עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:16 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס עקענאמיע איז עפעס מער א וואפן ווי אנדערע ברענעדיגע אישוס ווי העלט קעיר, אימיגרעישן, פרויען רעכטן, אאוו.
יעדעס מאל שפילט עפעס אנדערש.

רוב מענטשן האבן העלט קעיר. אימיגראנטן, פרויען רעכטן, בודזשעט דעפיציט, וכו'; באלאויני! עס איז נישט נוגע דעם מענטשן פערזענליך; די סיבה עס איז אן אישו איז ווייל די טעלעוויזיע, און די טאלק שאוס, און די פאליטיקאנטן, און די סאציאלע מידיא זאגן אז עס איז אן אישו! דוק ותשכח. ווידעראום די עקענאמיע איז נישט נאך עפעס אן "אישו". דא רעדט דאך פון "מיין" ברויט און פוטער. פאזיטיווע ציפערן אין זייערע באנק קאנטעס און אינוועסטמענט סטעיטמענטס -- דאס איז דער אינערליכער באטאם ליין אינעם הארץ פון די אלגעמיינע וויילער. און ווען די עקאנאמיע איז גוט, מוז זיך די אפאזיציע באגיין מיט אנדערע כאילו-פראבלעמען.


איך פארשטיי אז אין דיין לאקאלע ביהמ"ד וועט מען סייווי נישט געבן קיין עלי' פאר א פרוי, די מיט דיינע קינדער וועלן אימיגראנטן שוין קיינמאל נישט זיין, אין מעדיקעיד האסטו אויך אפשר... אבער די אלע אישוס זענען נוגע לעבעדיגע מענטשן טאג טעגליך נאך אסאך מער ווי "דיין" ברויט און פוטער...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:30 pm

צום ערשט הרב @טעאריע, די כסדרדיגע פערזענליכע אטאקעס איז איבריג און מעג געלייגט ווערן אין זייט.

צווייטנס אויב ווילט איר זיך פארהערן אין עקאנאמיקס, בינעך גרייט, אבער אונזער ענין האט גארנישט מיט עקאנאמיקס נאר מיט סטאטיסטיקס.

דריטנס און צום ענין, גערעכט אז מען דארף קוקן עקארדינג צו אנדערע אינדוסטריס, אבער א טשארט וואס ווייזט פערסענטעידזש ווערט אפעקטירט פון אנדערע אינדוסטריס וואס הייבן זיך אדער פאלן שטארק, א פאקט אז אין די קורצע תקופה פון נאך די רעקאווערי פון 01 ביז אנהייב פונעם רעסעשן אין 07 זענען דזשאבס שיין געוואקסן אין קעגנזאץ צו מענופעקטשורינג וועלכע האט סטאנינגלי געדראפט, נאו מעיק מי יור קעיס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:39 pm

אביסעלע נייעס....
באריכטן אז טראמפ וועט מאכן אן אוסנאם פון די טעריפס געוויסע היי טעק פראדאקטס ווי די איי וואטש און נאך
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:55 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א טשארט וואס ווייזט פערסענטעידזש ווערט אפעקטירט פון אנדערע אינדוסטריס וואס הייבן זיך אדער פאלן שטארק, א פאקט אז אין די קורצע תקופה פון נאך די רעקאווערי פון 01 ביז אנהייב פונעם רעסעשן אין 07 זענען דזשאבס שיין געוואקסן אין קעגנזאץ צו מענופעקטשורינג וועלכע האט סטאנינגלי געדראפט


איך זעה נישט וויאזוי דאס דארף אפצופרעגן מיין תגובה, סאו אונז זעמיר אויפ'ן זעלבן פעידזש...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:55 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס עקענאמיע איז עפעס מער א וואפן ווי אנדערע ברענעדיגע אישוס ווי העלט קעיר, אימיגרעישן, פרויען רעכטן, אאוו.
יעדעס מאל שפילט עפעס אנדערש.

