אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 05, 2016 7:20 pm

חלהדעקל האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:גראדע מיין איך זענען ענגלאנד און קאנאדע גאנץ פיין גווען פאר אידן.

אויב וויל מען אנצייגען אויף לענדער וואס זענען גווען דירעקט סימפאטיש גווען צו אידן איז עס דענמארק און שוועדען.

(גראדע האב איך א טעאריע אז וואס א גרעסערע פראצענט אידן זענען דא אין לאנד, ווי לענגער זיי וואוינען שוין דארט, און ווי מער מאכטפול זיי זענען אלס ווייניגער איז דער גוי סימפאטיש צום איד. ביים צווייטען וועלט קריג האט מען דאס געזען באשיינפערליך.)


אין ענגלאנד האבן פאר בערך 300 יאר נישט געמעגט וואוינען קיין יודן, אפגערעדט שוין פון די רציחות אינם מיטל אלטער ווי קדושי יארק ועוד

אבער היינטיגע צייטן איז מעגליך נישט קיין חילוק, אבער די וויגעלע פון דעמאקראטיע איז פון אמעריקע (סיסטעם) וואס גאראנטירט פרייהייט פאר יעדן רעליגיע, און נישט נאר אויפן פאפיר נאר אויך בפועל.

דער גירוש פון ענגלאנד איז געווען אין ה"א נ', און מען האט צוריק געלאזט אידען וואוינען דארט פון תט"ו. פון דענמאלט איז פאר אידען געווען פארהעלטענמעסיג רואיג און בעסער ווי אין אנדערע לענדער.

דעמאקראטיע, איז איר וויגעלע געווען ענגלאנד מיט די מאגנא קארטע אין ד"א תתקע"ה
https://en.wikipedia.org/wiki/Magna_Carta

פון דעמאלט אן האט די ענגלישע פארלימענט אנגעהויבען איין צוימען דער כח פונעם מלך, ביז מען האט עס כמעט אין גאנצען אוועק גענומען, ווי היינט קען דער מלכה עליזבעט (דאכט זיך מיר) נאר פארדאנען. ווען מען האט אראפ געווארפען קעניג פארוק פון עגיפטען אין תשי"ב האט ער געזאגט אז עס וועט קומען א טאג ווען עס וועט נאר איבער בלייבען 5 מלכים; פיר אויף דער קורט און איינס אין ענגלאנד.

די אמעריקאנער (קאלאניעס) האבען געצויגען דאס שטריקעל אסאך שטערקער און פארלאנגט "no taxation without representation" אז דער קעניג קען נישט מאכען מיט זיי וואס ער וויל, נאר זיי מוזען (דורך זייערע רעפרעזענטירער) מסכים זיין דערצו. און דער אייבערשטער האט אריין געגעבען א רוח אין די פאונדינג פאטערס פון די רעוואלוציע אין אמעריקע ספעציעל אין דשאורדז וואשינגטאן זיך נישט צו מאכען קיין דיקטאטאר און נישט קיין קעניג נאר פשוט א אויסדערוועלטע פונעם פאלק פאר ווי לאנג דער פאלק וויל.

דאס דעמאקראטיע פיווער האט זיך אנגעכאפט אין פראנקרייך ביזען שטורעמען דער באסטיל אין תקמ"ט
https://en.wikipedia.org/wiki/Storming_of_the_Bastille
און מיט דעם האט זיך אנגעהויבען די פראנצויזישע רעוואלוציע. פראנקרייך איז אבער נישט געווען אזוי באשערט ווי אמעריקע, און נאכען אפהאקען דער קאפ פון לואיס דער זעכצענטער אין תקנ"ג איז געקומען צו דער מאכט נאפאליאן אין תק"ס און יא געוואלט זייך א מלך און א דיקטאטאר, אבער גלייכצייטיג איין געפירט מער פרייהייט פאר דער פאלק.

זייט דענמאלט איז שטייטליך דער מערב וועלט געווארען דעמעקראטיזירט אבער אמעריקע אלס דער ריכטיגע יורש פון ענגלאנד (פונעם קאנסעפט פון פרייהייט) איז געווען דער פאן טרעגער.

פון עס זיין אויפען פאפיר ביזען עס אויס פירען בפועל ממש האט געדויערט א לאנגע צייט; און דא און דארט האט אמעריקע אויך אויס געטיילט צרות פאר אידען. קליין קעגען אנדערע לענדער, אבער פארט צרות.

#אין א נאטשעל פאר דער וואס וויל עס ארויס האבען
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 05, 2016 7:34 pm

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:איך מיין אז די perp walk רשעות קומט אויך פון אונזער פיינעם לאנד. ווען מ'ארעסטירט איינעם נאך פאר ער איז שולדיג אין קאורט מאכט מען אים א פערפ וואלק.
Innocent until perp walked

ריכטיג; און נאך מער, אז איינער קען אפשטעלען א פאליציי אויפען גאס און טייטלען אויף דיר אז די האסט אים יעצט אטאקירט, און מען וועט דיר ארעסטירען, און זאגען אז די וועסט האבען דיין טאג אין קארט אויף צו ווייזען אז די ביזט אומשילדיג.

דאס הייסט אז אפילו אז אמעריקע גיבט דיר דאס רעכט נישט צו גיין אין תפיסה ביז מען ווייזט נישט אויף אז די ביזט טאקע באגאנגען דאס פארברעכען; טריעט מען דיר שוין מהיום ווי א פארברעכער און גיי וואש דיר אליין אויס דיין נאמען! ווען מען ארעסטירט איז עס אויף פעידז וואן; ווען מען ווערט באפרייט (נישט ריין געוואשען) איז עס אויף פעידז טען; און... און... מענטשען וועלען ווייטער טראכטען דאס ערגסטע אויף דיר און בלייבען מיט זייער ערשטע אימפרעשאן (יא, יא, נישט געווען גענוג באווייז, געהאט א גוטע לויער, אבער אין אמת'ן איז ער שילדיג...).

און דאס הייסט א מלכות של חסד?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 05, 2016 7:49 pm

תורה לערנער האט געשריבן:אגרי מיט היימישער
אמעריקע האט נישט ארויס געוויזן קיין שום געפיל מיט אידן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה ווי באקאנט די מעשה פון ר' מיכאל בער

אין שנת ת"ר אין דער דמשק בלוט בלבול
https://en.wikipedia.org/wiki/Damascus_affair
האט דער אמעריקאנער אמבעסאדער (דער העכסטע דיפלאמאטישע רעפרעזענטעטיוו פון אמעריקע) אין דמשק געשריבען צו פרעזידענט דזאן טיילער
https://en.wikipedia.org/wiki/John_Tyler
אז דער מעשה איז אמת. דאס הייסט אז אין 1840 האט אמעריקע (דער פירערשאפט פון אמעריקע) געקענט אפילו גלייבען אין די פאלשקייט פון אידען ניצען בלוט אין די מצות אויף פסח!
--
אין תרכ"ג אין מיטען דער אמעריקאנער ציווילע מלחמה, האט דער שפעטערדיגער אמעריקאנער פרעזידענט יוליסעס גרענט
https://en.wikipedia.org/wiki/Ulysses_S._Grant
ארויס געגעבען א גירוש אויף די אידען אין זיין מיליטערישע דיסטריקט אין טענעסי, מיסיסיפי, און קענטאקי.
https://en.wikipedia.org/wiki/General_O ... ._11_(1862)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 05, 2016 8:03 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
מייקל סעוועדזש האט געשריבן:איך מיין אז די perp walk רשעות קומט אויך פון אונזער פיינעם לאנד. ווען מ'ארעסטירט איינעם נאך פאר ער איז שולדיג אין קאורט מאכט מען אים א פערפ וואלק.
Innocent until perp walked


און וואס איז מיט ברוטאלע "סעל קאנפיינמענט" ןואס ווערט געטוען אין די אמעריקאנער תפיסות מדי יום ביומו ווען א וועכטער פאקט אן.

נאר ווען מען פייניגט קאליד מוהאמעד אין גיטמא האט מען א פראבלעם.

ברוך שלא נתננו מהם ןמהמונם.

דאס איז א וויי געשריי וואס מען טאר נישט פארשווייגען. עהז ווי ספיעק פייניגט מען אידען אין די טורמעס; צו פאר סתם רשעות אדער ווייל זיי זענען אידען (מען קען עס דאך נישט אויף ווייזען).

שטעל זיך פאר א איד, א תינוק שנשבה ערגעץ אין א תפיסה אין אמעריקע אבער מיט א שטארקע קלינגעדיגע אידישע נאמען, וואס ער ליידט זיך צאם, און קיינער ווייסט ניטאמאל דערפון ווייל ער איז נישט אויף אונזער רעדאר סקרין.

