נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:14 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:קודם פאר שמירה !

:?:

לכאורה צ״ל קודאס

יאפס דאס האב מיר געמיינט. א דאנק פארן אויסקלארן מיין טעות.
אבער וואס איז טאקע ? ס'פשט פון די קאמפעטישאן ? און פארוואס האט דארט שומרים עס נישט מסדר געווען ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:19 pm

קארנער 45
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:58 pm

eller האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:קודם פאר שמירה !

:?:

לכאורה צ״ל קודאס

יאפס דאס האב מיר געמיינט. א דאנק פארן אויסקלארן מיין טעות.
אבער וואס איז טאקע ? ס'פשט פון די קאמפעטישאן ? און פארוואס האט דארט שומרים עס נישט מסדר געווען ?

עס איז דא א קאמפעטישאן צווישן שומרים און שמירה און דארט איז שמירה געווען פלינקער.

נאכאלץ איז שומרים די געזעצטע ערענסטע ארגאניזעשאן, זיי קענען געזעץ, זיי זענען זייער נאנט מיט 66 פריסינקט מהאי טעמא, ווייל די פאליציי האט ליב ווען זאכן ווערן געטוען געזעצליך, און עס קען א סאך מאל זיין זייער טריקי, למשל אויב קומט א דיטעקטיוו צו א גניבה קאל, און דו כאפסט דעם גנב איידער ער קראצט זיך אויס און דו ביסט מחזיר אבידה לבעלים, כאטש דו האסט געטוען א געוואלדיגע זאך, אבער ביי די פאליציי הייסט דאס טעמפערד מיט עווידענס, דעמאלט קומט שומרים אריין אינעם בילד, און ארבעטן מיטן דעטעקטיוו און מע מאכט א דיעל.

ווען דו רופסט שומרים וועט מען דיר קיינמאל נישט שיקן א בחור מיט לעלוס, עס וועלן קומען עקספערטן אויף יעדן זאך.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:07 am

כ'האב היינט געהערט אז Toys4you האט אפגעקויפט א געביידע אויף 16'טע עוועניו, איינער מיט פרטים? גייען זיי עפענען נאך א לאקאציע?

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:09 am

בעריש'ל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:קודם פאר שמירה !

:?:

לכאורה צ״ל קודאס

יאפס דאס האב מיר געמיינט. א דאנק פארן אויסקלארן מיין טעות.
אבער וואס איז טאקע ? ס'פשט פון די קאמפעטישאן ? און פארוואס האט דארט שומרים עס נישט מסדר געווען ?

עס איז דא א קאמפעטישאן צווישן שומרים און שמירה און דארט איז שמירה געווען פלינקער.

נאכאלץ איז שומרים די געזעצטע ערענסטע ארגאניזעשאן, זיי קענען געזעץ, זיי זענען זייער נאנט מיט 66 פריסינקט מהאי טעמא, ווייל די פאליציי האט ליב ווען זאכן ווערן געטוען געזעצליך, און עס קען א סאך מאל זיין זייער טריקי, למשל אויב קומט א דיטעקטיוו צו א גניבה קאל, און דו כאפסט דעם גנב איידער ער קראצט זיך אויס און דו ביסט מחזיר אבידה לבעלים, כאטש דו האסט געטוען א געוואלדיגע זאך, אבער ביי די פאליציי הייסט דאס טעמפערד מיט עווידענס, דעמאלט קומט שומרים אריין אינעם בילד, און ארבעטן מיטן דעטעקטיוו און מע מאכט א דיעל.

ווען דו רופסט שומרים וועט מען דיר קיינמאל נישט שיקן א בחור מיט לעלוס, עס וועלן קומען עקספערטן אויף יעדן זאך.

בלא בלא בלא...

שמירה איז פונקט ווי שומרים. גוטע פלינקע חברה, כאפן גנבים און טוען פריוואטע סעקיוריטי ביי גרויסע מעמדים און זיי האבן לע''ע רוב גרויסע מעמדים אין ב''פ.

וואס די פאליציי האט מער ליב בין איך נישט באקאנט, אבער ביידע האבן לעלוס און ביידע האבן עס ליב. שמירה האט זיך באוויזן שטארק ארויפצוכאפן אויפן לייטער, בעיקר מיט זייער סערוויס, ווי שבת גויים, סעקיוריטי יעדן שבת און ביי בלעקאוטס וכדומה.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:11 am

פארט ארום א קליפ (מיט נשים) ווי די פאליציי ארעסטירט איינעם, שטייט דארט א 'פעסטע' שמירה מעמבער און פרובירט צוצולייגן א האנט, איינמאל און נאכאמאל, פארשטייט זיך אז זיי דארפן נישט זיין הילף, אבער פארוואס פעלט דאס אויס?

איך האב גארנישט קעגן שמירה, אין געוויסע פעלער זענען זיי מעגליך בעסער ווי שומרים, אבער פאר מיין אומטרענירטע אויג זעט אויס ווי זיי שטעקן זיך די נאז ווי ס'פעלט נישט אויס, זיך לערנען די גרעניצן קומט מיט עקספיריענס, ביסט א סעיפטי פאטראל, נישט פאליציי, זיי זענען דא, לאז זיי ארעסטירן, שטעק נישט די האנט ווי ס'פעלט נישט אויס.

כ'רעד שוין נישט פון די 'אידישע פאליציי' פארדאמונגען וואס דאס האט שוין געברענגט בעבר.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:15 am

כ׳קען דעם יונגערמאן.. ס׳רעדסטע, ער שפילט פליס גנבים.

ס׳איז גראדע אינטערסאנט אז די פאליס אפיסערס שיקן אים נישט ארויף אויפן סיידוואלק. ער איז דארט א זעקסטע ראד

כ׳קען נישט די פאליטיק פון שומרים און שמירה, כ׳רעד יעצט פונעם קליפ פון וואס די רעדסט.
.The door is in my view

.Once again. my door is in my view

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 2:05 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:כ'האב היינט געהערט אז Toys4you האט אפגעקויפט א געביידע אויף 16'טע עוועניו, איינער מיט פרטים? גייען זיי עפענען נאך א לאקאציע?

איך האף עס איז נישט אמת.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 8:24 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ביציקליסט האט היינט אינדערפרי געכאפט א שנעלקע אויף פט. העמילטאן פון א קאר וואס האט געהאט די רייט אוו וועי, ס׳איז געווען רויט פאר קראסער׳ס.

מערק די אידישע דורכפארענדע אמבעלאנס, כ׳בין זעכער ער האט נישט באמערקט אז עפעס גייט פאר. ווען יא וואלט ער זיך אפגעשטעלט.

#ספירה אלערט

https://www.dropbox.com/s/90xpccpqdwtv5 ... 0.mp4?dl=0

א פשוטע משוגענער
אזוי גאר!! מ'מוז האבן אנ'אונטערשריפט??!! סעפעס? ווייל יענער האט? ווילעך נישט.....
.

קרעדיט איטערשריפט נו גוט נו שוין
קרעדיט אוועטער אזוי גאר!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 8:25 am

ווישוואש האט געשריבן:פארט ארום א קליפ (מיט נשים) ווי די פאליציי ארעסטירט איינעם, שטייט דארט א 'פעסטע' שמירה מעמבער און פרובירט צוצולייגן א האנט, איינמאל און נאכאמאל, פארשטייט זיך אז זיי דארפן נישט זיין הילף, אבער פארוואס פעלט דאס אויס?

איך האב גארנישט קעגן שמירה, אין געוויסע פעלער זענען זיי מעגליך בעסער ווי שומרים, אבער פאר מיין אומטרענירטע אויג זעט אויס ווי זיי שטעקן זיך די נאז ווי ס'פעלט נישט אויס, זיך לערנען די גרעניצן קומט מיט עקספיריענס, ביסט א סעיפטי פאטראל, נישט פאליציי, זיי זענען דא, לאז זיי ארעסטירן, שטעק נישט די האנט ווי ס'פעלט נישט אויס.

כ'רעד שוין נישט פון די 'אידישע פאליציי' פארדאמונגען וואס דאס האט שוין געברענגט בעבר.

ממש פון דעם האב איך גערעדט! עס פעלט דארט די עקפיריענס.
זיי זענען פיינע מענטשן און פלינקע בחורים, אבער די שיך וואס זיי טוען אן זענען גרעסער ווי זייער סייז.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:15 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ברוטאלער אקט איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם שב״ק און בארא פארק ווען 3 אידן, א טאטע מיט זיין קליין קינד און נאך אן ערוואקסענער זענען רח״ל אראפגעקלאפט געווארן דורך א גרויזאמער דרייווער וואס האט דירעקט און זיי אריינגעבעקט מיט זיין מיני-ווען.

דער אינצידענט האט פאסירט שבת נאכמיטאג ארום 6:30, ווען די אידן זענען געשטאנען און געמיטלעך געשמועסט ביים ווינקל פון 11th Ave x 58th St ווען די מיני-ווען איז קומענדיג פונעם פארקערטן ריכטונג ארויסגעוואקסן און און זיי אריינגעפארן מיט א שנעלקייט און אראפגעקלאפט.

די ]

דאס איז 11 ביי 56.
Innocent until proven Republican

הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

תגובהדורך הויכע פייפער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:26 am

אלמוני האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:כ'האב היינט געהערט אז Toys4you האט אפגעקויפט א געביידע אויף 16'טע עוועניו, איינער מיט פרטים? גייען זיי עפענען נאך א לאקאציע?

איך האף עס איז נישט אמת.

זיי מסביר וואס באדערט דיך ?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:55 am

לכאורה די פרנסה פון די טוי סטארס אויף 16.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:56 am

אלמוני האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:כ'האב היינט געהערט אז Toys4you האט אפגעקויפט א געביידע אויף 16'טע עוועניו, איינער מיט פרטים? גייען זיי עפענען נאך א לאקאציע?

איך האף עס איז נישט אמת.[/quote

די האסט א שייכות מיט
Tree House Retailers located at 5210 16th Ave, Brooklyn, NY 11204 :?:
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 500 ??

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:50 am

ווישוואש האט געשריבן:פארט ארום א קליפ (מיט נשים) ווי די פאליציי ארעסטירט איינעם, שטייט דארט א 'פעסטע' שמירה מעמבער און פרובירט צוצולייגן א האנט, איינמאל און נאכאמאל, פארשטייט זיך אז זיי דארפן נישט זיין הילף, אבער פארוואס פעלט דאס אויס?

איך האב גארנישט קעגן שמירה, אין געוויסע פעלער זענען זיי מעגליך בעסער ווי שומרים, אבער פאר מיין אומטרענירטע אויג זעט אויס ווי זיי שטעקן זיך די נאז ווי ס'פעלט נישט אויס, זיך לערנען די גרעניצן קומט מיט עקספיריענס, ביסט א סעיפטי פאטראל, נישט פאליציי, זיי זענען דא, לאז זיי ארעסטירן, שטעק נישט די האנט ווי ס'פעלט נישט אויס.

כ'רעד שוין נישט פון די 'אידישע פאליציי' פארדאמונגען וואס דאס האט שוין געברענגט בעבר.



שמירה האט אנגעפירט די כאפצעם

זיי האבן נאר גערופען די פאליציי צו מאכן די ארעסט

דיין פוינט איבער זיך נישט צופיל ארויסזעהן איז נאך אלס valid
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:55 am

האסט געזען די קליפ? דער האט פרובירט צו 'העלפן' מיט'ן ארעסט.

דאס איז געווען מיין פוינט, אלס א סעיפטי פאטראל ענדיגט זיך זייער דזשאב ווי נאר די פאליציי קומט אן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:22 pm

ווישוואש האט געשריבן:לכאורה די פרנסה פון די טוי סטארס אויף 16.

יא דאס איז עס

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:23 pm

געשיקטער האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:כ'האב היינט געהערט אז Toys4you האט אפגעקויפט א געביידע אויף 16'טע עוועניו, איינער מיט פרטים? גייען זיי עפענען נאך א לאקאציע?

איך האף עס איז נישט אמת.[/quote

די האסט א שייכות מיט
Tree House Retailers located at 5210 16th Ave, Brooklyn, NY 11204 :?:

כל ישראל ערבים

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:26 am

עפעס א שרעקעדיגע פייער אויף 50 צווישן 13 און New Utrecht ס'טוט זיך דארט אן אנלויף פון פייער טרעקלעך מיט הצלה ה"י.
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:35 am

יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:51 am


אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:21 pm

איינער ווייסט צי כ"ק מרן אדומו"ר מבאבוב שליט"א וועט וויילן די וואך שב"ק כי תצא תשע"ח אין בארא פארק?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:50 pm

בריוועלע האט געשריבן:איינער ווייסט צי כ"ק מרן אדומו"ר מבאבוב שליט"א וועט וויילן די וואך שב"ק כי תצא תשע"ח אין בארא פארק?

ניין וועט זיין אין קאנטרי אין ווייט-לעיק

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

א' סליחות

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 8:01 pm

איינער ווייסט ווי כ''ק הרה''ק מסקולען שליט''א גייט זאגן א' סליחות
און וומ''ס?
צו און בארא פארק?

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:55 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט ווי כ''ק הרה''ק מסקולען שליט''א גייט זאגן א' סליחות
און וומ''ס?
צו און בארא פארק?


וויליאמסבורג
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Iphone, איד_איד, גרויסע-גדולה, יאנקעל פעדראטשיק און 68 געסט