רוב מענטשן האבן העלט קעיר. אימיגראנטן, פרויען רעכטן, בודזשעט דעפיציט, וכו'; באלאויני! עס איז נישט נוגע דעם מענטשן פערזענליך; די סיבה עס איז אן אישו איז ווייל די טעלעוויזיע, און די טאלק שאוס, און די פאליטיקאנטן, און די סאציאלע מידיא זאגן אז עס איז אן אישו! דוק ותשכח. ווידעראום די עקענאמיע איז נישט נאך עפעס אן "אישו". דא רעדט דאך פון "מיין" ברויט און פוטער. פאזיטיווע ציפערן אין זייערע באנק קאנטעס און אינוועסטמענט סטעיטמענטס -- דאס איז דער אינערליכער באטאם ליין אינעם הארץ פון די אלגעמיינע וויילער. און ווען די עקאנאמיע איז גוט, מוז זיך די אפאזיציע באגיין מיט אנדערע כאילו-פראבלעמען.

איך פארשטיי אז אין דיין לאקאלע ביהמ"ד וועט מען סייווי נישט געבן קיין עלי' פאר א פרוי, די מיט דיינע קינדער וועלן אימיגראנטן שוין קיינמאל נישט זיין, אין מעדיקעיד האסטו אויך אפשר... אבער די אלע אישוס זענען נוגע לעבעדיגע מענטשן טאג טעגליך נאך אסאך מער ווי "דיין" ברויט און פוטער...

א. דער שמועס דא איז געווען איבער די פארבינדונג צווישן א גוטע עקענאמיע און וואל רעזאלטאטן. און די מציאות איז אז עקענאמיע -- א סטאבילע פרנסה, א שטייגנדע פענציע סטעיטמענט, וכו' -- איז נוגע פאר "אלע" וויילער, און דאס איז דער וויכטיגסטע קאנסערן פאר יעדן פערזאן יעדן טאג פון זיין לעבן. און ווען די עקענאמיע (די בערזל/סטעיטמענט) איז גוט, זענען די נערוון פונעם טיפישן פערזאן מער סטאביל און ער זוכט זיך נישט קיין נייע מנהיגים.
ב. אלע אנדערע טעמעס, זאל עס זיין די וויכטיגסטע אישו אויף טעלעוויזיע, איז סעקאנדערי צו פרנסה, ווייל זיי אפעקטירן נישט דעם גאנצן המון עם "פערזענליך".
ג. שטעל מיין תגובה אין קאנטעקסט, ביטע. מיט "מיין" האב איך געמיינט די אלגעמיינע וויילער, נישט איך מונאוויטש.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:13 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:יעצט איינמאל מיין איך אז יוסי געשטעטנער איז גערעכט, איינער וואס ווערט צומישט פון נומערן זאל נישט איבערלאזן זיין דעי דזשאב צו ווערן אן עקאנאמיסט.

איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף איבערקייען אזעלכע פשוט'ע זאכן איינמאל און נאכאמאל.

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א טשארט וואס ווייזט וויפיל פראצענט פון דזשאבס באשטייט פון מענופעקטשורינג, איז נישט רעלעטיוו ווען מען רעדט צו מענופעקטשורינג פאר זיך איז געוואקסן אדער געפאלן, ווייל למשל א צווייטע אינדוסטרי, לאמיר זאגן קאנסטראקשן, וועט פארלירן דזשאבס, דאן וועט אויטאמאטיש מענופעקטשורינג ווערן א גרעסערע פראצענט פון די מארקעט אפילו מענופעקטשורינג פאר זיך איז געפאלן, און די זעלבע פארקערט.


