מאכטפולע פרסומים אפצושלאגען די שווערע אימעדזש אויף אידן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:17 pm

נשמה האט געשריבן:@מילכיגער

זיי זאגן פאר די רוצחים (אין ערגסטן פאל) אומשילדיגע מענטשן זאלסטו זיכער אפלאזן. וואס ס'געשעהט מיט איינעם וואס רייצט זיך איז דאך דער רייצער שולדיג. ניין? וואס האט נטרונא מיט די וואס רייצן זיך אקטיוו? נישט נטרונא איז דא דער מראה מקום. הער זיך אויף צו רייצן, אויס מראה מקום.


דאס געוואלט זאגן. מילכיגער, נטרונא אנטפלעקט עפעס דא? פליז. לאמיר זיין אויפריכטיג. זיי זוכען א מראה מקום?



( 'מער' גייען זיי זיכער נישט הארגענען וועגן מיר. אפשר א 'צווייטען' וועלן זיי זיכען, נישט א שול. אן הלכה'דיגע נושא לכאורה.)
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:22 pm

צוליב עפעס א סיבה האבן זיי דאס דייקא אזוי אראפגעשטעלט. זעהט אויס אז זיי טוען דערין ברייטער וואו אונז דא. זיי רעדן מער מיט די וועלט און שפירן מער. (אפילו זיי קענען זיך נישט גענוג מסביר זיין פארוואס זיי האבן פונקט געטוהן וואס זיי האבן געטוהן, האבן זיי דאך א ים פון וויסנשאפט פון דעם ענין, גערעדט מיט טויזענטער אדער גאר הונדערט טויזענטער אנפרעגער. א גוטן אויסקוק אויף פאליטיק אויף דעם ענין) זיי זענען מער אויסגעקאכט. אמת זיי האבן עס געקענט טוהן אנדערש, אבער צוליב עפעס האבן זיי דאך דאס דייקא אזוי געטוהן. טראכט איך ווייל זיי זענען מער אויסגעקאכט אין די עניינים, וויאזוי צו רעאגירן. זיי ווייסן דעם עפעקט וואס דאס קען האבן, זיי ווייסן גוט. "זיי שטעלן קיינעם נישט אין טראבל דערמיט".אויב עפעס זענען עס די ציונים וואס שטעלן אין טראבל. בין איך נישט גערעכט?
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:30 pm

הרה"ג ר' דן סג"ל בשיחה הלילה בבורו פארק.

הגם שאין אני במדרגא לומר בידיעה.....

נתעוררתי למה היה דוקא בביהמ"ד, ולכאורה (האריך בעינן קדושת ביהכ"נ)......

ועוד שזה משום שהולכין בהר הבית, שהמדינה עשה רח"ל סידורים שישלטו וילכו על הר הבית, וזר הקרב יומת, וזה חילול הקדושה, בבת עינו של הקב"ה, וביהמ"ד הוא מקדש מעט, וכשמבזים מקדש ה' איכא חרון אף על ישראל בבית מקדשם.

ויש עוד בזה, חוץ בכל הזמן שהמדינה הוא מרידה באומות, שיש ג' שבועות כידוע, שלא יעלו בחומה ולא ימרדו, אבל בזה גופא לעשות התגרות, ובעבירה של ביזו מקדש לעשות התגרות באומות, הרי באמת למה עשה הקב"ה שיהיה מקום המקדש אצל הערבים, כדי שלא יתקרבו ישראל, ואם הולכין מתגרים בהם, ויתכן שהימ"ש הרוצח עלה לביהכ"נ בשביל שהולכים במסגד שלהם, ועכ"פ פשוט שחייבים...........
לעצט פאראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:35 pm

