בלאט 2 פון 10

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 3:17 pm
דורך purple knish
סתם נייגעריג -פאר די רעקארדס- דעיס איז קאנסידערד נייעס אדער נאר א קרישקעלע?

וה"ה להיפוך אויב א קרישקע איז מער

נ.ב. ביטע ענטפערן ווי שנעלער

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 6:58 pm
דורך שנאפס
סתם נייגעריג - פאר ארגיומענט סעיק - למאי נפק"מ?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 7:56 pm
דורך לאמפ
פארשטייער פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט לייגן פאר זייערע פלענער און הערן אויס די פארשלאגן פון די שכינים, געשעפט אייגענטומער און באס דרייווער.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:11 pm
דורך לאמפ
דעם היינטיגן אווענט איז פארגעקומען א פאבליק מיטינג אין דעם צעהלימער ת"ת און וויליאמסבורג ווי די פארשטייער פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט האבן פארגעלייגט זייער פראפאזל פאר די וואלאבאוט און פלאשינג גאסן און אויסגעהערט קאמענטארן און פארשלאגן פון די באטייליגטע.

דער פלאן באשטייט פון עטליכע שטאפלן און אדרעסירט די טרעפיק און סעיפטי פראבלעמען אויף די אויבערדערמאנטע גאסן, אט זענען די הויפט פונקטן לויט דעם יעצטיגן פלאן.

1. וואלאבאוט סט. וועט ווערן א איסטבאונד וואן וועי (אין די דירעקציע צו ליע עוו).

2. פלאשינג עוו וועט ווערן אן וועסטבאונד וואן וועי (אין די דירעקציע צו בעדפארד עוו).

3. אזוי ווי אזא פלאן וועט ברענגן אז אלע וועסטבאונד טרעפיק פון מידעלטאון, לארימאר און וואלאבאוט וועלן מוזן ביי ליע פארן קיין פלאשינג עוו איז דא א רעדע פון איינגעשטעלן 'נאו סטענדינג' רעגולאציעס אויף א חלק אדער איין גאנצע זייט פון פלאשינג עוו צווישן ליע און בעדפארד פון 7 צופרי ביז 7 ביינאכט און דערמיט לינדערן די טראפיק פארקער אבער און די זעלבע צייט (געוואנדן צו די גאנצע אדער נאר א חלק פון די גאס וועלן האבן די רעגולאציעס) עלימינירען צווישן 17 און 34 פארקינג פלעצער אויף דעם גאס דורכ'ן טאג - א נעט פארלוסט פון 5 ביז 22 ראוש האוער פארקינג פלעצער דורכאויס דעם פראיעקט צילוב וואס עס וועלן צוקומען עטליכע פארקינג פלעצער אויף וואלאבאוט.

4. ווי אויבן דערמאנט וועט ליע צווישן מידעלטאון און פלאשינג ווערן אנגעלייט מיט די וועסטבאונד טראפיק פון מידעלטאן און לארימער וועלכע וועלן ניצן די צוויי גאסן אלץ קארידער צו פלאשינג און איז בנוסף צו דעם אזוי אויך אנגעלייגטע גאס צילוב וואס די סיטי באסעס פארקן דארט, דעריבער איז דא א מעגליכקייט דארט אויך צו פארלענגערן די 'נאו סטענדינג' רעגולאציעס פון 7 ביז 7 אנשטאט פון 4 ביז 7.

5. די טרעפיק דירעקציע פון מידעלטאון צווישן ליע און וואלאבאוט וועט בלייבן ווי ביז יעצט אבער ווען מען קומט אן קיין וואלאבאוט וועט מען נאר קענען מאכן א לינקס ארויף צו ליע עוו.

6. דער אינטערסעקשן פון מידעלטאן קארנער וואלאבאוט וועט ווערן היפש פארשמעלערט דורך צו לייגן א פעדעסטריען פלאזא אויף דעם טרייענגל פארנט פון קראלי אזוי אז עס זאל זיין גרינגער צו קראסן דעם גאס, אויך וועט דאס זיין דעזיינט אז א קאר וואס פארט אראפ מידעלטאן זאל ביים סטאפ סיין ביי די קארנער זיין גראד און קענען מאכן א געהעריגע לינקע טורן ארויף אויף וואלאבאוט.

