צוויי פאראשוטן אראפ פון נייע פרידעם טאוער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

צוויי פאראשוטן אראפ פון נייע פרידעם טאוער

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 25, 2014 11:28 pm

(אפגעטיילט פון "קורצע טעגליכע נייעס")

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א יוגענטליכער האט באוויזען זיך אריינצוכאפן אין די נייע פרידעם טורעם, און ארויף קריכער ביז די טאפ צו כאפן בילדער!!

ער איז געכאפט געווארן אופן וועג אראפ, און א גארד איז געווארן געפייערד.

היינט האט CNN ריפארטער געטרייט די חכמה, מען האט אין ארעסטירט.

אגב זענען די עטליכע איגענטליכע וואס האבן עטליכע חדשים צוריק אראפ "געפערעשוט" פונען טורעם אראפ צו די מאנהעטענע גאסן זיך אונטער געגעבן. עס איז געווען איבערגעדרייט די שטאט דעמאלס (איז עס געווען באריכטעד דא? אזוי געדענק איך.)

איידער זיי האבן זיך אונטער געגעבן האבן זיי ארויף געלייגט א ווידיא אויפן געוועב ווי זיי שפרינגען, און פארשטייט זיך עס איז געגאנגען וויירעל. זיי זאגען אז זיי גייען געבן די געלט וואס זיי מאכען דערפון פאר צדקה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מארטש 26, 2014 9:34 am

יא, ס'איז געווען באריכטעט דא.
סי ען ען האט לכאורה פראבירט צו טעסטן די סעקיורעטי און איך גלייב יעצט ווייסן זיי שוין

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 1:49 pm

געלעגער האט געשריבן:יא, ס'איז געווען באריכטעט דא.
סי ען ען האט לכאורה פראבירט צו טעסטן די סעקיורעטי און איך גלייב יעצט ווייסן זיי שוין

ווי? כ'האב עס געזיכט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מארטש 26, 2014 2:12 pm

אויך געזוכט און נישט געטראפן, אויך געדענק איך נישט אז ס'זאל זיין דא באריכטעט.

אויפן ווידיאו זעה איך אז זיי האבן געלאנדעט אויפן וועסט סייד הייוועי, אינטערסאנט אז ס'איז שטאק ליידיג דארט און קיינער באמערקט זיי נישט, נאכדערצו ווען ס'איז איינער נאכן צווייטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:04 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:אויך געזוכט און נישט געטראפן, אויך געדענק איך נישט אז ס'זאל זיין דא באריכטעט.

אויפן ווידיאו זעה איך אז זיי האבן געלאנדעט אויפן וועסט סייד הייוועי, אינטערסאנט אז ס'איז שטאק ליידיג דארט און קיינער באמערקט זיי נישט, נאכדערצו ווען ס'איז איינער נאכן צווייטן.

2-3 ביינאכט זענען יענע גאסן און אפילו די וועסט-סייד הייוועי ליידיג. עס וואינען כמעט נישט קיין מענטשן דארט, עס איז א ביזנעס צענטער. און ער האט א שיינע שטח זיך צו באהאלטן דארט ביי בעטערי פארק ווי ער לויפט גלייך אריין.

כ'קוק אזוי די קליפ, כ'קלער אז ס'איז אסאך פאן... (סארי די קליפ איז אויף יו***טוב)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:11 pm

צייטליך האט געשריבן:(סארי די קליפ איז אויף יו***טוב)

אויך אויף קאפי.

https://copy.com/rQyeEhfhWJQr8eP0
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:12 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:אויך אויף קאפי.

https://copy.com/rQyeEhfhWJQr8eP0

ישר כח פארן ארויף לייגן, צייטי האט א פוינט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:28 pm

בחור'ישע מעשיות, א בחור וואלט זיך נאר מיטגענומען א גמרא מיט זיך צום שפיץ פון טארעם..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:32 pm

farshlufen האט געשריבן:בחור'ישע מעשיות, א בחור וואלט זיך נאר מיטגענומען א גמרא מיט זיך צום שפיץ פון טארעם..

המממ... איך בין נישט איינמאל געקראכן ארויף דעם טארום.. און די טאנק.. א גמרה גראדע האב איך נישט גענומען, אבער ס'פיין געווען. #קריתיואלישיבה
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:52 pm

צייטליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:בחור'ישע מעשיות, א בחור וואלט זיך נאר מיטגענומען א גמרא מיט זיך צום שפיץ פון טארעם..