דברים כדרבונות! ווי קען מען דאס הערן?
הק' איש ימיני

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:39 pm

איך האב נאכנישט אפגעמאכט וואס איז די ריכטיגע מהלך,

אבער איך וויל דא מאכן איין באמערקונג, אז דער טעראריסט זוכט נישט אלעמאל דווקא אויס די עקסטרעמע מתנחלישע טארגעט, ער זוכט צו מאכן א בלוטבאד וואס זאל ציען די מערסטע פאבליסיטי (כפי ידיעתי איז די שוהל נישט געווען ספעציעל צויניסטיש געשטימט, בין איך זיך טועה? )
במילא איז א טעות דאס וואס מ'מיינט. אז מיטן זאגן פארן אראבער אז איך בין נישט קיין ציוני וועסטו עם קאנווינסען דיך נישט צו אטאקירן,(ס'קען זיין אז ס'דא אנדערד סיבות פארוואס צו זאגן, אבער איך אז דאס איז לכאורה נישט)
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:44 pm

סמארט גאי האט געשריבן:איך האב נאכנישט אפגעמאכט וואס איז די ריכטיגע מהלך,

אבער איך וויל דא מאכן איין באמערקונג, אז דער טעראריסט זוכט נישט אלעמאל דווקא אויס די עקסטרעמע מתנחלישע טארגעט, ער זוכט צו מאכן א בלוטבאד וואס זאל ציען די מערסטע פאבליסיטי (כפי ידיעתי איז די שוהל נישט געווען ספעציעל צויניסטיש געשטימט, בין איך זיך טועה? )
במילא איז א טעות דאס וואס מ'מיינט. אז מיטן זאגן פארן אראבער אז איך בין נישט קיין ציוני וועסטו עם קאנווינסען דיך נישט צו אטאקירן,(ס'קען זיין אז ס'דא אנדערד סיבות פארוואס צו זאגן, אבער איך אז דאס איז לכאורה נישט)


השם ישמרינו מידם ומיד מחשבת מינות.

די פראגע דא איז צו נטרונא האט געמעגט לייגן אזא אויסדרוק,


What a tragedy that these precious and holy scholars fell victim to a conflict of which they had no part. They were decidedly non-Zionist and non-political individuals, whose only goal was to study and teach Torah.

דאס איז זיכער אז ס'גייט קיינעם נישט הרגנ'ן אזא ארויסשטעלונג. ווי איך האב שוין פריער דערמאנט.

אבער ס'קען אויסזעהן ווי כאילו זיי זאגן אז ציונים מעג מען יא הרג'נן. הגם נאר ווער ס'עקשנ'ט זיך, קען עס אויסזעהן. סתם אזוי זאגן זיי דאך נישט דעיס.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:05 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:49 pm

סמארט גאי האט געשריבן:איך האב נאכנישט אפגעמאכט וואס איז די ריכטיגע מהלך,

אבער איך וויל דא מאכן איין באמערקונג, אז דער טעראריסט זוכט נישט אלעמאל דווקא אויס די עקסטרעמע מתנחלישע טארגעט, ער זוכט צו מאכן א בלוטבאד וואס זאל ציען די מערסטע פאבליסיטי (כפי ידיעתי איז די שוהל נישט געווען ספעציעל צויניסטיש געשטימט, בין איך זיך טועה? )
במילא איז א טעות דאס וואס מ'מיינט. אז מיטן זאגן פארן אראבער אז איך בין נישט קיין ציוני וועסטו עם קאנווינסען דיך נישט צו אטאקירן,(ס'קען זיין אז ס'דא אנדערד סיבות פארוואס צו זאגן, אבער איך אז דאס איז לכאורה נישט)

אבער ארגער מאכן זיכער נישט ריכטיג?
הק' איש ימיני

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:08 pm

נטרונא האט א אימעיל ווי מען קען זיי שיקען א לינק פינעם אשכול אז זיי זאלן זען די קשיות/שאלות/טענות וואס אסאך שרייבער האבן דא ארויפגעברענגט?

