וואלעבאוט סט. טראפיק, איז א וואן וועי א לעזונג?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 07, 2015 10:01 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 07, 2015 10:13 am

מיינע פאר גראשן.

נעמען א ביזי גאס ווי ניו יארק עוו. / מארסי עוו. און סתם צושניידן אינדערמיט און אראפשטעלן טישן און בענק כדי די שחורים זאלן האבן נאך א פלאץ וואו צי קוואקענען און די פאליציי וואו אוועקצושטעלן פראדזשעקטערס און ראונד די קלאק פאליס קארס מיט בליטשענדע לייטס איז א לעזונג פארן צומישטן זיך דרייען ביי ליע?

פלאשינג פארנעמט "נישט" די טראפיק פון וואלעבאוט צווישן בעדפארד און קענט צום הייוועי וכן קענט איבערהויפט היצטערד נאכן נייעם ראבסקי [מיקסד יוז דהיינו סטארס + באסעס וכו'] פראיעקט דארט, חוץ פון 1 ביז זעקס אינדערפרי.

מער טראפיק אויף העיווארד באדייט אז דער קלייינער געסל צווישן העיווארד און וואלעבאוט וואס איז ע"פ רוב אנגעלייגט מיט בלויז איין [האלבע] באס וועט גורם זיין אן אנזעץ אויף העיווארד און אין ביזי צייטן אויך אויף אלע ארומיגע גאסן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 07, 2015 10:15 am

געקריגן באישי, לדעתי אביסל ווינציג און שוואך געשריבן, ס'פעלט וויכטיגע פונקטן.
צוגעלייגטע
open letter wallabout street.pdf
(86.83 KiB) דאונלאודעד 304 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג יוני 07, 2015 10:59 am

סמארט גאי האט געשריבן:רבי זאכליך,

איינער וואס בענקט ביי טשעיס, זאל פארקן ווי ??
(זיי מיר נישט חושש אז איך בין דער וועם דו האסט נעכטן געזעהן דאבל פארקד, איךרעג סתם )


אינטרעסאנט, איך נוץ אסאך דעם טשעיס באנק און סאיז מיר נאך קיינמאל! נישטאנאל איינגעפאלן זיך צו פארקן דאבל פארקד, איך האב נאך אייביג געטראפן ווי צו פארקן
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג יוני 07, 2015 11:27 am

עפעס איז דא א נייע פלאן אז מען גייט מאכען האלבע גאסען פאר א וואן וועי אזוי אויך יוניען ביי מארסי פאר א טא וועי, איינער קען עס מסביר זיין?

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » זונטאג יוני 07, 2015 11:31 am

עס איז נישט מעגליך פאר א גאס ווי עס וואוינען מאמעס מיט קליינע קינדער צו עקזעסטירן אן די מעגליכקייט צו קענען אפשטעלן א קאר אויף די גאס פאר צוויי מינוט, א מאמע מיט פיר פיצלעך רופט א קאר סערוויס, ווי זאל ער זיך שטעלן? א חסד מעמבער פיקט אויף איינעם, ווי זאל ער זיך אפשטעלן? תומכי שבת ווארפט אראפ א באקס, וויאזוי? נישט אין יעדע פאל איז שייך אז א מענטש זאל קענען גיין פארקן א גאס צוויי ארויפצו און צו וואקן, רוב גאסן אין וויליאמסבורג זענען וואן וועי פאר א סיבה, און וואלעבאויט איז נישט אנדערש, דער גאס איז צו שמאל פאר א טו וועי, און יעדער וואס זאגט אז מען קען לעיזן דעם פראבלעם אן דעם וואס מען זאל מאכן א וואן וועי, איז אין דריעם לענד לענ״ד

קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 17, 2014 8:20 am

תגובהדורך קארן טשיפ » זונטאג יוני 07, 2015 10:51 pm

אז מ'נעמט שוין אוועק פארקינג, פארוואס קען מען נישט אוועק נעמען איין זייט פון וואלעבאוט און ס'זאל בלייבן א 2 וועי, אז די גאס עט ברייטער ווערן עט זיין גרינגער דורך צופארן

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג יוני 07, 2015 10:53 pm

קארן טשיפ האט געשריבן:אז מ'נעמט שוין אוועק פארקינג, פארוואס קען מען נישט אוועק נעמען איין זייט פון וואלעבאוט און ס'זאל בלייבן א 2 וועי, אז די גאס עט ברייטער ווערן עט זיין גרינגער דורך צופארן

און וואס וועט זיין מיט די פלאשינג ליידנדע?
הק' איש ימיני

קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 17, 2014 8:20 am

תגובהדורך קארן טשיפ » זונטאג יוני 07, 2015 11:23 pm

פלאשינג בלייבט ווי ביז יעצט

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג יוני 07, 2015 11:33 pm

מיין מיינונג איז ביי פלאשינג אין בעדפארד
זאל מען אראפ נעמען צוויי פארקינג ספאט ביי די קארנער אז ווער עס וויל זיך איינדרייען זאל קענען ווארטן אין נישט דארפן אויפהאלטן די גאנצע גאס .
ווייל צוויי קארס ווילן זיך איינדרייען מיזן די איבריגע קארס שוין דארפן ווארטן אויף די נעקסטע גרין לייט
אין מען זאל שטעלן א טרעפיק אגענט. צי האלטן פריי די גריד לאק נישט חלילה געבן טיקעטס

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יוני 08, 2015 9:34 am

מיין מיינוג איז אז WALLABOUT FLUSHING PARK MYRTLE AVE. זאלן אלע זיין א וואן וועי איינס קעגן די צווייטע. די גאנצע געגענט איז א גריד לאק יעדן טאג פון דרייע ביז זעקסע נאכמיטאג פון אזויפל סקול באסעס קע"ה אין טראקס מיט טרעלירס
לעצט פאראכטן דורך maybeeynot אום מיטוואך יוני 10, 2015 9:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יוני 08, 2015 11:01 am

ביי מיר איז קלאר אז דער גרידלאק ווערט פון די טוירנינג וויהיקעלס, אווי דער בני יששכר האט געשריבן
דארט ווערט די גאנצע גרידלאק.

אגב אויב וועט איר זיך שטעלן פאר פינף מינוט אויפפאסן אויף די פלאשינג טרעפיק וועט איר זעהן אז עס זענען נישטא קיין צוויי לייטס וואס לויפן ביינעזאם. און מען וואונדערט זיך נאך פארוואס ס'איז דא טרעפיק

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 08, 2015 11:27 am

דער אמת איז אז זייער אסאך מיינען דא (נישט דא, נאר די וואס פארפירן אין ביהמ"ד) "זיך". אבער אויב קוקט מען לטובת הציבור, פאר די שטאט בכלל (ווי לכתחילה האט געפרעגט) איז קיין שאלה נישט אז וואלאבאוט אלץ א וואן וועי איז א געוואלדיגע לעזונג. פארגעס א מינוט פון אנדערע געסלעך. די אומגעהויערע טראפיק וואס עס קומט פאר טעגליך אויף וואלעבאוט גייט געלעזט ווערן די טאג! וואס עס ווערט א וואן וועי. עס קענען די טראקס ווייטער פארקן דאבל-פארקד און די טראפיק וועט פארן סמוד.

דער אמת איז. אויב וואלעבאוט ווערט א וואן-וועי פון קענט צו מארסי וואלט מען געדארפט מאכן פלאשינג א וואן וועי פארקערט, פון העריסאן צום הייוועי. דאס וואלט ווארשיינליך געארבייט די בעסטע. די DOT פלאנט ממילא צו מאכן נאו סטענדיג אויף פלאשינג פון בעדפארד ביז לי צוליב איר שטענדיגע אנגעלייגטקייט, אפגעזעהן וועלעכע גאס עס ווערט געטוישט, אלזא איז א שאד דאס אריינצונעמען אונעם טענה. ווי אויך גייען זיי מאכן מיטער-פארקינג אויף וואלווארד און ווארסאף אז די קאסטומער'ס פון פלאשינג געשעפטן זאלן קענען דארט פארקן.

טראקס גייען ווייטער דעליווערן ביי די געשעפטן, האטס נישט מורא, זיי פארקן דאבל-פארקד אויב איז נישטא קיין פארקינג עניוועי, העלן זיי יעצט פארקן נארמאל און לאזן די טרעפיק לויפן. ס'גייט ווערן א שנעל-גלאפירענדע הייוועי?? ערשטענס, ווער ס'האט געמיינט ביז היינט אז פלאשינג עוו. איז א זייטיג געסל זאל אויפשטיין און אפגיסן נעגל וואסער ווי די חכמינו ז"ל פארלאנגן. פלאשינג עוו. איז א צענטראלע גאס וואס ציעט זיך גאר ווייט און דאס גייט בלייבן אזוי. די שאלה איז נאר וויפיל די ספיד גייט זיך ארויפריקן. געוויסע פארפירער ווילן אז די טרעפיק זאל בלייבן און דער עולם זאל פארן אויף 5 מ.פ.ש ווייל זייערע קינדער קענען זיך אזוי שפילן רואיגער, און איך פארשטיי זיי. אבער דאס איז בלויז ווען מ'קוקט אויף זיך. איינמאל מ'קוקט אויפן ציבור וויל מען פארגרינגערען דעם ציבור אז מ'זאל נישט דארפן שטיין אזוי לאנג אין טראפיק. און נעמענדיג אין באטראכט די אלע לייטס וואס פלאשינג האט פון בעדפארד ביז לי זעה איך נישט וואספארא שנעל גלאפירענדע הייוועי דאס קען בכלל ווערן.

א צווייטער טענה'ט אז העיווארד גייט ווערן אנגעלייגט. איז ווייטער, דער וואס וואוינט אויף העיווארד האט די טענה וויבאלד ער וויל נישט קיין טרעפיק אויף "זיין" גאס. אבער לטובת הציבור איז דאך ווייטער די וואן וועי דאס בעסטע עצה. יעצט לעצם הענין. פארוואס זאל דער עולם נעמען העיווארד אלץ א ראוט צום BQE אויב פלאשינג עוו גייט פארן ווי א הייוועי און מ'קומט אן אהין אסאך שנעלער?.. מ'דארף אפמאכן וואס דא גייט פאסירן ווייל איינס פרעגט אפ די אנדערע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מאנטאג יוני 08, 2015 1:01 pm

פארוואס האבן מיר טרעפיק אגענטן
צי טיילן טיקעטס אדער קאנטראלן די טרעפיק
זאל מען פארלאנגן אז זיי זאלן שטיין ביי די קארנער
ווען עס פעלט זיך אויס

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 08, 2015 3:11 pm

למעשה, די יעצטיגע פראפאוזל פון די DOT איז ווי פאלגענד:

וואלעבאוט וועט געטוישט ווערן צו א One way פון קלעסאן ביז מארסי - מיט 2 אויסנאם'ס.
פון קראלי/מידעלטאן וועט מען יא קענען פארן צו בעדפארד. (פון לי וועט מען נישט קענען זיך אריינדרייען צו בעדפארד אויף וואלעבאוט, נאר פון מידעלטאן)
פון פרענקלין ביז קענט וועט אויך בלייבן א 2way.

פלאשינג עוו. וועלן זיי טוישן צו No Standing 7am - 7pm חוץ טראק לאודינג (פון וואלווארט ביז בעדפארד, אויף די נאורט זייט)
זיי וועלן צולייגן מיטער פארקינג אויף וואלווארט, ווארסאף און ספענסער.
לי עוו. פון וואלאבאוט ביז פלאשינג וועלן זיי אויך טוישן פאר No Standing 7am - 7pm.

טוישן יוניען עוו. צו א 2way פון פלאשינג ביז וואלעבואט און די זעלבע גאס פון מארסי עוו. צושפארן בלויז פאר מענטשן צו גיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 08, 2015 3:18 pm

מיינע אמענדמענדט צו דעם יעצטיגן פלאן.

אויב בלייבט וואלאבאוט א טו-וועי פון מידלטאון ביז בעדפארד איז עס ווייטער א אנשטויסעניש, אן עצה דערצו איז אראפנעמען איין זייט פארקינג (שיס מיר נישט) אויף יענע חלק גאס.
מ'זאל ווייטער אפן לאזן מארסי און מאכן א טריפל לייט ביי מארסי/יוניאן/פלאשינג, אזוי וועט צארסי נישט ווערן אנגעשטויסן פון די פארקער וואס וויל פארן ווייטער גראד אויף מארסי.
די נאו סטענדינג אויף פלאשינג פארשטיי איך נישט פארוואס נאר פון וואלווארט ביז בעדפארד, גייט די קליינע חלק אזוי שטארק אויסמאכן אינעם טרעפיק פלאו פון פלאשינג?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 08, 2015 3:22 pm

איך אימעיל דיר דעם גאנצן פרעזענטעישאן און שטעל עס דא ארויף.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 08, 2015 3:24 pm

אקעי, אינאיינוועגס פארגעס נישט צו דיפאזיטן די טשעקס וואס דו שלעפסט מיר שוין ארום א וואך צייט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג יוני 08, 2015 3:27 pm

מאנ-יימר האט געשריבן:אויב בלייבט וואלאבאוט א טו-וועי פון מידלטאון ביז בעדפארד איז עס ווייטער א אנשטויסעניש, אן עצה דערצו איז אראפנעמען איין זייט פארקינג (שיס מיר נישט) אויף יענע חלק גאס.
פלאס 1
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום מאנטאג יוני 08, 2015 3:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 08, 2015 3:28 pm

צייטליך האט געשריבן:איך אימעיל דיר דעם גאנצן פרעזענטעישאן און שטעל עס דא ארויף.
צוגעלייגטע
Wallabout St - Presentation for CB1 T&T 2015 - SHORT.pdf
(5.2 MiB) דאונלאודעד 381 מאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 08, 2015 3:30 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:איך אימעיל דיר דעם גאנצן פרעזענטעישאן און שטעל עס דא ארויף.

אביסל שכל. שטעל נישט ארויף דא די טשעק!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 08, 2015 3:32 pm

שוין פארראכטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 08, 2015 3:36 pm

:lol: :lol:
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 08, 2015 3:42 pm

צייטליך האט געשריבן:
לי עוו. פון וואלאבאוט ביז פלאשינג וועלן זיי אויך טוישן פאר No Standing 7am - 7pm.


די סיט באסעס זענען אויך אינקלודעט אין דעם נאו סטענדינג? אנדערשוועג גייט דאס אריין אין "למען לא נגע לריק".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג יוני 08, 2015 3:45 pm

צייטליך האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:איך אימעיל דיר דעם גאנצן פרעזענטעישאן און שטעל עס דא ארויף.

אביסל שכל. שטעל נישט ארויף דא די טשעק!!


די טשעק איז א one way, אדער קומט עס צוריק אויכעט?
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift און 24 געסט