המממ... איך בין נישט איינמאל געקראכן ארויף דעם טארום.. און די טאנק.. א גמרה גראדע האב איך נישט גענומען, אבער ס'פיין געווען. #קריתיואלישיבה


דארט וואוינען אויך כמעט נישט קיין מענטשען, ס'איז פארהאן בתי חיים דארט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 1:04 am

די הויפט פון סעקיורעטי ביי די נייע פרידעם טאוער האט רעזעגנירט.

(אגב, כ'מיין זיי האבן שוין צוריק געטוישט די נאמען פונעם בנין צו "טרעיד סענטער", אבער איך שטיי ביי פרידעם טאוער. נישט אזוי ווייט ווייל כ'האב אזוי ליעב די נאמען, נאר ווייל זיי זאלן מיר אויפהערן קריכען אויף די נערווען!!

ווען פאטאקי (נד"נ) איז געווען אין די גיסטע צו זיין אימאשענעל און מען גייט ווייזען פאר די טערעריסטען... האב איך עס געברויכט רופן "פרידעם טאוער" אצינד ווען א צווייטער שמויגער האלט אנדערשט, מוז איך צוריקדרייען!

"האלטעך נישט ביי דערביי"!!

פרידעם טואער בלייבט עס! און אז מ'רעדט שוין, די "טריי בארא ברידזש" בלייבט "טריי בארא", און זאל דער פארשימעלטער פגר קאטש ווייטער שימלען ווי ער איז.

אנטשולדיגט!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 30, 2014 1:11 am

נישט פארגעשטעלט אז ער גייט בלייבן מיטן דזאב... דאס איז וואס זיי קענען טון עטוואס צו בארויגן די געמיטער כאילו פון יעצט וועט די סעקיורעטי זיין בעסטע מעגליך, אמער מ'האט דאך געטוישט די הויפט.

אגב עס געפעלט מיר דיינע מסקנות איבער די נעמען טוישן... וואס זאגט איר וועגן די אר-עפ-קעי בריק די נאמען איז יא גוט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 1:17 am

היימישער איד האט געשריבן:נישט פארגעשטעלט אז ער גייט בלייבן מיטן דזאב... דאס איז וואס זיי קענען טון עטוואס צו בארויגן די געמיטער כאילו פון יעצט וועט די סעקיורעטי זיין בעסטע מעגליך, אמער מ'האט דאך געטוישט די הויפט.

אגב עס געפעלט מיר דיינע מסקנות איבער די נעמען טוישן... וואס זאגט איר וועגן די אר-עפ-קעי בריק די נאמען איז יא גוט?

אופס יעצט כאפ איך זעך אז כ'האב צוזאם געמישט די "קווינס בארא בריק" מיטן "טריי בארא" און די אר-עף-קעי גייט מיט אויך היפש אויף די נערווען, אבער איז סאך בעסער! קודם ווייל עס איז קורץ, און אויך ווייל כ'האב נישט פיינט דעם אר-עף-קעי פערזענדליך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג מארטש 30, 2014 2:35 am

און וואס איז מיט רעביי דזשויל טייטעלבוים פלעיס? אמאל, פאר אייוועלט פלעג איך עקפערעמענטען די דרייווינג דיירעקשענס אויף טעל מי. פלעג זי זאגן טורן לעפט עט רעביי דזשאויל טיטעלבוים פל. רעביי דזשאויל טיטעלבוים פל. ביקאמס קיעפ סט.
וואס איז דיין מיינונג דערויף? (ס'מיר שטארק נוגע.)
Alien
פה לבנה יצ"ו

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג מארטש 30, 2014 12:50 pm

about the same as "bobov promenade" in BP.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מארטש 30, 2014 1:33 pm

צירוק צום נושא
וואספארא שטראף קענען זיי באקומען פאר זייער פאון און עטענטשען?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג מארטש 30, 2014 1:41 pm

אגב, פון די נייעס האב איך פארשטאנען אז ס'איז געווען דריי שפרינגער, דא אויפן קעפל שטייט צוויי.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מארטש 30, 2014 1:43 pm

דריי מיט עפעס א העלפער

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג מארטש 30, 2014 11:40 pm

דע בלאזיא בעט שוין מער געלט פון די פעדעראל גאווערמענט פאר מער סעקיורעטי.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חנוך און 43 געסט