בלאט 899 פון 924

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 8:37 am
דורך אבן יקרה
מילא דער פינסקער איז א כהן, שטייט אינדרויסן חאטש די שווערע היץ, אבער דער קארלינער איז דאך א לוי מאי טעמא?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:02 am
דורך ירוושלמי22
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

דערמאנט מיר ווי די קינדער אין ירושלים פלעגן איהם צו רופן "אליהו הנביא"
ער פלעגט זין ביי יעדן ברית מילה אין ירושלים
זימער, ווינטער, קעלטן און היצן, שבת, יו"ט, אלס איז ער אנגעקומען

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:07 am
דורך יוסף פריעדמאן
די בילד איז בשעת ווען די גאנצע עולם איז אינדרויסן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:09 am
דורך בשם כל ישראל
[
IMG-20190806-WA0009.jpg
[/quote]

ווער איז דער וואס שטיט די רעכטע זייט פונעם קרלין סטאלין רבי? עס זעיט אויס ווי זיין זון אויב עס איז זיין זון איז ווי אזוי הייסט ער? און ווי איז ער געווארען רב?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:21 am
דורך בעל דעת
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

איינער ווייסט פין וועלכע הארוויץ איז ער געווען, ווער זענען געווען זיינע עלטערן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:31 am
דורך מענטשאלע
בעל דעת האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

איינער ווייסט פין וועלכע הארוויץ איז ער געווען, ווער זענען געווען זיינע עלטערן?

זיין טאטע איז געווען הרב החסיד רבי משה אהרן הורביץ ז"ל פון די ירושלימער געווייקטע קארלינער חסידים, א זון פאון רבי אברהם קאסמאן זצ"ל (שפעטער געביטן צו הורביץ), א אינטרעסאנטע היסטוריא פון רבי משה אהרן און זיין טאטע געקומען אין אר"י שנת כת"ר און א געוויסע מחלוקה מיט זיינע ברידער (פון זיוו"ר פון זיין טאטן) וואס זענען געווען עלטער פון אים מיט צענדליגע יארן, רבי משה אהרן איז געווען א איידעם ביי הגה"צ רבי חיים ריישער זצ"ל פון די צאנזער געוויקטע חסידים אין ווארשעווער הייזער, פון דארטן האט ער געירש'נט די מיל אין בית ישראל עד היום הזה.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:44 am
דורך אביונה
מענטשאלע האט געשריבן:

האבעך געזעהן אין קובץ 'די ברכה אין שטוב' לחסידי קארלין [ניסן תשנ"א], אז דער זיידע ר' אברהם קאסמאן, איז געבוירן געווארן דורך א ברכה פונם הייליגן קאזניצער מגיד, ווען זיין מאמע האט אמאל פארלייעהט א קלייד צו זיין טאכטער די צדיקת פערלע [אמו של השרף ממוגלניצא זי"ע]

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:05 am
דורך moishy56
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

זי האט זיך דערשטיקט פונם שטריק פון א window blind?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:08 am
דורך גאפל
moishy56 האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

זי האט זיך דערשטיקט פונם שטריק פון א window blind?

ווי אלט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:31 am
דורך גרינע
גאפל האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

זי האט זיך דערשטיקט פונם שטריק פון א window blind?

ווי אלט?

יא
בערך א יאר

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:44 am
דורך moishy56
יא.. געבוירען געווארען סוף חודש אב תשע״ח

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:53 am
דורך הסרפד
ירוושלמי22 האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

דערמאנט מיר ווי די קינדער אין ירושלים פלעגן איהם צו רופן "אליהו הנביא"
ער פלעגט זין ביי יעדן ברית מילה אין ירושלים
זימער, ווינטער, קעלטן און היצן, שבת, יו"ט, אלס איז ער אנגעקומען

'אליהו מלאך הברית' פלעג איך הערן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:32 pm
דורך הילולא דצדיקיא
הסרפד האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

דערמאנט מיר ווי די קינדער אין ירושלים פלעגן איהם צו רופן "אליהו הנביא"
ער פלעגט זין ביי יעדן ברית מילה אין ירושלים
זימער, ווינטער, קעלטן און היצן, שבת, יו"ט, אלס איז ער אנגעקומען

'אליהו מלאך הברית' פלעג איך הערן

מ'פלעגט זאגן אז ער איז אליהו מלאך הברית ר"ת אמ"ה, אזוי ווי זיין נאמען א'ברהם מ'רדכי ה'ורוויץ
חבל על דאבדין, א טייערע חשובע איד געווען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:50 pm
דורך טישטוך
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:54 pm
דורך אביונה
טישטוך האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?

מסתמא זיין ברודער'ס א קינד [כמדומני],
אדרבא, ווער קען באשטעטיגן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:01 pm
דורך גבר ישראל
טישטוך האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?

יא.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:02 pm
דורך אביונה
גבר ישראל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?

יא.

אויטש..., ס'טוט וויי,

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:37 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:מוטער פון ר' וואלווי ('ס עירקאנדישאן) נ"י פון ק"י?

יא
אויך מוטער פון
ר לייבוש
ר פישל
ר יואל
ועוד

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:45 pm
דורך קהל עדתינו
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:מוטער פון ר' וואלווי ('ס עירקאנדישאן) נ"י פון ק"י?

יא
אויך מוטער פון
ר לייבוש
ר פישל
ר יואל
ועוד

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

אגגב, דער צעטל איז א שטיקל טעות וויייל ת"ב ביינאכט און צופרי איז נישט קיין צייט פאר ניחום אבלים (אן אבל מעג גיין אין ביהמ"ד ת"ב ווייל יעדער איז מתאבל אויפן צרת הכלל) עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אבער איך מיין אז דער מנהג איז אזוי

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:50 pm
דורך farshlufen
ס'פעלט ערגעץ אן enter אינמיטן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:59 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אפאר ספעיעס זע איך אז ס'פעלט, וואו פעלט אן ענטער?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:08 pm
דורך אונגארישע הייזער
אין די לעצטע שטיקל ביי אחי' ואחיותי' טוט זיך א בוקה מבוקה ומבולקה....

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:10 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וואס איז שווער? די גאנצע שטיקל גייט אויף אראפ: יושבים בקרית יואל וכו'

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:20 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
קהל עדתינו האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:יא
אויך מוטער פון
ר לייבוש
ר פישל
ר יואל
ועוד

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

אגגב, דער צעטל איז א שטיקל טעות וויייל ת"ב ביינאכט און צופרי איז נישט קיין צייט פאר ניחום אבלים (אן אבל מעג גיין אין ביהמ"ד ת"ב ווייל יעדער איז מתאבל אויפן צרת הכלל) עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אבער איך מיין אז דער מנהג איז אזוי

ביים פאטער ר' ליפא ע"ה וואס איז אוועק דעם זעלבען טאג ד' אב 22 יאר צוריק האט מען זיך אויפגעשטעלט א האלבע שעה נאך חצות, דא הער איך גייט מען זיך אויך אזוי פירן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:03 pm
דורך בשבילי נברא
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
יסוד ארי האט געשריבן:ברוך דיין האמת
אשת מו״ה יעקב ריכטער שליט״א

בת מי ?

איך מיין אז זי איז געקומען פון בודאפעסט, איך בין דארט געווען איינמאל אויף שבת האב איך אים געטראפן דארט האט ער געזאגט אז ער איז געקומען צו זיין שוויגער (איך ווייס נישט צו זי לעבט נאך) ער איז געגאנגען שבת מיט א הוט און א בעקיטשע האט ער געזאגט אז דער רבי ז"ל בעל דברי יואל האט אים געזאגט אז דארט זאל ער נישט גיין מיטן שטריימעל

זיין שוויגער לעבט שוין נישט, אבער זי איז למעשה קיינמאל נישט ארויסגעקומען וואינען קיין אמעריקע נאר געבליבן דארט אין בודאפעסט עד פטירתה.

אינטערעסאנט וואס דו דערציילסט וועגן דעם שטריימל, האב איך געהערט אביסל מער דיטעילס דערוועגן פון ר' יאנקל אליינס ביים ניחום אבילים.

דערציילט ער אז ער האט חתונה געהאט אין בודאפעסט, און פאר ער איז געפארן פון ניו יארק צו זיין חתונה, האט אים דער רבי מ'סאטמאר זצ"ל אנגעזאגט אז ער זאל זיך מיטנעמען דעם נייעם שטריימל און ער זאל עס טאקע אנטוהן אינדערהיים צו קידוש און אזוי ווייטער, אבער ער זאל ח"ו נישט גיין אויף די גאס דערמיט בפומבי.

האט אים דער רבי גלייך צוגעלייגט, איי וועסטו פרעגן פארוואס טאקע נישט? וועל איך דיר זאגן.
ווייל דו וועסט זיך אנקומען דארט ווי א שיינע איד פון אמעריקע און זיך ארומדרייען מיטן שטריימל אין די גאסן, אבער די אידן וואס בלייבן דארט וואוינען קענען דערנאך ליידן דערפון צרות צרורות פאר א לאנגע צייט נאכדעם פון די קאמוניסטישע רעגירונג, וואס קען קוקן דערויף מיט א קרום אויג. און דערפאר זאג איך דיר אן נישט צו גיין דערמיט בשו"א.