בלאט 2 פון 3

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 8:43 pm
דורך עירמאנט'ער
זייער אינטעראסאנט
האט דאס פאסירט טאקע אין אמעריטשקע
?
אין דיין באשרייבונג שטייט נישט ווי סע האט פאסירט

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 9:29 pm
דורך לכתחילה אריבער
עירמאנט'ער האט געשריבן:זייער אינטעראסאנט
האט דאס פאסירט טאקע אין אמעריטשקע
?
אין דיין באשרייבונג שטייט נישט ווי סע האט פאסירט

סט. לואיס מיזורי, אמעריקע!

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 9:41 pm
דורך מחותן
ייש"כ חילי

_____

green האט געשריבן:א לעסאן אז די גאנצע קארערשאן סיסטעם איז הוילע מעשיות


ווי אזוי איז דאס א לעסאן דערויף?

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 10:14 pm
דורך בוידעם
לכאורה פון די פאקט אז ער האט זיך אויסגעמענטשלט אן אדורכגיין די "קארעקשן" דיפארטמענט.

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 10:33 pm
דורך זיי קלוגער
private האט געשריבן:נידער מיט די פארפוילטע אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם


וואס אין די מעשה שטערט דיך?

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 10:41 pm
דורך שוועמל
טאקע אינטרענסאנט די מעשה.
איז דאס די ערשטע מאל אין היסטארי אזוינס?

עניוועי ליגעלי טראכט איך וואלט ער סייווי נישט געדארפט זיצן ווייל די געזעץ האט אים צוגעטיילט פון דאן ביז דאנעט. שפעטער פון דאנעט ברויך ער שוין נישט זיצן.
נאך מער, דאס וואס די זשאזש האט געזאגט "ער האט זיך שוין אויסגעמענטשעלט אינדרויסן" איז נאר געווען אזא תירוץ אזא. אבער באמת אפילו אויב ער וואלט יא געווען א טראבל מעיקער וואלט מען אים שוין אויך נישט געקענט מער איינזעצן כנ"ל.

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 10:55 pm
דורך געלעגער
נישט ממש. די פסק איז געווען אז ער דארף זיצן דרייצן יאר ער האט למעשה נישט געפאלגט די פסק.

וואס מיר ווינדערט איז, וועלכע עידזשענסי האט דא געמאכט די טעות? ווער איז מחיוב צו נעמען דעם פארברעכער און אים איינזעצן?

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 10:58 pm
דורך מחותן
די מעשה זעט אויס ווי עס איז ארויס גענימען פון איינע פון די מופתים פון די חסידשע רבי'ס

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:00 pm
דורך למעלה משבעים
די דערמאנסט מיר מען פארציילט טאקע עפעס אזא מעשה איך געדענק שוין נישט ביי וועם, און איך געדענק שוין נישט קלאר וואס נאר אז מען האט געטראפן שפעטער אז זיין נאמען איז געווען פארקנייטשט אין ביכל.

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:01 pm
דורך דיעל
שיין! א חידוש פון א פסק, בפרט ווען עס קומט פון א פרוי.......

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:06 pm
דורך private
זיי קלוגער האט געשריבן:
private האט געשריבן:נידער מיט די פארפוילטע אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם


וואס אין די מעשה שטערט דיך?

די מעשה שטערט מיך בכלל נישט (אדרבא אזוי האב איך געהאט נאך א גיטס פין לכתחילה) נאר אין פריי מיך פשוט ווען די פארפוילטע יוסטיץ האט געהאט א דורוכפאל

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 11:39 pm
דורך באדינער
Wow
יישר כח פארן אראפשרייבן

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 12:04 am
דורך דעפרעסט
צייט פאר א היימישע שטעטל אין מוזורי.

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 12:06 am
דורך היימישער איד
וואי א מעשה הפלא ופלא. יישר כח הרב לכתחילה פארן ברענגן. [קול מבשר טשיקאווע נייעס ברענגט עס שוין?]

