אומרוען און אטאקעס אין א"י; קאנסטענט אפדעיטס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 11:12 am

3 איזרעילי סטודענטן זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס זייער באס איז אטאקירט געווארן דורך אראבישע שטיינער ווארפער אין חברון.

*

אן אראבישע טעראריסט איז געשאסן געווארן אויף טויט דורך צה"ל ממש גלייך נאכן פראבירן איבערצופארן איזרעיליס מיט זיין קאר נעבן אפרא אין די מערב ברעג.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » זונטאג דעצמבער 27, 2015 8:15 am

היינט האלט מען שוין ביי די 5'טע אינצידענט, ביי די ערשטע 4 האט מען געכאפט די אראבערס לעבעדיג, אין איינגעזעצט, ביי די 5'טע האט מען דערשאסען 2 אראבערס, אין א זעלנער איז אויך פארוואנדעט געווארען פין די שיסעריי.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » זונטאג דעצמבער 27, 2015 2:13 pm

שבת אינצידענט.
אן אראבישער טעראריסט האט פראבירט צו שטעכן צה"ל זעלנער און איז געשאסן געווארן אויף טויט.

*

אן אראבישע טעראריסט איז אריינגעפארן אין א גרופע צה"ל זעלנער נעבן שכם, ווי איינער איז פארוואונדעט געווארן און דער טעראריסט איז געשאסן געווארן אויף טויט.

*

ISIS פירער אל באגהדאדי האט געסטראשעט אטאקעס קעגן ארץ ישראל, זאגנדיג ISIS וועט בקרוב ווערן געהערט אין פאלעסטינע און מדי"נ וועט באצאלן א שווערע פרייז.

*

צה"ל האט געעפנט פייער מוצאי שבת אויף א טרעקטאר וואס האט פראבירט אוועקצונעמען צעמענט בלאקאדעס וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן ביי א טשעקפוינט אין ירושלים.

*

אן איזרעילי איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס ער האט געטוויט "פ"מ נתני' דארף ווערן געה'רגעט".

*

די לאקאלע סורישע מידיע האט באריכטעט מוצ"ש מאסיווע אויפרייסן, נאכפאלגנדיג איזרעילי לופט אטאקעס צילנדיג כיזבאללא פאזיציעס.

*

היינט אינדערפרי איז א צה"ל זעלנער געשטאכן געווארן דורך אן אראבישער טעראריסטן נעבן די צענטראלע באס סטאנציע, דער טעראריסט איז געשאסן און פארוואונדעט געווארן.

*

היינט נאכמיטאג א"י צייט איז א פרוי טעראריסטקע געכאפט געווארן איידערן אויספירן א שטעכעריי אטאקע אין שומרון.

*

ווייניגסטענס 2 איזרעיליס זענען פארוואונדעט געווארן אין א שטעכעריי אטאקע נעבן שכם, 2 טעראריסטן זענען געשאסן און פארוואונדעט געווארן.

*

חאסאן נאסראללאה דער הויפט פירער פון כיזבאללאה האט היינט פארשפראכן נקמה צו קונטאר'ס טויט, בשעת זיין היינטיגע רעדע וואס צייכנט אפ א וואך פונעם טויט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג דעצמבער 27, 2015 3:31 pm

ווי איך זעה האבן זיך די אטאקעס ב״ה ארויסגעריקט פון די היימישע געגענטער, השם יעזור להלאה

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג דעצמבער 27, 2015 3:49 pm

פארגאנגע וואך איז ארויסגעקומעו א שוידערליכע ווידיאו ווי מתנחלים טאנצן ביי א חתונה מיט מעסערס און רעוואלווערס, אינמיטן טאנצן האט איינער געהאלטן א בילד פון די פארברענטע פאלעסטינע קינד, און עטליכע זענען צוגעגאנגן און אריינגעשטאכן אינעם בילד, אויסשרייענדיג נקמה לויזונגן.

די ווידיאו:
https://telegram.me/filesbot?start=BQAD ... LC-xWDG5YC

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג דעצמבער 27, 2015 5:37 pm

Copy/ DB if possible

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג דעצמבער 27, 2015 7:33 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:ווי איך זעה האבן זיך די אטאקעס ב״ה ארויסגעריקט פון די היימישע געגענטער, השם יעזור להלאה


רח''ל
אין וואס מיט דער אנדערע יודן
עס איז נישט דא וואס זיך צו פרייען עס איז א שרעק
אין פארגעס נישט וואס איז געוועהן לעצטע וואך...
参考专家

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:08 am

3 מענטשן זענען פארוואונדעט, 2 פון זיי ערענסט, נאכדעם וואס א קאר באמבע האט אויפגעריסן אין ראשון לציון, פאליציי זאגט אז ס'איז נישט קיין טעראר נאר קרימינעל פארבינדעט.

*

פאליציי איז איבערגעפאלן א פאלאפעל סטענד אין מזרח ירושלים און געטראפן 2 פייפ באמבעס, עמאניציע מאגאזינען און בולעט'ס, דער בעה"ב איז אריינגענומען געווארן פאר אויספארשונג.

*

היינט אינדערפרי 9:30 האט די יונייטעד עירליינס פליגער UA85 פון תל אביב קיין ניו יארק פארקירעוועט קיין פראנקפורט גערמאניע, צוליב אן אומספעסיפיצירטע סיבה.
ס'האט געלאנדעט בשלום אין פראנקפורט, זיי זאגן אז ס'איז צוליב א מעינטענעס אישו.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 10:32 am

שיסערייען זענען פארגעקומען אויף צה"ל טרופן דורכן נאכט בשעת רייאטן האבן אויסגעבראכן אינעם שטעטל קלנדיה ווען צה"ל זעלנער זענען געקומען ארעסטירן טעראריסטן, נישט געווען קיין פארוואונדעטע ב"ה.

*

צה"ל האט אנגעהויבן לייגן צעמענטענע באריקאדעס דרוכאויס די לעבאנעזע גרעניץ צו זיין גרייט פאר נקמה פון כעזבאללאה פאר'ן הרג'ענען סאמיר קונטאר.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 4:41 pm

נו שוין האט געשריבן:פארגאנגע וואך איז ארויסגעקומעו א שוידערליכע ווידיאו ווי מתנחלים טאנצן ביי א חתונה מיט מעסערס און רעוואלווערס, אינמיטן טאנצן האט איינער געהאלטן א בילד פון די פארברענטע פאלעסטינע קינד, און עטליכע זענען צוגעגאנגן און אריינגעשטאכן אינעם בילד, אויסשרייענדיג נקמה לויזונגן.

די ווידיאו:
https://telegram.me/filesbot?start=BQAD ... LC-xWDG5YC

מד"י פאליציי האט ארעסטירט די חתן פון די טרויעריגע בארימטע 'פיינדשאפט חתונה', מיט נאך עטליכע חבירים.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 4:58 pm

קען עס נישט זעהן, אבער ווי קומט עס צו אידען צו זיין אזעליכע מטורפים?

איך קען נישט קיין איין איד וואס וואלט אזלעליכעס געטוהן. מיר אידען, אפילו דער ערגסטע איד איז נישט א אראבער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 5:23 pm

SPUSMN האט געשריבן:קען עס נישט זעהן, אבער ווי קומט עס צו אידען צו זיין אזעליכע מטורפים?

איך קען נישט קיין איין איד וואס וואלט אזלעליכעס געטוהן. מיר אידען, אפילו דער ערגסטע איד איז נישט א אראבער.

מען רעדט דאך פון די עקסטרעמע רעכטע וואס זיינען מקיים בהידור כל חייהם די 'מצוה' פון התגרות באומות...

א קבוצה פון יונגע אומבאזעצטע רעכטע טערוריסטן, אזוי ווי די אצ"ל בזמנו...

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 5:25 pm

גאנץ מעגלוך אז זיי האבן נישט געכאפט וואספארא אנדרייעניש דאס גייט אנמאכען.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 5:29 pm

און דאס וואס די מדינה טוט איז דען יא יודישלעך. זיך כסדר רייצן און ווייזן כחי ועוצם ידי, זיך גיין יעצט רייצן מיט לבנון סתם לשם רייצן. אבער אויף די מתנחלים האט מען טענות אז אפאר משוגעים מיט געשטריקטע קאפלעך טאנצן מיט ביקסן. אה יעצט איז ממש עק וועלט. לאמיר נישט פאלן אין זייער טרעפ

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

בד"ה

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 6:01 am

גנאדי קאופמן הי"ד איז געשטאכען געווארען חנוכה נעבן די מערת המכפלה, איז היינט אומגעקומען.

ווער פארשטייט
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 1:33 pm

תגובהדורך ווער פארשטייט » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 8:27 am

פרוזדור האט געשריבן:און דאס וואס די מדינה טוט איז דען יא יודישלעך. זיך כסדר רייצן און ווייזן כחי ועוצם ידי, זיך גיין יעצט רייצן מיט לבנון סתם לשם רייצן. אבער אויף די מתנחלים האט מען טענות אז אפאר משוגעים מיט געשטריקטע קאפלעך טאנצן מיט ביקסן. אה יעצט איז ממש עק וועלט. לאמיר נישט פאלן אין זייער טרעפ

ווער פארשטייט ?
זיי גייען דען אריין אין לבנון סתם לשם כוחי ועוצם ?? זיי האבן אראפגעשאסן א געזיכטע ארכי טעראריסט וואס האט שוין אסאך אידיש בליט אויף זיין האנט,
וואס זיי האבן ארויס געלאזט פאר אפאר יאר צוריק ביי א אויפטויש, דאס איז דען סתם לשם רייצן ? ווי קימט אהער כוחי ועוצם ??

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 9:19 am

נו שוין האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:פארגאנגע וואך איז ארויסגעקומעו א שוידערליכע ווידיאו ווי מתנחלים טאנצן ביי א חתונה מיט מעסערס און רעוואלווערס, אינמיטן טאנצן האט איינער געהאלטן א בילד פון די פארברענטע פאלעסטינע קינד, און עטליכע זענען צוגעגאנגן און אריינגעשטאכן אינעם בילד, אויסשרייענדיג נקמה לויזונגן.

די ווידיאו:
https://telegram.me/filesbot?start=BQAD ... LC-xWDG5YC

מד"י פאליציי האט ארעסטירט די חתן פון די טרויעריגע בארימטע 'פיינדשאפט חתונה', מיט נאך עטליכע חבירים.


די חתן מיט נאך אפאר זענען שוין באפרייט געווארען

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 12:22 pm

צה"ל האט געטראפן בולעט פראף באורדס נאכן זוכן א פארדעכטיגעט איזרעילי טראק ביים גרעניץ אריינצוגיין צו כאמאס.

*

א שרעק:
די איזרעילי טראומא קאאליציע האט ארויסגעגעבן היינט אז 8,000 איזרעיליס גייען דורך מעדיצינישע באהאנדלונגען פאר פאסט טראומאטיג סטרעס דיסארדער (PTSD), וואס קומט פון די לעצטיגע טעראר כוואליעס.

*

כאמאס האט היינט ארויסגעגעבן א בילד פון גלעד שליט בשעת ער איז געווען געפאנגען צוזאמען מיט זיין קידנעפער וועלכע איז היינט געשטארבן ווען א טאנעל איז איינגעפאלן.

*

צה"ל גרייט זיך פאר א מעגליכע ISIS טעראר אטאקע ביי די מדי"נ - סוריע גרעניץ.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 12:38 pm

וואז איז כאמאס ציל פון אונז דאס מודיע זיין?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 12:55 pm

2 פארדעכטיגטע אראבישע קינדער זענען געכאפט געווארן דורך פאליציי מיט מעסער'ס נעבן מאה שערים געגנט אין ירושלים.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 2:08 pm

כאמאס האט ארויסגעגעבן א ווידעיא פון די ערשטע מינוטן נאכדעם וואס גלעד שליט איז באפרייט געווארן.

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 3:15 pm

נייעסלעך האט געשריבן:כאמאס האט ארויסגעגעבן א ווידעיא פון די ערשטע מינוטן נאכדעם וואס גלעד שליט איז באפרייט געווארן.

ברענג צי ביטע

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 3:58 pm

Jobless האט געשריבן:
נייעסלעך האט געשריבן:כאמאס האט ארויסגעגעבן א ווידעיא פון די ערשטע מינוטן נאכדעם וואס גלעד שליט איז באפרייט געווארן.

ברענג צי ביטע

https://www.copy.com/s/t%3AFili9ugBlBbS ... Boid%3A814

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 5:16 pm

נייעסלעך האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
נייעסלעך האט געשריבן:כאמאס האט ארויסגעגעבן א ווידעיא פון די ערשטע מינוטן נאכדעם וואס גלעד שליט איז באפרייט געווארן.

ברענג צי ביטע

https://www.copy.com/s/t%3AFili9ugBlBbS ... Boid%3A814

לכאורה גאנץ נאריש, ניין?
וואס איז די גליק מיט אזא האלבע סעקונדע'דיגע קליפ???

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 5:20 pm

נייעסלעך האט געשריבן:כאמאס האט היינט ארויסגעגעבן א בילד פון גלעד שליט בשעת ער איז געווען געפאנגען צוזאמען מיט זיין קידנעפער וועלכע איז היינט געשטארבן ווען א טאנעל איז איינגעפאלן.

ווער איז געשטארבן? די קידנעפער אדער שליט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], איפכא מיסתבר, בילדער, געשמאקע ווינטל, שתקן און 62 געסט