בלאט 741 פון 947

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:17 am
דורך דריידל
מחזור האט געשריבן:הרבני החסיד הטפסר ר' משה יודא בערקאוויטש ז"ל פון בארא פארק, א תלמיד פון סעקליהעד טאשנאד, געדאווענט אלע יארן אין פריימאנער ביהמ"ד אין בארא פארק
א ת"ח מופלג געווען גיט געקענט סוגיית הש"ס, א שטארקע מתמיד בתורה, געגעבן אסאך צדקה יעדע ענוועלאופ האט ער געעטפערט
איבער געלאזט איין זוך הנגיד המפורסם ר' אברהם פנחס שליט"א (מהדורת בערקאוויטש), איין טאכטער אשת ר' דוד זינגער פון בארא פארק
אין אייניקלעך ת"ח
יהא זכרו ברוך

ר' אברהם פנחס האט א שידוך געטון פרייטאג מיט זיין יונגסטע טאכטער מיט די זון פון רב צינעמען, רב בפלעטבוש

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:01 am
דורך maybeeynot
דריידעל ווער געט די חתן ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:39 am
דורך דריידל
maybeeynot האט געשריבן:דריידעל ווער געט די חתן ?

פארראכטן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:52 am
דורך אוהב ספרים
ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:00 pm
דורך dovidal
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

היה מקורב לחצרות בעלזא ומונקאטש -- ביידע ֱֱ

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:01 pm
דורך אוהב ספרים
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

היה מקורב לחצרות בעלזא ומונקאטש -- ביידע ֱֱ


סבו היה מקורב לבעלזא והיה בעלזער חסיד.
הוא לא היה לו שום שייכות כמעט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:02 pm
דורך דריידל
אין מונקאטש איז געווען א טייכמאן משפחה, בעלזע חסידים.
און בארא פארק האט געוואינט א בעלזע חסיד ר' מתתי' טייכמאן, לכאורה פון די זעלבע משפחה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:03 pm
דורך אוהב ספרים
ער איז פון די טייכמאן משפחה וואס האט געוואינט אין מונקאטש, סבו ר' בעריש טייכמאן איז געווען פון די בעלי האכסניא פון מהרי"ד בשנות גלותו.
כמדומני שמתתי' טייכמאן אינו ממשפחה זו. ואולי אני טועה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:06 pm
דורך דריידל
אוהב ספרים האט געשריבן:ער איז פון די טייכמאן משפחה וואס האט געוואינט אין מונקאטש, סבו ר' בעריש טייכמאן איז געווען פון די בעלי האכסניא פון מהרי"ד בשנות גלותו.
כמדומני שמתתי' טייכמאן אינו ממשפחה זו. ואולי אני טועה.

ר' מתתי' איז אויך געקומען פון מונקאטש

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:09 pm
דורך dovidal
אוהב ספרים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

היה מקורב לחצרות בעלזא ומונקאטש -- ביידע ֱֱ


סבו היה מקורב לבעלזא והיה בעלזער חסיד.
הוא לא היה לו שום שייכות כמעט.

היה לו הרבה שייכות עם בעלזא והיה משתתף בהקפות שם מדי שנה בשנה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:13 pm
דורך אוהב ספרים
דריידל האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ער איז פון די טייכמאן משפחה וואס האט געוואינט אין מונקאטש, סבו ר' בעריש טייכמאן איז געווען פון די בעלי האכסניא פון מהרי"ד בשנות גלותו.
כמדומני שמתתי' טייכמאן אינו ממשפחה זו. ואולי אני טועה.

ר' מתתי' איז אויך געקומען פון מונקאטש


קען זיין. אבל כמדומני שפעם בדקתי את הנושא וזכור לי במעומעם שזה משפחה אחרת, אבל כאמור אולי אני טועה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:14 pm
דורך אוהב ספרים
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

היה מקורב לחצרות בעלזא ומונקאטש -- ביידע ֱֱ


סבו היה מקורב לבעלזא והיה בעלזער חסיד.
הוא לא היה לו שום שייכות כמעט.

היה לו הרבה שייכות עם בעלזא והיה משתתף בהקפות שם מדי שנה בשנה


וואס האב איך זיך צו מתווכח זיין. הכרתי אותו קרוב לשלשים שנה, וואס א חיליק והלך לפניו צדקותיו וכו'.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:33 pm
דורך שקר_הדייעט
סאל איז טאקע געווען יעדעס יאר סוכות אין ירושלים.

דא אין אמעריקע געווען זייער מקושר צום מונקאטשער רבי'ן שליט"א וועלכער איז מערערע מאל געווען ביי אים אין לאס אנדזשעלעס.

סאל פלעגט אויך קומען צו יעדע שמחה בבית מונקאטש, אמאל אריינגעגעבן א ספר תורה דא אין מונקאטש.

דער מתתי' טייכמאן איז לכאורה, און כמעט זיכער, נישט א קרוב. מעגליך א גאר ווייטע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:11 pm
דורך באקסער בוים
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

היה מקורב לחצרות בעלזא ומונקאטש -- ביידע ֱֱ

בימים אלו אין זה עוד חידוש אחרי שראיתי בהתמונות שהאדמו"ר מדינוב שליט"א עשה לחיים טיש ביומא דהילולא של הרה"ק מבעלזא זי"ע..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:11 pm
דורך מיין שטעלונג
לר' בעריש טייכמאן ממונקאטש היה 4 נכדים אחר המלחמה. סגל חבורה.
1. ר' קלמן טייכמאן מוויען.
2. ר' שלמה זלמן (סאל) - הנפטר - מלאס אנדזשעלעס.
3. ר' שלום נחמן פילעפף מוומסב"ג
4. - להבלח"ט - ר' אליעזר דוד גרינוואלד שליט"א מווסב"ג.
(ר' שלום נחמן עם - להבל"ח - ר' אליעזר דוד גרינוואלד היו גיסים. שניהם חתני ר' משה אהרן האפמאן)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:19 pm
דורך חמרא טבא
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' חיים שלמה זלמן (סאל) טייכמאן מלאס אנדזעלעס - יליד עיר מונקאטש

בן 92

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:23 pm
דורך פאליק
הרב החסיד המפורסם ר' אלי' קאהן ע"ה פון נייטרא יישוב

געווען א געטרייע תלמיד פון ר' מיכאל בער זצ"ל און זיך אסאך איבערגעגעבן פאר די ישיבה מיט גיין אויפיקן די ברויט פון די בעקערייען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:30 pm
דורך קלוגער
בד"ה, בעל בית פון KB פערינשטויר?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:31 pm
דורך יאצמעך
בד''ה.

א געשמאק אידל געוועזען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:34 pm
דורך ארך אפים
קלוגער האט געשריבן:בד"ה, בעל בית פון KB פערינשטויר?

יא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:26 pm
דורך בערלשמערל
אין יאר תשס"ב האב איך געכאפט א היטש מיט אים פין בארא פארק קיין ווילימסבורג האט ער מיך אביסל אויסגעפרעגט האב איך אים געזאגט אז איך בין א חתן האט ער מיך געפרעגט וואס איך פלאן צי טון נאך די חתונה האב איך אים גענפערט גיין אין כולל האט ער מיך געזאגט "הער מיך אויס אפילו די גייסט לערנען אין כולל לערען דיך צי א פאך אז ווען די וועסט דארפען ברענגען פרנסה זאלסטו קענען אפעס"

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:45 pm
דורך שה אחד
אוי ר' אלי' שוין נישטא... בד"ה!

אבד צדיק מן הארץ

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:57 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
פאליק האט געשריבן:הרב החסיד המפורסם ר' אלי' קאהן ע"ה פון נייטרא יישוב

געווען א געטרייע תלמיד פון ר' מיכאל בער זצ"ל און זיך אסאך איבערגעגעבן פאר די ישיבה מיט גיין אויפיקן די ברויט פון די בעקערייען


לו יאה למספדא !
געווען א איד פון די שארית הפליטה א בחור'ל ביי די מלחמה, געווען א תלמוד פון נייטרא נאך פאר די מלחמה און שפעטער ביי ר' מיכאל בער ז"ל דא אין אמעריקע,
שוין ארום פערציג פופציג יאר [אדער מער] וואס ער האט געטראגען די עול פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול פון נייטרא מאונט קיסקא - אויף זיינע פלייצעס - די אלע יארן ווען ער איז געווען טרוד על המחי' ועל הכלכלה - האט ער געהאט בלויז איין מיסיע אין לעבן אז די תלמוד תורה זאל שטיין - און ער פלעגט אנקלאפן על פתחי נדיבים טעגליך און וועכענטליך אלעס כדי די תלמוד תורה זאל זיין געקאווערט, דאס איז געווען זיין אחריות און זיין לעבן,
ווי אינטערסאנט איז אז ער האט כמעט קיינמאל נישט פארשפעטיגט די "וועכענטליכע" טשעקס פאר די מלמדים, א זאך וואס אפילו די רייכע מוסדות טוהען נישט,
געהאט דעם גראסערי אין נייטרא ישוב ווי זיין חשובע אשת חיל לאוי"ט פירט עס מיט גרויס געניטשאפט - ווי די גאנצע (!) פראפיט גייט פאר די תלמוד תורה,
און ווי דערמאנט פלעגט ער ברענגן ברויט פאר די ישיבה אפאר מאל א וואך פון "קארנ'ס בעקעריי" [גם הם יזכרו לטוב פארן אוועקגעבן ברויט אלע יארן בחנם], ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אמאל "אז ער האנדעלט שוין מיטן פערטען דור פון קארנ'ס בעקעריי" !
במשך די לעצטע יארן ווען ער איז שוין נישט געווען בכח - און האט שוין אינגאנצען איבערגעגעבן זיין ביזנעס פאר זיינע קינדער - מיט דעם אלעם איז ער בשארית כוחותיו כסדר אריינגעפארן צו שאפן געלט פון נדיבים
וי אויך האט ער ארויסגעגעבן פון זיין אייגענע טאש שווערע טויזענטערס און די לעצטע צייטען ווען ער איז שוין נישט געווען בכח צו שאפן דאס געלט פון נדיבים-
‎‎
ווי נעמט מען נאך אזא מסירות נפש פאר תורה
ווי זעהט מען נאך אזא איינעם וואס פלעיגט האראווען מתוך יסורים אויף א בלאט גמרא אינאיינעם מיטן זיין חברותא יבל"ח ר' בנימין זאב לאווי שליט"א
ווי קען מען טרעפן אזא איינעם וואס זיין גרעסטע שמחה איז געווען אז ער האט געקענט צושטעלן די געהאלט פאר די כלי קודש

חבל על דאבדין ולא משתכחין

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:59 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
שה אחד האט געשריבן:אוי ר' אלי' שוין נישטא... בד"ה!

פרטים איבער די לוי'ה ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:05 pm
דורך שה אחד
9:00 ביי די ת"ת בית יחיאל אין נייטרא,מאונט קיסקא