7. נאך א פלאן צו פארמינערן דעם טרעפיק פארקער קיין פלאשינג דורך ליע עוו איז דאס מאכן יוניאן עוו. פון וואלאבאוט ביז פלאשינג פאר א טו וועי אזוי אז איינער וואס קומט פון העריסאן אדער יוניאן וועט קענען כאפן פלאשינג אן דארפן אראפ פארן צו ליע עוו.

בלייבט נאר איבער צו ווארטן און זעהן וואס עס וועט זיך אויסלאזן מיט די אלע פלענער.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:15 pm
דורך בילדער
אויבען אויף האט עס מיין שטיצע, מען זעט אז עס איז נישט פלעין עפעס ארויס געשארצט פון ארבעל, דא ליגט אסאך קאפ און ריסערטש.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:17 pm
דורך איפה פייביש
יא זעהט אויס זייער שכלדיג

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:18 pm
דורך גערעכטער
א ריזן דאנק לאמפ! יעצט געוואלט פרעגן פאר א אפדעיט,
זעהט אויס ס'וועט זיך אויסארבעטן בעזהשי"ת, לאמיר האפן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:23 pm
דורך היימישער איד
יישר כח הרב לאמפ פאר די דיטעלט באריכט.

מיר איז נאר אונטערסאנט, דאס פאריגע מאל האט מען זייער אוועקגעמאכט די פלאן, צוליב דאס אראפנעמען פארקינג פון פלאשינג. דעמאלט האט מען נישט גערעדט פון מאכן פלאשינג פאר א וואן וועי, יעצט אז מ'מאכט עס פאר א וואן-וועי, רעדט מען נאך אלץ פון אראפנעמען פארקינג ערטער?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:40 pm
דורך לאמפ
היימישער איד האט געשריבן:יעצט אז מ'מאכט עס פאר א וואן-וועי, רעדט מען נאך אלץ פון אראפנעמען פארקינג ערטער?

ס'קען זיין אז איר זענט גערעכט ווייל איבער קוקענדיג די פאפירען וואס זיי האבן פארטיילט זעה איך נישט אז זיי זאלן שרייבן וועגן טוישן פלאשינג צו א וואן וועי אבער דארט אויפן פלאץ האבן זיי אזוי געמאלדן, קען זיין אז דער רעדנער האט זיך טועה געווען.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:42 pm
דורך גערעכטער
וואסערע פאפירן האט מען געטיילט? אפשר ארויפלייגן דא? ס'שייך?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 pm
דורך יואב בן צרויה
יישר כחכם הרב לאמפ פארן באריכט.
- - -
לויט די פלאן, פון ווי וועט וואלאבאוט ווערן א וואן וועי? נאר פון בערפארד אדער גאר נאך ביי בראשוב?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:50 pm
דורך לאמפ
גערעכטער האט געשריבן:וואסערע פאפירן האט מען געטיילט? אפשר ארויפלייגן דא? ס'שייך?

איך וועל פראבירן ווען איך קען.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:54 pm
דורך לאמפ
יואב בן צרויה האט געשריבן:יישר כחכם הרב לאמפ פארן באריכט.
- - -
לויט די פלאן, פון ווי וועט וואלאבאוט ווערן א וואן וועי? נאר פון בערפארד אדער גאר נאך ביי בראשוב?

דאס וואס איך האב געברענגט איז נאר דער קאנסעפט פון דעם איידיע אבער די פונקטליכע פרטים זענען נאכנישט פיינעל, דער סיבה פאר דעם מיטינג איז געווען צו הערן וואס די שכינים האבן צוצולייגן פאר זיי באשליסן אויף די פרטים.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:55 pm
דורך siechel hausher
שכח הרב לאמפ. אבער צוויי נקודת וואס איך האב נאך געהערט. איינס אז פלאושינג איז נישט פארפאוזד געווארן אלס א וואן וועי. די פארקינג האב איך טאקע געהערט ווי אייך. נאך איין זאך וואס אנדערע האבן דארט פראפאוזד, אז וואלאבאט פון מידעלטאן ביז בעדפארד זאל יא בלייבן א טוי וועי. בין איך נייגעריג אויב איר קענט דאס קאמפירמען

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:01 am
דורך לאמפ
siechel hausher האט געשריבן:שכח הרב לאמפ. אבער צוויי נקודת וואס איך האב נאך געהערט. איינס אז פלאושינג איז נישט פארפאוזד געווארן אלס א וואן וועי. די פארקינג האב איך טאקע געהערט ווי אייך. נאך איין זאך וואס אנדערע האבן דארט פראפאוזד, אז וואלאבאט פון מידעלטאן ביז בעדפארד זאל יא בלייבן א טוי וועי. בין איך נייגעריג אויב אחר קענט דאס קאמפירמען

דאס וואס איר שרייבט וועגן דעם פלאשינג טו וועי האבן מיר פריער בארירט, און ווי געזאגט קען זיין אז איר זענט גערעכט מיט דעם פרט.

