נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג מארטש 25, 2019 10:38 am

זיסקינד האט געשריבן:
זיסקינד האט געשריבן:ניצולי שואה למען קורבין: "הוא לא אנטישמי. מסייע ליהודים"
13 ניצולי שואה חתמו על מכתב תמיכה במנהיג מלפגת הלייבור בבריטניה, ג'רמי קורבין | המכתב פורסם ב'סאנדי טיימס' ועורר עניין רב בקהילה היהודית
חדשות בעולם19.3.2019 | 22:49

הרב שרגא שטרן צילום: באדיבות המצלם

ניצולי שואה למען מנהיג ה'לייבור': בעיתון ה"סאנדי טיימס", המופץ בימי ראשון בבריטניה, הופיע השבוע מכתב תמיכה שעליה חתומים תריסר ניצולי שואה, בו הם מצהירים כי מנהיג מפלגת הלייבור וראש האופוזיציה בפרלמנט הבריטי, ג'רמי קורבין, אינו אנטישמי וכי הוא עומד לעזרת העם היהודי.

המכתב הופיע לאחר ההודעה של ועדת השוויון וזכויות האדם (EHRC) כי היא תחקור את הגישה של מפלגת הלייבור לאנטישמיות.

במכתבם כותבים ניצולי השואה, כי "אם קיימת אנטישמיות במפלגה, היא מינימאלית ולא שכיחה יותר מאשר בכל מפלגה פוליטית אחרת". כמו"כ הם כותבים, כי למנהיג המפלגה קורבין היסטוריה של סיוע ליהדות החרדית, שבין היתר התערב למענה כשהרשויות דרשו ניתוחי מתים, וכן סייע בהצלת בתי העלמין היהודיים באירופה, ואף פעל בעבר להביא את יהודי תימן לבריטניה.

בסיום המכתב מציינים ניצולי השואה, כי האיום הנוכחי והאמיתי ממנו חושש הציבור החרדי, היא גזירת החינוך המרחפת על היהדות החרדית בממלכה המאוחדת, שמאחוריה עומדים ארגונים חילונים ואנטי דתיים, שאינם מייצגים את האוכלוסייה היהודית בממלכה, טענה אותה הם מחזקים באמצעות מחקר שהתפרסם לאחרונה הקובע בין היתר כי מרבית מתלמידי בתי הספר היהודיים בבריטניה הם חרדים.

מי שעומד מאחורי המכתב, הוא העסקן הלונדוני הבכיר, הרב שרגא שטרן, המייצג את הציבור החרדי המקומי מול מנהיג ה'לייבור' קורבין, ומראשי הלוחמים נגד גזירת החינוך.

גורם בכיר בקהילת החרדית בלונדון מציין, כי "המכתב מעורר עניין רב בציבור המקומי, זאת בשל העובדה שמי חתום עליה הם ניצולי שואה, שמפריכים את הטענות כי קורבין וחברי מפלגתו אנטשמיים".

אותו גורם אף מתייחס ליחסו של קורבין לישראל, וטוען כי "קורבין לוחם מובהק למען זכויות הפלסטינים, אך אינו מתנגד ליהודים. להיפך, הוא עזר וממשיך לעזור ליהודים וליהדות, והינו ידיד ותיק של הציבור החרדי".

יצויין, כי בתחילת החורף פרסמו שלושים מרבני הקהילות בלונדון מכתב תמיכה בקורבין, זאת בתגובה לדברי הרב הראשי של בריטניה לשעבר הרב יהונתן סאקס, שבראיון לערוץ מרכזי בממלכה גינה בחריפות את מפלגת הלייבור ומנהיגה, והזהיר שם, כי בגללה יהודים רבים ישקלו להגר לארץ אחרת.

"הזדעזענו לשמוע על אלו שטוענים בתקשורת, שיהודי בריטניה כועסים על ג'רמי קורבין, מנהיגה הנכבד של סיעת הלייבור. לכן חשוב לנו להדגיש כי אין לנו כל קשר לאמירות לא אחראיות כגון אלו", כתבו הרבנים שנמנים בין היתר עם קהילות באבוב, בעלזא, ויז'ניץ וסאטמר.