אפשר וועלן זיי געבן א אנטווארט, וואס איז זייער אימעיל אינפאו?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:10 pm

הק' איש ימיני

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:11 pm

אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 12:19 am

די אשכול קוקט שוין באלד אויס ווי דעם
viewtopic.php?f=3&t=24909
הק' איש ימיני

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 12:37 am

איך זעה נישט עפטער אלל וואס מען טענעהט זיך דא, פארוואס זאל מען נישט בלעימען אפען די ציונים אז מען האלט זיי זענען שולדיג אז עס קען זיין קאנסקעווענצען פאר זיי זאלן זיי זיך איבער קערן
איך רעד נישט אלץ שיטה אויס פשוט ווייל זיי זענען דא פאר אידעלאגיע און זיי גייט נישא אן צו די שטארבסט מיט די ערגסעטע מיתה אויב זיי קענען פאליטיש בענעפטירן
אויב איינער האט קשיות זאל מען איבער קוקן די אשכול פון די דריי פארכאפטע בחורים און זעהן וויזוי די פאליטיק האט זיך דעוועלאפעט ווי אנהויב האט מען נישט געטארט זאגן געוויסע זאכן ווייל מען טאר נישט אויס מישן די סאטמער פוינט אוו וויו מיט אזעלעכע צרות ווייל עס קוקט אויס ווי נאר דעס האט מען אינזין און מען קומערט זיך בכלל נישט מיט די פארכאפטע און נאר די ציונים באדערט עס ווייל זיי זענען די ריכטיגע רחמנים בני רחמנים, ווען נאך דריי וואכן האט זיך ארויס געשטעלט בעסער די פיקטשער פון די מדינהס פאליטיק אז זיי זענען טאקע דא פאר פאליטיק און אז עס קען קאסטן אפאר נפשות איז נישא קיין ביג דיעל נאר סאטמער זאל נישט פינט פוינטן ווער סע שולדיג

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 12:47 am

לדעתי פאהרט דער אשכול זייער פיין.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

פרסומים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 9:13 am

תגובהדורך פרסומים » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 3:45 am

מילכיגער האט געשריבן:
פרסומים האט געשריבן:מען האט דא אנגעצייגט גענוג מראי מקומות פון גדולי ישראל בדור העבר ובדורינו וואס פארשטייען יא אז ''יעצט'' איז די זמן פון זאגען פאר די רודפים אויפן כלל ישראל סטאפ !
און אז איינער איז ווייטער פאר'עקשנט צו שרייען מוז עפעס אנדערש דארט ליגן באגראבן, אז נישט ציאניזם געב עס א צווייטע נאמען.


איין פראגע נאר. טוט איר רעפרעזענטירן (ווי אייער נאמען קןקט אויס) די ארגאניזאציע נטרונא? ?

מילכיגער מיין נאמען פארטרעט נישט קיין שום ארגענעזאציע נאר די זיבן אותיות וואס ליגן אינטער דעם ניק
לדעתי אויב איז די פירסומים א פראבלעים לדעתכם איז דאס יא קלאר א הלכה'דיגע שאלה וואס מען דארף וויסען אויב בשכינות פונעם מילכיגער וואוינט איינער וואס רייצט רוצחים/הינט/מטורפים אויסצופירען מארד אויף אידן צו די אידן מעגן זיך גיין שיצען זייער לעבן דורך פארדאמען די מעשי הטירוף און זאגען פאר די אנגרייצטע רוצחים אז מיר שטייען נישט מיט צו די העצערישע מטורפים
אויב זאל עפ''י הלכה דאס זיין א איסור קומט דא נישט אריין די שיינע פלפולים וואס למעלה האט אויווען געמאכט אז נאר די עדה החרדית מעג ווייל די אראבישע ארבעטארער אינעם היימישען געגנט וועלן נישט פארשטיין אז די עדה החרדית געט זיי רשות צו נעמען א בוטשער מעסער אין די האנט,
און נאר די די נטרונא ענגלישע מעסעדזש אויפען וועבסייט נאר דאס איז פארבאטען ווייל דאס רעדט טאקע די רעקט צו די רוצחים אין שיקט זיי א שליחות אז זיי זאלען גיין אויספירען מארד רח''ל
נניח אז די וועסט טרעפן א אוסר אויף די פרסומים איז דער איסור חל סיי אויף די ענגלישע נטרונא מעסעדזש, און כ''ש ק''ו בן בנו של ק''ו אויף די כרוזי העדה החרדית וואס שרייבט זייערע ווערטער ממש סמוך ונראה ווי די רוצחים דרייען זיך אין קענען רואיג ניצען לעגיטימאציע פינעם קו''ק העדה החרדית.

