תגובהדורך יונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:23 pm
כ'בין דארט נישט געווען, אבער א באטייליגטער האט מיר געשיקט דאס פאלגנדע:
ווי געמאלדען אין די וואלאבאוט אשכול אז היינט געווען א מיטינג ווי די דא"ט האט פארגעלייגט פלענער פון געוויסע טוישונגען אין טראפיק אנגעלעגענהייטן.
ביי דעוויזשען און בערי גייט מען מאכן קראסוואלקס.
א פלאן פאר טראפיק סיגנאלן איז אריינגעגיבן געווארן פאר אן אגענטור וואס באפאסט זיך מיט אויסרעכענען נאר דאס, און מוז נישט זיין אז עס וועט געשען למעשה, אבער ס'דא א מעגליכקייט.
די קליינע געסל אויף דעוויזשען צווישן די צוויי בעדפארדס, ביי די זייט פון די טרייענגל-פארק, גייט זיין א נאו סטאפינג, ווייל ווען מ'וויל מאכן דעם לינקס צו דעוויזשען קען מען נישט זען אויב מ'קומט פון די רעכטע זייט.
ביי מארסי און די הייוועי גייט מען צוריק אויפמאכן די בלאקאדע אז מען זאל קענען זיך איינדרייען לינקס צו גרינס רעסטוראנט. אויך גייט זיין א "לעפט טוירן אנלי" לעין דארט.
כדי די קארס וואס קומען פון דעוויזשען זאלן זיך נישט אריינכאפן אין דעם שניט ווען ס'איז רויט, גייט מען מאכן א שיעפע קראסוואלק, אזוי אויך צו פארמיידן קארס פון פארן ביזן קארנער ווען ס'איז רויט.
איינער האט פארגעשלאגען אז ס'זאל זיין א קורצע גרינע לינקע עראו פאר דעויזשען וואס וויל מאכן די לינקס צו גרינס. זיי ווייסן נישט אויב זיי ווילן עס טאהן.
ליע עוו גייט מען מאכן די לינקע זייט פון ראובלינג ביז העיווארד מיטערס פון 8'ע ביז 7'ע. מ'גייט שוין מעגן פארקירן דארט נאך 4'ע.
די רעכטע זייט איז אזוי:
פון טעילאר ביז די בוטשער וועלן זיין די מיטערס אזוי ווי די לינקע זייט, א חוץ ביי די באס סטאפס.
פון קיעפ ביז העיווארד:
מיטערס ביז 4'ע.
נאו סטענדינג פון 4'ע ביז 7'ע.
פון העיווארד ביז וואלאבאוט, נאו סטענדינג 4'ע ביז 7'ע, אנע מיטערס.
ווי אויך גייען זיין עטליכע טראק לאודינגס אויף ביידע זייטן, דא און דארט.
אין אנדערע ווערטער: די נאו סטענדינג 4'ע ביז 7'ע גייט נאר זיין פון די בוטשער ביז וואלאבאוט, און אויך נאר די רעכטע זייט.
ביי וואלאבאוט און העיווארד, לינטש גייט מען ארויסברענגען די סיידוואלק אז די קראסוואלק זאל נישט זיין אזוי לאנג.
פארנט פון די ליע גארדענס שוהל גייט מען מאכן צעמענט ביז די פאול, אנשטאט די ביז היצטיגע זיברע ליינס, אז מען זאל נישט קענען פארן דארט.
ביי די ריזיגע אינטערסעקשאן פון העריסאן יוניאן גייט מען אויסברייטערן די צעמענטענע צירקל ארום די פאול און פארבאטן פאר קארס פון זיך דרייען רעכטס. (טייל פלעגן מאכן דארט א שארפע רעכטס קיין יוניאן, אדער סתם פארן ראנגוועי אויף העריסאן.
לכאורה גייט מען מאכן גערי א וואן וועי פון פלאשינג אראפ צו בראדוועי.
זיי וואלטן געוואלט צוריקדרייען בארטלעט אזוי ווי אמאל, אבער ס'קוקט אויס ווי מ'גייט זיך אקעגן שטעלן דערויף צוליב די ת"ת געברויכן.
עפעס האט ער ארומגערעדט פון קלעסאן קענט ראטלידזש, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט פארגרינגערן די טראפיק... מ'גייט לייגן א קראסוואלק ביי די געז סטעישאן, פאר די וואס ריכטען קיין/פון הופער ביהמ"ד.