איך קען באשטעטיגען אז עטליכע פון די באטייליגטע האבן פארגעשלאגן אז פון מידעלטאן ביז בעדפארד זאל בלייבן א טו וועי, אבער אסאך איינוואוינער אויפן בלאק זענען צוליב סעפטי געווען דערקעגן.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:11 pm
דורך SPUSMN
לאמפ האט געשריבן:דעם היינטיגן אווענט איז פארגעקומען א פאבליק מיטינג אין דעם צעהלימער ת"ת און וויליאמסבורג ווי די פארשטייער פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט האבן פארגעלייגט זייער פראפאזל פאר די וואלאבאוט און פלאשינג גאסן און אויסגעהערט קאמענטארן און פארשלאגן פון די באטייליגטע.

דער פלאן באשטייט פון עטליכע שטאפלן און אדרעסירט די טרעפיק און סעיפטי פראבלעמען אויף די אויבערדערמאנטע גאסן, אט זענען די הויפט פונקטן לויט דעם יעצטיגן פלאן.

1. וואלאבאוט סט. וועט ווערן א איסטבאונד וואן וועי (אין די דירעקציע צו ליע עוו).

2. פלאשינג עוו וועט ווערן אן וועסטבאונד וואן וועי (אין די דירעקציע צו בעדפארד עוו).

3. אזוי ווי אזא פלאן וועט ברענגן אז אלע וועסטבאונד טרעפיק פון מידעלטאון, לארימאר און וואלאבאוט וועלן מוזן ביי ליע פארן קיין פלאשינג עוו איז דא א רעדע פון איינגעשטעלן 'נאו סטענדינג' רעגולאציעס אויף א חלק אדער איין גאנצע זייט פון פלאשינג עוו צווישן ליע און בעדפארד פון 7 צופרי ביז 7 ביינאכט און דערמיט לינדערן די טראפיק פארקער אבער און די זעלבע צייט (געוואנדן צו די גאנצע אדער נאר א חלק פון די גאס וועלן האבן די רעגולאציעס) עלימינירען צווישן 17 און 34 פארקינג פלעצער אויף דעם גאס דורכ'ן טאג - א נעט פארלוסט פון 5 ביז 22 ראוש האוער פארקינג פלעצער דורכאויס דעם פראיעקט צילוב וואס עס וועלן צוקומען עטליכע פארקינג פלעצער אויף וואלאבאוט.

4. ווי אויבן דערמאנט וועט ליע צווישן מידעלטאון און פלאשינג ווערן אנגעלייט מיט די וועסטבאונד טראפיק פון מידעלטאן און לארימער וועלכע וועלן ניצן די צוויי גאסן אלץ קארידער צו פלאשינג און איז בנוסף צו דעם אזוי אויך אנגעלייגטע גאס צילוב וואס די סיטי באסעס פארקן דארט, דעריבער איז דא א מעגליכקייט דארט אויך צו פארלענגערן די 'נאו סטענדינג' רעגולאציעס פון 7 ביז 7 אנשטאט פון 4 ביז 7.

5. די טרעפיק דירעקציע פון מידעלטאון צווישן ליע און וואלאבאוט וועט בלייבן ווי ביז יעצט אבער ווען מען קומט אן קיין וואלאבאוט וועט מען נאר קענען מאכן א לינקס ארויף צו ליע עוו.

6. דער אינטערסעקשן פון מידעלטאן קארנער וואלאבאוט וועט ווערן היפש פארשמעלערט דורך צו לייגן א פעדעסטריען פלאזא אויף דעם טרייענגל פארנט פון קראלי אזוי אז עס זאל זיין גרינגער צו קראסן דעם גאס, אויך וועט דאס זיין דעזיינט אז א קאר וואס פארט אראפ מידעלטאן זאל ביים סטאפ סיין ביי די קארנער זיין גראד און קענען מאכן א געהעריגע לינקע טורן ארויף אויף וואלאבאוט.

