בלאט 1 פון 8

אסקאר פיסטוריאס טרייעל

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 10:00 am
דורך געלעגער
די וועלט באגלייט מיט אינטערעסע די טרייעל פון אסקאר פיסטוריאס. ער ווערט אנגעקלאגט פארן הארגענען זיין חבר'טע. די טרייעל קומט פאר אין סאוט אפריקע און יעצט האלט מען אינמיטן די טרייעל.

ווער איז דער אסקאר?

אסקאר איז א גרויסע אלימפיק שפילער וואס ווערט שטארק ארויפגעקוקט. ער איז געבוירן געווארן מיט א געבורטס פעלער וואס דאס האט גורם געווען אז ביי זיין עלעף חדשים האט מען אים געברויכט אראפנעמען ביידע פיס ביז די קניען. ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט און זיך גענומען ארבעטן מיט די פאלשע פיס. ער האט זיך געשלאגן און זיך געבויט ביז ער האט דערגרייכט זיין וואונטש אז מ'האט אים אנגענומען אנטייל צו נעמען אין די אלימפיק שפילן. מ'האט אים קודם אפגעזאגט מיט די טענה אז די פאלשע פיס העלפט אים צו לויפן אבער ער האט זיך געשלאגן און אויסגעפירט. למעשה האט ער געווינען אסאך גאלדענע מעדאלן און ער איז געווארן א וועלטס הירא.

בערך א יאר צוריק איין צופרי איז די פאליציי גערופן געווארן צו זיין הויז וואו זיי האבן געטראפן זיין חבר'טע דערשאסן צום טויט אין בית הכסא.

פארשטייט זיך אז אסקאר איז תיקף ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן מיט מארד קלאגעס. אסקאר טענה'ט אז ער האט איר טאקע געשאסן אבער נישט ווייל ער האט איר געוואלט הארגענען. נאר ער האט געהערט איינער זיך דרייען אין זיין הויז און נישט וויסענדיג ווער דאס איז האט ער דערשראקענערהייט דורך געשאסן די בית הכסא טיר נישט וויסענדיג ווער עס איז דארט.

די פראקורער טענה'ט אז דאס איז נישט אמת. ווייל אסקאר האט אנגעטון זיין פאלשע פיס פארן שיסן וואס דאס ווייזט אז ער איז נישט געלאפן תיקף נאר ער האט געהאט די צייט זיך אנצוטון און דערנאך שיסן. אסקאר לייקענט אז ער האט אנגעהאט די פאלשע פיס ביים שיסן.
אבער ווי די פרענזיק עווידענס צייגן איז די שאס געקומען פון אויבן אויף אראפ וואס דאס מיינט אז ער איז געשטאנען מיט זיינע פאלשע פיס און געשאסן אויף אראפ צו די טוילעט.

אויך האבן די פראקורער געברענגט עדות פון שכנים וואס זאגן אז זיי האבן געהערט שרייען און דערנאך א שיסעריי. דאס נעמט אוועק זיין טענה אז ער האט נישט געוויסט אז זי איז דארט.

די טרייעל האט זיך אנגעפאנגען צוויי טאג צוריק. און מ'ווארט צו הערן וואסערע קעיס זיין לויער גייט אראפלייגן לטובתו.

המשך יבא

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 10:14 am
דורך האלץ האקער
ישר כח פאר די קלארע באריכט

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 10:15 am
דורך צייטליך
יישר כח געלעגער פארן גיין פתיחה און אזוי שיין מסביר זיין דעם ענין. אבער זינט די טרייעל איז אין סאוט אפריקא איז די שאלה וויאזוי די טרייעלס גייען דארט צו און וואס די געזעצן זענען דארט. ס'איז ווארשיינליך גאר א צווייטע סיסטעם ווי אין אמעריקע.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 10:53 am
דורך שנאפס
האלץ האקער האט געשריבן:ישר כח פאר די קלארע באריכט

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 12:53 pm
דורך למעלה משבעים
א ריזן דאנק אייך געלעגער.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 1:36 pm
דורך געלעגער
דערמאנט אביסל פון לענס ארמסטראנג (ווערט אן אשכול פאר זיך) אויך איינער וואס איז געווען א וועלטס הירא און היינט איז ער אן אפגעפרעגטער פאררעטער

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 1:38 pm
דורך געלעגער
צייטליך האט געשריבן:יישר כח געלעגער פארן גיין פתיחה און אזוי שיין מסביר זיין דעם ענין. אבער זינט די טרייעל איז אין סאוט אפריקא איז די שאלה וויאזוי די טרייעלס גייען דארט צו און וואס די געזעצן זענען דארט. ס'איז ווארשיינליך גאר א צווייטע סיסטעם ווי אין אמעריקע.

