ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » פרייטאג יוני 14, 2019 1:45 pm

דער יפו רב האט קודם געלערנט א פאר וואכען אין בית מדרש עליון ביז זיין חתונה אין תשי"ט. נאכען חתונה איז ער אריין לערנען ביי הגאון ר' משה פיינשטיין אין כולל ווי ר' משה האט אים זייער מחבב געווען. ר' משה ברענגט אים אין דברות משה. אין א בריוו פון תשכ"ז איז ר' משה מרבה בשבחו און טיטולירט אים א תלמיד חכם גדול און הגאון.

זעה די פערטער שורה.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 55&hilite=

ער פלעגט זיצען ביי ר' משה ביי דין תורות. ער איז געווען ביי ר' משה ווען מען האט אים אנגטראגן צו ווערען רב הראשי. נאך דעם פרעגט אים ר' משה וואס ער זאגט. זאגט אים ר' שלמה אז הרב הערצאג האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס די גמרא זאגט אז רבי זירא האט געפאסט 100 תעניתים ער זאל פארגעסן די תורה וואס ער האט געלערנט אין בבל, אז ער וואלט געהאט פאר אים א בעסערע עצה, אז ער זאל ווערן רב הראשי אין מ"י וואלט ער עס פארגעסען איבערנאכט.
לעצט פאראכטן דורך רני פלט אום פרייטאג יוני 14, 2019 2:15 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » פרייטאג יוני 14, 2019 2:03 pm

שוין ביי די 18 יאר האט ער געהאט די שענסטע יורה יורה ידין ידין פון די גרעסטע גדולי ישראל. פון הגאון ר' אליהו ראם אין תשי"ד, און פון הגאון ר' יהושע מנדל ערענבערג בעל דבר יהושע ווי ער טיטולירט אים ביי די 19 יאר א גאון, און פן זיין רבי דער מאקאווער רב אין תשט"ו, ווי זיי זענען אלע מפליג בשבחו.

ער האט געלערנט אין סלאבאדקע 5 יאר ווי ער איז געווען פון די חשובסטע בחורים, און הגאון רבי אברהם גאניחאווסקי האט געזאגט אז ווען ער האט א סברא און וויל וויסען אויב עס איז א סברא נכונה גייט ער עס אויס שמועסן מיט ר' שלמה צו ער איז מסכים.

Browsing
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובהדורך Browsing » פרייטאג יוני 14, 2019 3:39 pm

רני פלט האט געשריבן:
הג"ר שלמה דער יפו רב האט אמאל פארגעלערנט א שיעור אין קאסינער בית המדרש האט זיך צו געזעצט א אלטע איד. נאך דער שיעור פרעגט ער אים צו ער איז א תלמיד פון סעמיהאלי רב, זאגט ער ניין, איך בין צו יונג צו זיין זיין תלמיד. זאגט אים דער אלטע איד אז איך בין יא א תלמיד פון סעמיהאלי רב און ווען איך האב אייך געהערט פארלערנען האב איך געהערט מיין רבי דער הייליגע מהרש"ג פארלערנען! זאגט אים ר' שלמה, אז איך בין א תלמיד פון מיין קאזין דער מאקאווער רב וואס ער איז געווען דער תלמיד מובהק פון מהרש"ג.


איך האב עטליכע מאל אהיימבאגלייט ר' שלמה ז"ל פון ביהמ"ד, דער איד האט שוין ביי די 65 אויסגעקוקט ווי די ניינציג, געגאנגען אזוי פאמעליך מיט דעם לאאאנגן ווייסן בארד, אבער רעדנדיג מיט אים האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער געהאט א געוויסע פרישקייט וואס נישט אלע אין זיין יארגאנג האבן.

ער האט מיר אמאל פארציילט די אויבנדערמאנט מעשה, און מסביר געווען די מהלך הלימוד פונעם מהרש"ג (שפעטער האב איך דאס אויך געזען אין די הקדמת המו"ל פונעם מהרש"ג), מען האט אנגעהויבן פון די גמרא אויסגעקנעטן אלע ראשונים ביזן שולחן ערוך און אחרונים, דער 'באר הגולה' איז געווען די שטערקסטע זאך על הדף.

והוסיף, ווען ער האט זיך פארהערט ביי איינע פון די גדולים (געדענק איך נישט אצינד ווער), האט ער טאקע נישט אזוי גוט געקענט עפעס א רשב"א וואס איז נישט געבויעט אויף א גמרא און דער באר הגולה צייכנט עס נישט צו (דאכט זיך מיר אין יו"ד סימן צ"ח אדער צ"ט), האט אים יענער געזאגט אז דער מהרש"ג'ס מהלך איז טאקע זייער גוט, ווייל עס גיבט א מורא'דיגע קלארקייט, אבער מ'דארף קענען לערנען געהעריג אויך...

דענק איך נאך ווען די קינדער זיינע האבן אים אנגעטון די הויכע היט און מכתיר געווען אלס אב"ד יפו, ס'האט אויסגעקוקט ווי ס'גייט אים נישט אן די גאנצע מעשה, הגם ער איז געווען ראוי דערצו.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג יוני 14, 2019 4:26 pm

Browsing האט געשריבן:
רני פלט האט געשריבן:
הג"ר שלמה דער יפו רב האט אמאל פארגעלערנט א שיעור אין קאסינער בית המדרש האט זיך צו געזעצט א אלטע איד. נאך דער שיעור פרעגט ער אים צו ער איז א תלמיד פון סעמיהאלי רב, זאגט ער ניין, איך בין צו יונג צו זיין זיין תלמיד. זאגט אים דער אלטע איד אז איך בין יא א תלמיד פון סעמיהאלי רב און ווען איך האב אייך געהערט פארלערנען האב איך געהערט מיין רבי דער הייליגע מהרש"ג פארלערנען! זאגט אים ר' שלמה, אז איך בין א תלמיד פון מיין קאזין דער מאקאווער רב וואס ער איז געווען דער תלמיד מובהק פון מהרש"ג.


איך האב עטליכע מאל אהיימבאגלייט ר' שלמה ז"ל פון ביהמ"ד, דער איד האט שוין ביי די 65 אויסגעקוקט ווי די ניינציג, געגאנגען אזוי פאמעליך מיט דעם לאאאנגן ווייסן בארד, אבער רעדנדיג מיט אים האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער געהאט א געוויסע פרישקייט וואס נישט אלע אין זיין יארגאנג האבן.

ער האט מיר אמאל פארציילט די אויבנדערמאנט מעשה, און מסביר געווען די מהלך הלימוד פונעם מהרש"ג (שפעטער האב איך דאס אויך געזען אין די הקדמת המו"ל פונעם מהרש"ג), מען האט אנגעהויבן פון די גמרא אויסגעקנעטן אלע ראשונים ביזן שולחן ערוך און אחרונים, דער 'באר הגולה' איז געווען די שטערקסטע זאך על הדף.

והוסיף, ווען ער האט זיך פארהערט ביי איינע פון די גדולים (געדענק איך נישט אצינד ווער), האט ער טאקע נישט אזוי גוט געקענט עפעס א רשב"א וואס איז נישט געבויעט אויף א גמרא און דער באר הגולה צייכנט עס נישט צו (דאכט זיך מיר אין יו"ד סימן צ"ח אדער צ"ט), האט אים יענער געזאגט אז דער מהרש"ג'ס מהלך איז טאקע זייער גוט, ווייל עס גיבט א מורא'דיגע קלארקייט, אבער מ'דארף קענען לערנען געהעריג אויך...

דענק איך נאך ווען די קינדער זיינע האבן אים אנגעטון די הויכע היט און מכתיר געווען אלס אב"ד יפו, ס'האט אויסגעקוקט ווי ס'גייט אים נישט אן די גאנצע מעשה, הגם ער איז געווען ראוי דערצו.

ווי כ'האב שוין פריער ערווענט איז ער שוין אין תשי"ז געווען אפיציעל רב הצעיר ביי זיין טאטע אין יפו און געהאלטן דער שבת הגדול דרשה. אויך איז ער געגאנען בשליחות זיין טאטן באקוקן די פלעצער וואו ער האט געגעבען השגחה.
ער איז געווען אפאר יאר א ר"מ אין צעהלים און שפעטער אויך געהאט א אייגענע ישיבה. עס דארף זיין א ארטיקל בימים ההם פון דעם אין דער איד.
ווען ער האט זיך באזעצט אין בארא פארק אין תשל"ה האט זיין טאטע אים באפוילן צו עפענען דארט א בית המדרש וואס האט אנגעהאלטן א 2 יאר, אבער די געגענט איז נאכנישט געווען גענוג באוואוינט האט ער עס פארמאכט.
ער איז געווען דער רב המכשיר און משגיח אין מארגערעטענער שחיטה.
שפעטער האט דער איש המעש ר' חיים אביגדור קאהן פון מאנטריאל אים אויפגענומען צו זיין משגיח פון די ארבעטס פלעצער. זיין תלמיד הגאון רבי ישראל דוד הארפענעס האט עס ארויסגעברענגט אין זיין הספד ווי ער האט געארבעט למען קדושת ישראל. ווען א ארבעטס פלאץ פלעגט אנרופען ארבעטס פארמיטלונג פאר א מיידל צו קומען ארבעטן, פלעגן זיי ארויסשיקן ר' שלמה צו גיין באזוכן דער פלאץ. ער פלעגט צוריק קומען און אדער געגעבן דער אקעי אדער עס גע'פסל'ט, אדער געזאגט אז צריך תיקון, וואס ארבעטס פאמיטלונג האט נאכדעם געארבעט מיט דער פלאץ צו עס פאררעכטן, ווי א שאלה אין יחוד, אדער סתם אז דער מיידל זאל זיך נישט געפונען ממש א גאנצן טאג אליין מיט נאר מענער אין פריוואטע אפיסעס.
אים איז נאר אנגעגאנגען צו זיצן און לערנען און מרביץ תורה צו זיין, כאטש ער האט גע'ירש'נט זיין טאטענ'ס פלאץ און געקומען קיין קרית יואל אנפירן בכל עת מצוא ווי יארצייטן און אויך אמאל ימים נוראים.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מוצ"ש יוני 15, 2019 3:59 pm

אין ירושלים איז דעם שבת נפטר געווארן הרה"ג ר' יוסף רוטמן ז"ל זון פון הרה"ג ר' נתן מאיר רוטמן זצ"ל און איידעם ביי הרה"ח המפו' רבי משה ערנטאהל זצ"ל, אין עלטער פון ארום די 70 בערך, די לוייה גייט ארויס פון אהל שרה אין מא"ש היינט מוצ"ש.
יהי זכרו ברוך, א טייערער איד געווען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט