עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:09 am

קאנסילמאן האט געשריבן:ביז איצט איז געווען די ניגון אז די גיטע עקאנעמי פון די לעצטע דריי יאר איז אבאמא'ס קרעדיט און זיין עקנאמי, יעצט מאכט מען א יו-טורען אז עס איז בכלל נישט גוט, גייט עס צירוק ווערן טראמפ'ס עקנאמי?! אדער עס בלייבט ביי אבאמא?

ביז יעצט איז עס געפארן אויף די זעלבע טרעק ווי אונטער אבאמא, איז נישט געווען וואס צו דאנקן טראמפ, ס"ה א המשכה פון אבאמא.

אבער אז סהייבט אן צו טוישן טרעק און גיין בארג אראפ איז עס שטייצעך דער שולד פון דער וואס איז אצינד אין אפיס.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:35 am

כאפצעם האט געשריבן:.


די תריץ איז


July Jobs Report Shows Solid Gains Amid Record Trump Economy WASHINGTON - U.S. employers added a solid 164,000 jobs in July to an economy that appears poised to extend its decadelong expansion. The unemployment rate remained at 3.7% for a second straight month, the government said Friday. Average hourly earnings rose 3.2% from a year ago, up from a 3% year-over-year gain in June. The pace of hiring has slowed this year since most Americans already have jobs. Unemployment is near a half-century low and the overall economy expansion last month became the longest on record.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:46 am

?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:57 am

סאלידע דזשאב וואוקס
אין מאנאט יולי
וואשינגטאן – ווידעראמאל זעט מען אז די אמעריקאנער עקאנאמיע וואקסט זייער שיין און דערווייל איז נישטא קיין ענדע צום וואוקס. פרייטאג איז ארויסגעקומען דער דזשאבס באריכט פון מאנאט יולי, און עס האט געצייגט אז ס'זענען צוגעקומען פרישע 164,000 דזשאבס אין לאנד, וואס איז גענוי וואס עקאנאמיסטן האבן געהאט דערווארט, און דער פראצענט ארבעטסלאזע האלט ווייטער ביים היסטאריש-נידריגן ארט פון 3.7 פראצענט. וועידזשעס זענען אויך געוואקסן מיט 3.2 פראצענט, וואס איז שענער ווי די 3.1 פראצענט וואוקס פון מאנאט יוני – לויט'ן באריכט פונעם פעדעראלע לעיבאר דעפארטמענט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:38 pm

Dow down nearly 1,000 points on Monday after China devalues the yuan in response to Trump's latest spate of tariffs on the country.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:39 am

.
צוגעלייגטע
IMG_20190816_113309.jpg
IMG_20190816_113309.jpg (310.69 KiB) געזעהן 1386 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:08 am

יעצט טאר מען נאכאמאל נישט קוקן פון וואו מ'קומט... נאר ווען ס'קומט אויס גוט פאר דעמעקראטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:34 pm

א פרישע באריכט פון די Bureau of labor statistic ווייזט אז די פריערדיגע New employment נומערן זענען געוועהן היבש איבערגעטריבן, און עס איז צוגעקומען מיט א האלב מיליאן ווייניגער זשאבס וואו פריער גערעכענט.


U.S. created 500,000 fewer jobs since 2018 than previously reported, new figures show

ttps://www.marketwatch.com/story/us-cre ... 2019-08-21

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:49 pm

פומפדותא האט געשריבן:א פרישע באריכט פון די Bureau of labor statistic ווייזט אז די פריערדיגע New employment נומערן זענען געוועהן היבש איבערגעטריבן, און עס איז צוגעקומען מיט א האלב מיליאן ווייניגער זשאבס וואו פריער גערעכענט.


U.S. created 500,000 fewer jobs since 2018 than previously reported, new figures show

ttps://www.marketwatch.com/story/us-cre ... 2019-08-21


די טויש איז ריזיג. דא האט איר א טשארט וואס ווייזט די דורכשניט פון צוגעקומענע דזשאבס פער חודש אין די לעצטע עטליכע יאר, בעפאר די אפדעיט איז 2018 אריינגעקומען היבש ארויס פון די טרענד (צום גוטן), אבער די אפדעיט האט עס כמעט גענצליך אפגעווישט!

טויש.PNG
טויש.PNG (14.08 KiB) געזעהן 958 מאל
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:11 pm

אייגענע גרעף? ווייל די ציפערן זענען איבער מערץ 2018-מערץ 2019, דאס מיינט אז 2019 איז אויך אביסל נידריגער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:30 pm

כ'האב נישט געזען די נומערן פער חודש (זיי האבן עס נאכנישט געאפדעיט אויף זייער וועבסייט), כ'האב פשוט געזען אז 2018 איז אראפ פון א 223,000 א חודש דורכשניט צו א צווישן 180,000 און 185,000 א חודש דורכשניט צו א טאטעל פון 501,000 ווייניגער.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:36 pm

וויאזוי געשעט אזא טעות איבערצוטרייבן מיט א האלב מיליאן? און בעיקר מיט וויפיל פרוצענט האט מען איבערגעטריבן? איז דאס א ערענסט נומער אדער קליין רעלאטיוו צו דער גאנצע נומער?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:38 pm

ריכטיג. די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס פארגלייכט די חודשליכע סוירוועי נומערן צו די יערליכע טעקס פיילינגס וואס רעכנט פון מערץ צו מערץ. זיי האבן דערווייל נישט קיין מאנאטליכע ציפערן נאר יערליך אבער די יערליכע ציפער איז פון מערץ לעצטע יאר צו מערץ היי יאר.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:42 pm

איך הער.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:55 pm

זארג נישט האט געשריבן:איז דאס א ערענסט נומער אדער קליין רעלאטיוו צו דער גאנצע נומער?