עס וואלט נאר געווען אינטערסאנט צו זען צו ווען מחותן און מילכיגער זאלען ווען זיין בימי רבי יוחנן בן זכאי צו זיי וואלטען אויך נישט פארשטאנען די שריט פון רבי יוחנן
אדער גאר די מתנחלים ורודפים בזמנינו האבען מער זכות קיום ווי די דעמאלטסדיגע בריונים


הירשל ציג שרייבט די פאלגענדע ווערטער צוויי סענט אויפן מצב, איך זע נישט מיט וואס ער שרייבט עפעס אזויפיל אנדערש ווי די קריטיקירער דא (א חוץ זיינע העסליכע רייד קעגן די סאטמארע)
לעצט פאראכטן דורך פרסומים אום דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 9:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 4:13 am

https://twitter.com/ArutzSheva_En/statu ... 2262711297
כזעה דא אז מלערנט עס אפ זייער ווילד די שאלה איז אבער וואס מהרז"ל האט באמת געזאגט ווייל סאיז האקעל וויאזוי מברענגט עס ארויס
(אגב האבן זיי געמיינט אז מרעדט פון מהר"א און געלייגט זיינס א בילד)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 9:09 am

צו ארויסהאבן דעם גאנצן מהלך פון רביה''ק מסאטמאר איז דא גאר אסאך זאכן דורכצולערנען און אפצולערנען אפי' נאכן ויואל משה, און איך האב דערצו נאכנישט זוכה געווען (ליידער), דער מהלך המחשבה פון דעם אראבער האב איך נישט ארויס (ב''ה), דערפאר נעם איך נישט קיין שטעלונג אין די זאך, אבער וויאזוי די זאך ווערט געזעהן פון מיין קוק-ווינקל וועל איך אייך מיטטיילן.

לאמיר אויפמישן א ביסעלע היסטאריע, א אאאאלטע מעשה, נישט אין חשבון פון יארן נאר אלץ האחרונות משכחות את הראשונות...

די זומער איז - נישט מער געדאכט - פארגעקומען די שרעקליכע פארכאפונג פון די דריי בחורים, כלל ישראל האט מיטגעהאלטן אלע דיטעילס מיט אנגסט און ציטער, ביז דאס שרעקליכסטע אויסגאנג איז באקאנט געווארן.
דא פאנגט זיך עס אן... עס איז געקומען מהר''א און אין זיין דרשה אין ישיבה האט ער געפערליך ארינטער געריסן די עלטערן, זאגנדיג אז אנשטאט א הספד האבן זיי ביי די לוי' געדארפט אשמנו קלאפן, און זאגן אבל אשמים אנחנו אז מיר האבן אויסגעקליבן אזא מסוכן'דיגע פלאץ ווי חברון פאר די מקום תורה צו ווי אונז האב מיר אונזערע קינדער מגלה געווען.
דאס ווידערשטאנד האט נישט פארשפעטיגט און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע רידעריי איבער זיינע רייד, מ'האט געשריגן, מ'האט געשריבן און מ'האט פארפירט אז דער 'סאטמארער רבי דארף עפאלעדזשייזן' (א שטייגער ווי די פאוסט ביי די שטארק פראנט פעידזש עפאכע, און ווי סי ען ען היצט...), פארוואס? ווייל אפי' מ'וועט זאגן אז ער האט רעכט, איז נאך די וואונד פון די עלטערן צו פריש, און דעריבער איז: ''נאך צו פרי'' צו רעדן און באשולדיגן (און דער מזרחיסטישער רב האט אויך צוגעברענגט א גמרא דערויף).