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 12:14 am
דורך עמרם יודא
היימישער איד האט געשריבן:וואי א מעשה הפלא ופלא. יישר כח הרב לכתחילה פארן ברענגן. [קול מבשר טשיקאווע נייעס ברענגט עס שוין?]

ער ברענגט עס אין די געהריגע וועלטליכע נייעס 1-1-2

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 6:19 am
דורך עירמאנט'ער
דעפרעסט האט געשריבן:צייט פאר א היימישע שטעטל אין מוזורי.

:)

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 7:44 am
דורך עקבי הצאן
דעפרעסט האט געשריבן:צייט פאר א היימישע שטעטל אין מוזורי.

ווילסטו אז די יערליכע שרעקליכע האריקעינס זאלן דארפן געמאלדן ווערן ביי די יודישע נייעס?

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 8:30 am
דורך פלעכטער
די מעשה איז פיין! און חילי איז נאך בעסער!

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 8:40 am
דורך private
א פיקטשער פין חתן דינן

נאכען זען וויזוי ער זעט אויס בין איך שוין נישט זיכער אז מען האט עם געדארפט ארויס לאזען..

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 9:00 am
דורך שוועמל
private האט געשריבן:א פיקטשער פין חתן דינן

נאכען זען וויזוי ער זעט אויס בין איך שוין נישט זיכער אז מען האט עם געדארפט ארויס לאזען..

נאכן זען זיין קאליר פארשטיי איך שוין פארוואס די זשאזש האט אים באפרייט..

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 10:09 am
דורך מי יודע
שוועמל האט געשריבן:
private האט געשריבן:א פיקטשער פין חתן דינן

נאכען זען וויזוי ער זעט אויס בין איך שוין נישט זיכער אז מען האט עם געדארפט ארויס לאזען..

נאכן זען זיין קאליר פארשטיי איך שוין פארוואס די זשאזש האט אים באפרייט..

;l;p-

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 10:54 am
דורך שנאפס
למעלה משבעים האט געשריבן:די דערמאנסט מיר מען פארציילט טאקע עפעס אזא מעשה איך געדענק שוין נישט ביי וועם, און איך געדענק שוין נישט קלאר וואס נאר אז מען האט געטראפן שפעטער אז זיין נאמען איז געווען פארקנייטשט אין ביכל.


ביים איינרוקן אין מיליטער

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 11:03 am
דורך מחותן
private האט געשריבן:א פיקטשער פין חתן דינן, נאכען זען וויזוי ער זעט אויס בין איך שוין נישט זיכער אז מען האט עם געדארפט ארויס לאזען..


דיין תגובה איז טאקע נאר א ווערטעל, אבער איך גלייך עס נישט פאר צוויי סיבות.
איינס וויבאלד מיר זענענן אלע אינעם זעלבן שיף, א חסידישער איד זעט אויס אין די אויגען פון א דזשורי די זעלבע אדער ערגער.
צווייטענס עס שמעקט ראסיסטיש, און איינער וואס ליידט פון אנטיסעמעטיזעם ווען עס קימט צו געזעץ און ארדער דארף זיין סענסעטיוו דערצו.

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 11:18 am
דורך שמעלקא טויב
קיינע פון די כוללים נעמט נישט קרעדיט דערפאר?

אינטערסאנט

געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2014 11:18 am
דורך עקבי הצאן
מחותן האט געשריבן:
private האט געשריבן:א פיקטשער פין חתן דינן, נאכען זען וויזוי ער זעט אויס בין איך שוין נישט זיכער אז מען האט עם געדארפט ארויס לאזען..


דיין תגובה איז טאקע נאר א ווערטעל איך גלייך עס נישט פאר צוויי סיבות.
איינס וויבאלד מיר זענענן אלע אינעם זעלבן שיף, א חסידישער איד אין די איגן פון א דזשורי זעט אויס אין זייערע אויגען די זעלבע אדער ערגער. צווייטענס עס שמעקט ראסיסטיש, און איינער וואס ליידט פון אנטיסעמעטיזעם ווען עס קימט צו געזעץ און ארדער דארף זיין סענסעטיוו דערצי.

ג״א מצטרף