דאס איז נישט א משל, נאר א נמשל, דאס איז פונקטליך וואס איז געשען, אסאך אינדוסטריס האבן פארלוירן דזשאבס, און מענופעקטשורינג אלס פארצענט פון אלע דזשאבס וואלט ארויף אויב ס'וואלט נישט פארלוירן געווארן מענופעקטשורינג דזשאבס אויך, און אזויווי ס'זענען למעשה אויך פארלוירן געווארן מענופעקטשורינג דזשאבס האט עס נישט פאסירט, די שאלה איז נאר וואס דאס זאגט אויף דימענופעקטשורינג אינדוסטרי, האט איינער ערווארטעט אז בעת וואס אלע אינדוסטריס פארלירן דזשאבס זאל מענופעקטשורינג זיין אן אויסנאם? נאר וואס טוט מען אויב מ'וויל זען אויב איין אינדוסטרי ליידט מער וואו די צווייטע אין רעזולטאט פון א געוויסע פאליסי? מ'קוקט צו די פארלוסטן אין יענע אינדוסטרי איז ערגער ווי אין אלגעמיין, אין וויבאלד ווען דאס איז די קעיס (אז איין אינדוסטרי פארלירט מער ווי אנדערע) וועט די רעזולטאט זיין אז יענע אינדוסטרי וועט עווענטועל ווערן א קלענערע פארצענט פון די טאטעל דזשאבס מארקעט, איז דאס (צו קוקן וויפיל איין אינדוסטרי איז אלס פראצענט פון די גאנצע דזשאבס מארקעט פאר און נאך יענע פאליסי איז אריין אין קראפט) די פשוט'סטע וועג פון באשטעטיגן אויב א געוויסע אינדוסטרי ליידט באמת צוליב א געוויסע פאליסי.

Think and Thank האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דיין טשארט ווייזט, אבער טשאדעלע'ס (פון די רעגירונג) ווייזט אז פון די מיד-ניינטיס איז עס קיינמאל ארויף, אפגעזען פון די אלגעמיינע דזשאבס מארקעט מצב, ביז נאך די לעצטע קראך. ס'געווען צייטן ווען דאס טראסקען האט זיך פארשטייטערט, אבער ארויף איז עס קיינמאל.


און יעצט ווען מ'פארשטייט שוין דאס (כ'האף אזוי), איז פשוט אז די צוויי טשארטס - וואס אגב, ביידע זענען פון די רעגירונג - זענען בכלל נישט קיין סתירה, מיינס (וואס איך האב צוזאמגעשטעלט פון דאטא פון די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס) ווייזט די טרענד פון 'מענופעקטשורינג דזשאבס אלס פארצענט פון אלע דזשאבס אין די יארן פון בעפאר און נאך נאפט"א', וואס הגם ס'איז אראפ נאך נאפט"א, איז עס אבער געווען מיט די זעלבע שנעלקייט ווי פארדעם (וואס בכלל די טרענד אז מענופעקטשורינג דזשאבס ווערט א קלענערע און קלענערע פראצענט פון אלע דזשאבס איז עפעס וואס גייט שוין אן פאר פינף און זיבעציג יאר! און אויב ענק ווילן קען איך ווייזן א טשארט וואס ווייזט קלאר אז אין די 25 יאר זינט נאפט"א האט זיך עס גאר אביסל פארשטאטערט אקעגן די 50 יאר בעפאר), און טשאדעלע'ס (וואס איז פון די פעד וואס האט עס צוזאמגעשטעלט פון דאטא פון די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס) ווייזט 'וויפיל מענופעקטשורינג דזשאבס ס'איז געווען אין אמעריקע דורכאויס די צייט', וואס אמת ס'איז קיינמאל נישט ארויף אין די 2000'ער יארן, אבער כ'האב ענק נייעס, די דזשאבס מארקעט בכלל איז נישט ארויף אין יענע תקופה...

