בלאט 766 פון 1015

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:28 am
דורך קאץ און מויז
זכרון להולכים

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:40 am
דורך גאלדענע פעדער
SPUSMN האט געשריבן:נו וואדע (דער ניק) האט מיר אריין געשיקט אין אישי א שיינע עובדא וואס גיבט אונז א בליק ווער ר' שמחה ע"ה איז געווען און ווי ער האט גע'ארבעט און געהארעוועט אויף זיך. וועל איך עס מיט טיילען מיט ענק. (איך האב א ביסעל צוגעלייגט מיינע אייגענע ווערטער דארט ווי עס האט אויס געפעלט)

שבת אינדערפריה פלעגט ער לערנען פאר קידוש א האלבע שעה דעם ספר קדושת יו"ט און דאס איז געווען וואך איין וואך אויס.

האט מען אים געפרעגט פארוואס מאכט ער נישט קודם קידוש און נאכער לערנען אביסל?

הערטס א פחד פון א תשובה; פארציילט ער, אז פאר לערך 60 יאר צוריק (היינט שוין מער ווי 70) גלייך נאכן קריג מ'פלעגט אהיים קומען א שבת, נאך א גאנצע וואך אויס געמאטערט און צושאסן, איז איינמאל שבת צופריה ווען ער איז אהיים געקומען האט די ווייב זיך זעהט אויס געהאט פארשמועסט מיט א שכנ'טע און ס'נישט געווען אנגעגרייט די שבת טיש, האט ער זיך אביסעלע צובייזערט אויף איר און ברוגז'ערהייט פארגעהאלטן הלמאי די טיש איז נאכנישט רעדי צו מאכן קידוש.

א פאר מינוט נאכדעם האט ער געטראכט צו זיך, כ'פארשטיי זיך נישט, איז זי דען עפעס שולדיג פאר מיר אז זי מוז מיר צושטעלן ווען איך וויל עפעס?

האבעך מיר אונטערגענומען פון יענע שבת אז יעדע שבת צופריה איידער כ'הייב אהן מאכן קידוש, זעץ איך מיר לערנען א האלבע שעה ביפאר, אז אזא זאך זאל נישט נאכאמאל פאסירן און ער האט דאס אנגעהאלטן ביז ממש לעצטנס, פחד פחדים.

דאס איז אחד מיני אלף פון באשרייבען דער איד צו געבען א טעיסט וואס דער איד איז געווען.

געריסן שטיקער פון זיך אויסצוארבעטן זיינע מידות.
;l;p- הערליכע מעשה!! מיט א הערליכע לימוד!!

יש״כ גדול פארן מיטיילן!

אגב הער איך א אונטערסאנטע זאך אז דער רבי שמחה האט געוואוינט מעט דעם צווייטען ווייב - מער יארן - ווי מיט זיין ערשטע ווייב

סיי ער און סיי זי האבן ביידע פארלוירן זייערע זיווג ביי ארום די 40 יאר, און ביידע האבן נאר געהאט קינדער פון די ערשטע זיווג, און דאן נאכאמאל חתונה געהאט און געוואוינט צוזאמען מער וויפעל מיט די ערשטע זיווג.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:52 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
@SatmarHQ: BDH: Mrs Yehides Kainigsberg Almunos R' Shlome U"h (93yr WB ) Levaya 3:45pm Bihm"d Spinka 192 Keap St. to old Chelka of KY Bihc"h.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:50 pm
דורך dovidal
טרגדיה במונסי: לילך פראסצ'יף ע"ה, אמא לחמישה ילדים נפטרה הבוקר בפתאומיות. המנוחה היא ישראלית לשעבר שהתגוררה בניו יורק, והיא נמצאה על ידי בעלה בשעות הבוקר, כשהיא ללא רוח חיים.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי בעלה חזר הביתה ומצא אותה כשהיא לא בחיים. הבעל הזעיק את אנשי ההצלה, אך הם נאלצו לקבוע את מותה.

המנוחה הותירה אחריה 5 יתומים רכים, אחד מהם תינוק בן שלושה חודשים בלבד.

עסקנים בקהילה במונסי מנסים לארגן את הטסת הנפטרת לישראל, אך למשפחה אין יכולת לשלם את העלויות הגבוהות, בשל כך, עסקנים פתחו מגבית עבור המשפחה.

בעיה נוספת שיש למשפחה, הדרכונים של הילדים כבר לא בתוקף. עסקנים מקומיים מנסים לסדר את הנושא, שיכול לקחת כמה ימים.

נאמען?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:14 pm
דורך אזאמעשה
dovidal האט געשריבן:טרגדיה במונסי: לילך פראסצ'יף ע"ה, אמא לחמישה ילדים נפטרה הבוקר בפתאומיות. המנוחה היא ישראלית לשעבר שהתגוררה בניו יורק, והיא נמצאה על ידי בעלה בשעות הבוקר, כשהיא ללא רוח חיים.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי בעלה חזר הביתה ומצא אותה כשהיא לא בחיים. הבעל הזעיק את אנשי ההצלה, אך הם נאלצו לקבוע את מותה.

המנוחה הותירה אחריה 5 יתומים רכים, אחד מהם תינוק בן שלושה חודשים בלבד.

עסקנים בקהילה במונסי מנסים לארגן את הטסת הנפטרת לישראל, אך למשפחה אין יכולת לשלם את העלויות הגבוהות, בשל כך, עסקנים פתחו מגבית עבור המשפחה.

בעיה נוספת שיש למשפחה, הדרכונים של הילדים כבר לא בתוקף. עסקנים מקומיים מנסים לסדר את הנושא, שיכול לקחת כמה ימים.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:00 am
דורך מענטשאלע
קאץ און מויז האט געשריבן:זכרון להולכים

זעט אויס ווי א פנקס חברה קדישא, ה"י.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 5:02 am
דורך teaparty
בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 5:51 am
דורך טובי' מאיר ניימאנן
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:נו וואדע (דער ניק) האט מיר אריין געשיקט אין אישי א שיינע עובדא וואס גיבט אונז א בליק ווער ר' שמחה ע"ה איז געווען און ווי ער האט גע'ארבעט און געהארעוועט אויף זיך. וועל איך עס מיט טיילען מיט ענק. (איך האב א ביסעל צוגעלייגט מיינע אייגענע ווערטער דארט ווי עס האט אויס געפעלט)

שבת אינדערפריה פלעגט ער לערנען פאר קידוש א האלבע שעה דעם ספר קדושת יו"ט און דאס איז געווען וואך איין וואך אויס.

האט מען אים געפרעגט פארוואס מאכט ער נישט קודם קידוש און נאכער לערנען אביסל?

הערטס א פחד פון א תשובה; פארציילט ער, אז פאר לערך 60 יאר צוריק (היינט שוין מער ווי 70) גלייך נאכן קריג מ'פלעגט אהיים קומען א שבת, נאך א גאנצע וואך אויס געמאטערט און צושאסן, איז איינמאל שבת צופריה ווען ער איז אהיים געקומען האט די ווייב זיך זעהט אויס געהאט פארשמועסט מיט א שכנ'טע און ס'נישט געווען אנגעגרייט די שבת טיש, האט ער זיך אביסעלע צובייזערט אויף איר און ברוגז'ערהייט פארגעהאלטן הלמאי די טיש איז נאכנישט רעדי צו מאכן קידוש.

א פאר מינוט נאכדעם האט ער געטראכט צו זיך, כ'פארשטיי זיך נישט, איז זי דען עפעס שולדיג פאר מיר אז זי מוז מיר צושטעלן ווען איך וויל עפעס?

האבעך מיר אונטערגענומען פון יענע שבת אז יעדע שבת צופריה איידער כ'הייב אהן מאכן קידוש, זעץ איך מיר לערנען א האלבע שעה ביפאר, אז אזא זאך זאל נישט נאכאמאל פאסירן און ער האט דאס אנגעהאלטן ביז ממש לעצטנס, פחד פחדים.

דאס איז אחד מיני אלף פון באשרייבען דער איד צו געבען א טעיסט וואס דער איד איז געווען.

געריסן שטיקער פון זיך אויסצוארבעטן זיינע מידות.
;l;p- הערליכע מעשה!! מיט א הערליכע לימוד!!

יש״כ גדול פארן מיטיילן!

אגב הער איך א אונטערסאנטע זאך אז דער רבי שמחה האט געוואוינט מעט דעם צווייטען ווייב - מער יארן - ווי מיט זיין ערשטע ווייב

סיי ער און סיי זי האבן ביידע פארלוירן זייערע זיווג ביי ארום די 40 יאר, און ביידע האבן נאר געהאט קינדער פון די ערשטע זיווג, און דאן נאכאמאל חתונה געהאט און געוואוינט צוזאמען מער וויפעל מיט די ערשטע זיווג.

לפי הבנתי לויט וויא איך האב געקענט דעם איד "האט זיך אים געדאכט אז ער האט זיך געבייזערט" מסתם האט ער געזאגט "נא רעביצין" מיט א טאן העכער וויא נארמאל, איך וועל נישט זיין א חושד בכשרים אז איך זאג דאס אויף אים, איי איז ער געוועהן א טייערע איד, חבל על דאבדין ולא משתכחין, חבל על דאבדין -און מיר מוזען זעהן אז עס זאל זיין- ולא משתכחין מען זאל נישט פארגעסען פון זיי,

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 6:14 am
דורך ישראל_הלוי
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:14 am
דורך אדיר איום
בד״ה הרה״ח ר ישעי קרויס ע״ה ב״פ 87
בנו ר׳ משה חיים קרויס

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:15 pm
דורך חמרא
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

איך מיין אז מערסטנס האט ער געשריבן גיטין

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:33 pm
דורך Naftule
אדיר איום האט געשריבן:בד״ה הרה״ח ר ישעי קרויס ע״ה ב״פ 87
בנו ר׳ משה חיים קרויס

געוואוינט אמאל אין וויליאמסבורג ?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:50 pm
דורך real estate
Naftule האט געשריבן:
אדיר איום האט געשריבן:בד״ה הרה״ח ר ישעי קרויס ע״ה ב״פ 87
בנו ר׳ משה חיים קרויס

געוואוינט אמאל אין וויליאמסבורג ?


יא זיך געצויגן קיין בארא פארק בערך 10 יאר צוריק ער האט איבער געלאזט איין זוהן הרה"ח ר משה חיים קרויס פון די פרימענענטע חברה קדישה אין קהילת סאטמאר אין איין איידעם הרב ר אהרן בורגר שליט"א סופר סת"ם

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:11 pm
דורך maybeeynot
געדענק מיר ר' ישעי פון קליימער שול

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:01 pm
דורך יוראפ
חמרא האט געשריבן:
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

איך מיין אז מערסטנס האט ער געשריבן גיטין

געשריבן גיטין, מגיה געווען ספרי תורה, און אויך געשריבן צוויי ספרי תורה און אסאך תפילין ומזוזות

גיטין האט ער געקענט האבן 5 צו מער א טאג, ס'איז געגאנגען אויפן זייגער, געלאפן פון איין בי"ד צום צווייטן

געהאט א גאר גרויסע הערצה פון אלע רבנים ודיינים, בשעת'ן שרייבן די גט האט ער זיך געקענט מפלפל זיין מיט די רבנים געווארפן אלע תשובות ספרים מיט א קלארקייט און אייביג איז ער געווען גערעכט, און נישט געמאכט קיין איין טעות ביים שרייבן

ווי אויך האט ער אמאל פארציילט, אז די שנעלסטע גט האט ער געשריבן אין 15 מינוט, ווען ס'איז געווען איינער א פרייער וואס מ'האט אים געקענט כאפן איינמאל ביי א קאנעקטינג פלייט, און אין די 15 מינוט צווישן איין פלייט און צווייטן האט מען ערלעדיגט די גאנצע גט

יהא זכרו ברוך

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:45 pm
דורך נחמן נתן
בענין הרב ליכטער ע"ה, האט מיר עמיצער געזאגט דעם שבת אז ער האט געשריבן צוויי מאל דעם גט פארן היינטיגן פרעמיער פון מדינת ישראל. הרב ליכטער האט געהאט פארבינדונג אין די נושא פון גיטין מיט אלע רבנים בכל קצוי תבל, היימישע און נישט-דוקא היימישע.

זיין זוהן האט מיר קאנפירמירד אט דעם קרישקעלע.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:51 pm
דורך אלמוני
קוקט אויס אויך מיט דוקא נישט היימישע...

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:26 pm
דורך zibala
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:נו וואדע (דער ניק) האט מיר אריין געשיקט אין אישי א שיינע עובדא וואס גיבט אונז א בליק ווער ר' שמחה ע"ה איז געווען און ווי ער האט גע'ארבעט און געהארעוועט אויף זיך. וועל איך עס מיט טיילען מיט ענק. (איך האב א ביסעל צוגעלייגט מיינע אייגענע ווערטער דארט ווי עס האט אויס געפעלט)

געריסן שטיקער פון זיך אויסצוארבעטן זיינע מידות.
;l;p- הערליכע מעשה!! מיט א הערליכע לימוד!!

יש״כ גדול פארן מיטיילן!

אגב הער איך א אונטערסאנטע זאך אז דער רבי שמחה האט געוואוינט מעט דעם צווייטען ווייב - מער יארן - ווי מיט זיין ערשטע ווייב

סיי ער און סיי זי האבן ביידע פארלוירן זייערע זיווג ביי ארום די 40 יאר, און ביידע האבן נאר געהאט קינדער פון די ערשטע זיווג, און דאן נאכאמאל חתונה געהאט און געוואוינט צוזאמען מער וויפעל מיט די ערשטע זיווג.


כן היה גם אצל רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל,

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:27 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
חמרא האט געשריבן:
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

איך מיין אז מערסטנס האט ער געשריבן גיטין

ווי אלט איז ער געווען ?
דאכצעמער אז ער האט מיר געזאגט אז ער איז געווען א תלמוד פון הרב ראזענבלום מאכט סענס ?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:09 pm
דורך יוראפ
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

הגאון ר' שלמה אליהו ליכטער זצ"ל, טאמעשעווער עילוי ווי מען האט אים גערופן, איז געווען דער סופר סת"ם בה"א הידועה וואס אלע גדולי ישראל האבן זיך סומך געווען אויף אים אין די הארבסטע שאלות (ווי דער וויענער רב שליט"א האט אים מספיד געווען). פון די גאנצע וועלט האט מען אים אנגעפרעגט אין הלכות גיטין וחליצה און ספעציעל אין שמות גיטין, וואס מיט זיין ווארט האבן זיך אלע גערעכנט. אלע תשובות להלכה אין די ענינים איז געווען מונח בקופסא כנ"ל, און ווי איין רב האט זיך אויסגעדריקט האט מען זיך מפלפל געווען מיט אים און למעשה האט זיך אלעמאל ארויס געוויזן אז ער איז גערעכט.

ער האט געשריבן איבער דרייסיג טויזנט גיטין אין זיין לעבן ביי אלע קרייזן און ביי אלע בתי דינים, אנהייבנדיג אין די די פי לאגערן אין בערלין וואו ער האט במשך תש"ו-תש"ט געשריבן 13 גיטין. ער איז געווען א דיין אין די די פי לאגער לעכסטפעלד וואו ער איז אונטערגעשריבן אויף עטליכע היתר עגונות.

ער איז געווען א תלמיד חכם מופלג און א מח נפלא וואס האט אין זיין לעבן נישט פארברענגט קיין איין איבריגע מינוט לאיבוד, ביי די 14 יאר האט ער שוין געהאט מסיים געווען ש"ס מיט שו"ע או"ח יו"ד און אבע"ז.

מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט מתלבש געווען באיצטלא דרבנן און ממש גארנישט געמאכט פון זיך, די וואס האבן אים נישט ריכטיג געקענט האבן געקענט מיינען אז ער איז א ת"ח מן השורה נישט וויסנדיג אז דא האט מען צו טון מיט א ריז אין תורה וואס כל שבילי התורה איז ביי אים געווען אזוי קלאר דשבילי ניו יארק (יא, ער האט די מאפע ווי אלעס אויך געקענט על בוריו).

ער איז געווען א חבר פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע און אויך די איינציגסטע וואס מיר ווייסן וואס האט געהאט סמיכה פון אים אין סיביר. רבי יענקעלע איז איינגעשטאנען אין סיביר ביי זיין טאטן הגה"צ חסידא ופרישא ר' חיים יהושע ליכטער זצ"ל טאמעשאווער סופר און ביי זיי געהאט מטה שלחן כסא ומנורה פאר א לאנגע שטיק צייט. רבי אלי' ווי מען האט אים גערופן איז געזעצען און געלערענט מיט רבי יענקעלע און אויך מיט זיין טאטע א גאנצן טאג, חוץ ווען רבי יענקעלע האט געלערענט מיט קינדער פאר פרנסה. רבי יענקעלע האט געהאט פאר רבי חיים יהושע אויסטערלישע הערצה.

רבי יענקעלע האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי אלי' אז "מיינע גוטע פריינט וועל איך נישט פארגעסן לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי".

פון דערהיים איז רבי אלי' געווען א בעלזער חסיד, צוריקגייענדיג בן אחר בן פון אלע בעלזע רבי'ס ביזן הייליגן שר שלום זי"ע, אבער דא אין אמעריקא האט דער בעלזער רב זי"ע געהייסן זיינע חסידים גיין צו זיין פלומעניק דער סקווירא רבי זי"ע. רבי אלי' איז געווען איינע פון די הויז בחורים פון הרה"ק רבי יעקב יוסף זי"ע מסקווירא, און האט אים באגלייט יעדן טאג אין מקוה. זיין טאטע רבי חיים יהושע איז געעוען פון די נענטסטע חסידים פון סקווירא רבי זי"ע און גענאסן גרויס הערצה פונעם רבי'ן, און דער סקווירא רבי האט געמאכט זיכער אז ער זאל זיצן דאס נענטסטע צו אים.
viewtopic.php?f=31&t=38191

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:12 pm
דורך הבעש''ט
שיין, ייש"כ

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:14 pm
דורך פרידן
ליין איין תגובה פאר דיר

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:26 pm
דורך dinrap
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

איך מיין אז מערסטנס האט ער געשריבן גיטין

ווי אלט איז ער געווען ?
דאכצעמער אז ער האט מיר געזאגט אז ער איז געווען א תלמוד פון הרב ראזענבלום מאכט סענס ?

נישט מסתבר.
אבער עטליכע פון זיינע קינדער זענען תלמידים פון ישיבה שערי יושר.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:36 pm
דורך יוראפ
dinrap האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

איך מיין אז מערסטנס האט ער געשריבן גיטין

ווי אלט איז ער געווען ?
דאכצעמער אז ער האט מיר געזאגט אז ער איז געווען א תלמוד פון הרב ראזענבלום מאכט סענס ?

נישט מסתבר.
אבער עטליכע פון זיינע קינדער זענען תלמידים פון ישיבה שערי יושר.

ביידע זיינע זוהן זענען תלמידים פון ישיבת שערי יושר.

ער איז געווען 93 יאר אלט.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:52 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
יוראפ האט געשריבן:
dinrap האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
teaparty האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' שלמה אלי' ליכטער ע"ה
סופר סת"ם

איך מיין אז מערסטנס האט ער געשריבן גיטין

ווי אלט איז ער געווען ?
דאכצעמער אז ער האט מיר געזאגט אז ער איז געווען א תלמוד פון הרב ראזענבלום מאכט סענס ?

נישט מסתבר.
אבער עטליכע פון זיינע קינדער זענען תלמידים פון ישיבה שערי יושר.

ביידע זיינע זוהן זענען תלמידים פון ישיבת שערי יושר.

ער איז געווען 93 יאר אלט.

מאכט סענס אז איינע פון זיינע קינדער איז אויך א סופר וואס שרייבט גיטין ?