לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:09 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
ביידעלע האט געשריבן:ערלויבט מיר טייערע חברים צו נעמען דאס ווארט איבער דעם טעמע פון ענגליש אין אונזערע מוסדות. היות איך בין אן ענגלישע פרינסיפעל אין א גאר חסידיש מוסד אין וויליאמסבורג האלט איך אז איך מעג זאגען מיין מיינוג איבער דעם טעמע.
עס איז קלאר אז אין %99 מוסדות, איז ענגליש א שטארקע אנגענימענע לימוד, ווי אויך פארלאנגט מען פולע דרך ארץ פאר טיטשערס. עפ"ר זענען היינט די טיטשערס מלמדים אדער סתם היימישע אינגעלייט וואס קינדער האבען פאר זיי דרך ארץ. מען ווארפט נישט היינט קיין ערעפלאנען אדער אנדערע זאכען אויף טיטשערס. דער דרך ארץ ווערט אויך שטארק פארסירט דורך די הנהלה רוחני. די ערגסטע זאך וואס איך קען זאגען פאר א אינגעל איז "איך וועל דאס מוזען איבערגעבען פארן מנהל". קיין שום אינגעל וויל נישט ווערן גערופען צום מנהל וועגן פראבלעמען וואס ער האט געמאכט ביי ענגליש.
ווידער איבער די ניווא פון די לימודים קען מען זאגען אז עס איז אסאך שטערקער ווי אמאל. עס היינט דא א גרויסע אויסוואל פון גוטע ביכער סיי אויף ענגליש און אזוי אויך אויף רעכענען און אנדערע זאכען . אוודאי קען מען דאס ארויף ברענגען אויף א העכערן סטאנדארט און רוב מוסדות האבען טאקע לעצטענס אנגעהויבן צו ניצען שטערקערע ביכער ווי פון פריער, בפרט פון ווען עס האט זיך אנגעהויבען דאס נאכקוקן דורך די שטאטישע איסטאנצען.
מצד די קינדערס גרייטקייט צו ענגליש מוז איך זאגען אז אונזערע קינדער זענען זייער נייגעריג און גרייט צו לערנען ענגליש און רעכענען. זיי ווילן לערנען נייע אינפארמאציע און זיי האבען אפילו הנאה דערפון, עס מוז אבער זיין זאכען וואס ציט זייער אינטערעסע נישט סתם פיקטיווע מעשיות. ספעציעל האבען קינדער ליעב צו לערנען וועגן
history, money, banking, and current events.
לדעתי דער עיקר סיבה פארוואס קינדער קענען נישט גוט ענגליש איז "ווייל ביי אונזערע היימען רעדט מען נישט (ב"ה) קיין ענגליש אינדערהיים". א שפרייך לערנט מען זיך אויס דורך עס ניצען אסאך. נישט ווייל מען ווייסט ווי אזוי מען שרייבט עס, און נישט ווייל מען ווייסט דער אפטייטש פונעם ווארט. נאר רעדען און רעדען און נאכאמאל רעדען. ווען א אינגערמאן וועט למשל וועלען זיך אויסלערנען רעדען ספאניש וועט ער קודם הערן אסאך פון אנדערע, און דערנאך אנהייבען צו רעדען אביסעל מיט אנדערע, און מער און מער, הערש דערנאך וועט ער וועלען צולערנען ליינען און שרייבן. מען לערנט זיך אוס א שפרייך דורך עס ניצען אסאך. אונזערע קינדער מעגן האבען די בעסטע ביכער און אפילו צולייגען שעות וועט מען זיך נישט אויסלערנען רעדען ענגליש ווילאנג זיי וועלען נישט רעדען די שפראך פאר זייער טעגליכע געברויכען. יעדע היימישע אינגערמאן וואס רעדט גוט ענגליש איז דער סיבה ווייל ער האט עס אנגעהויבן צו ניצען רעגלעמעסיג און זיין טעליכע רוטין ביז עס איז געווארן זיין צווייטע שפרייך. א ראיה קען מען זעהן אז די בארא פארק'ע קינדער קענען בעסער ענגליש, נישט ווייל זיי האבען בעסערע אדער לענגערע בילדונג, נאר ווייל זענען אויסגעשטעלט צו רעדען מער ענגליש און זייערע טעגליכע רוטין במילא קענען זיי בעסער, און איך זעה נישט (און וויל נישט) אז מען וועט זיך נעמען רעדען מער ענגליש און אונזערע הייזער.
נאך א סיבה איז, אז אפילו מען לערנט זיך שוין יא עפעס אויס אין חדר, גייט מען אבער נאכדעם אריין אין ישיבה פאר א פאר יאר ווי מען ניצט אינגאנצען נישט די ענגלישע שפרייך, און אויב מען חזרט נישט פארגעסט מען עס.
איך מיז אבער צולייגען אז די מציאות ווייזט אז די קינדער וואס האבען גוט געלערנט אין חדר ענגליש און רעכענען אפילו זיי האבען דאס נישט ווייטער פראקטעצירט דורך די בחורישע יארן, ווען זיי האבען צוריק אנגהויבען אלס אינגערמאן צו רעדן ענגליש אדער רעכענען איז צוריק געקומען די גירסא דינקותא וואס מען האט געלערנט אלס קינד. ווער סאיז געווען א גוטע רעכענער וועט ווייטער קענען רעכענען, א גוטער ספעלער וועט ווייטער גוט ספעלען, און גוטע רעדער וועט צוריק ווערן א גוטע רעדער.
ס"ה האלט איך עס איז נישט דא א ריכטיגע לייזונג פאר דעם פראבלעם פון ענגליש ביי אונזערע קינדער, עס איז אבער זייער וויכטיג יסודותדיג צו לערנען מיט זיי ענגליש ווייל עס קומט צוניץ שפעטער.
(במאמר המוסגר אויב עלטערן ווילען פראקטעצירען ענגליש מיט זייערע קינדער זאלען זיי באשליסען א צייט צו מאכען ענגליש היימארבייט, דהיינו די מאמע וועט זיך אראפזעצען מיט איר קינד פאר 10 מינוט און פירן אן ענגלישע דוסקאסיע מיטן קינד פון זאכען וואס איז פארגקומען יענעם טאג, דאס וועט העלפען אסאך מער ווי ליינען א מעשה אין ענגליש)

איך פארשטיי אז ביי די אלגעמיינע סקולס איז פארהאן א מושג הנקרא ELL דהיינו English language learners, אדער ESL דהיינו English as a second language .
די שולעס האבן ספעציעלע טעקניקס און געלטער פאר טרעינינג. לייגט מען ביי אונז א דגוש אויף דעם ? קען מען/זאל מען דאס בעסער מאכן?
וואס האלט איר ר' ביידל?


%100 אז מען לייגט א דגוש אויף דעם. דאס איז דאך די גאנצע תכלית פון Title One program וואס אלע מוסדות האבען. דער פראגראם איז דאך בעיקר געציעלט צו העלפן סקולס וואס ענגליש איז זייער second language און אונזערע אלע מוסדות זענען קוואלציפירט צו באקומען דעם פראגראם. רוב מוסדות לערנען טאקע ענגליש דורך די פראגראם.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » פרייטאג יולי 13, 2018 8:56 am

הרב ביידעלע, דאס רעדען ענגליש אינדערהיים העלפט נישט קיין סאך. איך געדענק ווען איך האב חתונה געהאט און געזעהן די ענגליש לעוועל פון מיינע שוואגערס אין חדר, האב איך געזעהן אז מיין לעוועל איז בעסער ווי זייערס, און ביי זיי איז ענגליש די ערשטע שפראך. די חילוק איז פשוט, זייער ענגליש קעריקילום אין חדר איז געווען א דיזעסטער.

איך פריי זיך זייער אז היימישע חסודישע אינגעלייט האבען פרנסה. אבער פון רעדן אידיש אין די צייט פון ענגליש, דאס איז א פראבלעם. ווען איך בין געווען אין חדר, זענען געווען צוויי טיטשערס וואס האבען געקענט אידיש, הרב ר׳ חיים האלבערשטאם און ר׳ קאפי עלבויגען, א חוץ די צוויי, האסטו נישט געקענט רעדן אידיש מיט די טיטשער אפילו די האסט זייער שטארק געוואלט.

סא, ס״ה איז, אמאל איז ענגליש געווען בעסער, און מען וואלט געמעגט לערנען לכה״פ ווי צוואנציג יאהר צוריק (קען זיין מען טוהט שוין אזוי איצט, מיין עלצטער אינגעל הייבט ערשט אהן קומעדיגע יאהר בעזרת השם)

הצלחה

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג יולי 13, 2018 1:08 pm

רעדן ענגליש אינדערהיים ווייסעך נישט צו ס'גיבט צי
אבער ליינען ענגליש גיבט אסאך צי זיך צו לערנען ענגליש
איך קען א פיינעם ענגליש, רעדן און ליינען, בעיקר האב איך זיך ציגעלערנט פון ליינען

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » פרייטאג יולי 13, 2018 6:15 pm

ראספשע האט געשריבן:רעדן ענגליש אינדערהיים ווייסעך נישט צו ס'גיבט צי
אבער ליינען ענגליש גיבט אסאך צי זיך צו לערנען ענגליש
איך קען א פיינעם ענגליש, רעדן און ליינען, בעיקר האב איך זיך ציגעלערנט פון ליינען

זייער א גוט פאונט, גערעכט

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג יולי 13, 2018 6:59 pm

ראספשע האט געשריבן:רעדן ענגליש אינדערהיים ווייסעך נישט צו ס'גיבט צי
אבער ליינען ענגליש גיבט אסאך צי זיך צו לערנען ענגליש
איך קען א פיינעם ענגליש, רעדן און ליינען, בעיקר האב איך זיך ציגעלערנט פון ליינען

מען קען זיך נישט אויסלערנען רעדען גוט ענגליש פון ליינען סיי ווייל רעדען דארף מען זיין צוגעוואינט אז נישט פילט זיך עס זייער און סיי מען קען זיך נישט אויסלערענען פערנאונסען ווערטער פון ליינען

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג יולי 15, 2018 12:56 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:רעדן ענגליש אינדערהיים ווייסעך נישט צו ס'גיבט צי
אבער ליינען ענגליש גיבט אסאך צי זיך צו לערנען ענגליש
איך קען א פיינעם ענגליש, רעדן און ליינען, בעיקר האב איך זיך ציגעלערנט פון ליינען

מען קען זיך נישט אויסלערנען רעדען גוט ענגליש פון ליינען סיי ווייל רעדען דארף מען זיין צוגעוואינט אז נישט פילט זיך עס זייער און סיי מען קען זיך נישט אויסלערענען פערנאונסען ווערטער פון ליינען


גערעכט, איך קען ליינען און ביים רעדן ווער איך אפט פארהאנקעט..

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג יולי 15, 2018 10:07 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:רעדן ענגליש אינדערהיים ווייסעך נישט צו ס'גיבט צי
אבער ליינען ענגליש גיבט אסאך צי זיך צו לערנען ענגליש
איך קען א פיינעם ענגליש, רעדן און ליינען, בעיקר האב איך זיך ציגעלערנט פון ליינען

מען קען זיך נישט אויסלערנען רעדען גוט ענגליש פון ליינען סיי ווייל רעדען דארף מען זיין צוגעוואינט אז נישט פילט זיך עס זייער און סיי מען קען זיך נישט אויסלערענען פערנאונסען ווערטער פון ליינען

דאס איז א פראבלעם ביי יעדע 'סעקאנד-לענגווידזש', קענסט עס זעהן ביי די כינעזער אזיענער ווי אזוי זיי רעדן ענגליש...., אן עצה פאר דעם איז אז מען הערט דרשות וכדומה אויף ענגליש [נישט פאר אידישקייט..]
[און מען דארף געדענקען וואס נאסוידער רב האט געקלאפט אויפן טיש "דרך ארץ פאר א איד וואס קען נישט די A B C"......]

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג יולי 15, 2018 2:53 pm

ביידעלע האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
ביידעלע האט געשריבן:ערלויבט מיר טייערע חברים צו נעמען דאס ווארט איבער דעם טעמע פון ענגליש אין אונזערע מוסדות. היות איך בין אן ענגלישע פרינסיפעל אין א גאר חסידיש מוסד אין וויליאמסבורג האלט איך אז איך מעג זאגען מיין מיינוג איבער דעם טעמע.
עס איז קלאר אז אין %99 מוסדות, איז ענגליש א שטארקע אנגענימענע לימוד, ווי אויך פארלאנגט מען פולע דרך ארץ פאר טיטשערס. עפ"ר זענען היינט די טיטשערס מלמדים אדער סתם היימישע אינגעלייט וואס קינדער האבען פאר זיי דרך ארץ. מען ווארפט נישט היינט קיין ערעפלאנען אדער אנדערע זאכען אויף טיטשערס. דער דרך ארץ ווערט אויך שטארק פארסירט דורך די הנהלה רוחני. די ערגסטע זאך וואס איך קען זאגען פאר א אינגעל איז "איך וועל דאס מוזען איבערגעבען פארן מנהל". קיין שום אינגעל וויל נישט ווערן גערופען צום מנהל וועגן פראבלעמען וואס ער האט געמאכט ביי ענגליש.
ווידער איבער די ניווא פון די לימודים קען מען זאגען אז עס איז אסאך שטערקער ווי אמאל. עס היינט דא א גרויסע אויסוואל פון גוטע ביכער סיי אויף ענגליש און אזוי אויך אויף רעכענען און אנדערע זאכען . אוודאי קען מען דאס ארויף ברענגען אויף א העכערן סטאנדארט און רוב מוסדות האבען טאקע לעצטענס אנגעהויבן צו ניצען שטערקערע ביכער ווי פון פריער, בפרט פון ווען עס האט זיך אנגעהויבען דאס נאכקוקן דורך די שטאטישע איסטאנצען.
מצד די קינדערס גרייטקייט צו ענגליש מוז איך זאגען אז אונזערע קינדער זענען זייער נייגעריג און גרייט צו לערנען ענגליש און רעכענען. זיי ווילן לערנען נייע אינפארמאציע און זיי האבען אפילו הנאה דערפון, עס מוז אבער זיין זאכען וואס ציט זייער אינטערעסע נישט סתם פיקטיווע מעשיות. ספעציעל האבען קינדער ליעב צו לערנען וועגן
history, money, banking, and current events.
לדעתי דער עיקר סיבה פארוואס קינדער קענען נישט גוט ענגליש איז "ווייל ביי אונזערע היימען רעדט מען נישט (ב"ה) קיין ענגליש אינדערהיים". א שפרייך לערנט מען זיך אויס דורך עס ניצען אסאך. נישט ווייל מען ווייסט ווי אזוי מען שרייבט עס, און נישט ווייל מען ווייסט דער אפטייטש פונעם ווארט. נאר רעדען און רעדען און נאכאמאל רעדען. ווען א אינגערמאן וועט למשל וועלען זיך אויסלערנען רעדען ספאניש וועט ער קודם הערן אסאך פון אנדערע, און דערנאך אנהייבען צו רעדען אביסעל מיט אנדערע, און מער און מער, הערש דערנאך וועט ער וועלען צולערנען ליינען און שרייבן. מען לערנט זיך אוס א שפרייך דורך עס ניצען אסאך. אונזערע קינדער מעגן האבען די בעסטע ביכער און אפילו צולייגען שעות וועט מען זיך נישט אויסלערנען רעדען ענגליש ווילאנג זיי וועלען נישט רעדען די שפראך פאר זייער טעגליכע געברויכען. יעדע היימישע אינגערמאן וואס רעדט גוט ענגליש איז דער סיבה ווייל ער האט עס אנגעהויבן צו ניצען רעגלעמעסיג און זיין טעליכע רוטין ביז עס איז געווארן זיין צווייטע שפרייך. א ראיה קען מען זעהן אז די בארא פארק'ע קינדער קענען בעסער ענגליש, נישט ווייל זיי האבען בעסערע אדער לענגערע בילדונג, נאר ווייל זענען אויסגעשטעלט צו רעדען מער ענגליש און זייערע טעגליכע רוטין במילא קענען זיי בעסער, און איך זעה נישט (און וויל נישט) אז מען וועט זיך נעמען רעדען מער ענגליש און אונזערע הייזער.
נאך א סיבה איז, אז אפילו מען לערנט זיך שוין יא עפעס אויס אין חדר, גייט מען אבער נאכדעם אריין אין ישיבה פאר א פאר יאר ווי מען ניצט אינגאנצען נישט די ענגלישע שפרייך, און אויב מען חזרט נישט פארגעסט מען עס.
איך מיז אבער צולייגען אז די מציאות ווייזט אז די קינדער וואס האבען גוט געלערנט אין חדר ענגליש און רעכענען אפילו זיי האבען דאס נישט ווייטער פראקטעצירט דורך די בחורישע יארן, ווען זיי האבען צוריק אנגהויבען אלס אינגערמאן צו רעדן ענגליש אדער רעכענען איז צוריק געקומען די גירסא דינקותא וואס מען האט געלערנט אלס קינד. ווער סאיז געווען א גוטע רעכענער וועט ווייטער קענען רעכענען, א גוטער ספעלער וועט ווייטער גוט ספעלען, און גוטע רעדער וועט צוריק ווערן א גוטע רעדער.
ס"ה האלט איך עס איז נישט דא א ריכטיגע לייזונג פאר דעם פראבלעם פון ענגליש ביי אונזערע קינדער, עס איז אבער זייער וויכטיג יסודותדיג צו לערנען מיט זיי ענגליש ווייל עס קומט צוניץ שפעטער.
(במאמר המוסגר אויב עלטערן ווילען פראקטעצירען ענגליש מיט זייערע קינדער זאלען זיי באשליסען א צייט צו מאכען ענגליש היימארבייט, דהיינו די מאמע וועט זיך אראפזעצען מיט איר קינד פאר 10 מינוט און פירן אן ענגלישע דוסקאסיע מיטן קינד פון זאכען וואס איז פארגקומען יענעם טאג, דאס וועט העלפען אסאך מער ווי ליינען א מעשה אין ענגליש)

איך פארשטיי אז ביי די אלגעמיינע סקולס איז פארהאן א מושג הנקרא ELL דהיינו English language learners, אדער ESL דהיינו English as a second language .
די שולעס האבן ספעציעלע טעקניקס און געלטער פאר טרעינינג. לייגט מען ביי אונז א דגוש אויף דעם ? קען מען/זאל מען דאס בעסער מאכן?
וואס האלט איר ר' ביידל?


%100 אז מען לייגט א דגוש אויף דעם. דאס איז דאך די גאנצע תכלית פון Title One program וואס אלע מוסדות האבען. דער פראגראם איז דאך בעיקר געציעלט צו העלפן סקולס וואס ענגליש איז זייער second language און אונזערע אלע מוסדות זענען קוואלציפירט צו באקומען דעם פראגראם. רוב מוסדות לערנען טאקע ענגליש דורך די פראגראם.

להסביר שאלתי.
איך ווייס אז די טייטל 1 איז פאר דעם געמאכט.
איך ווייס אז מען נוצט טייטל 1 אין די מוסדות.
מיין שאלה איז , צו מען נוצט די teaching techniques וואס זענען געמאכט פאר ELL.
אויב יא, וואלט אוועקגעפאלן דיין הסבר אז די ענגליש איז נישט מצליח ווייל מען רעדט דאס נישט אינדערהיים.

איך האף מיין שאלה צו דיר איז קלאר.
mi a nagy ügy

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יולי 15, 2018 3:42 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:להסביר שאלתי.
איך ווייס אז די טייטל 1 איז פאר דעם געמאכט.
איך ווייס אז מען נוצט טייטל 1 אין די מוסדות.
מיין שאלה איז , צו מען נוצט די teaching techniques וואס זענען געמאכט פאר ELL.
אויב יא, וואלט אוועקגעפאלן דיין הסבר אז די ענגליש איז נישט מצליח ווייל מען רעדט דאס נישט אינדערהיים.

איך האף מיין שאלה צו דיר איז קלאר.

וואס מאכט דאס אוועקפאלן זיין הסבר? ווייל עס ווערט גערופן ESL מיינט שוין אז עס ארבעט טאקע גוט? ועוד זאת אז "סעקאנד לענגווידזש" איז אבער כאטש סעקאנד, אויב עס איז "ענגליש נאו לענגווידזש" ווייל מען נוצט עס קיינמאל נישט אחוץ ביים לערנען זעלבסט פארוואס טראכסטו אז עס איז דער זעלבער?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יולי 15, 2018 4:14 pm

ביידעלע האט געשריבן:ערלויבט מיר טייערע חברים צו נעמען דאס ווארט איבער דעם טעמע פון ענגליש אין אונזערע מוסדות. היות איך בין אן ענגלישע פרינסיפעל אין א גאר חסידיש מוסד אין וויליאמסבורג האלט איך אז איך מעג זאגען מיין מיינוג איבער דעם טעמע.
עס איז קלאר אז אין %99 מוסדות, איז ענגליש א שטארקע אנגענימענע לימוד, ווי אויך פארלאנגט מען פולע דרך ארץ פאר טיטשערס. עפ"ר זענען היינט די טיטשערס מלמדים אדער סתם היימישע אינגעלייט וואס קינדער האבען פאר זיי דרך ארץ. מען ווארפט נישט היינט קיין ערעפלאנען אדער אנדערע זאכען אויף טיטשערס. דער דרך ארץ ווערט אויך שטארק פארסירט דורך די הנהלה רוחני. די ערגסטע זאך וואס איך קען זאגען פאר א אינגעל איז "איך וועל דאס מוזען איבערגעבען פארן מנהל". קיין שום אינגעל וויל נישט ווערן גערופען צום מנהל וועגן פראבלעמען וואס ער האט געמאכט ביי ענגליש.
ווידער איבער די ניווא פון די לימודים קען מען זאגען אז עס איז אסאך שטערקער ווי אמאל. עס היינט דא א גרויסע אויסוואל פון גוטע ביכער סיי אויף ענגליש און אזוי אויך אויף רעכענען און אנדערע זאכען . אוודאי קען מען דאס ארויף ברענגען אויף א העכערן סטאנדארט און רוב מוסדות האבען טאקע לעצטענס אנגעהויבן צו ניצען שטערקערע ביכער ווי פון פריער, בפרט פון ווען עס האט זיך אנגעהויבען דאס נאכקוקן דורך די שטאטישע איסטאנצען.
מצד די קינדערס גרייטקייט צו ענגליש מוז איך זאגען אז אונזערע קינדער זענען זייער נייגעריג און גרייט צו לערנען ענגליש און רעכענען. זיי ווילן לערנען נייע אינפארמאציע און זיי האבען אפילו הנאה דערפון, עס מוז אבער זיין זאכען וואס ציט זייער אינטערעסע נישט סתם פיקטיווע מעשיות. ספעציעל האבען קינדער ליעב צו לערנען וועגן
history, money, banking, and current events.
לדעתי דער עיקר סיבה פארוואס קינדער קענען נישט גוט ענגליש איז "ווייל ביי אונזערע היימען רעדט מען נישט (ב"ה) קיין ענגליש אינדערהיים". א שפרייך לערנט מען זיך אויס דורך עס ניצען אסאך. נישט ווייל מען ווייסט ווי אזוי מען שרייבט עס, און נישט ווייל מען ווייסט דער אפטייטש פונעם ווארט. נאר רעדען און רעדען און נאכאמאל רעדען. ווען א אינגערמאן וועט למשל וועלען זיך אויסלערנען רעדען ספאניש וועט ער קודם הערן אסאך פון אנדערע, און דערנאך אנהייבען צו רעדען אביסעל מיט אנדערע, און מער און מער, הערש דערנאך וועט ער וועלען צולערנען ליינען און שרייבן. מען לערנט זיך אוס א שפרייך דורך עס ניצען אסאך. אונזערע קינדער מעגן האבען די בעסטע ביכער און אפילו צולייגען שעות וועט מען זיך נישט אויסלערנען רעדען ענגליש ווילאנג זיי וועלען נישט רעדען די שפראך פאר זייער טעגליכע געברויכען. יעדע היימישע אינגערמאן וואס רעדט גוט ענגליש איז דער סיבה ווייל ער האט עס אנגעהויבן צו ניצען רעגלעמעסיג און זיין טעליכע רוטין ביז עס איז געווארן זיין צווייטע שפרייך. א ראיה קען מען זעהן אז די בארא פארק'ע קינדער קענען בעסער ענגליש, נישט ווייל זיי האבען בעסערע אדער לענגערע בילדונג, נאר ווייל זענען אויסגעשטעלט צו רעדען מער ענגליש און זייערע טעגליכע רוטין במילא קענען זיי בעסער, און איך זעה נישט (און וויל נישט) אז מען וועט זיך נעמען רעדען מער ענגליש און אונזערע הייזער.
נאך א סיבה איז, אז אפילו מען לערנט זיך שוין יא עפעס אויס אין חדר, גייט מען אבער נאכדעם אריין אין ישיבה פאר א פאר יאר ווי מען ניצט אינגאנצען נישט די ענגלישע שפרייך, און אויב מען חזרט נישט פארגעסט מען עס.
איך מיז אבער צולייגען אז די מציאות ווייזט אז די קינדער וואס האבען גוט געלערנט אין חדר ענגליש און רעכענען אפילו זיי האבען דאס נישט ווייטער פראקטעצירט דורך די בחורישע יארן, ווען זיי האבען צוריק אנגהויבען אלס אינגערמאן צו רעדן ענגליש אדער רעכענען איז צוריק געקומען די גירסא דינקותא וואס מען האט געלערנט אלס קינד. ווער סאיז געווען א גוטע רעכענער וועט ווייטער קענען רעכענען, א גוטער ספעלער וועט ווייטער גוט ספעלען, און גוטע רעדער וועט צוריק ווערן א גוטע רעדער.
ס"ה האלט איך עס איז נישט דא א ריכטיגע לייזונג פאר דעם פראבלעם פון ענגליש ביי אונזערע קינדער, עס איז אבער זייער וויכטיג יסודותדיג צו לערנען מיט זיי ענגליש ווייל עס קומט צוניץ שפעטער.
(במאמר המוסגר אויב עלטערן ווילען פראקטעצירען ענגליש מיט זייערע קינדער זאלען זיי באשליסען א צייט צו מאכען ענגליש היימארבייט, דהיינו די מאמע וועט זיך אראפזעצען מיט איר קינד פאר 10 מינוט און פירן אן ענגלישע דוסקאסיע מיטן קינד פון זאכען וואס איז פארגקומען יענעם טאג, דאס וועט העלפען אסאך מער ווי ליינען א מעשה אין ענגליש)

הרב ביידעלע, איר שרייבט צו דער זאך!
האף מיר שפעטער צו קאמענטירן.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 9:17 am

די היימישע 'פערלס' ארגאניזאציע וואס פירט דעם קאמף פארן ערליכן חינוך אין ניו יארק, לופטערט די לעצטע עטליכע וואכן ווידיאוס אין די אלגעמיינע מידיא, ווי זיי ווייזן אויף אז חסידישע אידן וואקסן שיין אויף,
אויב איינער האט דעם קליפ זאל דאס ביטע מזכה זיין דא, ישר כח

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:01 pm


ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:31 pm

דער צווייטער חכם אויף קול מבשר, ר' שמואל פוקס, האט אויך וואס צו זאגן אין דעם נושא:
https://drive.google.com/open?id=1Dsdcq ... HutzTtWjB3

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:47 pm

[quote="אהער און אהין"]די היימישע 'פערלס' ארגאניזאציע וואס פירט דעם קאמף פארן ערליכן חינוך אין ניו יארק, לופטערט די לעצטע עטליכע וואכן ווידיאוס אין די אלגעמיינע מידיא, ווי זיי ווייזן אויף אז חסידישע אידן וואקסן שיין אויף,
אויב איינער האט דעם קליפ זאל דאס ביטע מזכה זיין דא, ישר כח[/quote]

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:32 pm

דער עולם ציטערט אין די הויזן דא... שטיל! מ'האט מורא פון דער אייגענע שאטן. קום ארויס און זאג וואס דו האלטסט. מאך א דעבאטע, געגאנגען!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:26 pm

ראספשע האט געשריבן:דער צווייטער חכם אויף קול מבשר, ר' שמואל פוקס, האט אויך וואס צו זאגן אין דעם נושא:
https://drive.google.com/open?id=1Dsdcq ... HutzTtWjB3

איך בין מוחה אויפן אויסדרוק 'חכם'. ער איז א מענטש און ברויך באהאנדעלט ווערן מיט רעספעקט.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:28 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דער צווייטער חכם אויף קול מבשר, ר' שמואל פוקס, האט אויך וואס צו זאגן אין דעם נושא:
https://drive.google.com/open?id=1Dsdcq ... HutzTtWjB3

איך בין מוחה אויפן אויסדרוק 'חכם'. ער איז א מענטש און ברויך באהאנדעלט ווערן מיט רעספעקט.

א חכם איז נישט קיין מענטש? :lol: :lol:

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:51 pm

אינטערסאנט קיינער האט עס נאכנישט דערמאנט דא.
די סיטי האט פאריגע וואך מיטוואך צוריקגעשיקט צום סטעיט זייערע פיינדינגס.
דאנערשטיג 1)האט פיערלס ארויסגעשיקט אן אפיציעלן סטעיטמענט 2) אפגעהאלטן ביי סיטי האלל א געהעריגע פרעס קאנפרענץ 3) א שאו אויפן אינסייד סיטי האלל פאנעל אויפן טעלעוויזיע מיטן לויער אבי שיק ועוד 4) מעיאר דיבלאזיו האט אויך געהאלטן א פרעס קאנפרענץ מיט חלקים אין דעם נושא
זונטאג איז געווען א שיינע אפ-עד פונעם לויער פון פיערלס אבי שיק

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:58 pm


HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:39 pm

ראספשע האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דער צווייטער חכם אויף קול מבשר, ר' שמואל פוקס, האט אויך וואס צו זאגן אין דעם נושא:
https://drive.google.com/open?id=1Dsdcq ... HutzTtWjB3

איך בין מוחה אויפן אויסדרוק 'חכם'. ער איז א מענטש און ברויך באהאנדעלט ווערן מיט רעספעקט.

א חכם איז נישט קיין מענטש? :lol: :lol:

ווענד זיך ווי אזוי מען זאגט עס,
א שטייגער די חכם פון די מה נשתנה

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:06 am

ר חיים דוד צוויבל איז יעצט at Bryan lerher show איך האב עד יעצט געעפנט מהאלט שוין ביים סוף טאמער קען עס ברענגן אויף dropbox

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:35 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/q6cpetpvguhhr6h/Inside%20City%20Hall%208.16.18.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/r76x5jdmo6ujm ... l.MTS?dl=0

ישר כח

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:07 pm

עס דארף צו זיין נאך סחורה, דהיינו פראפעסיאנאלע ווידיאוגראפי פון 'פערלס' ווי זיי ברענגען אראפ היימישע סוקסעספולע ביזנעסלייט, איינער האט עס ביטע?

monroe10950
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:25 pm

אהער און אהין האט געשריבן:עס דארף צו זיין נאך סחורה, דהיינו פראפעסיאנאלע ווידיאוגראפי פון 'פערלס' ווי זיי ברענגען אראפ היימישע סוקסעספולע ביזנעסלייט, איינער האט עס ביטע?

איינער מיט די קליפס?
א סערטיפייד אידיאט הייסט אין אונזער שפראך 'אינטערסאנטער מענטש'. טאקע אינטערסאנט. (יצחק קלאהר)

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:34 pm

ר' יצחק קלאר (ס'נאר זיין פענע נאמען) איז געווען א טיטשער אין UTAKJ (כהיום וואוינט ער בעיר... בית שמש!!!)
ר' יואל אלי' שווארטץ -געפירט א שטיק צייט די שטאטישע פראגראמען אין UTAKJ און היינט דער CEO פון DRIVEOODS איז אויך געווען א טיטשער.
די זענען זייער אינטעליגיענטע שטודירטע יונגעלייט, וואס האבן אסאך געלערנט און ווייסן א געוואלד, און אנגעפולט די קינדער מיט ידיעות, היסטאריע, וכו'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באקסער בוים, שקר_הדייעט און 31 געסט