בלאט 983 פון 1015

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:32 pm
דורך farshlufen
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ברוך דיין האמת

הרב מאיר ראובן בערקאוויטש ע"ה מחשובי חסידי סאטמאר לעיקוואד ארום זיבעציג זיך גוט געמוטשעט ל"ע
שנשמע ונתבשר בשורות טובות


שטרויזאק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:בן ?
חתן?

בן ר' משה ישעיה בערקאוויטש ע"ה - ברודער פון ר' בנימין הערש בערקאוויטש ע"ה

מציבת אביו בהר המנוחות

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:59 pm
דורך דריידל
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ברוך דיין האמת - הלוית המת
הלוויה של הרב הגאון רבי מאיר ראובן ב״ר משה ישעי בערקאוויטש זצ״ל (64 לעיקוואד) רב דקהל וויספערינג פיינס נוא דזשערסי
תהיה בשעה 9:45 ביראים טשאפעל.
ובשעה 12:00 בבית מדרשו
47 wishpering pines lane lakewood nj 08701
ומשם לבית החיים בקרית יואל.
ומחה השם דמעה מעל כל פנים.
והחי יתן אל לבו.

וויפול אזייגער דארף די ארון אנקומען קיין מאנרא?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:01 pm
דורך נעכטיגן טאג
בערך 4:45

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:04 pm
דורך שמארטיקל
נעכטיגן טאג האט געשריבן:בערך 4:45


Where in Monroe

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:09 pm
דורך farshlufen
ביים ביה"ח אויף סקאנעמאנק.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:12 pm
דורך יוראפ
farshlufen האט געשריבן:

מאדנע מצבה...
Capture.JPG
Capture.JPG (846 Bytes) געזעהן 2887 מאל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:13 pm
דורך יוראפ
ווער האט מספיד געווען אין לעיקוואד?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:16 pm
דורך farshlufen
יוראפ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:

מאדנע מצבה...
18154159.jpg
18154159.jpg (240.19 KiB) געזעהן 2884 מאל

היצט זעהסטו עס?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:17 pm
דורך יוראפ
יא יישכ"ח

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:19 pm
דורך שמו
וואס איז אזוי מאדנע אין די מציבה

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:20 pm
דורך יוראפ
להבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א שליט"א ביים באזוך ביי מורי ורבי דער רב זצ"ל אין שטוב פארגאנגענעם אלול פאר די הנחת אבן הפנה לביהמ"ד החדש

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:24 pm
דורך באדראג-קערעסטיר
יוראפ האט געשריבן:ווער האט מספיד געווען אין לעיקוואד?

ר' מרדכי בצלא-ל קליין שליט"א אב"ד סאטמאר לעיקוואד
ר' זלמן לייב פילאף שליט"א דומ"ץ סאטמאר ווילימסבורג
קינדער
ראשי קהילה
אין נאך

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:52 pm
דורך לעכטיגער
פאר'ן רעדען עכט פון די מענטש.. נאר קוקענדיג אויף די בילדער, די שיינקייט פון ביידע וועלטען...
א סאטמארע חסיד בשילוב מיט א לעיקוואודע פשטות, די בעכער אויפ'ן טעלער... ביינונז מיינט מען אז ס'מוז זיין א גאנצע רינדיגע טארט..

אינטערסאנט די חילוק אין די הויכקייט פון די צוויי פלאכע הוטען.. זעהט אויס אז ר' מאיר ראובן איז געבליבען סטאק אין למ"ד'ס..

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:01 pm
דורך real estate
ר מאיר ראובן וואלט געדארפט מער ביישריבן ווערן ער האט איבערגעלאזט הונדרעטער תלמידים אינטער זיך ער איז געווען יארן א מגיד שיעור אין בורשטין אין אסאך יארן געווען שיעור עיון מגיד שיעור ביי ר אהרן קרויס ישיבת שער התלמוד . ער איז געווען א תלמוד חכם מופלג מהאט אים געקענט פרעגן ווי אימער אין שס שו"ע.

אויב איך געדענק גוט איז ער אויפגעצויגען געווארן ביי זיין פעטער ר בנימין הערש בערקאוויטש ע"ה

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:20 pm
דורך שטרויזאק
ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין מאמע תבלחט"א - א אשה חשובה מאוד וואס האט מיט איבערמענטשליכע כוחות, גבורת הנפש און פעלזן פעסטע אמונה און בטחון אליינס אויפגעצויגן 5 קינדערלעך יראים ושלמים. ר' בנימין הערש האט אוודאי צוגעהאלפן - אלס פעטער. אבער די קינדער זענען אויפגעצויגן געווארן אינדערהיים.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:22 pm
דורך חמרא טבא
לעכטיגער האט געשריבן:פאר'ן רעדען עכט פון די מענטש.. נאר קוקענדיג אויף די בילדער, די שיינקייט פון ביידע וועלטען...
א סאטמארע חסיד בשילוב מיט א לעיקוואודע פשטות, די בעכער אויפ'ן טעלער... ביינונז מיינט מען אז ס'מוז זיין א גאנצע רינדיגע טארט..

אינטערסאנט די חילוק אין די הויכקייט פון די צוויי פלאכע הוטען.. זעהט אויס אז ר' מאיר ראובן איז געבליבען סטאק אין למ"ד'ס..

לייק!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 5:37 pm
דורך יומא טבא
hamo.JPG
hamo.JPG (148.68 KiB) געזעהן 2228 מאל
ממש אזוי האט געשריבן:איינער האט א בילד פון דעם איד?

hamo.JPG
hamo.JPG (148.68 KiB) געזעהן 2228 מאל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 6:01 pm
דורך מנהיג הדורות
יומא טבא האט געשריבן:
hamo.JPG
ממש אזוי האט געשריבן:איינער האט א בילד פון דעם איד?

8FA27D3C-A027-4736-B900-BFD9BDA8C90A.jpeg

האט ער זיך נישט אויף געהאלטן לעטצטענס און בעדפארד סענטער?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 7:33 pm
דורך וואס טוט זיך
בד"ה, א ת"ח מופלג, געווען פון די חשוב'סטע תושבי לעיקוואד, א שווערע פארלוסט. זייער פשוט זיך געהאלטן. ער איז געווען ארויפגעקוקט ביי אלע קרייזן אין שטאט, ישיבישע ווי ביי די חסיד'ישע.


באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ווער האט מספיד געווען אין לעיקוואד?

ר' מרדכי בצלא-ל קליין שליט"א אב"ד סאטמאר לעיקוואד
ר' זלמן לייב פילאף שליט"א דומ"ץ סאטמאר ווילימסבורג
קינדער
ראשי קהילה
אין נאך

ווי אויך ר' ירוחם אלשין ר"י במ"ג.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 7:58 pm
דורך El Rushbo
farshlufen האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:הגה"צ ר' מאיר ראובן ז"ל האט געלערנט אין סאטמאר? אדער א צוגעקומענער אלס א חסיד פון רביה"ק?
כגעדענק אים קומען כ"א כסלו קיין וויליאמסבוג נאך לעצטענס
ביטע ארויפקומען ביישרייבן אביסל דעם ת"ח

געלערנט אין סאטמאר פון קליינערהייט אן.

געוועזן א יתום'ל פון גאר אינג ועכ"ז געהארעוועט און געלערנט בהתמדה און אויסגעשטיגן א מורה הוראה מובהק, א כלי מפואר מלא וגדוש בתוי"ש.

נישט געוואוסט ער איז געווען א מורה הוראה.

איך בין זיינס א תלמיד, ער האט זייער ווייניג גערעדט, און איז געווען א שטארקער בעל מידות און א קלוגער איד.

א גוטן קאפ געהאט

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:25 pm
דורך פלעסטיק
יומא טבא האט געשריבן:
hamo.JPG
ממש אזוי האט געשריבן:איינער האט א בילד פון דעם איד?

8FA27D3C-A027-4736-B900-BFD9BDA8C90A.jpeg


איך געדענק 2 אידן וואס זעהן אויס ווי אים
איינער פלעגט זיך דרייען מיט א שאפינג וועגעלע אנגעפילט מיט בעגס, און א צווייטער וואס איז געווען לעצטנס אין אשל.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:56 pm
דורך ממש אזוי
יומא טבא האט געשריבן:
hamo.JPG
ממש אזוי האט געשריבן:איינער האט א בילד פון דעם איד?

8FA27D3C-A027-4736-B900-BFD9BDA8C90A.jpeg


איז דאס נישט ״איר וואוינט אין בארא פארק?״

געשריבן: מאנטאג פאברואר 03, 2020 9:23 pm
דורך רימנובער אייניקעל
ממש אזוי האט געשריבן:
יומא טבא האט געשריבן:
hamo.JPG
ממש אזוי האט געשריבן:איינער האט א בילד פון דעם איד?

8FA27D3C-A027-4736-B900-BFD9BDA8C90A.jpeg


איז דאס נישט ״איר וואוינט אין בארא פארק?״

ניין יענער הייסט וועלויל און ער שטיצט די בארד .

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:48 am
דורך גיזוגט
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שטרויזאק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:בן ?
חתן?

בן ר' משה ישעיה בערקאוויטש ע"ה - ברודער פון ר' בנימין הערש בערקאוויטש ע"ה


ר' מאיר ראובן איז נתייתם געווארן בילדותו פון זיין טאטן ז"ל
זיין מאמע החשובה והישישה [בזוו"ש מרת בלאס] תחי' איז א טאכטער פון ר' ישראל בריעף ז"ל
זיין שוועסטער איז אשת הרה"ח ר' שמעון [ב"ר הערשל] קויפמאן שליט"א


בזיווג שלישי האט זי חתונה געהאט צו הרה"ח ר' שלום ניילענדער ז"ל פון ירושלים
נאך וואס ער איז אוועק מיט 23 יאהר צוריק, האט זי שתבלח"א זיך צוריק געצויגן קיין וויליאמסבורג

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:27 am
דורך נעכטיגן טאג
לעכטיגער האט געשריבן:פאר'ן רעדען עכט פון די מענטש.. נאר קוקענדיג אויף די בילדער, די שיינקייט פון ביידע וועלטען...
א סאטמארע חסיד בשילוב מיט א לעיקוואודע פשטות, די בעכער אויפ'ן טעלער... ביינונז מיינט מען אז ס'מוז זיין א גאנצע רינדיגע טארט..

אינטערסאנט די חילוק אין די הויכקייט פון די צוויי פלאכע הוטען.. זעהט אויס אז ר' מאיר ראובן איז געבליבען סטאק אין למ"ד'ס..

הרה"צ רבי מאיר ראובן זצ"ל איז גארנישט סטא"ק געווארן אין די למד'ס, ער איז געשטיגן א יעדן טאג.

זיין הוט\רעקל, שטריימל\בעקיטשע, קאר\הויז, בעכער\טעלער זענען קיינמאל נישט מיטגעגאנגען מיטן שטראם.
איך האב אים געפרעגט א צייט צוריק פארוואס ער קויפט נישט א נייעם שטריימל, טענה'נדיג אז עס איז נישט קיין כבוד התורה, האט ער מיט א שמייכל צוריק געפרעגט וויפיל ער וועט קענען בעסער אדער מער לערנען מיט א נייעם שטריימל...