בלאט 26 פון 44

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 2:17 pm
דורך מחאה
קלוגער האט געשריבן:מחאה, די גאנצע זאך איז נאר א חלום, מ'אט קיינעם נישט ארעסטירט, עפביאיי האט גארנישט געזאגט, בכלל דאכט זיך מיר אז די גאנצע לב טהור איז קיינמאל נישט געבוירען, די וועלט האלט זיך פשוט פריילעך מיט גוטע וויצען, ביטע גיי לייג זיך צוריק שלאפען

חאחא

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 2:44 pm
דורך בבל
משה11 האט געשריבן:בציון רבינו באומן התקיים הבוקר שמחת הברית מילה לבנו של ר' מיכאל גודריטש – שמו של הרך הנימול 'נ נח נחמ נחמן מאומן'...

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 5:19 pm
דורך יציב פתגם
רבותי, העלפט א היימישער יונגערמאן א חשובע מרביץ תורה וואס האט קע"ה א גרויסע משפחה און לעבט בצמצום פון זיין וועכנטליכע געהאלט, אבער א וויכטיגע הוצאה האט עם אריינגעשלעפט און חובות

לאמיר עם צוריק שטעלן אויף די פוס! ביטע רופט אייך אן מיט א ברייט הארץ און גייט אריין דא: https://app.thechesedfund.com/urgent-he ... ort-needed

תזכו למצות!!!

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 8:07 pm
דורך שכל'דיג
די ווידיאו פון אומן היינט האט מיר זייער צושאקעלט, ווי נידריג מען קען מאכן ליצנות פון אן אייגענע רבי'ן....
#אלערט, נישט ניצן די אייגענע שכל

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 8:09 pm
דורך שכל'דיג
שכל'דיג האט געשריבן:די ווידיאו פון אומן היינט האט מיר זייער צושאקעלט, ווי נידריג מען דערקייטלט זיך ווען שכל איז א איבריגע זאך אין קאפ אש מען קען מאכן ליצנות פון אן אייגענע רבי'ן....
#אלערט, נישט ניצן די אייגענע שכל

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:11 pm
דורך אשמע
נאך אין קאנאדא צייטן,

מאיר ראזנער מיטן היינטיגן רבי'ן
בילד

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:13 pm
דורך אשמע
העסקן ר' יוסף פליטשקין ביים פרובירן צו פארהאנדלן מיטן רבי'ן - נישט אזא לאנגע צייט צוריק
בילד

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:23 pm
דורך משה יענקל
ווי איז דאס???

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:31 pm
דורך מאנסי שטופער
אשמע האט געשריבן:העסקן ר' יוסף פליטשקין ביים פרובירן צו פארהאנדלן מיטן רבי'ן - נישט אזא לאנגע צייט צוריק
בילד

נאר ביי מיר איז די בילד שווארץ פונעם פילטער?

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:35 pm
דורך יוראפ
9

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:41 pm
דורך אסדר לסעודתא
משה יענקל האט געשריבן:ווי איז דאס???

אין א האטעל קאנפרענץ רום.

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 12:14 am
דורך שקר
מאנסי שטופער האט געשריבן:
אשמע האט געשריבן:העסקן ר' יוסף פליטשקין ביים פרובירן צו פארהאנדלן מיטן רבי'ן - נישט אזא לאנגע צייט צוריק

נאר ביי מיר איז די בילד שווארץ פונעם פילטער?

גא"מ

בעסער?

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 12:16 am
דורך שטאלצער יוד
DrhJ3b6UcAEVi8i.jpg
DrhJ3b6UcAEVi8i.jpg (103.38 KiB) געזעהן 2224 מאל
DqLZMGTWoAUy_Xc.jpg
DqLZMGTWoAUy_Xc.jpg (20.73 KiB) געזעהן 2209 מאל

האט

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 12:21 am
דורך אידישע מוח
דער פליטשקין האט אסאך יארן זוכה געווען צי משמש זיין אדמו"ר מקרענטשניף סיגוט

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:32 am
דורך שכל'דיג
וואס האט ער געוואלט פארהאנדלן?

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 11:04 am
דורך real estate
שכל'דיג האט געשריבן:וואס האט ער געוואלט פארהאנדלן?

