פארשטאנען האט די פראסקעיוטער געארבעט קעגן דעם, פארשטיי איך אז ס'רעז לטובתו

קען זיין זיי ווילען זאגען ער איז פארשטענדליך געווען פערענויד, און האט טאקע געמיינט איינער האט איינגעבראכען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 12, 2014 4:18 pm

די דאקטער האט ארויסגעברענגט אז בעצם איז ער א מענטש וואס איז זייער אנגעצויגן און פיל מיט ענקזייעטי. ווען אלעס גייט נארמאל שטערט דאס נישט קיינעם אבער אויב געשעט עפעס קען ער זיך פארלירן און טון זאכן וואס אנדערע וואלטן נישט געטון.

די פראקיוטער האט תיקף אויפגעטאנצן אז אויב אזוי האט ער זיך נישט געטארט דרייען מיט א גאן..

בקיצור, כ'בין נישט זיכער צו ס'גייט אים העלפן אבער א נייע טוויסט אין די קעיס איז עס זיכער.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 14, 2014 9:20 am

קעגן די ווילן פון די דיפענס טיעם איז אסקאר געשיקט געווארן דורך צוגיין א פיסכעלאגישע באהאנדלונג זען צו ער ליידט נישט פון מענטאל דיסארדערס.

ווי געשמועסט האט די דיפענס געברענגט א דאקטאר וואס האט עדות געזאגט אז לויט איר שאצונג ליידט ער פון GAD וואס דאס קען האבן געשפילט א חלק אינעם שיסעריי. די דיפענס האט נישט געוואלט אז מ'זאל עס ניצן אלס באווייז נאר פשוט אלס חלק פונעם ביג פיקטשער אז דאס האט צוגעגעבן צו זיין פערענאיע, אבער די ריכטערן האט דאס נישט אנגענומען און פארלאנגט א געהעריגע אונטערזיכונג. דאס גייט אויסציען די טרייעל פאר נאך אפאר וואכן

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך מאי 14, 2014 11:13 am

שכוח געלעגער פאר די באריכטן
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 14, 2014 2:36 pm

טראנספארט האט געשריבן:שכוח געלעגער פאר די באריכטן

קוקט אויס ווי ער גייט שטארבן פון "אלד עידזש" פאר מען וועט ענדיגען די טרייל! דאס שלעפען ביי יעדע "גרויסע קעיס" איז נישט נארמאל. די עיוות הדין, איז דאך געפערליך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 14, 2014 3:00 pm

גראדע זוכט די שופטות דיקא נישט צו שלעפן, ביידע האבן שוין געכאפט פון איר פארן זיך נישט צויאגן. זי האט געגעבן א לאנגע הסבר פארוואס זי האלט אז ער זאל עס דורכגיין אז זי מיינט זיין טובה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, חטאת הקהל, פינחס און 53 געסט