7. נאך א פלאן צו פארמינערן דעם טרעפיק פארקער קיין פלאשינג דורך ליע עוו איז דאס מאכן יוניאן עוו. פון וואלאבאוט ביז פלאשינג פאר א טו וועי אזוי אז איינער וואס קומט פון העריסאן אדער יוניאן וועט קענען כאפן פלאשינג אן דארפן אראפ פארן צו ליע עוו.

בלייבט נאר איבער צו ווארטן און זעהן וואס עס וועט זיך אויסלאזן מיט די אלע פלענער.

איין זאך זענט מיר אויס האט מען נישט גענומען אין באטראכט, און דאס איז דער לינקע טורן פון לארימער ארויף אויף לי וואס איז אלץ געווען מסוכן'דיג. עס איז אזוי אויך א סכנהדיגע גאס מיט א ריזיגע חלל פון דזעי וואקערס און אנדערע וואס ווייסען נישט וויאזוי מען קומט אן מהכא להתם (א פייוו וועי אינטערסעקשען) און קארס מיט מענטשען טרעפען זיך טעגליך אין מיטען פרשת דרכים נישט וויסענדיג וועמען קומט דער רייט אוו וועי (יא, יא, מענטשען קומט אייביג דער רייט אוו וועי; אבער ביטער איז פאר דער גערעכטע). יעצט אז מען גייט מאכען טשענדזעס דארף מען נעמען אין באטראכט דער באטעל-נעק וואס גייט זיין ביי יענער אינטערסעקשען. זעהט מיר אויס אז מען האט בכלל נישט געטראכט פון דעם.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:13 pm
דורך שנאפס
SPUSMN האט געשריבן:

מ'קען מאכן אז די גרין לייט זאל נישט זיין צוזאמען

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:17 pm
דורך SPUSMN
שנאפס; אפשר. אבער וויאזוי סטאפט מען די מענטשען; ספעציעל קינדער? ווען א קאר קומט צו פליען אויף לארימער צו כאפען די לייט אויף לי, וועט זיין סכנת נפשות פאר די וואס געפינען זיך אין דער אינטערסעקשען (א קאמפליצירטע אינטערסעקשען). אפשר מאכט מען דארט איילענדס? ווען מען דארף דעם גנב (איילענדס) נעמט מען אים אראפ פון תלויה.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:24 pm
דורך farshlufen
ואם כנים הדברים אז זיי ווילן מאכן א חלק פלאשינג א וואן וועי, האבן זיי נישט גערעכנט דער אפעקט וואס דער טרעפיק וועט האבן אויף אלע ארומיגע גאסן, פרענקלין [אפגערעדט אינעם העפטיגן חתונה סיזען], פארק, לינטש, און ליע איבערהויפט נעבן פלאשינג ווי די סיטי באסעס טוען כל מה שלבם חפץ.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:30 pm
דורך SPUSMN
דאס איז דאך דער פראבלעם, מען נעמט נישט אלעס אין באטראכט; און פאר יעדען טויש (וואס מען וועט ערשט איין זעהן שפעטער) וועט מען דארפען נאכאמאל מאכען אסיפות על גבי אסיפות.

מסוכן'דיגע אינטערסעקשען

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:30 pm
דורך SPUSMN
אז מען רעדט שוין פון סכנה און קאמפליצירטע אינטערסעקשען'ס איז כדאי צו באטאנען (מרעיש עולם זיין) אויף דער קאמפליצירטע און מסוכן'דיגע אינטערסקעשען פון יוניען/העריסען/לארימער און טרופ. יעצט אז מען האלט ביים פארענדיגען דער מיידעל סקול אויף טרופ, און די מיידלעך קומען צו פיס, מוז מען זעהן אז דער זייער ברייטע זעקס וועג אינטערסעקשען זאל האבען א תיקון. איך האב שוין געזעהן מיט מיינע אויגען עטליכע שיעור נישטס. איך ווייס נישט וויאזוי עלטערען לאזען קינדער קראסען אזא געפערליכע אינטערסעקשאן; מען דארף זיין א איינשטיין צו וויסען ווען מען מעג גיין, און וועליכע וועג צו קוקען.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 4:08 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
קודם לאז מיך דיר עפעס זאגן, אויב די וועעסט קוקן דארט ביי יענע אינטערסעקשאן וועסטו זעהן אז ממעג נישט קראסן פון אלע זייטן נאר ווי סיז דא א מענטשעלע סיין, מקעניש קראסן שיעף פון וועלעכע זייט סשמעקט דיר אפילו די גראדע וועג אויף די קראסוואלק איז לענגער, געזעצליך איז ערלויבט צו קראסן נאר ווי סיז דא א סיין, נאך א דוגמא האסטו ביי ווייט און ווילי סטריט טאר מעניש קראסן ווייט עוו. אינטער די הייוועי אפילו ביי די קארנער ווייל א קאר וואס קומט ארויס פון די הייוועי און וויל מאכן א לינקס זעהט נישט ווען איינער קראסט ווייל עס איז פארשטעלט, נישט אומזיסט איז דארט נישטא קיין מענטשעלע סיין, https://www.google.com/maps/@40.7015549 ... !2e0?hl=en שוין גענוג מאל דארט געווען שיעור עקסידענט, א מענטש וואס קראסט דארט זאל ווייסן אז ער איז אליין אחריות אויף זיין לעבן, און ביי יוניאן/העריסאן/לארימאר איז די זעלבע זאך, אוואדאי דארף מען איבעראל זיין פארזיכטיג אבער אז מגייט נארמאל איז דא קלענערע שאנסן עפעס זאל ח"ו געשען

דעם יונגערמאן אויפן בילד קומצעך פעטש https://www.google.com/maps/@40.7027952 ... !2e0?hl=en

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 4:34 pm
דורך לאמפ
SPUSMN האט געשריבן:שנאפס; אפשר. אבער וויאזוי סטאפט מען די מענטשען; ספעציעל קינדער? ווען א קאר קומט צו פליען אויף לארימער צו כאפען די לייט אויף לי, וועט זיין סכנת נפשות פאר די וואס געפינען זיך אין דער אינטערסעקשען (א קאמפליצירטע אינטערסעקשען). אפשר מאכט מען דארט איילענדס? ווען מען דארף דעם גנב (איילענדס) נעמט מען אים אראפ פון תלויה.

גראדע האט מען יא ארויפגעברענגט דעם פראבלעם ביי דעם מיטינג אין זיי האבן טאקע - ווי איר צוגעטראפן - געזאגט אז זיי וועלן אריינקוקן אין א מעגליכקייט אהינצושטעלן אן איילענד.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2014 4:38 pm
דורך SPUSMN
אויב אזוי האבען מיר יא בעלי דעת וואס פארטרעטען אונז. אפשר רעדט מען שוין צו זיי אויך וועגען דער צווייטער און מער קאמפליצירטע אינטערסעקשאן. אם לא עכשיו אימתי.

מען רעדט דאך שוין סייווי דארט פון דער גוטע איינפאל צו מאכען אז יוניען זאל א דורך גיין ביז פלאשינג אז מען זאל דארט קענען מאכען א רעכטע טורן. זאל מען שוין אלעס קאווערען און עס טוהן ריכטיג.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 4:12 pm
דורך farshlufen
SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון סכנה און קאמפליצירטע אינטערסעקשען'ס איז כדאי צו באטאנען (מרעיש עולם זיין) אויף דער קאמפליצירטע און מסוכן'דיגע אינטערסקעשען פון יוניען/העריסען/לארימער און טרופ. יעצט אז מען האלט ביים פארענדיגען דער מיידעל סקול אויף טרופ, און די מיידלעך קומען צו פיס, מוז מען זעהן אז דער זייער ברייטע זעקס וועג אינטערסעקשען זאל האבען א תיקון. איך האב שוין געזעהן מיט מיינע אויגען עטליכע שיעור נישטס. איך ווייס נישט וויאזוי עלטערען לאזען קינדער קראסען אזא געפערליכע אינטערסעקשאן; מען דארף זיין א איינשטיין צו וויסען ווען מען מעג גיין, און וועליכע וועג צו קוקען.

פאר דעם נוצא מען געווענליך א קראסינג גארד, דאס קריגט מען דאכציך דורך די פאליציי.