יעדען שני וחמישי וועון מען זאגט "אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה" האב איך אויך אין זין אלע אידען וואס שמאכטען אין תפיסות איבער די גאנצע וועלט און מען טיילט זיי אויס געבראטענע צרות און מיר ווייסען אפילו נישט פון זיי.

נישט נאר אין עזה געפינען זיך אידישע פרויען בשבי, נאר אויך אין דער גאנצע אראבישע וועלט געפונען זיי זיך בשבי; טייל שוין 70 יאר אדער מער. איך געדענק אז ווען אמעריקע האט באפרייט איראק האט מען געטראפען דארט אין באגדאד א אידישע פרוי וואס מען האט איר 50 יאר פאר דעם געצווינגען חתונה האבען צו א אראבער. אין תימן איז דאס געווען א "נארמאלע" זאך; אלע יתומות האבען באלאנגט צו די מדינה און נישט צו זייערע משפחות!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 05, 2016 8:13 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
מייקל סעוועדזש האט געשריבן:איך מיין אז די perp walk רשעות קומט אויך פון אונזער פיינעם לאנד. ווען מ'ארעסטירט איינעם נאך פאר ער איז שולדיג אין קאורט מאכט מען אים א פערפ וואלק.
Innocent until perp walked


און וואס איז מיט ברוטאלע "סעל קאנפיינמענט" ןואס ווערט געטוען אין די אמעריקאנער תפיסות מדי יום ביומו ווען א וועכטער פאקט אן.

נאר ווען מען פייניגט קאליד מוהאמעד אין גיטמא האט מען א פראבלעם.

ברוך שלא נתננו מהם ןמהמונם.

אויב אבאמא פירט אויס דאס איינס, און פארמאכט גאונטאנימאו פאור גוד, האט ער כאטש עפעס אויף געטוהן אין זיינע אכט יאר.

ביי מר איז דער זארג אז מען זאל נישט אמאל פייניגען אידען אינדרויסע פון געזעץ. עס איז א עוולה שאין כמוהו (אין א רעזולטאט פון די פארשטינקענע יוסטיץ צוגאנג אין אמעריקע) אז מען קען סורקומווענטען די קאנסטיטוציע, און מען קען פייניקען מענטשען און זיי צוריק האלטען פון רעדען צו א לויער און אנדערע פארטיידיקונגס מיטלען.

נאך ניין עלעווען געדענק איך האט מען עפעס א פינעף אידען אויך ארעסטירט פאר א פאר חדשים און קיינער רעדט נישט דערפון. אויך געווען "יוסטיץ" אינדרויסען פונעם געזעץ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 05, 2016 8:37 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:זע לענדער ווי אין פראנקרייך ווי א יוד האט מורא צו גיין מיט א קאפל ווייל די שנאה דארט איז זייער גרויס, איי פארוואס?? ווייל אויב פון די רעגירונג פאמפט אנטיסעמעטיזים וואס פארלאנגסטע פון די בירגער, יא די אלע לענדער פאמפן אנטיסעמעטיזים פון די אעגירונג, קוק בעלגיע האלאנד די אלע וואס טרעפן יעדען טאג נייע געזעצן וואס שטערן אידישקייט דארט איז די אנטיסעמעטיזים גרויס, אפילו אין קאנאדע איז שווער געוויסע זאכן פארן יוד, טאקע קלייניגקייטן אבער אויך עפעס,
יעצט אמעריקע וואס שטעלט צו פאר יודן א יעדע קלייניגקייט פון גארביטש טראקס ערב פסח הארט פארן זמן ווייל מיר דיסיידן צו מאכן א פייער, ביז ארויף צו ערענסטע זאכן וואס פעלט אויס פאא אידישקייט.
יעצט ווען איינער באקומט א שווערערע פסק ווי וואס אים קומט זיך קען זיין אז דער שופט איז א שונא ישראל אבער דאס פסק׳נט נישט אפ די גאנצע מדינה,
און אויב זענען די אמעריקאנע געזעצן שווערער ווי אין אנדערע לענדער, איז דאס טאקע א פראבלעם אבער עס איז נישט אויס מלכות של חסד ווייל ווי שלעכט עס זאל נאר זיין, האבן זיי אסאך גוטע חלקים וואס אנדערע מעגן זיך לערנען

פארברענען גארבידז איז קעגען די געזעץ; נאר וואס דען, ווייל מיר האבען א כח און ב"ה א ריבוי עם, איז פארקוקט דער רעגירונג, און העלפט אונז נאך ארויס. אבער זאל א א איד וואס וואינט אליין ערגעץ אין א שטאט אין אמעריקע וואס עס איז נישט דא דארטען א אידישע כח, קען מען אים ארעסטירען דערפאר ווי א פארברעכער.