איך האב געהערט נאכזאגן (נישט קאנפירמד) פון אים אז ער האט זיי פאר געהאלטן היתכן זיי לאזן נישט עסן אייער וכ"ו. מזעהט דאך אין די גמרא אז די הייליגע חכמים האבן געגעסן די אלע זאכן? האט אים די אדמו"ר געענטפערט אז די גמרא איז צענזירורט מקען נישט אלעס טראסטן וואס שטייט דארט. עפ"ל (אויב עס איז אמת)

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 11:25 am
דורך בבל
איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען די גאנצע גוואטעמאלע קאמפעני. לויט אים.. ער זאגט אז די קענאדע גאווערמענט האט 26 מיליאן דאלאר פארפרוירענע פראפעטיס פין לב טהור מיט 6 מיליאן קעש וואס מען גייט ניצן פאר די קענאדע בירגער פין לב טהור מען גייט אלע קענאדע אהין טראגן אין די אמעריקאנער סיטסען צי אמעריקע
איך וועל דארפן רעדן מער מיט אים פאר נאך אינפארמאציע
אויך זאגט ער אז די אמעריקע מיט קענאדע האבן יעצט שוין פראוו אז מען קלאבט דארט ציזאם די ביינער פאר ווער עס פאלגט נישט. אין אז די טאכטער פין הרב העלבראנס ע'' ה וואס איז אוועק 2 וואכן נאך זיין טאטע מכלומרשט פון א אלעזשי ריעקשן האט מען געהרגעט

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 11:32 am
דורך הענדימען
דאס נישט עסן אייער האט נאך זיין טאטע איינגעפירט

די תירוץ איז אז זיי טוען נישט קיין שום זאך וואס קען האבן סיי וואסערע נדנוד ספק (אזוי האט ער געזאגט פאר א דזשורנאליסט)

ווי פארשטענדליך איז דאס נאר בין אדם למקום. צאמברעכן איינעם מיט א שאנס אז ער וועט שטארבן איז גאר א מצוה

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 12:57 pm
דורך משה11
די רבי ביי תשליך.jpg
די רבי ביי תשליך.jpg (24.8 KiB) געזעהן 1535 מאל
תלמידי התת.jpg
תלמידי התת.jpg (27.04 KiB) געזעהן 1535 מאל
א כיתא אין גוטעמאלע.jpeg
א כיתא אין גוטעמאלע.jpeg (81.84 KiB) געזעהן 1535 מאל

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 12:59 pm
דורך משה11
קבלת פנים פארן מעיאר.jpg
קבלת פנים פארן מעיאר.jpg (55.94 KiB) געזעהן 1520 מאל
די קינדער ביים לערנען.jpg
די קינדער ביים לערנען.jpg (48.35 KiB) געזעהן 1520 מאל
די גרים.jpg
די גרים.jpg (51.52 KiB) געזעהן 1520 מאל

אז מ'קען אפשר אריבערגיין צו א פאזיטייווע נושא

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 1:01 pm
דורך lebediger berel
האבעך געהערט אויף קאלעמעוואסער איבער א משפחה ברוין וואס צוויי ברודער האבן זיך נישט געטראפן ביים לעבן זינט די מלחמה
און די קינדער פון זיי גייען זיך טרעפן פלאי פלאות אפשר שרייבט איינער וואס האט נאך געדולד צו טייפן אביסל מער באריכות, אפשר בילדער?

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 1:05 pm
דורך שקר
[quote="משה11"][א כיתא אין גוטעמאלע.
א צער צי קוקען אזעלכע זיסע קינדער נעבעך

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 1:06 pm
דורך אדער יא
וועלכע ספר לערנען זיי?

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 1:13 pm
דורך דממה דקה
אדער יא האט געשריבן:וועלכע ספר לערנען זיי?

חומש
פרשת כי תצא

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 1:16 pm
דורך FREEDOM
lebediger berel האט געשריבן:האבעך געהערט אויף קאלעמעוואסער איבער א משפחה ברוין וואס צוויי ברודער האבן זיך נישט געטראפן ביים לעבן זינט די מלחמה
און די קינדער פון זיי גייען זיך טרעפן פלאי פלאות אפשר שרייבט איינער וואס האט נאך געדולד צו טייפן אביסל מער באריכות, אפשר בילדער?

האפן מיר אז יצחק שלמה וועט שוין אראנזשירן א קאנפערענץ מיטן רוסישן חב"ד רב
מען ווארט מיט אנגסט אויף די רירענדע באגעגעניש פון די שוועסטערקינדער
וואס וועט קומען מיט די באטייליגונג פון די גאנצע חריידישע מידיא, כנוסח ברוין


דא האט איר פון דעם ככר'ל
https://www.kikar.co.il/abroad/302100.html