די לאך אין דיין חשבון פון רעכענען וויפיל פראצענט פון די דזשאבס מארקעט עס איז, איז ווייל אויב איינס-צוויי סעקטארס טראסקען בשעת די אלגעמיינע מארקעט איז סטאביל וועט דער פראצענט פון די איבריגע סעקטארס שטייגן, אפי' אויב פאקטישע פאלן זיי - אויב זיי פאלן שוואכער ווי די אנדערע צוויי. די איינציגסטע וועג עכט צו זען צו עס פאלט און הייבט זיך צוזאמען מיט די אלגעמיינע דזשאבס מארקעט איז קאמפעירן די טשארט וואס טשאדעלע'ס האט אויבן געברענגט - פון די וואוקס און פאלן פון די מעניופעקטשורינג מארקעט - און עס קאמפעירן צו די אלגעמיינע דזשאבס מארקעט אין די זעלבע תקופה, צו זען צו עס איז געוואקסן און געפאלן צוזאמען מיט די אלגעמיינע מארקעט אדער אויף אן אייגענע פעטערן.
און דארט שטעלט זיך ארויס אז פאר נאפטא איז געווען צייטן ארויף און צייטן אראפ (איך האב נישט די נאמבערס צו זען צו עס איז געווען קאנסיסטענט מיט די אלגעמיינע דזשאבס, אבער עס איז עכ''פ געווען צייטן ווען מעניופעקטשורינג איז ארויפגעגאנגען שטארק), און זינט געציילטע יאר נאך נאפטא איז עס געגאנגען נאנסטאפ בארג אראפ, קיין חילוק צו רעסעסיע אדער ריקאווערי, בומינג מארקעט אדער עס הינקעט אונטער אביסעלע.


אגב, אויף די טשארט האט זיך עס נישט געהויבן 'אין די 2000'ער', נאר נאכ'ן גרעיט רעסעשאן אין 2008.
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:28 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס עקענאמיע איז עפעס מער א וואפן ווי אנדערע ברענעדיגע אישוס ווי העלט קעיר, אימיגרעישן, פרויען רעכטן, אאוו.
יעדעס מאל שפילט עפעס אנדערש.

רוב מענטשן האבן העלט קעיר. אימיגראנטן, פרויען רעכטן, בודזשעט דעפיציט, וכו'; באלאויני! עס איז נישט נוגע דעם מענטשן פערזענליך; די סיבה עס איז אן אישו איז ווייל די טעלעוויזיע, און די טאלק שאוס, און די פאליטיקאנטן, און די סאציאלע מידיא זאגן אז עס איז אן אישו! דוק ותשכח. ווידעראום די עקענאמיע איז נישט נאך עפעס אן "אישו". דא רעדט דאך פון "מיין" ברויט און פוטער. פאזיטיווע ציפערן אין זייערע באנק קאנטעס און אינוועסטמענט סטעיטמענטס -- דאס איז דער אינערליכער באטאם ליין אינעם הארץ פון די אלגעמיינע וויילער. און ווען די עקאנאמיע איז גוט, מוז זיך די אפאזיציע באגיין מיט אנדערע כאילו-פראבלעמען.

איך פארשטיי אז אין דיין לאקאלע ביהמ"ד וועט מען סייווי נישט געבן קיין עלי' פאר א פרוי, די מיט דיינע קינדער וועלן אימיגראנטן שוין קיינמאל נישט זיין, אין מעדיקעיד האסטו אויך אפשר... אבער די אלע אישוס זענען נוגע לעבעדיגע מענטשן טאג טעגליך נאך אסאך מער ווי "דיין" ברויט און פוטער...

א. דער שמועס דא איז געווען איבער די פארבינדונג צווישן עקענאמיע און וואל רעזאלטאטן. און די מציאות איז אז עקענאמיע -- א סטאבילע פרנסה, א שטייגנדע פענציע סטעיטמענט, וכו' -- איז נוגע פאר "אלע" וויילער, און דאס איז זייער וויכטיגסטע קאנסערן פאר יעדן פערזאן יעדן טאג פון לעבן. און ווען די עקענאמיע (זייער בערזל/סטעיטמענט) איז גוט, איז די נערוון פון די טיפישער פערזאן מער סטאביל און ער זיכט זיך נישט קיין נייע מנהיגים.
ב. אלע אנדערע טעמעס, זאל עס זיין די וויכטיגסטע אישו אויף טעלעוויזיע, איז סעקאנדערי צו פרנסה, ווייל זיי אפעקטירן נישט דעם גאנצן המון עם "פערזענליך".
ג. שטעל מיין תגובה אין קאנטעקסט, ביטע. מיט "מיין" האב איך געמיינט די אלגעמיינע וויילער, נישט איך מונאוויטש.