א פשוטע זאך ווי קידוש החמה; איז האט מען אין תרנ"ז אין מאנהעטען ארעסטעירט אידען פאר זיך צאם נעמען אין א פארק אין מאכען די ברכה. די פאליציאנטען האבען געשלאגען, און זיך אויף געפירט מיט רבנים ווי פראסטע פארברעכער.

און דאס איז אין דער מלכות של חסד! אין שנת תרנ"ז!

נאכאמאל דאס וואס מיר ליידען נישט אזוי פיל, האט "אויך" א סאך צו טוהן אין אונזער פאליטישע כח (וואס האלט אין איין פאלען צוליעב נארישע אידען וואס גייען נישט וואוטען זאגענדיג, "איך גיי נישט אז יענקל זאל אפלעקען א ביינדל". רעב איד! די שיסט דאך דיך אליין אין פיס! אבער ניין "איך האב נישט און יענקל זאל אויך נישט האבען"!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג מאי 05, 2016 9:46 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס אונז אידן דארפן ארויס נעמען פון זיין גאנצע ארעסט אז דער אויבערשטער פארשווייגט נישט און שוינט נישט איינעם וואס איז מרבה חוקי תועבה בפרט אז ער איז א איד וואס די חילול ד' איז אסאך גרעסער,
ער גייט און זיין חבר גייט און דער גאווענער וועט נאך אויך האבן זיין סוף...די דריי שותפים וועלן פעסט יושב'ן און דארט קענען זיי טוהן וואס מ'וועט זיין הייסן...


האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. מ'האט אים איינגעזעצט פאר קארופציע און שווינדל, און דו טרעפסט גאנצע פלפולים צו מוכיח זיין וואטעווער אגענדע דו האסט שוין לאנג.

איך מיין דער אייבישטער שיקט אונז שוין לאנג זייער קלארע מעסעזשעס אז ער טאלערירט נישט קיין שווינדל און גנבה, לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. און דער בראך איז אנשטאט פארשטיין און זען גראד וואס מ'מיינט לערנט מען אריין כל מיני פשטים און הסברים און פונעם פשוטן פארגעסט מען.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מאי 06, 2016 12:27 am

די חתומה איז טאקע געווען על הגזל אבער ס'איז געווען פריער א רעקארד פון "ותשחת הארץ" א "כי השחית כל בשר" ...

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג מאי 06, 2016 2:59 am

מי חכם האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס אונז אידן דארפן ארויס נעמען פון זיין גאנצע ארעסט אז דער אויבערשטער פארשווייגט נישט און שוינט נישט איינעם וואס איז מרבה חוקי תועבה בפרט אז ער איז א איד וואס די חילול ד' איז אסאך גרעסער,
ער גייט און זיין חבר גייט און דער גאווענער וועט נאך אויך האבן זיין סוף...די דריי שותפים וועלן פעסט יושב'ן און דארט קענען זיי טוהן וואס מ'וועט זיין הייסן...


האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. מ'האט אים איינגעזעצט פאר קארופציע און שווינדל, און דו טרעפסט גאנצע פלפולים צו מוכיח זיין וואטעווער אגענדע דו האסט שוין לאנג.

איך מיין דער אייבישטער שיקט אונז שוין לאנג זייער קלארע מעסעזשעס אז ער טאלערירט נישט קיין שווינדל און גנבה, לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. און דער בראך איז אנשטאט פארשטיין און זען גראד וואס מ'מיינט לערנט מען אריין כל מיני פשטים און הסברים און פונעם פשוטן פארגעסט מען.

די חילוק איז אז גנבענען איז בינו לבין קונו אין וועם ער האט באגנבעט, אין עס איז דא אסאך וואס וואס גנב'ענען אין ענדיגן נישט ווי ער, אבער ווער עס פארשפרייט זנות אויף דע אופן וואס זיי האבן, האבן אלץ אין אלעמאל זייער מיאוס גע'ענדיגט
אין עס איז א מוסר השכל אז ער האט עס נאר גע'טוען ווייל ער האט געוואלט אנכאפן די בענקל (ער איז דאך א שומתו"מ), אבער יעצט זעט מען אז בענקלעך טיילט דער אייבשטער, ער לאט נאר עס זאל אויסקוקן ווי עס אין אונזער הענט
דיסקלעמיר איך זיך נישט יעצט אריין צורעדן לגבי אים פרעזענדלעך ווייל זיין חשבון הנפש דארף ער מאכן אליינס אונז טארן נישט אין קענען נישט מאכן פאר אים אבער פאר אונז צו וויסן פאר אונז איינס מיט דעי ענינים איז מען זייער שארף אויבן, אין 2 אז מיט גיין קעגן די תורה פארזיכרט מען זיך נישט אפי' עס קוקט אויס אזוי פאר די אויגן אז עס איז ננישטא קיין אנדערע ברירה

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » פרייטאג מאי 06, 2016 4:46 am

פונקט געהערט אז זשאן עפ קענעדי האט איינגעפירט צו לערנען יונגלעך און מיידלעך און איין קלאס , ביז דעמאלס איז עס געווען עקסטער אין סקול ,

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג מאי 06, 2016 9:06 am

פרידן ס'מוחלפת השיטה. זייער אסאך וואס גנב'ענען ענדיגן אזוי ווי ער, (פלאס וואס קארופציע איז א גניבה פונעם גאנצן פובליק), אבער ס'דא מיליאנען איבערן גאנצן לאנד און די גאנצע וועלט וואס קעמפן - און לעגאליזירן - תועבה און - מיטן אויסנאם פון שירה בנקי - זיי גייען אן מיטן סדר היום.

סאו אויב דו האלטסט אז מ'קען נוצן דיין פארמולא אויסצורעכענען חשבונות שמים, ביסטו וועי וועי אףף מיט די פאקטן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » פרייטאג מאי 06, 2016 6:58 pm

האלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. מ'האט אים איינגעזעצט פאר קארופציע און שווינדל, און דו טרעפסט גאנצע פלפולים צו מוכיח זיין וואטעווער אגענדע דו האסט שוין לאנג.

איך מיין דער אייבישטער שיקט אונז שוין לאנג זייער קלארע מעסעזשעס אז ער טאלערירט נישט קיין שווינדל און גנבה, לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. און דער בראך איז אנשטאט פארשטיין און זען גראד וואס מ'מיינט לערנט מען אריין כל מיני פשטים און הסברים און פונעם פשוטן פארגעסט מען.[/quote]

איך וויל נישט אריינרעדן אין די השחתה דעבאטע, אבער וויל יא רעדן וועגן באשמוצן שעלי מיט שווינדל און גניבה.

שעלי זילבער האט קיינעם נישט בא׳גנב׳ט. ער האט געגעבן געלט פאר א סטאדי וואס די רעגירונג צאלט הונדערטער סטאדיס, און ער האט געצאלט פאר נאך איינס. קיין שום גניבה. די ריעל עיסטעיט אינדוסטרי איז בכלל נישט געווען נייע געזעצן, נאר ענסטענדעט אלטע פראגראמען.
אנרופן א מענטש וואס איז געווען יארן לאנג א פובליק סערווענט, און וואס האט אסאך געהאלפן אחינו בני ישראל, טאקע אויף זיין שטייגער מיט די מינימום נויס, אלץ גנב און שווינדלער ברויך לדעתי אן אויפקלערונג און מחאה.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מוצ"ש מאי 07, 2016 11:10 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:די חתומה איז טאקע געווען על הגזל אבער ס'איז געווען פריער א רעקארד פון "ותשחת הארץ" א "כי השחית כל בשר" ...


מיר געפעלט ווי אזוי מיר פארשטייען פונקטליך די הימלישע חשבונות, און מען טייטעלט אין גרויסן.

יבוא הטייטלערס ויטייטלו:

פארוואס פונקטליך זיצט ר׳ שלום מרדכי רובאשקין?
פארוואס זיצט ר׳ נחמי׳ וועבערמאן?
פארוואס זיצט ר׳ מרדכי יצחק?
פארוואס זיצט ר׳ משולם יאקאבאוויטש?

אמעריקע איז א מלכות הרשעה כידוע. זיי קענען נעמען אומשולדיגע מענטשן און זיי אויספייניגן מיט די גרעסטע מאס רשעות ואכזריות. און מ׳דארף האבן מורא׳דיג גרויסע זכותים ניצול צו ווערן פון זיי.

joegreen
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דאנארשטאג יולי 13, 2017 9:29 am

The corruption conviction of Sheldon Silver has been overturned. Prosecutors may retry him. https://t.co/7VQyBYIsG0

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 13, 2017 9:38 am

מער דעטאלן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יולי 13, 2017 10:07 am

די סופרים קארט האט געפסלט די פסק ווייל ס'שטימט נישט מיט א פריערדיגע פסק וואס לימיט וואס ס'הייסט קארופציע.

