עד דעי, שטעל אפ די האס קעגן ארטאדאקסישע אידן (פעטיציע)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג אפריל 12, 2015 12:01 pm

מ'רעדט דא הלכה'דיג/ שיטה'דיג / השקפה'דיג, אדער פראקטיש גערעדט למעשה? די אלע תגובות אין דעם אשכול זענען אויטאמאטיש ראבאטישע רעאקציעס וואס דער מח שפייט אויס, באזירט אויף וואס מען האט געלערנט און מקבל געווען מפי רבותינו ומפי הצייטונגען - די היימישע - וואס שרייבן כסדר אויף דעם נוסח.

סאו אם קבלה הוא נקבל, ואם לדין יש תשובה. ס'איז היינט נישט דער מצב פון אמאל ווען מען האט פראקטיש גארנישט געקענט אויפטון נאר ערגער מאכן. היינט איז דער מצב פארבליבן נאר אין טורמע, וואו ס'איז אלס דא וועגן פאר די וועכטער זיך נוקם צו זיין ווען איינער גיט איין א קלעים קעגן זיי.

במציאות אין די וועלט ארבעט עס היינט נאר אויף אזא אופן, מ'אפלייט אסאך היץ און דאס שטעלט יענעם אין פלאץ. אויב זאל טאקע געלונגען צו אויפבויען א קעיס, אז דעי זאל האבן היעט פון די רעפובליקאנער פארטיי, ווער רעדט נאך אויב עס געלונגט אז די מידיע זאל עס אויף כאפן קען זיין קאריערע זיין פארטיג אין 3 טעג.

נאר אויב וויל מען גיין אויף דעם מהלך, איז א שאד צו ארבעטן מיט עמעטשורס, זאל מען גיין צו די פראפעשענעלס, די אלע ארגאניזאציעס קענען טוהן מער און סאך א בעסערע ארבעט. דער אמת איז, אויב ס'איז טאקע הכצעקתה אז עס גייט דא אין אנטיסעמיטיזם, איז יתכן אז זיי וועלן עס פון זיך אליין אויפכאפן.

נאר אליבא דאמת בין איך נאכנישט אזוי קאנווינסד אז ס'איז די רעדע איבער אנטיסעמיטיזם, און פאר די פאוסט פון דעי קען מען אים מערסטנס בלעימען פאר בעד זשאזשמענט אז ער האט נישט פארגעזען די קאמענטס. אויך דאס - אז זיי האבן זיך גענומען דייקא צו דעם פאוסט, וואס איז אין מיינע אויגן א העכסט נייטראלע פאוסט, און כאטש מיר ווייסן אז שנאת החרדים איז די מאטיוו איז עס גאנץ גוט פארשלייערט - צייגט אויף אומפראפעסיאנאליטעט, עס איז דא גענוג אנדערע סטעיטמענטס פון דעי אויף וואס מען קען זיך בעסער ארויף כאפן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 12, 2015 12:12 pm

מי חכם, קיינער (עכ"פ איך) האט נישט גערעדט צי עס איז יא די גוטע מיטל צי נישט, נניח אז יא, האט עס די אונטערלאגע פון א דעת תורה? די 'וועלט' איז 'נישט' אינקלאדעט אידן, אונז האבן א תורה, ופשוט הוא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג אפריל 12, 2015 12:31 pm

סאיז שוין נישט געבליבן וואס מוסף צו זיין אויף די פריעדיגע פארשטענדליכע תגובות. אוודאי וועט א נארמאלע מענטש נישט אונטערשרייבן אויף אזא העצערישן קינדערישן בריוו. ראשית לא זו הדרך שרייען נאציס און איראן א גאנצן טאג קיינמאל איז מען אזוי נישט אנגעקומען אין ערגעץ א חוץ אין שאול תחתית. והשנית. סאיז כל כולו בנין נערים אן קיים שום שטיצע פון קיין רב, קיין מוסד, קיין ערענסטע עסקנים, קיין פאליטישאנס, קיין ערענסטע ארגאניזאציע קיין גארנישט. והשלישית בין איך א גרויסע חסיד פון קרית יואל ווילעדש וואס אפילו מיט אלע העצעריירען דארטן האבן זיי באזעצענע ערפארענע יודן פארשטייט זיך באגלייט מיט א ספעציעלע סייעתא דשמיא. דארט זענען זיי בלויז פארנומען מיטן עשה טוב זיי טוען צו דער זאך בשעת זיי האבן נאך עני טיים אזויפיל שונאים ווי סאיז דא אין ראקלענד. באלד פערציג יאר טאג טעגליך שפייט דער טמ"ה רעקארד שנאה און רשעות קעגן ק"י אבער מיר באנוצן זיך מיטן השכם והערב עליהן והן כלין מעליהן. דאס איז אונזער וועג אייביג געווען עפעס אנדערש איז נישטא וכ"ש אזעלעכע אומאויסגערעכנטע אקציעס רח"ל