וואס מיינסטו מיט א צווייטע סיסטעם? איך זעה אז מ'קלאגט אים אויף נאך אפאר טשארדזשעס. גאנץ ענליך צו אונזער סיסטעם דא אז מ'געט א זאטל ארויף א טוץ מיט קלאגעס אבי עפעס זאל קלעבן

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 1:38 pm
דורך ווינקל
למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך געלעגער.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 2:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן:דערמאנט אביסל פון לענס ארמסטראנג (ווערט אן אשכול פאר זיך) אויך איינער וואס איז געווען א וועלטס הירא און היינט איז ער אן אפגעפרעגטער פאררעטער

ארמסטראנג איז א אנדער סארט הירא. ארמסטראנג איז א הירא אז ער האט דערגרייכט א שטארקע קונץ, און היינט האלט מען אז ער איז געווען אנגדראגט. אבער אפי' עס איז געווען עכט, איז עס סך הכל א דערגרייכונג, א קונץ, נא, אסאך קענען באווייזען אינטערעסאנטע קונצן.

דער חברה מאן איז דאך באמת א הירא! א מענטש זאל זיך אויפהייבן פון ממש דער אפגרונד, און צוקומען צו אזא הויכע לעוועל, דאס איז אנאנדער דארט הירא. דאס איז עפעס וואס מען קען זיך לערנען! ווי א מענטש קען אנקומען מיט "שטארקע ווילן".

עס איז ממש א "שאד" - אזוי צו זאגן - א ווייטאג, אז אזא מענטש פאלט אזוי.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 2:20 pm
דורך עקבי הצאן
מיינע צוויי סענט, איך זעה נישט מיט וואס דאס זאל זיין א נייעס וואס זאל פארנעמען דא א פלאץ, ס'איז געווען אן ענליכע קעיס (נאר להיפך) אין אריזאנא א האלב יאהר צוריק, וואס די גאנצע נייעס איז געווען פארשמירט דערפון, וואס אזויווי יענץ האט נישט ב"ה געהאט דא קיין פלאץ, מאי שנא די יצטיגע.

און אויב דורכפילטערן די נייעס און עס ברענגן דא צענזורירט, וועט מען במילא נישט ארויסהאבן די גאנצע בילד.

אזוי מיין איך.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 2:21 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דערמאנט אביסל פון לענס ארמסטראנג (ווערט אן אשכול פאר זיך) אויך איינער וואס איז געווען א וועלטס הירא און היינט איז ער אן אפגעפרעגטער פאררעטער

ארמסטראנג איז א אנדער סארט הירא. ארמסטראנג איז א הירא אז ער האט דערגרייכט א שטארקע קונץ, און היינט האלט מען אז ער איז געווען אנגדראגט. אבער אפי' עס איז געווען עכט, איז עס סך הכל א דערגרייכונג, א קונץ, נא, אסאך קענען באווייזען אינטערעסאנטע קונצן.

דער חברה מאן איז דאך באמת א הירא! א מענטש זאל זיך אויפהייבן פון ממש דער אפגרונד, און צוקומען צו אזא הויכע לעוועל, דאס איז אנאנדער דארט הירא. דאס איז עפעס וואס מען קען זיך לערנען! ווי א מענטש קען אנקומען מיט "שטארקע ווילן".

עס איז ממש א "שאד" - אזוי צו זאגן - א ווייטאג, אז אזא מענטש פאלט אזוי.

דענקעך אז מ'האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן אין קורצן.

דא אין ווייטער
viewtopic.php?p=664954#p664954

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 2:25 pm
דורך קרעפטיג
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז ממש א "שאד" - אזוי צו זאגן - א ווייטאג, אז אזא מענטש פאלט אזוי.

ערענסט גערעדט, ס'באדערט דיך באמת ווען א גוי איז נעבעך געפאלן צו א נידעריגע מדרגה?...
זייער אינטערעסאנט ווי מ'ליגט אזוי אין א גוי'שע פארשטינקענע מעשה.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 2:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
קרעפטיג האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז ממש א "שאד" - אזוי צו זאגן - א ווייטאג, אז אזא מענטש פאלט אזוי.

ערענסט גערעדט, ס'באדערט דיך באמת ווען א גוי איז נעבעך געפאלן צו א נידעריגע מדרגה?...
זייער אינטערעסאנט ווי מ'ליגט אזוי אין א גוי'שע פארשטינקענע מעשה.

כ'דענק נישט אויף וועמען גרויסע מענטש מען פארציילט אז ער איז געגעאנגען קוקען ווי א גוי שפאצירט אויף א שטריק. די נקודה איז נישט צו ער איז א גוי צו נישט, מען רעדט פון די מוסר השכל, ווי א מענטש קען זיך אויפהייבן נישט קיין נפק"מ פון וועלכע מצב, און נישט סתם דערהייבן, נאר טאקע אין דעם ענין ווי ער איז אזוי געשלאגן. און עס איז א שאד, אז א מענטש וואס קען זיין א לימוד פאר אנדערע, זאל למעשה ווערן צונישט.

און אה"נ עס איז טאקע א לימוד ווי א מענטש מיט אזעלעכע כוחות קען אזוי פאלן אין איין סקונדע, אויב איז מען נישט בעל הבית אויף די געפילן. (אויב איז ער שולדיג.)

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 3:39 pm
דורך געלעגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דערמאנט אביסל פון לענס ארמסטראנג (ווערט אן אשכול פאר זיך) אויך איינער וואס איז געווען א וועלטס הירא און היינט איז ער אן אפגעפרעגטער פאררעטער

ארמסטראנג איז א אנדער סארט הירא. ארמסטראנג איז א הירא אז ער האט דערגרייכט א שטארקע קונץ, און היינט האלט מען אז ער איז געווען אנגדראגט. אבער אפי' עס איז געווען עכט, איז עס סך הכל א דערגרייכונג, א קונץ, נא, אסאך קענען באווייזען אינטערעסאנטע קונצן.

דער חברה מאן איז דאך באמת א הירא! א מענטש זאל זיך אויפהייבן פון ממש דער אפגרונד, און צוקומען צו אזא הויכע לעוועל, דאס איז אנאנדער דארט הירא. דאס איז עפעס וואס מען קען זיך לערנען! ווי א מענטש קען אנקומען מיט "שטארקע ווילן".

עס איז ממש א "שאד" - אזוי צו זאגן - א ווייטאג, אז אזא מענטש פאלט אזוי.

ארמסטראנג איז א קענסער סורווייווער. דאס האט אים אויפגעבויעט

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 3:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן:

גערעכט, כ'האב פארגעסען. אבער עס איז נאך אלס נישט קיין דמיון לדעתי.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 3:43 pm
דורך געלעגער
עקבי הצאן האט געשריבן:מיינע צוויי סענט, איך זעה נישט מיט וואס דאס זאל זיין א נייעס וואס זאל פארנעמען דא א פלאץ, ס'איז געווען אן ענליכע קעיס (נאר להיפך) אין אריזאנא א האלב יאהר צוריק, וואס די גאנצע נייעס איז געווען פארשמירט דערפון, וואס אזויווי יענץ האט נישט ב"ה געהאט דא קיין פלאץ, מאי שנא די יצטיגע.

און אויב דורכפילטערן די נייעס און עס ברענגן דא צענזורירט, וועט מען במילא נישט ארויסהאבן די גאנצע בילד.

אזוי מיין איך.

כאפ איך נישט פונקטליך וואס דיך דרוקט

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 3:57 pm
דורך אנעים זמירות
ווען קומט אזאנס וועגען עמענדע נאקס?

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 3:58 pm
דורך וואס
געלעגער האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:מיינע צוויי סענט, איך זעה נישט מיט וואס דאס זאל זיין א נייעס וואס זאל פארנעמען דא א פלאץ, ס'איז געווען אן ענליכע קעיס (נאר להיפך) אין אריזאנא א האלב יאהר צוריק, וואס די גאנצע נייעס איז געווען פארשמירט דערפון, וואס אזויווי יענץ האט נישט ב"ה געהאט דא קיין פלאץ, מאי שנא די יצטיגע.

און אויב דורכפילטערן די נייעס און עס ברענגן דא צענזורירט, וועט מען במילא נישט ארויסהאבן די גאנצע בילד.

אזוי מיין איך.

כאפ איך נישט פונקטליך וואס דיך דרוקט

געלעגער, ער קומט אריין זייער קלאר אין מיינע אויגן.
טראכט נאר אריין וואסערע אויפדעקונגן אזא טרייעל קען ברענגן וואס וועט נישט קענען ווערן אראפגעשריבן דא.

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 4:15 pm
דורך שנאפס
און וואס איז די פראבלעם? עס דריקט אייך אז איך וועל נישט האבן די ריכטיגע בליק און מיינונג אויף די זאך?

