בלאט 84 פון 100

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:27 pm
דורך אוהב ספרים
א גראם מיט טעם האט געשריבן:על שם מי?


וויינשטאק

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:22 am
דורך אסדר לסעודתא
אן איבערפאל איז פארגעקומען אין בארא פארק היינט שבת מיטאג נאכן דאווענען ווען א פארברעכער האט פרובירט צו שלאגן און דערשטיקן א היימישער אינגערמאן.

דער איד האט זיך פרובירט ארויסצוראטעווען ווען אינצווישן איז די פאליציי אנגעקומען צו דער סצענע און ביידע זענען ארעסטירט געווארן. די פאליציי האט זיך אנטזאגט אויסצוהערן די עדות פון צענדליגער אנוועזנדע אויפן ארט אדער באקוקן די קאמארעס און זיך איבערצייגן אז דער איד איז גענצליך אומשולדיג.

עסקני בארא פארק אנטזאגן זיך ארויסצוגעבן מער דעטאלן און פארבאטן ארויפצושטעלן דעם אינצידענט אויף די נייעס וועבזייטלעך איידער'ן הערן פון די פאליציי מער איינצלייטן איבער דעם אינגערמאן'ס ארעסט.

ביטע ארויפשטעלן די קליפס ווער ס'האט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:24 am
דורך חמרא טבא
וואו איז עס געשען?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:27 am
דורך בארואיגט-אייך
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן איבערפאל איז פארגעקומען אין בארא פארק היינט שבת מיטאג נאכן דאווענען ווען א פארברעכער האט פרובירט צו שלאגן און דערשטיקן א היימישער אינגערמאן.

דער איד האט זיך פרובירט ארויסצוראטעווען ווען אינצווישן איז די פאליציי אנגעקומען צו דער סצענע און ביידע זענען ארעסטירט געווארן. די פאליציי האט זיך אנטזאגט אויסצוהערן די עדות פון צענדליגער אנוועזנדע אויפן ארט אדער באקוקן די קאמארעס און זיך איבערצייגן אז דער איד איז גענצליך אומשולדיג.

עסקני בארא פארק אנטזאגן זיך ארויסצוגעבן מער דעטאלן און פארבאטן ארויפצושטעלן דעם אינצידענט אויף די נייעס וועבזייטלעך איידער'ן הערן פון די פאליציי מער איינצלייטן איבער דעם אינגערמאן'ס ארעסט.

ביטע ארויפשטעלן די קליפס ווער ס'האט.


ווער זענען עסקני בארא פארק?

מיט וואס זענען זיי עסקנים?.

פארוואס פרעגן די וועבסייט בכלל די עסקים?.

איך האב געזען די קליפס, אבער איך ווייס נישט צו סע איז א כבוד צו פארשפרייטן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:28 am
דורך אסדר לסעודתא
חמרא טבא האט געשריבן:וואו איז עס געשען?

צענטער פון שטאט 14 - 52

בההשתתפות פון הונדערטער אידן (אזוי קוקט אויס פון די קליפס).

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:30 am
דורך אסדר לסעודתא
בארואיגט-אייך האט געשריבן:ווער זענען עסקני בארא פארק?

מיט וואס זענען זיי עסקנים?.

פארוואס פרעגן די וועבסייט בכלל די עסקים?.

איך האב געזען די קליפס, אבער איך ווייס נישט צו סע איז א כבוד צו פארשפרייטן.

אפשר זענען זיי גערעכט? אויב ס'איז געווען א מיספארשטענדעניש, פארוואס פעלט אויס צו העצן אומזיסט?

אויך מעגליך אז דער באטראפענער וויל נישט מ'זאל רעדן דערוועגן, ווייס איך נישט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:32 am
דורך בארואיגט-אייך
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:ווער זענען עסקני בארא פארק?

מיט וואס זענען זיי עסקנים?.

פארוואס פרעגן די וועבסייט בכלל די עסקים?.

איך האב געזען די קליפס, אבער איך ווייס נישט צו סע איז א כבוד צו פארשפרייטן.

אפשר זענען זיי גערעכט? אויב ס'איז געווען א מיספארשטענדעניש, פארוואס פעלט אויס צו העצן אומזיסט?

אויך מעגליך אז דער באטראפענער וויל נישט מ'זאל רעדן דערוועגן, ווייס איך נישט.


ניין פון די קליפס זעט אויס ווי ניו יארק סיטי איז פארקויפט געווארן פאר די באליבטער פרעזידענטליכע פראנט ראנער...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:33 am
דורך בארואיגט-אייך
קיין שום דיסעפלענט מצד די סיטי פאליס

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:40 am
דורך רעסטאראנט
עסקנים עקזעסטירט נישט היינט צוטאגס

אלעס איז זיך און מיך ,דאס ביסעלע עכטע עסקנים קענען נישט היינט אריינרעדן אין די ענינים

ווי כאב געשריבן עטליכע יאר צוריק דא און כסדר ווען עס איז דא די מעשות אין בארא פארק אז עס שטיקנט פון אויבן ביז אראפ, פאר ווער עס האט נאך א ספק אז עסקן איז נישט קיין אידישע קאפוי היינט צוטאגס השם ישמרינו, דאן ווען מען וועט זיך אויפוועקן וועט זיין צו שפעט

ווען וועלט איז וועלט טוט מען פארקערט יעדע זאך וואס עסקנים הייסן אפשר אזוי וועלן אזוי אראפטרעטן און לאזן פריי דאס פלאץ ,עסקנים אין בארא פארק מיינען נאר זיך און מאכן חרוב

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:49 am
דורך אזוי וויל איך
איך ווייס נישט וואס סאיז יא אדער נישט אמת אבער מען קען נישט ווערן ווילד אין איבערדרייען פאר מען ווייסט וואס די מעשה איז

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:52 am
דורך נחלת יעקב
קען איינער ביטע ברענגען די קליפ ?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:52 am
דורך אידישע מוח
עס דרייען זיך ארום אסאך קליפס
זאל איינער עס ביטע ארויפלייגן

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:53 am
דורך למעלה משבעים
ווי כ'פארשטיי קומט עס נישט דא.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:55 am
דורך חוח בין השושנים
עצה טובה: אויב איינער לייגט עס - לאוד עס שנעל אראפ, פאר דער מנהל קומט...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:05 am
דורך אסדר לסעודתא
רעסטאראנט האט געשריבן:עסקנים עקזעסטירט נישט היינט צוטאגס

אלעס איז זיך און מיך ,דאס ביסעלע עכטע עסקנים קענען נישט היינט אריינרעדן אין די ענינים

ווי כאב געשריבן עטליכע יאר צוריק דא און כסדר ווען עס איז דא די מעשות אין בארא פארק אז עס שטיקנט פון אויבן ביז אראפ, פאר ווער עס האט נאך א ספק אז עסקן איז נישט קיין אידישע קאפוי היינט צוטאגס השם ישמרינו, דאן ווען מען וועט זיך אויפוועקן וועט זיין צו שפעט

ווען וועלט איז וועלט טוט מען פארקערט יעדע זאך וואס עסקנים הייסן אפשר אזוי וועלן אזוי אראפטרעטן און לאזן פריי דאס פלאץ ,עסקנים אין בארא פארק מיינען נאר זיך און מאכן חרוב

כ'הער דיין מיינונג. קוק אין די אשכולות פון די אנדערע שטעט וועסטו זען אז איבעראל טענה'ט מען אז די עסקנים מיינען נאר זיך. למעשה האט בארא פארק א ליסטע פון עסקנים וואס העלפן יעדן יחיד אין לעגאלע פראבלעמען, נעמען זענען נישט נוגע אויסצושמועסן, יעדער ווייסט צו וועמען צו גיין בעת צר.

אין דעם ספעציפישן פאל איז נישט שייך צו זאגן א מיינונג איידער מען האט געהערט כאטש איין זייט, פון דעם באטראפענער אדער פון די עסקנים.

ער זאגט ענליך
אזוי וויל איך האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס סאיז יא אדער נישט אמת אבער מען קען נישט ווערן ווילד אין איבערדרייען פאר מען ווייסט וואס די מעשה איז

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:09 am
דורך אהבת השם
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:ווער זענען עסקני בארא פארק?

מיט וואס זענען זיי עסקנים?.

פארוואס פרעגן די וועבסייט בכלל די עסקים?.

איך האב געזען די קליפס, אבער איך ווייס נישט צו סע איז א כבוד צו פארשפרייטן.

אפשר זענען זיי גערעכט? אויב ס'איז געווען א מיספארשטענדעניש, פארוואס פעלט אויס צו העצן אומזיסט?

אויך מעגליך אז דער באטראפענער וויל נישט מ'זאל רעדן דערוועגן, ווייס איך נישט.


ניין פון די קליפס זעט אויס ווי ניו יארק סיטי איז פארקויפט געווארן פאר די באליבטער פרעזידענטליכע פראנט ראנער...

:smile: :smile: :smile:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:34 am
דורך פומפדותא
איך וויל פארשטיין פארוואס בארא פארק איז די איינציגע אידישע שטאט וואס עס טוט זיך יעדע שטיק צייט קאנפערעטאציעס מיט די פאליציי.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:31 am
דורך מחנך
פומפדותא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס בארא פארק איז די איינציגע אידישע שטאט וואס עס טוט זיך יעדע שטיק צייט קאנפערעטאציעס מיט די פאליציי.



א - ווייל עס איז דא רומערס דא אז די פאליס איז גענויגט אקעגען די יודישע געמיינדע, ווי ס'איז געווען ביי די הכנסת ס"ת און ביי נאך אינצידענטס
ב - ווייל מ'האט אונז אויסגעלערנט זיך נישט צו לאזן צוטרעטען!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:55 am
דורך פומפדותא
מחנך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס בארא פארק איז די איינציגע אידישע שטאט וואס עס טוט זיך יעדע שטיק צייט קאנפערעטאציעס מיט די פאליציי.



א - ווייל עס איז דא רומערס דא אז די פאליס איז גענויגט אקעגען די יודישע געמיינדע, ווי ס'איז געווען ביי די הכנסת ס"ת און ביי נאך אינצידענטס
ב - ווייל מ'האט אונז אויסגעלערנט זיך נישט צו לאזן צוטרעטען!

פארוואס דייקא בארא פארק?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:10 pm
דורך ניס קראכער
פומפדותא האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס בארא פארק איז די איינציגע אידישע שטאט וואס עס טוט זיך יעדע שטיק צייט קאנפערעטאציעס מיט די פאליציי.



א - ווייל עס איז דא רומערס דא אז די פאליס איז גענויגט אקעגען די יודישע געמיינדע, ווי ס'איז געווען ביי די הכנסת ס"ת און ביי נאך אינצידענטס
ב - ווייל מ'האט אונז אויסגעלערנט זיך נישט צו לאזן צוטרעטען!

פארוואס דייקא בארא פארק?

פארוואס דייקא אין בארא פארק איז דא א שומר שבת ביהמ"ד, ווייסט איר שוין?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:13 pm
דורך חוח בין השושנים
פארוואס דייקא אין בארא פארק עקזיסטירט נאך די פארצייטישע 'אלד ניו יוטריקט', אנשטאט עס צו פארבויען מיט הייזער?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:22 pm
דורך אהער און אהין
מחנך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס בארא פארק איז די איינציגע אידישע שטאט וואס עס טוט זיך יעדע שטיק צייט קאנפערעטאציעס מיט די פאליציי.



א - ווייל עס איז דא רומערס דא אז די פאליס איז גענויגט אקעגען די יודישע געמיינדע, ווי ס'איז געווען ביי די הכנסת ס"ת און ביי נאך אינצידענטס
ב - ווייל מ'האט אונז אויסגעלערנט זיך נישט צו לאזן צוטרעטען!

בארא פארק איז די שטאט ווי היסטאריש די לעצטע צענדליגער יארן האט מען זיך געשלאגט מיט די פאליציי.

אין די מ' יארן האבן הונדערטער געשטורמעט א פאליציי סטאנציע. וכו' וכו'
עפעס פארשטייט מען זיך דארט נישט מיט די פאליציי.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:35 pm
דורך בארואיגט-אייך
אהער און אהין האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס בארא פארק איז די איינציגע אידישע שטאט וואס עס טוט זיך יעדע שטיק צייט קאנפערעטאציעס מיט די פאליציי.



א - ווייל עס איז דא רומערס דא אז די פאליס איז גענויגט אקעגען די יודישע געמיינדע, ווי ס'איז געווען ביי די הכנסת ס"ת און ביי נאך אינצידענטס
ב - ווייל מ'האט אונז אויסגעלערנט זיך נישט צו לאזן צוטרעטען!

בארא פארק איז די שטאט ווי היסטאריש די לעצטע צענדליגער יארן האט מען זיך געשלאגט מיט די פאליציי.

אין די מ' יארן האבן הונדערטער געשטורמעט א פאליציי סטאנציע. וכו' וכו'
עפעס פארשטייט מען זיך דארט נישט מיט די פאליציי.


אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עסקני בארא פארק אנטזאגן זיך ארויסצוגעבן מער דעטאלן און פארבאטן ארויפצושטעלן דעם אינצידענט אויף די נייעס וועבזייטלעך איידער'ן הערן פון די פאליציי מער איינצלייטן איבער דעם אינגערמאן'ס ארעסט.


דאס איז די תירוץ אויף אלעם

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:37 pm
דורך ישוב הדעת
איינער קען אריינקומען קלאר וואס דארט האט פאסירט?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:38 pm
דורך חוח בין השושנים
ישוב הדעת האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר וואס דארט האט פאסירט?

די עסקנים לאזן נישט..