בחדרי חרדים


לעצטנ'ס ווערט ער זייער מפורסם, אין אלע נייעס, אויך האט ער נישט לאנג אנגעפיהרט א משלחת רבנים אין פארלעמענט,
איז דא מתנגדים צו זיינע פעולות, אדער איז דאס מקובל ביי אלעמען ??

זייט גוט מברר פאר איר שרייבט...
ווער פונקטליך האט אהנגעפירט א משלחת צו די פארלאמענט??
ער איז ניטאמאהל געווארן אריינגעלאזט צו די אסיפה אין ארלאמענט...

בענין זיינע פעולות, איז זייער נישט כדאי אריין צו גיין, ווייל לכו"ע טוהט ער אסאך! און ס'איז ליידער דא א גרויסע ויכוח צו ער טוהט אסאך 'אויף', אדער אדער אסאך 'קאליע'...
פארשטייט זיך אז דא אינעם ריינעם וועלטל איז נישט דער מקום דאס דורך צו טוהן.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

העסקן הגדול רבי שרגא שטערן ממלא מקום זקינו העסקן הדגול רבי מנשה שטערן

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:31 pm

סאיז נישט די מקום מרבה זיין בשבחו פון דעם עסקן הידוע וואס האט אויפגערודערט די לאנד איבער די גזירות החינוך ווען אנדערע האבן עס פארבירט צו פארשווייגען.
כהאב נאב מיט דער שורות געוואלט מודיע זיין אז היינט מאנטאג שמיני 10 ביינאכט וועט זיין א ענגע אסיפת עסקנים בראשות רבי שרגא שליט''א אין קאסאנער ביהמ''ד כעת 27 S KILDAS איבער עניינים העומדים על הפרק. ובפרט איבער די גליון ''קול החינוך''.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:49 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:סאיז נישט די מקום מרבה זיין בשבחו פון דעם עסקן הידוע וואס האט אויפגערודערט די לאנד איבער די גזירות החינוך ווען אנדערע האבן עס פארבירט צו פארשווייגען.
כהאב נאב מיט דער שורות געוואלט מודיע זיין אז היינט מאנטאג שמיני 10 ביינאכט וועט זיין א ענגע אסיפת עסקנים בראשות רבי שרגא שליט''א אין קאסאנער ביהמ''ד כעת 27 S KILDAS איבער עניינים העומדים על הפרק. ובפרט איבער די גליון ''קול החינוך''.

ס'איז דא רבנים אונטער די גליון ''קול החינוך'' און זייער פעולות?
עס שטייט גארנישט קיין נעמען. נאר א Email Address און א אפיס אדרעס.

אין די גליונות פון Chinuch UK האבן זיי א גרויסע ליסטע פון חשובע היימישע רבנים פון לאנדאן מאנשעסטער און גייטסהעד, וואס שטייען אונטער אלע זייער פעולות.

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:13 pm

די רבנים וואס שטייען אונטער קול החינוך אין אלע פעולות פון רבי שרגא שליט''א זענען הגאון האדיר שר התורה רבן של ישראל מרן ראש הישיבה רבי אליקום שלעזינגער שליט''א און הגאון רבי שלום פריעדמן שליט''א דומ''ץ לונדון אין נאך א גרויסע צאל קלענערע רבנים וראשי ישיבות

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:14 pm

כ'האב געהערט פון הגאון רבי יחזקאל שלעזינגער שליט''א ראש ישיבת שערי אורה אין נאמען פון זיין זיידע מרן ראש הישיבה שליט''א, אז יעדן טאג ביי ''מודה אני'' דאנקט ער דער באשעפער וואס ער האט אונז געשאנקען דעם חשובען עסקן ואיש על העדה רבי שרגא שליט''א אין די קריטישע צייט פארן אידנטוהם אין ענגלאנד, להצילם מגזירת השמד ה''י

שים שלום
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 8:14 am

תגובהדורך שים שלום » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:11 am

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:זייט גוט מברר פאר איר שרייבט...
ווער פונקטליך האט אהנגעפירט א משלחת צו די פארלאמענט??
ער איז ניטאמאהל געווארן אריינגעלאזט צו די אסיפה אין ארלאמענט...

בענין זיינע פעולות, איז זייער נישט כדאי אריין צו גיין, ווייל לכו"ע טוהט ער אסאך! און ס'איז ליידער דא א גרויסע ויכוח צו ער טוהט אסאך 'אויף', אדער אדער אסאך 'קאליע'...
פארשטייט זיך אז דא אינעם ריינעם וועלטל איז נישט דער מקום דאס דורך צו טוהן.

moishy56 האט געשריבן:ס'איז דא רבנים אונטער די גליון ''קול החינוך'' און זייער פעולות?
עס שטייט גארנישט קיין נעמען. נאר א Email Address און א אפיס אדרעס.

אין די גליונות פון Chinuch UK האבן זיי א גרויסע ליסטע פון חשובע היימישע רבנים פון לאנדאן מאנשעסטער און גייטסהעד, וואס שטייען אונטער אלע זייער פעולות.


ווי פונקטליך איז דאס אויב נישט אין פארלימענט?????
אין מיט די רבנים וואס האלטן נישט מיט אים.....???

viewtopic.php?p=1866468#p1866468

בילד
בילד
בילד
בילד
בילד

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מארטש 26, 2019 9:34 am

כ'וויל ארויף לייגן בילדער פון די שטורמישע אסיפה נעכטן מאנטאג נאכט אין קאסאנע'ר שוהל למען הצלת החינוך בענגלאנד.
ווי אזוי לייגט מען ארויף א בילד?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מארטש 26, 2019 11:48 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:כ'וויל ארויף לייגן בילדער פון די שטורמישע אסיפה נעכטן מאנטאג נאכט אין קאסאנע'ר שוהל למען הצלת החינוך בענגלאנד.
ווי אזוי לייגט מען ארויף א בילד?

קודם שרייב ווער ס'איז געווען ביי די אסיפה

וועגן לייגן בילדער, ווען דו שרייבסט א תגובה (נישט אינעם שנעלן תגובה) קען מען פשוט אריין שלעפן א בילד, און ס'קומט ארויף
כשמ"ו כן הוא

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

קורצע באריכט פון די אסיפה למען החינוך הטהור אין לונדון

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:04 pm

אריבער 30 עסקנים האבן זיך פארזאמלט מאנטאג ביינאכט אין קאסאנער שטיבעל כעת ב27 ס. קילדעס ראד סטעמפארד הילל, דן צו זיין און מטכס עצה איבערן שרעקליכן מצב פון גזירת החינוך בכלל, ובפרט אין די לעצטערע וואכן ווען עס איז אנטוויקלט געווארן א פרישע גזירה פון לימודי תועבה בנוסף צו די אלע פאדערונגען פון די רעגירונג ביז יעצט ר"ל.

עס האבען זיך אנגעזעהן ביים אסיפה די קינדער פון מרן ראש הישיבה שליט''א, ה''ה הגאון הגדול רבי משה אורי שלעזינגער שליט''א ראה''כ סאטמאר, ואחיו הגאון רבי אברהם אבא שליט''א ראש ישיבת מחזיקי לומדי תורה דחסידי בעלזא, הגה''צ המקובל רבי מרדכי יודא בלייער שליט''א, הגה''צ הרב יצחק אלחנן עבד-לחק שליט''א רב דקהל אוהל שלום, הרה''ג הרב ראובן בצלאל ווייס שליט''א ראש ישיבת אהבת תורה, הרה''ג רבי אברהם בלייער שליט''א מו''צ בלונדון, הרה''ג רבי שמואל אהרן ניילענדער שליט''א דיין בקהילת סאטמאר, האחים הרבנים הגאונים רבי יחזקאל ורבי נפתלי פריעדמאן שליט''א בני הגאון רבי שלום שליט''א דומ''ץ לונדון. וכו' .

עס איז במהלך האסיפה ארויס געברענגט געווארן דעם ביטערן צושטאנד וואס משטייט ווען בנוסף צו די אלע פראבלעמען און גזירות ביז היינט שטייט מען יעצט פאר פרישע גזירה, און בעו"ה נאך די אלע "השיגים" און דערלייכטרונגען וואס איז געגעבן געווארן פאר חרדישע מוסדות ''בטוב לבם'' פונעם עדיוקיעשן דעפטרטמענט, איז נאך אלס גאר ביטער פאר חרדישע אידן ווען זיי פאדערן קליפ און קלאר אז א חלק פונעם סאבדזשעקט מוז געלערנט ווערן "ווייל מדארף מחנך יעדן קינד צום לעבן אין "מאדערן בריטן" און וויסן אין וואסערע וועלט ער לעבט אין" ה"י, און אזוי שטייט מען יעצט בעו"ה ווען גזירה רודפת גזירה, און די רעגירונג דערהערט נאך אלץ נישט דעם געשריי און געברויך פונעם ציבור, און דער המשך פון אזא מצב איז פשוט א "גזירת גירוש'' אויף היימישע אידן וואס ווילן מחנך זייער קינדער לתורה ואמונה בקדושה וטהרה אן פשרות. ה"י.

אזוי איז דערביי ווייטוגלעך ארויסגעברענגט געווארן דער רוח וואס הערשט בעו"ה בתוככי חלקים פונעם היימישן ציבור און סטעמפארד הילל ווען במקום עס זאל זיך אויפשטעלן א קול רעש גדול א קלא דמשתמע! וואס זאל געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו און אויפטרייסלען די רעגירונג און אלע געזעץ געבער אז היו לא תהי' און חרדישע מוסדות וועלן נישט אננעמען די זאכן אין קיין שום פארם און אופן חלילה נאר "בארעכטיגטערהייט" ווייטער אנגיין פאר יעדן פרייז מיט אונזער אור אלטן הייליגן תורהדיגן חינוך און נישט זיך צושטעלן צו קיין שום זאך ביז מסירות נפש ועד בכלל, הערט זיך בעו"ה א קול ענות חלושה פון די "חינוך פארזארגער" פון זיך אונטער געבן אין זיך פרייען מיט דערלייכטונגען בגדר רע במיעוטו וכו' באגלייט מיט פוסטע תנחומין של הבל פון הבטחות בע"פ פון די געמיינע חברה אז מוועט אוועק קוקען אביסעלע, און בשכר דעם הבטחה פולט מען אן א מויל מיט וואסער, און מיט א אויסרייד פון דרכי שלום.. פרובירט צו האלטן דער עולם שטיל און רואיג.. און בלי בושה שטעלט מען זיך ארויס מיט א הודאה שבשתיקה, און מאיז מעלים פונעם ציבור די אמתע ביטערע פאקטן, און מבלבל דעם ציבור מיט שקרנות און בלאפעריי אז אלעס וועט זיין בסדר! דאס איז א המשך פון דעם מהלך וואס מען האט אנגענומען די לעצטע יארן זינט סהאט זיך אנגעהויבן די רדיפות און פאדערונגען פון די ממשלה זיך אריינצומישן אין אונזער חינוך, אז ממוז זיך "אויסקומען"! און אויסארבעטן דעם צווישן וועג צווישן די צוויי צדדים... און טרעפן דעם מיטל וועג.. וואס איז אנגענומען אויף.. יעדן! ווי אזוי "חרדישע מוסדות קענען נאכקומען די רעגירונג פאדערונגען און אין די זעלבע צייט אנהאלטן דעם שטרענגען ארטדאקסישן חינוך" ווען יעדער בר דעת ווייסט דער ליצנות פון דעם אז דאס איז גענצליך נישט מעגליך, נאר פשוט א פאלשע ליגנערישע מהלך און אונטערגעבונג וואס תחלתו בפשרות וסופו מי ישורנו ר"ל, און איז אריינגעשטאכן א מעסער און אונזער הייליגן חינוך, און מסכן דעם גאנצן עתיד החינוך און דעם עתיד המערכה על חינוך הטהור.

סאיז געהערט געווארן איבערן מצב בכללות, אז בעו"ה האט זיך אריינגעכאפט א שוואכקייט ביים ציבור וווען מאיז גרייט זיך אונטער געבן אנצונעמען בלית ברירה א "כמו בדיעבדי'גן חינוך"! ר"ל, וואס דווקא אין דעם ענין פון חינוך וואס איז דאך דער יסוד היסודות און אוודאי איז נישט עולה על הדעת פון קיין ערליכער איד אז דער חינוך פון זיינע קינדער זאל נישט זיין לכתחלה שבלכתחלה בשלימות בלי שום וויתור כל שהוא אין קיין שום גדר וסייג חלילה אזוי ווי ביז היינט, און בעו"ה איז דא שינויים כסדר , און אלעס ווייל עס פעלט בעו"ה דעם קול ענות גבורה פונעם ציבור!, צווישן אנדערע איז ארויסגעברענגט געווארן דעם צוגאנאג וואס ווערט געפלאנט דורך אנדערע מנהלי מוסדות בנוגע די נייע חוקי תועבה אז מוועט זיך נישט קלאר ארויסשטעלן און ארויס זאגן דעם אמת אז די גאצע "סאבדזשעקט" איז פארבאטען און אפגעפרעגט אינגאנצן, און מיר וועלן נישט צורירן צו דעם פאר קיין שום פרייז לא מיני' ולא מקצתי' נישט אויף אזא אופן אדער א אנדערע חלילה, אזוי ווי מען איז מחויב עפ"י תורה"ק, נאר מוועט זיך אונטער געבן און זיך באגענוגען מיט דעם חוק כמו שהיא, אז פון איין חלק קען מען דאך "אפטן אוט" און מיט די אנדערע חלקים וועט מען זיך בלית ברירה מוזן פארלאזן אויף די הוילע הבטחות און דמיונות אז .. סאיז נישט קיין אנדערע ברירה, ה"י, און ר"ל דערביי נאכאמאל עפענען א פתח אז ביי "חרדישע אידן קען מען אויכעט רעדן פון די זאכן ר"ל, און מיט דעם געבן דעם פאלשן מעסעדזש פאר די רעגירונג אז מיר מעגן און קענען זיך צושטעלן צו זייערע נידריגע פאדערונגען נגד התורה, נאר פשוט די עלטערן אפטן אוט.. וד"ל די סכנה וואס ליגט אין דעי מהלך.

הרה"ג ר יחזקאל פרידמאן שליט"א מו''צ האט בשליחות אביו הגדול הגאון רבי שלום שליט''א דומ''ץ דמתא, ארויסגעברענגט אז מיר דארפן וויסן א זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן ביים דעם און היום אומר לו עשה כך ומחר וכו' און מיר דארפן קלאר וויסן אז זייער כוונה איז קלאר עוקר זיין אלעס מן השורש נישט איבעלאזן א זכר פון אמונה און קדושה ביי אונז ה' ישמרנו און ממילא מוזן יעצט זיך צאמנעמען און אנגארטלען מיט שטארקייט אויף יעדן קוצו של יוד וויל דער גאנצער אידישקייט שטייט יעצט על כף המאזנים ה''י. ער האט ארויסגעברענגט אז כעת איז אונזער חיוב פשוט זאגן פאר די רעגירונג וואס די תורה פארלאנגט און וואס איז אסור עפ"י תורה, און מיר האבן דאך אוודאי די רעכט אויף דעם! און קיינער קען נישט אונז צונעמען דעם זכות אויף דעם, און דער רעגירונג וועט גוט פארשטיין אז מקען אונז נישט צווינגען לעבן און טוען אין געגזאץ צו די תורה און שו"ע, נאר דאס דארף מען מאכן זאגן קלאר אין דייטליך באופן דלא משתמע לתרי אנפין, און דערביי ווייטאגליך ארויסגעברענגט ווי החלטות אין ענינים שבחמורי חמורות ווערן בעו"ה געמאכט דורך אנשים פשוטים [ואפי' פחות מזה וד"ל, וע''י נשים שדעתן קלות] און דעת בעלי בתים אויפן חשבון פונעם גאנצן ציבור.

דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם אבא שלזינגער שליט"א ראש ישיבת לומדי תורה בעלזא, ארויסגעברענגט אז יעדער טאטע איז מחוייב משגיח זיין בעינא פקיחא וואס טוט זיך ביי די מוסדות און מקען זיך און מטאר זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם, און אז אזוי אויך דעם זעהן אז די געשריי און ווערטער פון דעם אסיפה זאל נתפרסם ווערן אין די גאנצע שטאט און אז מדארף ווייטער ממשיך מעורר זיין אין די כוללים די אברכים חשובים שליט"א איבערן חומר המצב.

צום שלוס האט הגאון הגדול ר' משה אורי שלזינגער שליט"א ראה''כ סאטמאר מעורר איבער דעם חיוב תפילה וואס ליגט אויף יעדן אין דעי מצב און אז יעדער טאטע דארף איינרייסן מיט טרערן איבער דעם שרעקליכן מצב ומן השמים ירחמו, און דערביי צוגעלייגט אז טאטעס דארפן מעורר זיין די מנהלים און פאדערן ביי זיי לעמוד על המשמר בכל עוז.

דער ציבור איז ארויס מיט א שטארקע החלטה זיך האלטן פעסט און שטארק סיי כלפי חוץ און סיי כלפי פנים, און אנווענדן אלע מיטלען שבידינו אז אונזער מעסעדזש זאל אנקומען זייער קלאר צו דארט ווי סדארף אנקומען, אז מיר וועלן "זיך נישט אונטערגעבן צו קיין שום פאדערונגען וואס זענען נגד התורה והמסורה" און מיר נעמען נישט אן ח"ו קיין שום זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י אונזער מסורה בשום אופן, און מיר וועלן בס"ד געבן צו פארשטיין קלאר פאר די אלע וואס דאגה'ן פאר אונזער וואויל זיין דורכן אונז פרובירן העלפן מחנך אונזערע קינדער... אז מקען זיך נישט אויסקומען מט די פאדערונגן בשום אופן און אז סאיז נישט דא קיין וועג אינמיטן וואס זאל זיין איינשטמיג מיט יעדן... נאר מיר וועלן באמת ממשיך זיין בדרך התורה, און מיר וועלן במסירת נפש אנהאלטן דעם אמתן ריינעם חינוך דא אין ענגלאנד און נישט זיך אוועק רירן א קוצו של יוד פון דרך התורה והמסורה בקדושה ובטהרה, און מיר פאדערן אז די רעגירונג זאל אונז פארשטיין און דאס לאזן אזוי ווי ביז היינט!!, און אונז נישט פארטרייבן פון די מדינה, וואס איז נישט קין כבוד און טובה פאר זיי, און אין שכר דעם וועט הש"י זיך מרחם זיין און סוועט בטל ווערן אלע גזירות רעות מעלינו ומעל כל בית ישראל.

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:41 pm

ביטע, טייערע חשוב'ע אידן
יעדער איינער וועט זיין צופרידן
ווען מ'ברענגט פון יעדעם פארשידן
גיט אבער אכט, קריגערייען נישט זידן
און די הנהלה נישט איבערמידן.

מריחוק מקום
יענקל אחראי

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:48 pm

כ'פארביר ארויף לייגן בילדער פון די שטורמישע אסיפה נעכטען אין עס לאזט נישט וויבאלד די עס איז צו גרויס 3 MB
וואס אזוי קען מען?

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג מארטש 26, 2019 6:40 pm

לויט ווי איך האב געהערט זענען עטליכע פון די עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען, געזיצען היינט כמה שעות אין שטוב פון הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, אין עס קומט גרויסע נייעס.....וד''ל.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:31 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:כ'פארביר ארויף לייגן בילדער פון די שטורמישע אסיפה נעכטען אין עס לאזט נישט וויבאלד די עס איז צו גרויס 3 MB
וואס אזוי קען מען?

דא איז די בילדער וואס 'אכטונג אכטונג' האט מיר געשיקט, צו קלענער מאכן און ארויף לייגן

01.jpg
01.jpg (114.8 KiB) געזעהן 1399 מאל


03.jpg
03.jpg (93.17 KiB) געזעהן 1399 מאל


02.jpg
02.jpg (92.54 KiB) געזעהן 1399 מאל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:38 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט זענען עטליכע פון די עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען, געזיצען היינט כמה שעות אין שטוב פון הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, אין עס קומט גרויסע נייעס.....וד''ל.

הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, האט זיך נישט באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:53 pm

איך זע נישט קיין איין לאנדאנער רב דארט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג מארטש 26, 2019 8:36 pm

שים שלום האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:זייט גוט מברר פאר איר שרייבט...
ווער פונקטליך האט אהנגעפירט א משלחת צו די פארלאמענט??
ער איז ניטאמאהל געווארן אריינגעלאזט צו די אסיפה אין ארלאמענט...

בענין זיינע פעולות, איז זייער נישט כדאי אריין צו גיין, ווייל לכו"ע טוהט ער אסאך! און ס'איז ליידער דא א גרויסע ויכוח צו ער טוהט אסאך 'אויף', אדער אדער אסאך 'קאליע'...
פארשטייט זיך אז דא אינעם ריינעם וועלטל איז נישט דער מקום דאס דורך צו טוהן.

moishy56 האט געשריבן:ס'איז דא רבנים אונטער די גליון ''קול החינוך'' און זייער פעולות?
עס שטייט גארנישט קיין נעמען. נאר א Email Address און א אפיס אדרעס.

אין די גליונות פון Chinuch UK האבן זיי א גרויסע ליסטע פון חשובע היימישע רבנים פון לאנדאן מאנשעסטער און גייטסהעד, וואס שטייען אונטער אלע זייער פעולות.


ווי פונקטליך איז דאס אויב נישט אין פארלימענט?????
אין מיט די רבנים וואס האלטן נישט מיט אים.....???

viewtopic.php?p=1866468#p1866468

בילד
בילד
בילד
בילד
בילד


ער האט געמאכט זיכער צו האבן א אנדערע מיטונג דעמאלטס צו קענען אריינגיין צוזאמען אבער ביי די מיטונג איז ער נישט געווען קוק אויף אלע בילדער פונעם מיטונג

ובזה אני מסיים דברי בנושא זה

נ.ב. אויב די הנהלה האלט אז דער תגובה פאסט נישט ביטע עס אויסמעקן און בעטן מען זאל אויפהערן צו רעדן איבער חינוך יו קעי און עסקני קהילות הקודש

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך מארטש 27, 2019 9:42 am

היינט מיטוואך שמיני איז אפסטעד ערשינען אין בנות ירושלים שולע אויף עמעס פארק, עס איז ארום געשיקט געווארן א הודעה צו אלע עלטערן וואס האבן זיך איינגעשריבן אז מען זאל זיי מעלדן ''ווען די יוונים קומען'', כדי זיי זאלן ארויסנעמן די קינדער אויף די גאנצע צייט ווען זיי זענען דארט, כדי די קינדער זאלן נישט געפרעגט ווערן איבער די לימודי תועבה וכפירה ר''ל, וואס מען דארף ''אפיציעל'' שטודירן.

עס איז אנגעקומען איבער 20 עלטערן צום טיר, פון שולע אהיים צונעמן די קינדער, אין אזוי ווי עס סאיז געווארן א שטיקל איבעקערניש, האט איינע פון די חשובע טאטעס געמאכט א קול צעקה אויף די ענספעקטער'ס אז זיי זענען גוט אויף ''העלט ענד סעפטי'', נישט אויף וואס צו לערנען מיט אידישע קינדער.

סאי'ז אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכן. ווייל זיי פלאנען צו קומען מארגען נאכאמאל.

אויף היינט נאכט איז פאררופן אן אסיפה פאר אלע ''הורי תלמידות בנות ירושלים'', לטכס עצה ותשויה אין אוועקשטעלן א ''ועד ההורים''.

מער פרטים וועט אי''ה נאכפאלגען

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך מארטש 27, 2019 10:26 am

ווער עס וויל זיך איינשרייבן פון וועלכער מוסד ס'איז נאר אין לונדון, אז מ'זאל אים מודיע זיין ''ווען די יוונים קומען'', כדי צו קענען קומען אהיים נעמען די קינדער עד יעבור זעם, קען רופען צו 0743-543-9808 אין איבער לאזען א הודעה.

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך מארטש 27, 2019 12:41 pm

ביי די אסיפה היינט נאכט ספיציעל פאר הורי תלמידות בנות ירושלים, וואס וועט אי''ה פארקומען אין נייעם ליעזש ביהמ''ד (מלפנים ראדוואן) אויף פיילי עוועניא קארנער קלעפטען קאממאן, וועט אי''ה אויפטרעטן בשעה 10 בדיוק רבנים ועסקנים שליט''א. עס ווערט ערווארטעט א גרויסן ציבור, כדי לטכס עצה ברוב עם ווי אזוי זיך א עצה געבן מארגן מיט די אפסטעד אויב ח''ו זיי באווייזען זיך אין שולע.

גזירה עבידא דבטלא!!

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:24 pm

צרכי שבת ויו''ט 11 פסח ע''ט (2).jpg
צרכי שבת ויו''ט 11 פסח ע''ט (2).jpg (585.76 KiB) געזעהן 1070 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אור
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

WOW

תגובהדורך אור » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:53 pm

BRITAIN: BREAKING: British PM Theresa May says she will resign after Brexit deal is delivered.

חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

תגובהדורך חצקאל דער לאצי » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 7:48 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:ביי די אסיפה היינט נאכט ספיציעל פאר הורי תלמידות בנות ירושלים, וואס וועט אי''ה פארקומען אין נייעם ליעזש ביהמ''ד (מלפנים ראדוואן) אויף פיילי עוועניא קארנער קלעפטען קאממאן, וועט אי''ה אויפטרעטן בשעה 10 בדיוק רבנים ועסקנים שליט''א. עס ווערט ערווארטעט א גרויסן ציבור, כדי לטכס עצה ברוב עם ווי אזוי זיך א עצה געבן מארגן מיט די אפסטעד אויב ח''ו זיי באווייזען זיך אין שולע.

גזירה עבידא דבטלא!!


וואס איז געווארן ביי די אסיפה? ווער האט אויפגעטרויטען? ווי איך פארשטיי זענען די יוונים ב"ה נישט אנגעקומען היינט!

חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

תגובהדורך חצקאל דער לאצי » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 7:57 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט זענען עטליכע פון די עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען, געזיצען היינט כמה שעות אין שטוב פון הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, אין עס קומט גרויסע נייעס.....וד''ל.


הגאון ר' זאב פעלדמאן האט געזאגט היינט, אז ער שטיצט ווייטער חינוך יו קעי, און ער איז ווייטער פון די וועד רבנים, און ווייסט נישט פון די גרויסע נייעס וואס קומט וד"ל.

וואס'ערע גרויסע נייעס קומט?

נארגוטס
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 8:31 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:ביי די אסיפה היינט נאכט ספיציעל פאר הורי תלמידות בנות ירושלים, וואס וועט אי''ה פארקומען אין נייעם ליעזש ביהמ''ד (מלפנים ראדוואן) אויף פיילי עוועניא קארנער קלעפטען קאממאן, וועט אי''ה אויפטרעטן בשעה 10 בדיוק רבנים ועסקנים שליט''א. עס ווערט ערווארטעט א גרויסן ציבור, כדי לטכס עצה ברוב עם ווי אזוי זיך א עצה געבן מארגן מיט די אפסטעד אויב ח''ו זיי באווייזען זיך אין שולע.

גזירה עבידא דבטלא!!

ווער איז געווען ביי די אסיפה?

איך האב עטליכע חבירים וואס האבן טעכטער און בנות
קיינער פון זיי האט נישט געוויסט פון אזא אסיפה קיינער האט דאס נישט מודיע געווען

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 8:42 am

נארגוטס האט געשריבן:
אכטונג אכטונג האט געשריבן:ביי די אסיפה היינט נאכט ספיציעל פאר הורי תלמידות בנות ירושלים, וואס וועט אי''ה פארקומען אין נייעם ליעזש ביהמ''ד (מלפנים ראדוואן) אויף פיילי עוועניא קארנער קלעפטען קאממאן, וועט אי''ה אויפטרעטן בשעה 10 בדיוק רבנים ועסקנים שליט''א. עס ווערט ערווארטעט א גרויסן ציבור, כדי לטכס עצה ברוב עם ווי אזוי זיך א עצה געבן מארגן מיט די אפסטעד אויב ח''ו זיי באווייזען זיך אין שולע.

גזירה עבידא דבטלא!!

ווער איז געווען ביי די אסיפה?

איך האב עטליכע חבירים וואס האבן טעכטער און בנות
קיינער פון זיי האט נישט געוויסט פון אזא אסיפה קיינער האט דאס נישט מודיע געווען

גא"מ
ס'האט גארנישט געהאט מיט די הנהלת המוסד אויב ס'איז בכלל געווען
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yankel, אזוי וויל איך, אלעקסיי דער דריטער, שמויגער און 50 געסט