דאס איז געווען איינע פון די גרעסטע קלאגעס וואס די רשע בהארארא האט געברענגט, א נקמה אין אים.

#כאשר החילות לינפול
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 13, 2017 10:15 am

A federal appeals court on Thursday overturned the 2015 corruption conviction of Sheldon Silver, the once-powerful New York State Assembly speaker who obtained nearly $4 million in illicit payments in return for taking official actions that benefited others, according to evidence presented at his trial.

In vacating Mr. Silver’s conviction, the appellate court cited a United States Supreme Court ruling last year involving Bob McDonnell, a former Republican governor of Virginia, that narrowed the definition of the kind of official conduct that can serve as the basis of a corruption prosecution.

The United States Court of Appeals for the Second Circuit in Manhattan concluded, in light of the Supreme Court’s narrower definition, that the jury instructions given by the judge in Mr. Silver’s trial were erroneous and that a properly instructed jury might not have convicted him.

“We recognize that many would view the facts adduced at Silver’s trial with distaste,” Judge José A. Cabranes wrote for a unanimous three-judge panel of the Second Circuit. “The question presented to us, however, is not how a jury would likely view the evidence presented by the government. Rather, it is whether it is clear, beyond a reasonable doubt, that a rational jury, properly instructed, would have found Silver guilty.”

“Given the teachings of the Supreme Court in McDonnell,” Judge Cabranes added, “and the particular circumstances of this case, we simply cannot reach that conclusion.”

Prosecutors may retry Mr. Silver, a 73-year-old Democrat from the Lower East Side of Manhattan who served for more than two decades as Assembly speaker.

Mr. Silver was convicted on Nov. 30, 2015, of honest services fraud, extortion and money laundering in one of the most prominent corruption trials in New York City in decades
Mr. Silver was sentenced to 12 years in prison by the judge, Valerie E. Caproni, but he was allowed to remain free pending his appeal. He forfeited his Assembly seat upon conviction.

At trial, prosecutors presented evidence that Mr. Silver had obtained payments in return for actions taken on behalf of a prominent cancer researcher, Dr. Robert N. Taub of Columbia University, and two real estate developers, Glenwood Management and the Witkoff Group.

Judge Cabranes’s appellate opinion was joined by Judges Richard C. Wesley and William K. Sessions III.


[פארבעסערטע די אויסלייג דורך מורינו ר' קיקיון].
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:05 am

ב״ה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:26 am

joegreen האט געשריבן:The corruption conviction of Sheldon Silver has been overturned. Prosecutors may retry him. https://t.co/7VQyBYIsG0


ברוך השם. סילבער איז א ארטאדטקסישע איד דאכצאך, און ער האט כסדר זייער אסאך געהאלפן אידן מיט זיין מאכטפולע פאזיציע, ברוך השם ער זעהט זיך ארויס און דער בוכ"ע זאל אים ווייטער העלפן ווי אויך פאר אלע אידן הנתונים בצרה ובשובי'

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:38 am

יא, ער איז אן ארטאדאקסישער איד, בערך אזא שטאפל ווי יואליש קושנער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:41 am

זאכליך, ניין, מער אויף די פרומערע זייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:46 am

אז װען מ׳האט אים אריסטירט איז אײנער פון די שמיץ װאס מ׳האט געניצט אױף אים איז אז ער איז א יוד (אזױ װי מ׳ניצט אױף אינז Rabbi) קימט זיך יעצט װען מ׳בפרײט אים אױך אז מ׳זאל אים ריפן יוד

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:48 am

אין איין ווארט
א נקמה אין בארהארא

מיט א תפילה פאר אלע אחבנ"י ישבי חושך וצלמות
המקום ירחם עליהם ויוציאם לרוחה בקרוב ממש

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:51 am

דער ימח שמו'ניק בלאזט
IMG-20170713-WA0001.jpg
IMG-20170713-WA0001.jpg (57.7 KiB) געזעהן 1514 מאל
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יולי 13, 2017 12:09 pm

זאכליך האט געשריבן:יא, ער איז אן ארטאדאקסישער איד, בערך אזא שטאפל ווי יואליש קושנער...


עס הייסט אז זיינע קינדער גייען אין אידישע אינסטיטוציעס.

אויף בארארא'נען זאגט זיך כאשר החלותך לנפול נפול תפול.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט