בד"ה הגה"צ רבי ארי' ליבוש ט"ב דומ"ץ סאטמאר מאנטיסעלא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:24 pm

גאר שווער איז, זיך צוזאם נעמען און רעדן וועגן דעם אדם גדול. אבער ווער עס האט נישט אויסגעהערט די הספדים און וויל האבן עפעס א באגריף איבער דעם איד אָן דארפן איבערהערן אלע הספדים, וואלט איך געראטן אויסצוהערן בלויז די הספדים פון: ידידו הגרש"ד סאקס שליט"א; אחיו רבי יחזקאל שליט"א; בנו הרב שלום שליט"א.

-
אגב, ער האט נאך א זוהן וואס ווערט נישט דערמאנט פריער, דער בן-זקונים, ר' בעריש שיחי'.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:47 pm

איך וויין, כ'האב נישט געוויסט וואס פאר א אדם גדול ליגט אינטער דעם צוגעזלאזענעם מורא הוראה מיטן הדרת פנים, ער פלעגט זיצן אין לערנען ווי א יונגער מתמיד, תכלה שנה וקקלותיה

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:23 pm

לאמפ האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:האם יש אמת בשמועות שהרב בנציון לאוב נתמנה על מקומות בהשגחות בהפלייש געשעפטען?

עס איז קראנט.

SatmarLive: After Petira of Hght"z Dometz Kiryas VYoel Moshe Z"L, Rebbe was Memana Hrh"g R'Bentzion Laub Shlita for Baal Machshir of our Wmsbg Butchers
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:27 pm

ברוך דיין האמת!
איך האב געקענט דעם דיין נאר פון זען, אויסגעקוקט ווי אן איידעלער איד אבער קיינמאל נישט געוואוסט קיין פרטים.
ובזמן וואס אזויפיל אידן זענען שרוי בצער, הרינו משתתף בצער כנסת ישראל.

וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
א) דער נפטר איז אוועק ל' אב. איך האב געהערט א געדאנק פון א גוטן איד, פארוואס אין לעצטן דור זענען געווען אזויפיל מיתת צדיקים סוף חודש אב (רביה"ק מסאטמאר, ספינקא, סקולען, פאפא, טאהש ועוד). ווייל אידישע בכיות זענען זייער חשוב אין הימל, און אמאל פלעגט מען מער קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש היינט מוז מען ליידער צוקומען צו מיתת צדיקים וואס כשריפת (אדער יותר) בית אלקינו.

ב) עס איז ידוע דער אור החיים הקדוש פרשת כי תשא (משפטים תשט"ו זאגט עס מרן הגה"ק מסאטמאר נאך מיט מורא'דיגע בכיות). כי תשא את ראש בני ישראל, אז מען נעמט אוועק מנהיגי ישראל באמצע ימיהם, זאגט ער דאס איז מכפר צו זיין אויפן עון הדור, איבערדעם ברויך צו זיין ונתנו איש כופר, ברויך זיך יעדער פילן אז מ'איז שולדיג, און מען דארף עפעס מתקן זיין.

איך בין מקבל צו טאן היינט א דבר טוב מער ווי געוונליך, לעילוי נשמתו, ולכפרת עוונות.

ויבולע המות לנצח.

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:29 pm

ווי קען מען איבערהערן די לויה?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:31 pm

718-305-6942 דערנאך 5 און דערנאך 3

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:37 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך הייב אן ווער ס'ווייסט די איבריגע איז מכובד צו לייגען
בניו
ר' אלתר
ר' משה
ר' יואל
ר' שלום
ר ????
חתניו ר' הירשל מייזליש

אחיו
הר"ר יוסף
הר"ר יחזקאל
הר"ר שמואל

גיסיו
הר"ר זלמן לייב פילאפף

חתנו הרה"ג אלחנן חיים הורוויץ נכד גיסו הרב משאץ
בנו הרב אלחנן חיים חתן הרב אלטר לייזער
בנו הרב בעריש
לעצט פאראכטן דורך לטב עביד אום זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:44 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:718-305-6942 דערנאך 5 און דערנאך 3

נאך נומערן
212-444-9899
ק"י 845-351-5500
א"י 054-8-5000-70

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 8:50 pm

לטב עביד האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך הייב אן ווער ס'ווייסט די איבריגע איז מכובד צו לייגען
בניו
ר' אלתר
ר' משה
ר' יואל
ר' שלום
ר ????
חתניו ר' הירשל מייזליש

אחיו
הר"ר יוסף
הר"ר יחזקאל
הר"ר שמואל

גיסיו
הר"ר זלמן לייב פילאפף

חתנו הרה"ג אלחנן חיים הורוויץ נכד גיסו הרב משאץ
בנו הרב בעריש חתן הרב אלטר לייזער


אנטשולדיגט לויט מיין אינפארמאציע הייסט הרב אלטר לייזער'ס איידעם אלחנן חיים
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:04 pm

מצלמה האט געשריבן:הגרש״ד סאקס שליט״א זיין חבריתא פאר 40 יאר

40 אדער 14?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » זונטאג אוגוסט 16, 2015 9:05 pm

40! פערציג! Fourty!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:33 pm

האמיר גערעדט איבער זיין פטירה מיט עטליכע אידן ארום זיין יארגאנג. איין זאך וואס אלע האבען געזאגט בפה מלא: א שטיק איידלקייט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:00 am

אבל יחיד!!!
איך האב געהאט די זכי' צו לערנען בחברותא מיט ר' לייבוש פאר א האלבע יאר, ער האט פונקט געטוישט א חברותא וכו' וכו',
במשך דעם האלבן יאר האט ער מיר אפאר מאל איבער געבעטן פשוט פאר זאכן וואס האט זיך אים געדאכט אז ער האט מיר געזאגט אינמיטן לערנען וואס זעהט אויס שלא בכבוד....
איך האב אים אלץ חברותא געברעגנט משלוח מנות (אין זיין פיציעלע פשוט'ע אלט מאדישע דירה - העכער פויל'ישע שטיבל), האט ער זיך מיר פארענפערט איך וואלט דיך געדארפט שיקן משלוח מנות....

ער האט פארשטאנען מיין הארץ, ער האט געהאט סענסעטיווע געפילן צו פארשטיין וואס ליגט אונטער א יונגערמאן'ס שאלה, ער האט געגעבן דעם געפיל ווי א חבר רעדט צו דיר, איך האב מיך אלץ אנגעשטויסן ווען איך האב גערעדט צו אים, מיט די לשונות, "איר" אדער "דער דיין", און אפי' בטעות "דו", ווייל ער האט עס אזוי פשוט געמאכט.

איך האב נישט אנדערשט געקלערט הערנדיג די ביטערע נייעס אין שטאט, איך בין ארויף געפארן 2 שעה ביזן קאנטרי צו די לוי', (צוריק געקומען 5'ע פארטאג'ס), יא ר' שמואל דוד האט דאס ארויס געברענגט דאס מערסטע,
זיין כיבוד אב ואם, זיין כבוד חמיו, אויף א מורא'דיגן אופן (מיר געדענקען אין קאנטרי ווען זיין שווער איז געקומען צו אים, ר' לייבוש האט אים צוגעשטעלט א שטענדער, ש"ש תורה, אלע כיבודים, אנגעכאפט ביים ארעם יעדן צופרי נאך שחרית און אהיים געפירט (ס'איז דא בילדער פון דעם...) ר' שמואל דוד האט ארויס געברענגט זיין איידעלע דיבור צו זיינע בני בית, וואס יעדער יונגערמאן מעג זיך לערנען,
זיין התמדה אין קאנטרי האט מחייב געוועהן יעדן וויקאציאנער, ער האט געהאט אלע רעכטן זיך צו פירן ווי א שיינע איד - דאווענען 10'ע און לערנען אביסל וכו' וכו', ניין, ער האט שוין 9:30 געהאלטן נאך פרישטאג (נאכן פארלערנען א שיעור פארטאג'ס) און געזעסן מיט ר' שמואל דוד און געלערנט שעות ביז שפעט נאכמיטאג, די רעבעצן פלעגט אים ברענגען לאנטש און אראפ געלייגט נעבן ביהמ"ד אויפן בוים ווייל ס'איז א שאד די צייט...., דאס האט געגעבן א מעסעדש פאר אידן איד פון קאנטרי, ביסט דא אויף וויקאציע, קוק אויף ר' לייבוש אטע דאס איז וויקאציע, אין לך בין חורין אלא מי שעוסק בתורה.

ר' לייבוש! קען זיין גאונים איז דא אויף די וועלט גרעסערע פון אים, אבער די משנה הוי מתלמידיו של א"א רוח נמוכה נפש שפלה עין טובה וכו' וכו' אין דעם איז ער געוועהן ממש א יחיד במינו, נישטא דעיס מין, דעי מין צוזאמען שטעל, א בנש"ק, א דיין, א ענוותן, א בעל מידות, א "עין טובה", א פארגינער, א גוט ווארט פאר יעדן, א פאזאטיווע מענטש, א עובד, א חסיד, א מתמיד, א פארטאג'ס מענטש, ועל כולם ברייטע פלייצעס פאר אידנס וועגן, נישטא!

לן יאה למבכי!!!!
און איך וויין טאקע....

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:03 am

מיסטעריעז האט געשריבן:718-305-6942 דערנאך 5 און דערנאך 3

יישר כח

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:13 am

יישר כח הרב שאץ מאץ, זייער צום זאך, אזוי ווי אייביג האט איר זייער שיין ארויס געברעיגט דעם נפטר אין שיין צולייגט דעם ענין. זאל שוין טאקע זיין בלע המוות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל ונאמר אמן.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:34 am

ער האט שוין א שטיקל צייט געהאט פראבלעמען מיט די מאגן
לעצט וואך האט ער אסאך קאמפלעינט
ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט געהאט א מאגן קרענק וואס קען הארגענען (פאברענט) די מענטש
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:22 pm

א מעססעדזש פון הימל
טאהשער רבי זצוק"ל איז נפטר געווארן, האט מען געקענט קלערן, אז ס'יז א מקרה, סוכ"ס איז ער דאך שוין געווען א גאר אן אלטער איד, האט מען פון הימל א וואונק געגעבן, דודי ירד לגנו לרעות בגנים וללקוט שושנים, דער רבוש"ע האט אוועק געכאפט אויך א יונגן [לפי שנותיו] תלמיד חכם ומורה הוראה בישראל, בר אוריין ובר אבהן, אז ס'פעלט אויס א כפרה, זכו בתשובה ועכשיו שלא זכו, על ידי מיתת צדיקים
ס'צייט זיך א וועק צו טוהן....

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:23 pm

למה זה תשאל לשמי...

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:53 pm

חתנו הרה״ג ר׳ מנחם שלמה ראזענבערגער (ב״ר נתן דוד) ר״י אין היכל התורה

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:22 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:יישר כח הרב שאץ מאץ, זייער צום זאך, אזוי ווי אייביג האט איר זייער שיין ארויס געברעיגט דעם נפטר אין שיין צולייגט דעם ענין. זאל שוין טאקע זיין בלע המוות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל ונאמר אמן.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:56 pm

היינט האב איך מיר אויפגעוועקט און זיך דערמאנט א עפיזאד פון 10 יאר צוריק....

אונזער גרופע (וואס דאווענען צוזאמען אגאנץ יאר) אין איחוד קאנטרי האלטן מיך זיך אויך צוזאמען, מיט אייגענע מלוה מלכה'ס מיט אייגענע פרקי אבות, געווענדליך איז דא איינער וואס לערנט פאר וועכנטליך פרק (ערגעץ אונטער א בוים) איין זומער האט אונזער געווענדליכע מגיד געפעלט דעם צווייטן העלפט זומער און אני הקטן האב אים איבער גענומען מיטן פארלערנען פרק (סך הכל פאר 10 מענטשן), יענע וואך האט גערעגנט זענען מיר אוועק פון אונטערן בוים אריין אין גרויסן ביהמ"ד ביי איין טיש און איך האב ממשיך געוועהן דעם שיעור,
מיטאמאל זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער ווי ר' לייבוש ז"ל הייבט זיך אויף פון זיין פלאץ די אנדערע זייט ביהמ"ד און שפאצירט ביז אונזער טיש און געט זיך א זעץ אראפ הארט נעבן מיר און מיט ביידע אויערן הערט זיך צו צי מיין שיעור...
מיינע אויערן זענען געווארן רויט, אבער פאר ר' לייבוש האט עס געפאסט זיך אראפ צו זעצן ביים שיעור פון א יונגערמאנטשיק קוים 30 יאר....
דאס זאגט זייער אסאך.....

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:09 pm

ישר כח שאץ

אזוי גייט עס, צומאל ווען מ'פארלירט א גוטע זאך כאפט מען זיך ביים קאפ, נישט יעדער האט געהאט אדער בעסער געזאגט ארויסגעהאט, וואספארא אדם גדול דאס איז געווען, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה.

תנצב"ה
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:19 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אבל יחיד!!!
איך האב געהאט די זכי' צו לערנען בחברותא מיט ר' לייבוש פאר א האלבע יאר, ער האט פונקט געטוישט א חברותא וכו' וכו',
במשך דעם האלבן יאר האט ער מיר אפאר מאל איבער געבעטן פשוט פאר זאכן וואס האט זיך אים געדאכט אז ער האט מיר געזאגט אינמיטן לערנען וואס זעהט אויס שלא בכבוד....
איך האב אים אלץ חברותא געברעגנט משלוח מנות (אין זיין פיציעלע פשוט'ע אלט מאדישע דירה - העכער פויל'ישע שטיבל), האט ער זיך מיר פארענפערט איך וואלט דיך געדארפט שיקן משלוח מנות....

ער האט פארשטאנען מיין הארץ, ער האט געהאט סענסעטיווע געפילן צו פארשטיין וואס ליגט אונטער א יונגערמאן'ס שאלה, ער האט געגעבן דעם געפיל ווי א חבר רעדט צו דיר, איך האב מיך אלץ אנגעשטויסן ווען איך האב גערעדט צו אים, מיט די לשונות, "איר" אדער "דער דיין", און אפי' בטעות "דו", ווייל ער האט עס אזוי פשוט געמאכט.

איך האב נישט אנדערשט געקלערט הערנדיג די ביטערע נייעס אין שטאט, איך בין ארויף געפארן 2 שעה ביזן קאנטרי צו די לוי', (צוריק געקומען 5'ע פארטאג'ס), יא ר' שמואל דוד האט דאס ארויס געברענגט דאס מערסטע,
זיין כיבוד אב ואם, זיין כבוד חמיו, אויף א מורא'דיגן אופן (מיר געדענקען אין קאנטרי ווען זיין שווער איז געקומען צו אים, ר' לייבוש האט אים צוגעשטעלט א שטענדער, ש"ש תורה, אלע כיבודים, אנגעכאפט ביים ארעם יעדן צופרי נאך שחרית און אהיים געפירט (ס'איז דא בילדער פון דעם...) ר' שמואל דוד האט ארויס געברענגט זיין איידעלע דיבור צו זיינע בני בית, וואס יעדער יונגערמאן מעג זיך לערנען,
זיין התמדה אין קאנטרי האט מחייב געוועהן יעדן וויקאציאנער, ער האט געהאט אלע רעכטן זיך צו פירן ווי א שיינע איד - דאווענען 10'ע און לערנען אביסל וכו' וכו', ניין, ער האט שוין 9:30 געהאלטן נאך פרישטאג (נאכן פארלערנען א שיעור פארטאג'ס) און געזעסן מיט ר' שמואל דוד און געלערנט שעות ביז שפעט נאכמיטאג, די רעבעצן פלעגט אים ברענגען לאנטש און אראפ געלייגט נעבן ביהמ"ד אויפן בוים ווייל ס'איז א שאד די צייט...., דאס האט געגעבן א מעסעדש פאר אידן איד פון קאנטרי, ביסט דא אויף וויקאציע, קוק אויף ר' לייבוש אטע דאס איז וויקאציע, אין לך בין חורין אלא מי שעוסק בתורה.

ר' לייבוש! קען זיין גאונים איז דא אויף די וועלט גרעסערע פון אים, אבער די משנה הוי מתלמידיו של א"א רוח נמוכה נפש שפלה עין טובה וכו' וכו' אין דעם איז ער געוועהן ממש א יחיד במינו, נישטא דעיס מין, דעי מין צוזאמען שטעל, א בנש"ק, א דיין, א ענוותן, א בעל מידות, א "עין טובה", א פארגינער, א גוט ווארט פאר יעדן, א פאזאטיווע מענטש, א עובד, א חסיד, א מתמיד, א פארטאג'ס מענטש, ועל כולם ברייטע פלייצעס פאר אידנס וועגן, נישטא!

לן יאה למבכי!!!!
און איך וויין טאקע....

זייער הנאה פון די ריכטיגע אפשאצונג, אן איבערגעטריבענע גוזמאות. ארויסגעברענגט דעם נפטר'ס ז"ל רייכע פונקטן צום פינטל.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:23 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע מעשה פון זיין וואך נאכט אדער זכור א מופת פונעם בעל דברי יואל וואס האט געשיקט איינעם צום זכור נאכן טיש און געטראפן די קריפ ברענען און געראטעוועט באצייטענס


די מעשה איז געווען, רבי ליבוש ז"ל איז געבוירן געווארן אום שב"ק און זיין וואכנאכט איז געווען ליל שב"ק ביי זיין פאטער ר' חנא ט"ב ז"ל אין שטוב, יענעם פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פרעגט דער רבי ז"ל פון הרה"ח ר' אברהם ווערצבערגער דער מוהל אויב ער גייט נישט צום וואכנאכט, זאגט ר' אברהם פארן רבי'ן, אז ס'איז שוין גאר שפעט און ר' חנא ווארט שוין זיכער נישט אויף מענטשן, זאגט אים דער רבי, איך מיין אז דו זאלסט יא גיין.
אנקומענדיג צו ר' חנא אין שטוב האט ער אים געטראפן דרימלען ביים טיש, די טישטוך האט זיך שוין געהאט אנגעכאפט פון די לעכט און אנגעהויבן ברענען,
ס'איז קלאר אז ווען ר' אברהם קומט נישט אן אין יענע מינוט, וואלט ר"ל געקענט זיין... און זיי זענען ממש געראטעוועט געווארן אין זכות פון רבי'ן.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:51 pm

דוכציך אז זיין שטריימל האט זיך שוין אויך געהאט אנגעכאפט.
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 33 געסט