יעדע דריטע סקאנדאל/נייעס/מעשה האט שמוץ אריינגעמישט, מען מעג נאך אלס דערציילן נייעס און אויסלאזן וואס מען ברויך נישט שרייבן

ווער עס וויל נישט ליינען די האלבע מעשה מוז נישט

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 5:24 pm
דורך געלעגער
איך גלייך זייער טרייעלס/קארט קעיסעס, וכו'. ביי קעיסי ענטאני האבן מיר אויך געשריבן דערפון. ביי דזשארדזש זימערמאן אויך. איך שרייב מער די קעיס חלק דערפון. די עדות'שאפט, די פארענזיקס, די טענה'רייען, די באווייזן, אא"וו. געוויס וועלן מיר נישט שרייבן וואס פאסט נישט. אבער די נארמרלע חלק המעשה פארוואס דען נישט?

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 5:28 pm
דורך האלץ האקער
געלעגער האט געשריבן:איך גלייך זייער טרייעלס/קארט קעיסעס, וכו'. ביי קעיסי ענטאני האבן מיר אויך געשריבן דערפון. ביי דזשארדזש זימערמאן אויך. איך שרייב מער די קעיס חלק דערפון. די עדות'שאפט, די פארענזיקס, די טענה'רייען, די באווייזן, אא"וו. געוויס וועלן מיר נישט שרייבן וואס פאסט נישט. אבער די נארמרלע חלק המעשה פארוואס דען נישט?

נאכאמאל א ישר כח ! מיך ציט עס אויך און איך האב נעכטן באמערקט ערגעץ רעדן דערפון און די נייעס סהאט מיך געפערליך געצוגן צי ליינען און רירן די קליפס איך האב אבער געהאלטן אז סןןעט אנקימען דא ביז א פאר טאג סא בין איך נישט ארום געלויפן קיקן צופיל סא יעצט אז סטייט דא וועלן מיר אי"ה ליינען נאר דא

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 8:07 pm
דורך AHA
עס איז דא פארומס פאר נייעס אין פאר נאך דרייסיג סאבזשעקט'ס.

אלזא ליבער פריינד אויב איר שפירט אז אין א מער תורהדיגע אטמעספערע וועט איר מער הנאה האבען, ביטע כאפט אייך אריבער צו די דערנעבנדיגע אשכולות אין איר וועט זיכער הנאה האבען דארט.

דא איז א אשכול פאר נייעס, פאר די אלע יודען וואס זענען אויפען אינטערנעט אין זיי ווילען מיטהאלטען נייעס אויף א כשרען אופן.

מיט דאנק פון פאראויס!

געשריבן: מיטוואך מארטש 05, 2014 8:33 pm
דורך מחותן
האלץ האקער האט געשריבן:נאכאמאל א ישר כח !

ג"א מצטרף

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 7:31 am
דורך להגדיל שמו
שנאפס האט געשריבן:און וואס איז די פראבלעם? עס דריקט אייך אז איך וועל נישט האבן די ריכטיגע בליק און מיינונג אויף די זאך?

יעדע דריטע סקאנדאל/נייעס/מעשה האט שמוץ אריינגעמישט, מען מעג נאך אלס דערציילן נייעס און אויסלאזן וואס מען ברויך נישט שרייבן

ווער עס וויל נישט ליינען די האלבע מעשה מוז נישט

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 9:06 am
דורך געלעגער
היינט האט אויפגעטרעטן א שכן וואס האט איבערגעגעבן אז זי האט געהערט שרייען און טענה'רייען ארויסקומען פון דעם הויז און דערנאך געהערט פיר גאן שאטס. אויב איז דאס ריכטיג ציווארפט דאס די טענה פונעם לויער אז ער האט געשאסן ווייל ער האט געמיינט אז איינער האט זיך אריין געכאפט ביי אים אין הויז. אויך זאגט זי אז זי האט געזען לעקטערס זיך אנצינדן דארט בעפאר די שיסעריי. ווידער א סתירה מיט זיין טענה אז די הויז איז געווען שטאק טינקל.

אויף די צוויי טענות האט זיך אנגעפאנגען א דין ודברים ווי ווייט די שכו'ס הויז איז, צו ס'איז בכלל מעגליך אז זי זאל האבן געהערט טענה'רייען. מ'האט געברענגט בילדער פון די הייזער און מ'איז אריין אין א שמועס צו די פענסטער איז אפן געווען צו נישט.

אויך האט די דאקטאר אויפגעטרעטן און אראפגעלייגט גראפישע דעטאלן וואס 'אסקאר' האט נישט געקענט צוהערן און ער האט זיך פארדעקט זיין אויער.

המשך יבא