ס'איז רעלאטיוו קליין, און רעלאטיוו גרויס. :lol:

פון איין זייט זאגן זיי אז ס'איז די גרעסטע רעוויזיע אין צען יאר, פון די אנדערע זייט איז צען יאר צוריק געווען נעכטן, פון די דריטע זייט אויב ביז יעצט אויב מען געמיינט אז אין 2018 זענען צוגעקומען מיט באלד 25% מער דזשאבס ווי אין 2017, און יעצט ווייסט מען אז ס'איז צוגעקומען בלויז מיט 1% מער דזשאבס ווי אין 2017, איז עס דען א קלייניקייט?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:02 pm

א טעות פון פאראיאר צו וואס איז עס נוגע. אויב היי יאר וועט צוקומן 24% מער דזאבס (די 24% וואס מען האט געמיינט פאראיאר) וועט עס הייסן גרויסע נייעס און די מארקעט וועט בומען? אדער וועט מען זאגן אז עס מיינט גארנישט ווייל עס האט אויסגעגראדט דער אלטע טעות און עס איז שוין אריין גערעכענט אין די מארקעט. בקיצור העדס איי ווין טעילס יו לוז.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:12 pm

ווער זאגט אז היי יאר וועט צוקומען 24% מער? פארקערט, ביז יעצט ווען מ'האט געמיינט אז 2018 האט צוגעזען 25% מער פון 2017 האט מען געהאט א מקום צו טראכטן אז 2019 וועט אויך צוזען 25% מער פון א יאר פריער, אויב אבער האט 2018 צוגעזען בלויז 1% מער פון 2017 וועט מעגליך היי יאר אויך זיין אזוי, ניין?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:18 pm

יא, אבער ווי עס צו ספינען איז יעצט תלוי בפאליטיק. נומערן זאגן נישט קיין ליגענט, יעצט זעט מען אז יא מען קען מיט זיי מאכן וואס מען וויל פאליטיש.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:46 pm

זארג נישט האט געשריבן:א טעות פון פאראיאר צו וואס איז עס נוגע. אויב היי יאר וועט צוקומן 24% מער דזאבס (די 24% וואס מען האט געמיינט פאראיאר) וועט עס הייסן גרויסע נייעס און די מארקעט וועט בומען? אדער וועט מען זאגן אז עס מיינט גארנישט ווייל עס האט אויסגעגראדט דער אלטע טעות און עס איז שוין אריין גערעכענט אין די מארקעט. בקיצור העדס איי ווין טעילס יו לוז.

נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז די ביורא-אוו-לעיבאר-סטאטיסטיקס אויסגעפרעגטע וואס האבן איבערגעשאצט מיט א פערטל פון מערץ פאראיאר ביז מערץ היי יאר האבן נישט אויך איבערגעשאצט מיט א פערטל נאך מערץ פון היי יאר.
IMG_20190821_184305.jpg
IMG_20190821_184305.jpg (69.24 KiB) געזעהן 784 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:21 pm

פון די מארקעט וואטש באריכט

The government’s employment report each month is compiled from a survey of almost 700,000 work sites, but the BLS updates its numbers every year after rechecking its results against company tax records. These record are not immediately available.

In most years the revisions are quite small, reflecting about one-tenth of 1% of total nonfarm employment and attesting to the accuracy of the BLS survey.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:40 pm

טראמפ פארפירט עפעס וועגן פארד קארס וואס קאסט דריי טויזענט דאלער טייערער ווי עס דארף צו קאסטן

איינער ווייסט וואס די רעדע איז?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:56 pm

ער פארפירט אויך פארוואס מ'וויל אים נישט פארקויפן גרינלאנד...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:02 pm

קארעקשאן: פארוואס מען פארקויפט נישט גרינלאנד פאר אמעריקע.............

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:43 pm

פארוואס מען וויל נישט רעדען פון אפשר מאכען א געשעפט , וואס טוט בענעפיטירן אמעריקא, אינדערצייט וואס אמעריקע שטיצט זיי פינאנציעל און באשיצט זיי, און זיי זענען און חובות וואס וואקסט נאר.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:23 pm

א באריכט צייגט אז מענופעקטשערינג איז געשרינקן פארן לעצטן חודש צום ערשטן מאל אין צען יאר.

https://t.co/aRyxSKWBG4?amp=1


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish, איצל פיצל, שרייזשע און 28 געסט