א. העלטה קעיר פאליסי, גלייכע באצאלדונג פאר פרויען, און אפילו אימיגראנטן (ביליגע ארבייטער) האבן אויך אן עפעקט אויף די בערזל און באנק סטעיעמענט פון גאר אסאך מענטשן.

ב. לאו דוקא יעדע גוטע עקאנאמישע נומער האט א פאזאטיווע עפעקט אויף די אלגעמיינע באפעלקערונג בכלל, און אויף דעם "גאנצן" המון עם בפרט, למשל די דזשי. די. פי. וואס דאס איז אייגענטליך "די עקאנאמיע" זאגט נאר וויפיל אלע אינאיינעם פארדינען, וואס ווען מ'צוטיילט עס פער מענטש האט מען אן "עוורידזש" וויפיל יעדער פארדינט, וואס זאגט נאך גארנישט איבער וויפיל מענטשן פארדינען באמת וויפיל, די איינציגסטע באריכט וואס זאגט דאס איז די האוסהאלד אינקאם באריכט וואס איר 2017 באריכט איז גראדע ארויסגעקומען פאריגע וואך.

אפילו די דזשאבס נומערן וויפיל דזשאבס ס'זענען דא און וויפיל מ'צאלט אויף דזשאבס וואס דאס איז שוין יא נוגע פאר רוב מענטשן איז אויך נישט נוגע פאר מענטשן וואס זענען נישט - און זוכן נישט צו זיין - אימפלויד.

ג. איך פארשטיי וואס דו האסט געמיינט און כ'האב עס טאקע נישט געמיינט אזוי ערנסט, כ'האב עס נאר גענוצט אלס לשון נופל על לשון...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:01 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אביסעלע נייעס....
באריכטן אז טראמפ וועט מאכן אן אוסנאם פון די טעריפס געוויסע היי טעק פראדאקטס ווי די איי וואטש און נאך

נישט לאנג צוריק האט די פרעזידענט געטוויט אז זיי זאלן עס מאכן אין אמעריקע, וואס האט פאסירט?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:04 pm

דממה דקה האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:אביסעלע נייעס....
באריכטן אז טראמפ וועט מאכן אן אוסנאם פון די טעריפס געוויסע היי טעק פראדאקטס ווי די איי וואטש און נאך

נישט לאנג צוריק האט די פרעזידענט געטוויט אז זיי זאלן עס מאכן אין אמעריקע, וואס האט פאסירט?

עפפלס סי אי או האט געהאט לעצטנס פריוואטע מיטינגען מיטן פרעזידענט, זעט אויס אז די דיעל איז געווען אז די פרעזידענט וועט טוויטן און עפפל וועט טון זייערס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:05 pm

מארקעטס האבן געכאפט א געזונטן טראסק.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:37 pm

Think and Thank האט געשריבן:די לאך אין דיין חשבון פון רעכענען וויפיל פראצענט פון די דזשאבס מארקעט עס איז, איז ווייל אויב איינס-צוויי סעקטארס טראסקען בשעת די אלגעמיינע מארקעט איז סטאביל וועט דער פראצענט פון די איבריגע סעקטארס שטייגן, אפי' אויב פאקטישע פאלן זיי - אויב זיי פאלן שוואכער ווי די אנדערע צוויי. די איינציגסטע וועג עכט צו זען צו עס פאלט און הייבט זיך צוזאמען מיט די אלגעמיינע דזשאבס מארקעט איז קאמפעירן די טשארט וואס טשאדעלע'ס האט אויבן געברענגט - פון די וואוקס און פאלן פון די מעניופעקטשורינג מארקעט - און עס קאמפעירן צו די אלגעמיינע דזשאבס מארקעט אין די זעלבע תקופה, צו זען צו עס איז געוואקסן און געפאלן צוזאמען מיט די אלגעמיינע מארקעט אדער אויף אן אייגענע פעטערן.
און דארט שטעלט זיך ארויס אז פאר נאפטא איז געווען צייטן ארויף און צייטן אראפ (איך האב נישט די נאמבערס צו זען צו עס איז געווען קאנסיסטענט מיט די אלגעמיינע דזשאבס, אבער עס איז עכ''פ געווען צייטן ווען מעניופעקטשורינג איז ארויפגעגאנגען שטארק), און זינט געציילטע יאר נאך נאפטא איז עס געגאנגען נאנסטאפ בארג אראפ, קיין חילוק צו רעסעסיע אדער ריקאווערי, בומינג מארקעט אדער עס הינקעט אונטער אביסעלע.


1) אין די פופצן יאר פאר נאפט"א, איז צוגעקומען אין אלגעמיין 23,642,000 דזשאבס, און אין אט די זעלבע תקופה איז אין מעניופעקטשורינג פארלוירן געגאנגען 2,519,000 דזשאבס.

2) זינט די דזשאבס מארקעט האט אנגעהויבן ארויפגיין אין די יעצטיגע ריקאווערי (מיט אכט א האלב יאר צוריק) איז מעניופעקטשורינג דזשאבס יא ארויפגעגאנגען דורכאויס די גאנצע צייט.

און דאס איז שוין נאך די פינף יאר גלייך נאך נאפט"א וואס דעמאלס איז עס אויך ארויפגעגאנגען.

סאו בסך הכל איז געווען א תקופה פון 'עלף יאר' פון די לעצטע נאנט צו פינף און צוואנציג יאר זינט נאפט"א איז געווארן אימפלימענטעד וואס מעניופעקטשורינג דזשאבס איז געגאנגען 'נאנסטאפ' בארג אראפ...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:43 pm

אין די זעכציג יאר זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז צוגעקומען כו''כ מיליאן דזשאבס... אין די 242 יאר זינט די גרינדונג פון אמעריקע איז צוגעקומען דריי ביליאן דזשאבס...
וועם שפילסטו אויס אז דו רעכנסט די דזשאבס מארקעט אין באלק יארן? אין די פופצן יאר פאר נאפט"א, ווען עס איז צוגעקומען אין אלגעמיין 23,642,000 דזשאבס, זענען געווען צייטן ווען די דזשאבס מארקעט איז ארויף, און צייטן ווען עס האט פארלירן דזשאבס - און די זעלבע אין די מעניופעקטשורינג, איז געווען צייטן ארויף און צייטן אראפ. אין די עלף יאר נאך וואס די נאפטא נאכווייען האבן זיך אנגעהויבן שפירן, איז געווען בעסערע צייטן פאר די מארקעט און שוואכער צייטן. ווייסט וועלכע מארקעט האט נישט געהאט קיין איין 'ארויף' צייט אין די עלף יאר? איך גיב דיר דריי געסעס.
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:08 pm

Think and Thank האט געשריבן:אין די זעכציג יאר זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז צוגעקומען כו''כ מיליאן דזשאבס... אין די 242 יאר זינט די גרינדונג פון אמעריקע איז צוגעקומען דריי ביליאן דזשאבס...
וועם שפילסטו אויס אז דו רעכנסט די דזשאבס מארקעט אין באלק יארן? אין די פופצן יאר פאר נאפט"א, ווען עס איז צוגעקומען אין אלגעמיין 23,642,000 דזשאבס, זענען געווען צייטן ווען די דזשאבס מארקעט איז ארויף, און צייטן ווען עס האט פארלירן דזשאבס - און די זעלבע אין די מעניופעקטשורינג, איז געווען צייטן ארויף און צייטן אראפ. אין די עלף יאר נאך וואס די נאפטא נאכווייען האבן זיך אנגעהויבן שפירן, איז געווען בעסערע צייטן פאר די מארקעט און שוואכער צייטן. ווייסט וועלכע מארקעט האט נישט געהאט קיין איין 'ארויף' צייט אין די עלף יאר? איך גיב דיר דריי געסעס.


דא האסטו פונקטליך וויפיל מעניופעקטורינג דזשאבס ס'זענען צוגעקומען יעדע יאר עקסטער.

מעניופעקטורינג דזשאבס צוגעקומען.pdf
(93.11 KiB) דאונלאודעד 13 מאל


אין די 24 יאר נאך נאפט"א איז עס געווען עלף מאל ארויף, צוויי מאל פלאך, און עלף מאל אראפ.
אין די 24 יאר פאר נאפט"א איז עס געווען צען מאל ארויף, איין מאל פלאך, און דרייצן מאל אראפ.

זעסטו א טרענד אז נאך נאפט"א איז עס געווען ערגער ווי בעפאר?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:46 pm

נייגעריג פון ווי די נעמסט דאס ווייל די פעדס שאצונג ווייזט אנדערש
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:43 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נייגעריג פון ווי די נעמסט דאס ווייל די פעדס שאצונג ווייזט אנדערש


פון די U.S. Bureau of Labor Statistics (וואס אגב, די פעדעראל רעזערוו מאכט נישט קיין אייגענע סטאטיסטיקס, זיי נעמען עס אויך פון די U.S. Bureau of Labor Statistics).

דאס איז וויפיל מעניופעקטורינג דזשאבס ס'זענען "צוגעקומען", די טשארט וואס דו האסט געברענגט פון די פעד ווייזט וויפיל ס'איז די "טאטעל מעניופעקטורינג דזשאבס וואס זענען דא".

פארשטייט זיך אז אין א יאר וואס ס'קומען צו דזשאבס וועט די טאטעל דזשאבס סוף יאר זיין העכער ווי א יאר בעפאר, און אין די פעדס טשארט וואס דו האסט געברענגט זעט מען טאקע די זעלבע זאך (ווען מ'באטראכט עס פון די נאנט).

אלנפאלס, אזויווי כ'האב פריער פארשטאנען אז דו ביסט אפשר באליידיגט געווארן פון געוויסע אויסדרוקן וואס כ'האב גענוצט, איז טאקע יעצט א הזמן גרמא איבערצובעטן דיר (אדער אייך אויב איר האט שוין ווייסע האר אין בארד...) אין יעדן איינעם דא וואס איז געטראפן געווארן פון סיי וואספארא תגובות כ'האב געשריבן נישט מיט די רעספעקט וואס קומט זיך אדער מיט איבערמוטיגע לשונות, און מיר זאלן אלע האבן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, א יאר פון השפעות מיט געזונט, פרנסה, נחת מיט אלעם גוטן!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:46 pm

אמן, וכן למר.

ביטע אנווייזן די סייט פון וואו דו האסט גענומען די טשארט, ווייל דערווייל מאכט עס מיר נישט קיין סענס.
צומאל קען זיין אז מען רעדט פון "פרישע" דזשאבס, אבער ווייזט נישט וויפיל אלטע זענען אוועק.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:02 pm

מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:06 pm

איך זע נישט פון וועלכע יארן מען רעדט דא
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:13 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:אין די זעכציג יאר זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז צוגעקומען כו''כ מיליאן דזשאבס... אין די 242 יאר זינט די גרינדונג פון אמעריקע איז צוגעקומען דריי ביליאן דזשאבס...
וועם שפילסטו אויס אז דו רעכנסט די דזשאבס מארקעט אין באלק יארן? אין די פופצן יאר פאר נאפט"א, ווען עס איז צוגעקומען אין אלגעמיין 23,642,000 דזשאבס, זענען געווען צייטן ווען די דזשאבס מארקעט איז ארויף, און צייטן ווען עס האט פארלירן דזשאבס - און די זעלבע אין די מעניופעקטשורינג, איז געווען צייטן ארויף און צייטן אראפ. אין די עלף יאר נאך וואס די נאפטא נאכווייען האבן זיך אנגעהויבן שפירן, איז געווען בעסערע צייטן פאר די מארקעט און שוואכער צייטן. ווייסט וועלכע מארקעט האט נישט געהאט קיין איין 'ארויף' צייט אין די עלף יאר? איך גיב דיר דריי געסעס.


דא האסטו פונקטליך וויפיל מעניופעקטורינג דזשאבס ס'זענען צוגעקומען יעדע יאר עקסטער.

מעניופעקטורינג דזשאבס צוגעקומען.pdf


אין די 24 יאר נאך נאפט"א איז עס געווען עלף מאל ארויף, צוויי מאל פלאך, און עלף מאל אראפ.
אין די 24 יאר פאר נאפט"א איז עס געווען צען מאל ארויף, איין מאל פלאך, און דרייצן מאל אראפ.

זעסטו א טרענד אז נאך נאפט"א איז עס געווען ערגער ווי בעפאר?

פארוואס גייסטו ווייטער ארום און ארום? וואס האסטו מורא ארויס צולייגן די געענויע דזשאבס ציפערן פון יעדעס יאר, נאר לייגסט עס בכלליות? לייג א גענויע טשארט פון די אלגעמיינע דזשאב וואוקס יאר ביי יאר, און קאמפעיר דאס צו די יאר ביי יאר וואוקס פון מעניופעקטשורינג דזשאבס, און דאן וועט מען זען צו עס איז דא א באזונדערע טרענד ביי מעניופעקטשורינג אדער עס גייט מיט מיט די אלגעמיינע דזשאבס מארקעט.
Innocent until proven Republican

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:27 am

אנעפלאוימענט קלעימס פון פארגאנגענע וואך געפאלן צו 201k, דאס איז א נידריגקייט וואס מען האט שוין נישט געזען פאר כמעט 50 יאר.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:46 pm

Market Summary > Dow Jones Industrial Average
INDEXDJX: .DJI
26,731.45
+74.47 (0.28%)
Sep 21, 12:45 PM EDT

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:32 am

היינט וועט די פעד זיך צוזאמזעצן און ארויסלייגן זייער וויזיע אויף די קווארטל, אינקלודינג די אינטערעסט ראטע.
עקאנאמיסטן האבן שוין לאנג ערווארטעט א העכערונג פון כאטש 0.25%, אבער די לעצטיגע באריכטן צייגן אז טראץ די גוטע עקאנאמיע וואקסט נישט אינפלאציע אזוי שנעל ווי געראכטן, ווייסט מען טאקע נישט פונקטליך וואס צו ערווארטן,
אויב וועלן זיי טאקע העכערן די אינטערעסט ראטע, קען מען ערווארטן א שטיקל טראסק אין די מארקעטס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:37 am

איבערגעמאכטע ציפערן אויף אפריל ווייזן אז קאנסומער קאנפידענס איז געשטיגן היבש העכער ווי ערוואטעט, און האלט יעצט ביי א ראטע וואס איז נאכנישט געווען זינט יאר 2000.

(די זעלבע קאמפעני זאגט פאר א עקאנאמישע וואוקס פארן קווארטל פון אריבער 3%.)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:07 pm

לכאורה קומט עס נישט דא אבער איך טרעף נישט די ריכטיגע אשכול...

וואס איז די נייע טרעיד אפמאך מיט סאוט קאריע ?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:13 pm

די פעדעראלע רעזערוו האט געהעכערט די אינטערעסט ראטע מיט א פערטל פראצענט, דאס איז שוין די דריטע העכערונג אין 2018.

אן אנדייטונג אז זיי ערווארטן די עקאנאמיע ווייטער צו וואקסן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, john, אבן יקרה, אומפארשטענדליך, איי קנוי, אמונה פשוטה, טובי' מאיר ניימאנן, משהלע, משמש, סעקרעטאר, קיטשי און 50 געסט