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 12, 2015 12:47 pm

בס"ד

יפה דברת, בעתו דברת.

פרוזדור האט געשריבן:סאיז שוין נישט געבליבן וואס מוסף צו זיין אויף די פריעדיגע פארשטענדליכע תגובות. אוודאי וועט א נארמאלע מענטש נישט אונטערשרייבן אויף אזא העצערישן קינדערישן בריוו. ראשית לא זו הדרך שרייען נאציס און איראן א גאנצן טאג קיינמאל איז מען אזוי נישט אנגעקומען אין ערגעץ א חוץ אין שאול תחתית. והשנית. סאיז כל כולו בנין נערים אן קיים שום שטיצע פון קיין רב, קיין מוסד, קיין ערענסטע עסקנים, קיין פאליטישאנס, קיין ערענסטע ארגאניזאציע קיין גארנישט. והשלישית בין איך א גרויסע חסיד פון קרית יואל ווילעדש וואס אפילו מיט אלע העצעריירען דארטן האבן זיי באזעצענע ערפארענע יודן פארשטייט זיך באגלייט מיט א ספעציעלע סייעתא דשמיא. דארט זענען זיי בלויז פארנומען מיטן עשה טוב זיי טוען צו דער זאך בשעת זיי האבן נאך עני טיים אזויפיל שונאים ווי סאיז דא אין ראקלענד. באלד פערציג יאר טאג טעגליך שפייט דער טמ"ה רעקארד שנאה און רשעות קעגן ק"י אבער מיר באנוצן זיך מיטן השכם והערב עליהן והן כלין מעליהן. דאס איז אונזער וועג אייביג געווען עפעס אנדערש איז נישטא וכ"ש אזעלעכע אומאויסגערעכנטע אקציעס רח"ל
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אפריל 12, 2015 1:33 pm

צוויי זאכען וואס איז קלאר

1} עד דעי איז א אנטיסעמיט וואס שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אפילו ער איז א עמטליכער פאליטישען, און זיכט דייקא אפציטאן און שעדיגען די אידן פון ראקלענד. עס איז דא באווייזען דערויף.

2} די אידן אין מאנסי האבן נישט קיין מזל, קיין סוקסעס, קיין מהלך, און זיי זענענן נישט מצליח אפילו זאכען מיט וואס זיי זענענן מעגליך יא גערעכט,

מען קען נישט זאגען אז די פעטעציע איז נישט אויסגעהאלטען, ווייל סוכ"ס דארף מען ברענגן צו אטענטשען די וויסטע העצע וואס עד דעי פירט אויף סאשעול מידיא, מען קען נישט לאזן אז עס זאל אזוי אנגיין אן רעאגירען דערויף, עס פארלאנגט זיך אז מען זאל עפעס טיען דערויף, די העצע קעגן אידן אויף סאשעול מידיא - און קימט פון עד דעי'ס נאנטע מענטשן - איז ארויס פון ידעדע גרעניץ, די וומסב"ג עסקנים וואלטען נאך שאפער רעאגירט דערצו אלמלא זיי האבן ווען די פראבלעם.

אבער די שאלה איז די פעטעציע איז די ריכטיגע וועג, איך האלט אז מען קען ווען טיען בעסער, מען דארף ווען אלעס ארויס פרינטען און פערפעשענול ארום שיקען פאר די מידיא און די פאליטיקאנטען צו ווייזען וואס און ווער עד דעי איז, דאס וואלט מער אויפגעטיען.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג אפריל 12, 2015 1:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג אפריל 12, 2015 1:50 pm

איך אגרי מאנסי איז גוט פארפלאנטערט. עד דעי טוט וואס יעדע פאליטישאן אין אמעריקע טוט. ער ווארפט ביינדלעך פאר די וואס האבן אים געהאלפן אריינקומען אין אמט. די מאנסי יודנטום בראש פון די פאר טוטערלעך האבן געפירט גאר א שמוציגן קאמפיין קעגן אים. אבער ער האט געוואונען. נו וואס האסטו געוואלט ער זאל בין יום ולילה ווערן דיין בעסטער ידיד. ער האלט נישט דערביי און אנשטאט מיר זאלן טאן וואס מען טוט איבעראל זיך איבערבעטן און זיך נעמן לעקן הייבט מען אן שרייען נאציס איראן. דאס איז דאך אבסורד אין בעסטן פאל דארף מען טרעפן א פאליטישאן וואס זאל לויפן און אים פרובירן ארויסצושליידערן אבער הערטס אויף מיט אט די פארקומטע דרכים

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אפריל 12, 2015 1:54 pm

מען האט געמעקט קאמפיינען קעגן אים און ער טאר זיך נישט נוקם זיין, ער האט נישט קיין רעכט צו שרייבען ברמיזה קעגן אידן און שיקען זיינע מענטשן צו שרייבען אפן קעגן אידן.

ער מוז נישט ווערן קיין ידיד אבער ער טאר נישט שפילען אפאנע רוגזה, ער האט זיך לכתחלה ניטאמאל געוואלט טרעפן פנים אל פנים מיט די אידן..

מען דארף אים באשמיעצען, און ארויסברענגן זיין טינקעלע זייט, און לייגען פובליק פרעשור אז ער זאל נישט ניצען זיין אמט קעגן אידן, עס איז מענטשליך תורה'דיג און געזעצליך, מען דארף עס נאר טיען מיט שכל.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג אפריל 12, 2015 1:57 pm

אזוי זאגסטו אבער תורה'דיג און אידיש'לעך איז פונקט להיפך

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אפריל 12, 2015 2:00 pm

פארוואס איז עס נישט אידישליך? אלעמאל - בכל הדורות - האט מען פראבירט פטור צו ווערן פון רשעות'דיגע און שלעכטע באאמטע.. נאר אייביג איז עס אויף א דיפרענד מהלך.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 12, 2015 2:01 pm

בס"ד

א ביטער-שווערע קאמפיצירטע טעמע וואס איז נישט על רגל אחת.

אבער די הויפט פראבלעם איז, לכאורה, אז נישטא אין מאנסי פובליק פאליסיס קיין שפיץ-מענטש, קיין אנערקענטע דעת תורה אדער אפילו מער ווי איינס, און עס ציט אין אזויפיל פרעמדע ריכטונגען ווי א יאר-אפגענוצטע בעזים ביי שריפת חמץ. וומ"ס און ב"פ האבן גענוג וויכוחים און טעגלאשן, אבער אזא סארט יונגע אומלאגישע "פעטישאן" קאמפיין וואלט דארט נישט טאלערירט געווארן אפילו איין טאג, מען וואלט עס מעביר געווען לאנג בעפאר איינער קען עס אפילו פאוסטן.

אנטיסעמיטן זענען אלץ געווען, אבער אזא קאמפיין איז נאך קיינמאל נישט געווען. וומסב"ג עסקנים וואלטן קיינמאל נישט "אזוי" רעאגירט קעגן א פראבלעמאטישן פאליטישאן. אין יעדן פאל, זענען אלץ דא גענוג און נאך פרעמדע פאליטישאנס צו נעמען דעם אויבנאן ביי די אקציעס, וואס גיט לעגיטימיטעט און מידיע אנערקענונג וכו' וכו' וכו'.

והיינו טעמא דשופר ומגילה, ווייל מאנסי האט נישט דעם ריכטיגן מהלך, האט מען נישט די פרעמדע עלעמענטן צו "קאווערן" אין צייט פון נויט, און ווען מ'האט ווען יא די צווייטע, קומט מיט די ערשטע, איז די גאנצע עד דעי פראבלעם געלעזט מעיקרא אויפ'ן ריכטיגן וועג.

קרית יואל שפילט די "לאנג געים," און ווערט נישט הייפערווענטילעיטעד פון א בייזן בריוועל אדער הונדערט אין די גויאישע צייטונגען. אסאך פראבלעמען אין מאנסי וואלטן שוין לאנג געקענט געלעזט ווערן אויב מען גייט ווען נוסח קרית יואל, די לאנג-געים, און "קיינמאל" נישט אטאקירן די רעגירונג מענטשן בפומבי, וחבל.

כ'מיין באמת, שטעלט אייך פאר קרית יואל זאל פארלאנגען "ליד עידזשענסי" צום אנעקסעישאן, דורך אן אנליין פעטישאן מיט כל מיני לשונות קעגן די ארומיגע, קעגן די קאונטי און טאון אוו מאנראו. אוואו וואלט מען געהאלטן אויף דער וועלט, הא מאנסי? וכן איסט ראמאפאו וכו' וכו'.

האפענטליך וועט מען בס"ד קומען צום שכל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אפריל 12, 2015 2:05 pm

גוט געזאגט און ביסט גערעכט, לדעתי הייבט זיך עס אן אז מיט די פאקט אז מאנסי האט נישט קיין רבנים וואס נעמען אחריות אויפן שטאט, מאנסי האט נישט קיין דעת תורה וואס זאל געבן הוראות וואס זאל יעדעם מחייב זיין, פון דארט גייט עס אז יעדער עסקן מאכט שבת פאר זיך, און יעדער בילדער איז א עסקן בפני עצמו, יעדער איז בעה"ב פאר זיך און טוט ווי ער פארשטייט.

זיי גייען קאפ אין וואנט אפילו ווי עס פעלט נישט אויס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 12, 2015 2:26 pm

די פאטישאן איז א גוטע פראגע צו עס איז ריכטיג, און כ'בין - ווי די רוב דא - נוטה אז עס טויג נישט, נישט בגשמיות און נישט ברוחניות. אבער אז עס קען ערגער מאכען מיט דעם שונא ישראל, כ'גלייב אז ער טוט וואס ער קען סיי ווי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אפריל 12, 2015 2:28 pm

ראקלענד קאונטי האט ב"ה געניטע עסקנים מיט אחריות ווס. יונגע טאטערלעך וואס לויפן פאר קאנגרעס (און קאונטי לעגיסלאטור) און האבן נישט קיין שום פאראנטווארטליכקייט דהיינו א קהילה פאר וועמען זיי דארפן אפגעבן דין וחשבון אין פאל פון א דורכפאל. ס'איז דאהי א פארום פון איינגעהאלטנקייט וועל איך נישט מאריך זיין.

עי' ערך: עד דעי ביי סקווערע חתונה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג אפריל 12, 2015 3:18 pm

בן בוזי האט געשריבן:יונגע טאטערלעך וואס לויפן פאר. . .קאונטי לעגיסלאטור
ר׳ בנציון ווידער האט נישט די שטיצע פון רבני העיר?

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג אפריל 12, 2015 3:33 pm

קען דא איינער ברענגן א פאל ווי מ'האט זיך אמאל באנוצט מיט אזא מין אופן ווי א "פעטיציע" און באשמוצינגען אויף א פאליטישאן אין די 'היסטאריע' פון חרידישע אמעריקאנע פאליטיק ??

איך גלייב אז און די 70 יעריגע היסטאריע איז שוין אמאל געווען כאטש א 'ענליכן' פאל, און איך געדענק נישט אזא מין טאקטיק,

און לכאורה עד דעי ביי סקווירא חתונה האט מער שאנסן צו מצליח זיין ווי היעט פון די מידיע וואס ארבעט ביז די נעקסטע געלעגענהייט זיך 'אפצורעכנען' מיט די האסידים,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג אפריל 12, 2015 3:47 pm

ווי איז געווען דער ארטיקל קעגין דעי ?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג אפריל 12, 2015 3:48 pm

ענליך׳ס מיינעך טרעף מיר מיט די רובאשקין פעטיציע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אפריל 12, 2015 3:49 pm

dovidal האט געשריבן:ווי איז געווען דער ארטיקל קעגין דעי ?

http://jpupdates.com/2015/04/08/editori ... -community
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » זונטאג אפריל 12, 2015 4:17 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:ענליך׳ס מיינעך טרעף מיר מיט די רובאשקין פעטיציע.

כאטש ס'איז נישט קיין פארגלייך, מען האט פאקטיש איינגעזעצט איינעם פאר 27 יאר, אבער האסט פארגעסן צו באטאנן, די רובאשקין פעטיציע איז געוועהן געפירט דורך די זעלבע קינדערישע קליקע.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג אפריל 12, 2015 4:53 pm

מ׳קען עס אנרופן קינדעריש און מ׳קען זאגן אז עס גייט אריין אין דעם גדר. וואס ווילט איר? רב וואזנער און רב האלבערשטאם זאלן פירן די מערכה? למעשה האבן די עסקנים געברענגט דערצו אז ר׳ שלום מרדכי זאל ריינגעוואשן ווערן אינעם סטעיט געריכט, און למעשה האט די פעטיציע אנגעצויגן פופציג טויזענט אונטערשריפטן ווערנדיג נאכגעברענגט אין געריכט פאפירן. טא, לענ״ד, איז נישט ריכטיג בלויז אוועקצובלאזן יונגע ענערגישע עסקנים. און איך בין גראדע סורפרייזד אז פון די תגובות דא קוקט אויס אז בנציון ווידער און אנדערע ארבעטן אינגאנצן אויף די אייגענע האנט - א זאך וואס ביי די כסדר׳דיגע מאנסי וואלן זעהט אויס די פארקערטע פון אמת. דען עיגען, איי מייט בי מיסינג סאמטינג.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 12, 2015 5:05 pm

בס"ד

...ושתיקא בתרין.
לעצט פאראכטן דורך מזל מידיע אום זונטאג אפריל 12, 2015 5:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 12, 2015 5:14 pm

איך האב דא נישט צופיל צו צולייגן, איך האף נאר אז מען שיסט זיך נישט אין די פיס.

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אפריל 12, 2015 5:31 pm

און וואס האט די פעטישן פאר רובאשקין אויפגעטון אויסער א גרויסע נודע ביהודה כזית פון רעטעך אויף כרפס ?

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:17 pm

איך גיי נישט אריין אין די פעטיציע, צי ס'איז יא אדער נישט גוט, הגם, מיר אידן וואוינען אין אמעריקע, וואו ס'איז א העכסט אנגענומענער און פרידליכער מיטל צו שיקן פעטיציעס, און ס'איז סאך ווייניגער אגרעסיוו ווי פילע אנדערע פראטעסט מיטלען, א שטייגער ווי מאכן א דעמאנסטראציע. ס'איז דער אויסגעהאלטנסטער וועג צו פרידליך אפּעלירן צו די פירער, און אזוי איז אלעמאל געווען. ווען די אידן אין ירושלים האבן זיך צוזאמגעליטן פונעם פאשא האבן זיי געשיקט א דעלעגאציע צום סולטאן, ער זאל זיי העלפן און ווען די אידן אין א שטאט אין אייראפּע האבן געליטן פונעם גובערנאטאר האבן זיי געשיקט א שליחות צום קייסער ער זאל זיי העלפן.

יעצט, וואס אנבאלאנגט עד דעי איז דער עולם, ספּעציעל אינדרויסן פון ראקלענד קאונטי, זייער נישט אינפארמירט איבער אים, און מאכט הנחות געבעיסט אויף די צייטונגען (וועלכע זענען העסליך צום ציבור) אדער אויף פּשוט'ע פאנטאזיעס.

דער אמת'ער פאקט איז אז עד דעי'ס קעגנער איז אויך נישט געווען דער קאנדידאט וועמען מען האט געוואלט פאר קאונטי עקזעקוטיוו. ווי באקאנט האט דעיוויד פריד קאמפּיינט זייער ביטער קעגן די חרדי'שע קאמיוניטי אין די פּריימערי קעגן דעם גוטן פריינד פון די חרדי'שע קאמיוניטי, אילאן שאנבערגער, (און א דאנק דעם האט ער טאקע געווינען די פּריימערי, ששש.)

דער איינציגסטער חילוק צווישן פריעד און עד דעי איז אז פריד האט נאר "געזאגט", און ער האט למעשה נישט געפּלאנט צו זיין א מיצר לישראל, אזוי ווי אסאך אנדערע פאליטישאנס וועלכע זאגן זאכן כדי צו געווינען די וואלן. אין פאקט האט ער זיך אראפגעזעצט מיט די חרדי'שע עסקנים תיכף נאך די פּריימערי און פארשפּראכן אז ער וועט באהאנדלען דעם היימישן ציבור מיט יושר.

דער אמת'ער פאקט איז אז מען האט נישט תיכף געגעבן די אינדארסמענט פאר פריד אויך נישט. מען האט אים געזאגט קלאר אז וויבאלד ער האט קאמפּיינט קעגן דעם היימישן ציבור אין די פּריימערי האט מען נישט קיין שום אבליגעישאן פאר אים מער ווי פאר זיין קעגנער און מען דארף קודם זיצן מיט זיין קעגנער. מען האט געמאכט צענדליגער, און איך חזר איבער, צענדליגער, פּרואוואונגען צו מאכן קאנטאקט מיט עד דעי, אבער ער האט בהחלט זיך אפּגעזאגט פון זיך טרעפן מיט דעם היימישן ציבור.

קוים מיט צרות האט מען אראנזשירט א מיטינג אין א בעיסמענט ערגעץ וואו, און אים צוגעזאגט אז קיינער וועט נישט וויסן אז ער האט זיך געטראפן מיט'ן היימישן ציבור. אבער צום סוף האט ער געשיקט א גאר נידעריג-ראנגיגן קאמפּיין אפישעל (דאכט זיך ס'איז געווען זיין גראפיקס דיזיינער אויב געדענק איך גוט) אלץ א קלארע באליידיגונג פאר'ן ציבור. פון די אנדערע זייט האט עד דעי פארגעזעצט צו קאמפּיינען אז ער גייט מאכן ארדענונג אין ראמאפּא, ארויסווארפן מענטשן פון אומלעגאלע הייזער, וכו' וכו'. טראצדעם וואס ער איז געלאפן פאר א קאונטי פּאזיציע האט ער נאר קאמפּיינט איבער אישוס וואס האבן א שייכות מיט די חסידים אין ראמאפּא. בלית ברירה האט מען באשלאסן צו שטיצן דעם קאנדידאט וואס האט כאטש צוגעזאגט אז ער וועט נישט רודפ'ן דעם ציבור, דעיוויד פריד.

נאך די וואלן האט מען ווידעראמאל געמאכט צענדליגער עטעמפטס זיך צו טרעפן מיט דעי, און זיך איבערבעטן מיט אים. ס'דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז אין יעדע געגנט וואו ס'וואוינען היימישע אידן, איז כסדר דא קאנדידאטן וואס געווינען אפילו זיי האבן נישט באקומען די שטיצע פונעם היימישן ציבור. אלעמאל בעט מען זיך איבער תיכף נאך די וואלן, און מען מאכט שלום. עד דעי האט אבער פארגעזעצט דעם פייט אפילו נאך די וואלן און זיך ארויסגעדרייט פון זיך טרעפן מיט'ן היימישן ציבור. (ער איז יא געקומען צו א חתונה אין סקווער, נאך זייער אסאך איינבעטענישן פון סקווער, וואס בויט א בית השחיטה, און ער לייגט זיי אונטער אסאך שטיינער, און זיי ווייסן פון דעם אלטן כלל, האלט דיינע פריינד נאענט און דיינע פיינט נאענטער.)

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:23 pm

בס"ד

אךשמח האט געשריבן:(...און זיי ווייסן פון דעם אלטן כלל, האלט דיינע פריינד נאענט און דיינע פיינט נאענטער.)


אין די ווערטער וואס איר שרייבט צום סוף, אזוי אריינגערינגלט, ליגט די גאנצע זאך. פארוואס ווייסט דאס סקווירא און אלע אנדערע קהילות אין אלע אנדערע געגנטער אזוי גוט, נאר מאנסי בכלליות נישט?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot, Zeltzer, ?אפשרטאקע, גאלדגרוב, זזה, טראכט א מינוט, יש ברירה, כלל וכלל, משה צימערינג, פארדעם און 49 געסט