אפאר חדשים גייען אריבער, די מצב אין ארצינו הקדושה האט זיך געערגערט גאר אסאך אזש ס'ממש א שרעק, קאר אטאקעס, פלאש באמבעס. שטיינער און מעסערס און אפי שרויפן דרייערס זענען פארוואנדלט געווארן פון טאג טעגליכע האוזוועיר צו שרעק ווארפנדע טעראר מיטלען, עד כדי כך אז ס'האט פאסירט די שרעקליכע און גועלת נפשדיגע שחיטה די וואך.
וואס האט אזוי אינקריעסט די אנגעצויגנקייט נאכדעם וואס ס'איז אביסל רואיגער געווארן מיטן אפשטעל פון די צוק איתן מלחמה? הכל מודים אז די פרישע התנחליות און די אויפוואכנדע עלי' להר הבית באוועגונג האבן אסאך צוגעגעבן.
און היות די צווי פונקטן זענען אויסדריקליך אלץ ציונות, דעריבער איז עס ווי ערווארטעט פארדאמט געווארן דורך די סאטמארע לאגערן, דורך מהרי''י ביי א דרשה, און דורך נטרונא אויפן געוועב.
והנה! די 'וועג ווייזער פאר סאטמאר' זענען ווייטער דא: ס'איז ''צו פרי צו רעדן'' ווייל מ'ווישט נאך די בלוט... וכו' וכו'
כ'מעג פארשטיין?? איינער קען מיר אפשר מסביר זיין?? לאמיר זאגן אז מיר זענען מסכים אז מהר''א האט געטון נישט ריכטיג, ער האט גערעדט ווען ס'איז נאך געווען פריש די וואונדן און דאס איז מצער עד אין לשער, נניח! מיר וועלן (עכ''פ יעצט) מסכים זיין צו די טענה, אבער רבונו של עולם מרא דכולא עלמא, וואס די גיהנום איז שוין ווייטער??? וואס שרייען זיי שוין ווייטער? ''צו פרי''!! צו פרי פאר וועם?? צו פרי צו וואס?? צו פרי צו וויינען? צו פרי צו מגלה זיין דעם אמת? וועם באדערט אז מ'באשולדיגט די ווילדע מזרחיסטן פארן אנציען די אראבישע געמיטער? די משפחות? די חללים? וועם??? אפשר איז דאס זאלץ אויף די וואונדן פון די מזרחיסטן וואס זענען שטארק צובראכן אז עס זענען געפאלן נאך אידן צוליב די 'מצוה פון שלימת הארץ און דער לאזונג פון ארץ ישראל שלנו'??? צו פרי!!

לויט וויאזוי איך פארשטיי זייער געדאנקען גאנג, וועל איך פארשריגן ווערן אז זיי האבן ענדליך געטראפן א פרישע געבעקס וואו אריינצובייסן אין סאטמאר, און עס איז נאך ''צו פרי'' דאס אוועקצונעמען...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 9:21 am

האסט א פראבלעם. ס׳איז דיר זייער באטעמט צו האקן אויף ציונים און דאס גלייכן. אבער דא קומט עס נישט אהער ווען סאטמארע אידן טענה׳ן זיך איבער די קלוגשאפט פון נטרונא׳ס מהלך.

דאס איז חוץ די צומישטע פאקטן אין דיין מאנאלאג
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 10:47 am

מהר"א מסאטמאר גייט יעצט רעדן איבערן מצב.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 10:53 am

מיסטעריעז האט געשריבן:צו ארויסהאבן דעם גאנצן מהלך פון רביה''ק מסאטמאר איז דא גאר אסאך זאכן דורכצולערנען און אפצולערנען אפי' נאכן ויואל משה, און איך האב דערצו נאכנישט זוכה געווען (ליידער), דער מהלך המחשבה פון דעם אראבער האב איך נישט ארויס (ב''ה), דערפאר נעם איך נישט קיין שטעלונג אין די זאך, אבער וויאזוי די זאך ווערט געזעהן פון מיין קוק-ווינקל וועל איך אייך מיטטיילן.

לאמיר אויפמישן א ביסעלע היסטאריע, א אאאאלטע מעשה, נישט אין חשבון פון יארן נאר אלץ האחרונות משכחות את הראשונות...

די זומער איז - נישט מער געדאכט - פארגעקומען די שרעקליכע פארכאפונג פון די דריי בחורים, כלל ישראל האט מיטגעהאלטן אלע דיטעילס מיט אנגסט און ציטער, ביז דאס שרעקליכסטע אויסגאנג איז באקאנט געווארן.
דא פאנגט זיך עס אן... עס איז געקומען מהר''א און אין זיין דרשה אין ישיבה האט ער געפערליך ארינטער געריסן די עלטערן, זאגנדיג אז אנשטאט א הספד האבן זיי ביי די לוי' געדארפט אשמנו קלאפן, און זאגן אבל אשמים אנחנו אז מיר האבן אויסגעקליבן אזא מסוכן'דיגע פלאץ ווי חברון פאר די מקום תורה צו ווי אונז האב מיר אונזערע קינדער מגלה געווען.
דאס ווידערשטאנד האט נישט פארשפעטיגט און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע רידעריי איבער זיינע רייד, מ'האט געשריגן, מ'האט געשריבן און מ'האט פארפירט אז דער 'סאטמארער רבי דארף עפאלעדזשייזן' (א שטייגער ווי די פאוסט ביי די שטארק פראנט פעידזש עפאכע, און ווי סי ען ען היצט...), פארוואס? ווייל אפי' מ'וועט זאגן אז ער האט רעכט, איז נאך די וואונד פון די עלטערן צו פריש, און דעריבער איז: ''נאך צו פרי'' צו רעדן און באשולדיגן (און דער מזרחיסטישער רב האט אויך צוגעברענגט א גמרא דערויף).

אפאר חדשים גייען אריבער, די מצב אין ארצינו הקדושה האט זיך געערגערט גאר אסאך אזש ס'ממש א שרעק, קאר אטאקעס, פלאש באמבעס. שטיינער און מעסערס און אפי שרויפן דרייערס זענען פארוואנדלט געווארן פון טאג טעגליכע האוזוועיר צו שרעק ווארפנדע טעראר מיטלען, עד כדי כך אז ס'האט פאסירט די שרעקליכע און גועלת נפשדיגע שחיטה די וואך.
וואס האט אזוי אינקריעסט די אנגעצויגנקייט נאכדעם וואס ס'איז אביסל רואיגער געווארן מיטן אפשטעל פון די צוק איתן מלחמה? הכל מודים אז די פרישע התנחליות און די אויפוואכנדע עלי' להר הבית באוועגונג האבן אסאך צוגעגעבן.
און היות די צווי פונקטן זענען אויסדריקליך אלץ ציונות, דעריבער איז עס ווי ערווארטעט פארדאמט געווארן דורך די סאטמארע לאגערן, דורך מהרי''י ביי א דרשה, און דורך נטרונא אויפן געוועב.
והנה! די 'וועג ווייזער פאר סאטמאר' זענען ווייטער דא: ס'איז ''צו פרי צו רעדן'' ווייל מ'ווישט נאך די בלוט... וכו' וכו'
כ'מעג פארשטיין?? איינער קען מיר אפשר מסביר זיין?? לאמיר זאגן אז מיר זענען מסכים אז מהר''א האט געטון נישט ריכטיג, ער האט גערעדט ווען ס'איז נאך געווען פריש די וואונדן און דאס איז מצער עד אין לשער, נניח! מיר וועלן (עכ''פ יעצט) מסכים זיין צו די טענה, אבער רבונו של עולם מרא דכולא עלמא, וואס די גיהנום איז שוין ווייטער??? וואס שרייען זיי שוין ווייטער? ''צו פרי''!! צו פרי פאר וועם?? צו פרי צו וואס?? צו פרי צו וויינען? צו פרי צו מגלה זיין דעם אמת? וועם באדערט אז מ'באשולדיגט די ווילדע מזרחיסטן פארן אנציען די אראבישע געמיטער? די משפחות? די חללים? וועם??? אפשר איז דאס זאלץ אויף די וואונדן פון די מזרחיסטן וואס זענען שטארק צובראכן אז עס זענען געפאלן נאך אידן צוליב די 'מצוה פון שלימת הארץ און דער לאזונג פון ארץ ישראל שלנו'??? צו פרי!!

לויט וויאזוי איך פארשטיי זייער געדאנקען גאנג, וועל איך פארשריגן ווערן אז זיי האבן ענדליך געטראפן א פרישע געבעקס וואו אריינצובייסן אין סאטמאר, און עס איז נאך ''צו פרי'' דאס אוועקצונעמען...

איך מיין אז ס'דא א "שטיקל חילוק" צווישן רעדן צו עלטערן וואס האבן נארוואס פארלוירן זייער קינד אויף א שרעקליכן אופן,
און זאגן פאר די אלגעמיינע גאס די ריכטיגע סבה פון די אראבישע שפיכת דמים,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 10:54 am

מילכיגער האט געשריבן:האסט א פראבלעם. ס׳איז דיר זייער באטעמט צו האקן אויף ציונים און דאס גלייכן. אבער דא קומט עס נישט אהער ווען סאטמארע אידן טענה׳ן זיך איבער די קלוגשאפט פון נטרונא׳ס מהלך.

דאס איז חוץ די צומישטע פאקטן אין דיין מאנאלאג

סתם אזוי צו געבן א מאך אוועק א היבשע תגובה במחה ידים ?

גראדע האט ער זיך זייער גוט באצויגן צום עיקר קשיא פונעם פותח האשכול וואס האט געווארפן ספיקות אויף די "צייט" אישו און צי די טיימינג דערפון איז אויסגעהאלטן.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 11:15 am

נישט קיין חילוק צווישן אוועקמאכן א לאנגע תגובה מיט א קורצע מחי יד ווי פארוואשן א קורצע קשיא מיט א לאנגע תגובה וואס רעדט פון אלעם חוץ וואס מהאט געפרעגט. סארי.

זיין גאנצע תגובה האט געהאקט אויף ציונים ווען דא רעדן דער ווייל סאטמארע אידן וואס פרעגן לעגיטימע קשיות. און ווי כהאב שוין געשריבן איז טיימינג נישט די גרעסטע קשיא דא.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 11:17 am

קרעפטיג האט געשריבן:באצויגן צום עיקר קשיא פונעם פותח השמועס וואס האט געווארפן ספיקות אויף די "צייט" אישו און צי די טיימינג דערפון איז אויסגעהאלטן.

ריכּטיג

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 11:18 am

מילכיגער האט געשריבן:נישט קיין חילוק צווישן אוועקמאכן א לאנגע תגובה מיט א קורצע מחי יד ווי פארוואשן א קורצע קשיא מיט א לאנגע תגובה וואס רעדט פון אלעם חוץ וואס מהאט געפרעגט. סארי.

זיין גאנצע תגובה האט געהאקט אויף ציונים ווען דא רעדן דער ווייל סאטמארע אידן וואס פרעגן לעגיטימע קשיות. און ווי כהאב שוין געשריבן איז טיימינג נישט די גרעסטע קשיא דא.

:shock:

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 11:19 am

מילכיגער האט געשריבן:זיין גאנצע תגובה האט געהאקט אויף ציונים ווען דא רעדן דער ווייל סאטמארע אידן וואס פרעגן לעגיטימע קשיות. און ווי כהאב שוין געשריבן איז טיימינג נישט די גרעסטע קשיא דא.

סארי, קוק צוריק די ערשטע קשיא פון מחותן אויף דעם סאבדזשעקט וועסטו זען אז דאס איז געווען די עיקר קשיא, אלע קשיות נאכדעם זענען סובס, לפי זה האט ער זיך באצויגן צום עיקר.
כ'פארשטיי נישט דאס לייקענען שמש בצהרים.

פרסומים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 9:13 am

תגובהדורך פרסומים » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 11:22 am

סאטמארע רבי מהר''א שרייט יעצט אין ישיבה גדולה בקרית יואל, מי יתן מען זאל צוזאמנעמען גרויסע כוחות קעגן די רודפים און ''טייטלען אויף זיי'' עטץ זענט שולדיג אין די שפיכות דמים

ער רעדט גאר שטארקע רייד יעצט, מסתמא וועט עס שטארק אפקלונגען אין די פרעסע, אשרי לו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט