קארניליאוס ענדרעסן - דער פארברעכער וואס מען האט פארגעסען.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

קארניליאוס ענדרעסן - דער פארברעכער וואס מען האט פארגעסען.

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 4:52 pm

קארניליאוס ענדרעסן האט נישט געהאט אויף זיין רעקארד מער ווי א נישטיגע "פארמאגען מארכוואנא" קלאגע ווען - אוגוסט 15 יאר 999' - ער און זיין חבר האבן זיך גענויטיגט אין א פאר דאלער.

זיי האבן באשלאסען צו בארויבן א "בערגער קינג" רעסטאראנט. זיי זענען אריין אויסגעשטרעקט א ביקס - א ביבי גאן - און שטרענג פארלאנגט ס'געלט. יענער האט נישט געצעגערט, אהין געגעבן דאס געלט, און "ענדרעסן" און זיין חבר האבן אפגעטראגען.

צו זייער שלעכט מזל, האט די רעסטאראנט ארבייטער באוויזען אראפצושרייבן די "לייסענס פלעיט". מען האט זיי אויפגעזוכט, ארעסטירט, און די געריכט האט פאר ענדרעסן צוגעטיילט 13 יאר טורמע.

ענדרעסן איז געזאגט געווארן, אז מען וועט אים איינמעלדען ווען ער מוז קומען אנהייבן דינען זיין תפיסה טערמין.

עס איז דורך א טאג, א וואך, א חודש, א יאר! צווי יאר, דריי יאר! און אין פוצה פה ומצפצף! ענדרעסן האט באשלאסען אז אויב אזוי, מן הסתם האבן זיי אים נישט אזוי וויכטיגע געדארפט...... און האט אנגעהויבן א ניי לעבן.

זיך געגאנגען לערנען א פאך, חתונה געהאט! געהאט עטליכע קינדער, און די גאנצע צייט זיך נישט פראבירט צו באהאלטן, נאר געהעריג אנגעגאנגען מיט זיין אפיציעלע נאמען, אפי' ארויסגענומען דרייווערס לייסענס, גערעדזשעסטערט א ביזנעס אויף זיין נאמען! אא"וו.

ויהי היום, די 13 יאר - פון זיין טערמין - איז אפגעלאפען, און די באמטער פון טורמע, איז געגאנגען "אויפזיכען" ענדרעסן צווישען די טורמע באפעלקערונג, אים צו "באפרייען", אמער ער האט דאך ערליך אויסגעדינט זיין טערמין, קיינע פראבלעמען געמאכט.... א גאלדענע ארעסטאנט!

ער זיכט, ער זיכט, און הילד איננו! נישטא קיין ענדרעסן, קיינער ווייסט נישט ווער ער איז! ער איז בכלל קיינמאל דא געווען!

נאכען נאכקוקען אביסעל האט מען געזעהן די בילד! מען האט פשוט פארגעסען אים "אויפצופיקען"! ער איז פריי און וואוינט ווי א פרייער מאן.

האט מאן אראפגעשיקט א גרופע באוואפענטע פאליציי לייט, ענדרעסן האט געהאלטן אינמיטען פיטערען איינע פון זיינע קינדער, און "פום פאם"! א "סוואט" גרופע האט זיך אריינגעריסען אין זיין הויז, אים געבינדען אין קייטן, און אפגעשיקט אין טורמע אריין!

דאס האט פאסירט אפריל 17, פון דאס יאר.

ענדרעסן האט פארשטייט זיך אפעלירט זיין איינשפארן, און היינט איז ער ערשינען אין געריכט. די ריכטערין האט באטראכט די קלאגע, און געזאגט, "איך זע נישט די תועלת פון האלטן ענדרעסן איינגעשפארט, עס קוקט מיר אויס ווי ענדרעסן האט אויסגעדרייט זיין לעבן, ער איז שוין היינט א אנשטענדיגער מאן, מיט א משפחה און א ביזנעס, תפיסה איז געמאכט פאר איינעם זיך "אויסצומענשטעלען" ער האט עס געטאן אליין"!.

"ענדרעסן" דו באקומסט די טעג פון זיין ארעסט 13 יאר צוריק ביז היינט, כאילו האסט געדינט, און ........... ביסט א פרייער מאן!!
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג מאי 05, 2014 5:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מאי 05, 2014 4:55 pm

WOW מזל ווי א גוי!

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 05, 2014 4:56 pm

אומגלויבליך
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 05, 2014 4:56 pm

טשיקאווע נייעס.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 05, 2014 4:57 pm

WOW
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג מאי 05, 2014 5:07 pm

שכח לכתחלה! ווי שאפסטו אייביג אזעלכע געשמאקע סחורה?!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג מאי 05, 2014 5:09 pm

ווינקל האט געשריבן:WOW מזל ווי א גוי!
מילכיגער האט געשריבן:אומגלויבליך
הלשון האט געשריבן:שכח לכתחלה! ווי שאפסטו אייביג אזעלכע געשמאקע סחורה?!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 05, 2014 5:12 pm

מסתמא האבן זיי געזען זיין פאמיליע און באשלאסן אז ער לעבט סייווי אין א תפיסה.

וויאזוי האט נאר אבאמא געזאגט ווען זיין שוויגער האט זיך אריינגעצויגן אין ווייסן הויז? (כ'געדענק נישט די מימרא גראדע, אבער עפעס א גוטס איז עס געווען).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
Copy Paste
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 1:38 pm

תגובהדורך Copy Paste » מאנטאג מאי 05, 2014 5:12 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דאס האט פאסירט אפריל 17, פון דאס יאר.



אגב, מען האט אים ארעסטירט כמעט א יאר צוריק, July 2013
פון ק\פ...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 5:24 pm

לכאורה האט געשריבן:מסתמא האבן זיי געזען זיין פאמיליע און באשלאסן אז ער לעבט סייווי אין א תפיסה.

וויאזוי האט נאר אבאמא געזאגט ווען זיין שוויגער האט זיך אריינגעצויגן אין ווייסן הויז? (כ'געדענק נישט די מימרא גראדע, אבער עפעס א גוטס איז עס געווען).

אווי יענער פאליציי מאן וואס האט למעשה נישט געגעבן קיין טיקעט פאר איינעם וואס געספידט, ווייל די רביצין זיינע האט ארויסגעשריגען פון די בעק סיט: "גיוו הים עי טיקעט, איי אלוועיס בעג הים נאט טו ספיד"!

"דו ביסט שוין גענוג באשטראפט מיין פריינד, קענסט ווייטער פארן" האט די פאליציי מאן געזאגט!
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג מאי 05, 2014 5:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מאנטאג מאי 05, 2014 5:31 pm

זייער אינטרעסאנט. איך בין נתפעל פון זיין דרייסטקייט און אנשלאסענקייט.
ווי זאגט יענער, 'אויב מוויל קען מען'.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מאי 05, 2014 5:43 pm

די ריכטערין פאסט אינגאנצן נישט אריין אינעם אמעריקאנעם יוסטיץ סיסטעם..

ייש"כ לכתחילה

שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:50 am

תגובהדורך שמיראכץ » מאנטאג מאי 05, 2014 5:47 pm

מורא'דיגע מעשה! טאקע מזל ווי א גוי, פון א איד וואלטן זיי קיינמאל נישט פארגעסן!
אינטרעסאנט צו הערן וואס איז געווען די סוף מיט זיין שותף לדבר עבירה? איז ער יא געגאנגען זיצן? פאר וויפיל יאר?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 5:51 pm

שמיראכץ האט געשריבן:מורא'דיגע מעשה! טאקע מזל ווי א גוי, פון א איד וואלטן זיי קיינמאל נישט פארגעסן!
אינטרעסאנט צו הערן וואס איז געווען די סוף מיט זיין שותף לדבר עבירה? איז ער יא געגאנגען זיצן? פאר וויפיל יאר?

זיך אויך געווינדערט, קיינע רעדט נישט פון יענעם. קען זיין ענדרעסן האט געהאט די גאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » מאנטאג מאי 05, 2014 5:55 pm

דעס וואס די זשארדזש האט גענטפערט איז א קשיא ביי מיך, ווער וואלט באצאלט זיין לעבן אויב ער זיצט יא, אז מען קען ווערן א מענטש ווען מען איז נישט און דשעיל און מען דארף נישט צו קומען צו די אמעריקאנע קארעשענס

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג מאי 05, 2014 5:59 pm

זייער אינטערעסאנט, יישר כח חילי.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 05, 2014 6:05 pm

זייער אינטערסאנט, אויף אלע אידן געזאגט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 6:06 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, אויף אלע אידן געזאגט.

מיינסט נישט אלע, נאר די אנגעקלאגטע, יא?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 05, 2014 6:11 pm

איך שמעק א פילם פון די געשיכטע, דער קען נאך ארויסגיין מיט פארדינסטן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 05, 2014 6:18 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, אויף אלע אידן געזאגט.

מיינסט נישט אלע, נאר די אנגעקלאגטע, יא?

אוודאי, אחינו "כל" בית ישראל הנתונים בצרה וב... שטייט דאך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 05, 2014 6:19 pm

זייער שיין געשריבן. וויאזוי אזא זאך געשעהט איז א מיסטעריע. אבער די ריכטערן האט ריכטיג געהאנדלט.

כ'האב שוין געזאגט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 10:42 am

תגובהדורך כ'האב שוין געזאגט » מאנטאג מאי 05, 2014 6:31 pm

איי איי אמעריטשקע...

דער שגץ האט ריכטוג געטון מיטן זיך אויסמענטשעלן. דער ריכטערן האט ריכטוג געטון מיטן אים באפרייען. און חילי האט ריכטוג געטון מיטן עס אראפ שרייבן.

שכח!

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג מאי 05, 2014 7:52 pm

לכאורה האט געשריבן:מסתמא האבן זיי געזען זיין פאמיליע און באשלאסן אז ער לעבט סייווי אין א תפיסה.

וויאזוי האט נאר אבאמא געזאגט ווען זיין שוויגער האט זיך אריינגעצויגן אין ווייסן הויז? (כ'געדענק נישט די מימרא גראדע, אבער עפעס א גוטס איז עס געווען).

מיינסט מסתם זיין שוויגערס טאכטער ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג מאי 05, 2014 7:58 pm

א לעסאן אז די גאנצע קארערשאן סיסטעם איז הוילע מעשיות

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג מאי 05, 2014 8:23 pm

נידער מיט די פארפוילטע אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”