שערוריה בלאנדאן - ניוול ובזיון המת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

שערוריה בלאנדאן - ניוול ובזיון המת

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 9:04 am

שוין ב"ה דער נפטר הרב אפרים יחזקאל פאנעט איז שוין אויפן וועג קיין ארץ ישראל

די לויה איז נאר יעצט פארגעקומען ביים טהרה שטיבל פון די חברה קדישא, צוליב די איילעניש צו כאפן דעם פליגער איז דאס נישט ארויס געהעריג פון איינע פון די בתי מדרשים.

עס האט זעך משתתף געווען א שיינער ציבור בראש גאב"ד לאנדאן ועוד מרבני העיר, דברי פרידה קצרים נשמעו מאחיו האדמו"ר מדעעש ירושלים, הגה"צ מוה"ר יוסף בנימין וואזנר רב דקיט"ל סאטמאר וואס האט מפייס געווען בשם די שטאט און געזאגט אז מען שטעלט אויף א קרן יתומים צו דעקן די פילע חובות וואס דער נפטר האט איבערגעלאזט און אויף חתונה מאכן די 4 יתומים וואס זענען געבליבען אין שטוב און החזקת האלמנה.

***
במאמר המוסגר – און אפשר איז דאס דער עיקר
יעצט אז מען האלט דא, מעג מען אביסעל ארויסגעבען די ווי געשריי וואס שרייט עד לב השמים, מען דארף זועק זיין זעקה גדולה ומרה, א שטאט ווי לאנדאן און מען קען נישט מסדר כבוד המת כדבעי למהוי, שומו שמים על זאת, אמת מען האט שוין היינט מנצח געווען אז מען דארף נישט שניידען מען קען יוצא זיין מיט א CT סקען, אבער הישמע כזאת, אז עס זאל דארען 2 טאג ביז מען מאכט א סקען און ביז מען איז דאס מאשר וכו', דער נפטר איז אוועק זונטאג נאכמיטאג ביז די קבורה וועט זיין מיטוואך פארטאגס [און אין אנדערע פעלער לדוגמא ר' מרדכי ווייס האט דאס גענומען 10 טאג], לאנדאן איז נישט קיין דארף אין ווייס רוסלאנד, דאס האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם. עס איז א סקאנדאל פון די ערשטע קלאס.

[איך רעדט שוין נישט פון דעם אז ביי דעם פאל וואס האט מען געדארפט בכלל א סקען, די נפטר האט געליטען יארען אויף די הארץ און נאך, געהאט כמה אפעראציעס, די לעצטע פאר אפאר וואכען, די דאקטער פון ארץ ישראל האט געשריבען א פול ריפארט זונטאג אווענט, וואס האבין זיי געזעהן אין דעם סקען מער פון דעם?????? רשעות לשם רשעות]

די לאנדענער חברה קדישא קען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, ואת דם שאר הנפטרים והמשפחה, זיי זענען געווען צופרידען, שלום עלי נפשי, ואני על משכבי אשכבה לבטח, מען דארף נישט שניידען זי האט מסכים געווען צו א CT, ב"ה פארדעם וואס נאך קען מען טוען, זיצט מען מיט פארלייגטע הענט און מען ווארט ביז די פאטאלאגטע די קלאפטע וועט אנקומען זיך אויס צוקראצען צו מאשר זיין דעם CT נאכדעם וועט ווארטען ביז פארטאגס צו מאכען א פאר שעה ביז זי וועט בודק זיין, אפאר אלט געזעצענער יעקער זיצען ביים שטעסל און ווייס נישט אדער ווילען נישט וויסען וויאזוי רוקען ענינים כדבעי, מען דארף שוין לאנג אימפארטירען אהין אפאר אמעריקאנער אנדרייער זאלן אויף שאקלן דעם יודישען סיסטעם אין שטאט, וויפיל נאך יידש בליט און בכיות דארף זיין מען זאל דאס מתקן זיין.

עס נישט דא קיין שום תירוץ בעולם אז א נפטר איז אוועק זונטאג אווענט מען זאל נישט קענען טרעפען א קאראנער ביז מאנטאג אינדערפרי, און נאכדעם דארף מען ווארטען דיין רייע, ווייל עס איז דא מתים פון א גאנצער וויקענד, זיין האבן אין לאנדאן נאכנישט געהערט פון 24hr סערוויס, און ניו יארק אדער ארה"ק וואלט אזאנס קיינמאל נישט פארגעקומען.

תזדעזע הארץ ממקומה ויבא הדבר על תיקונה און דעמאלטס וועט מען קענען בעטען מחילה פון די אלע נפטרים ונפגעים מיט א אמת.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 9:05 am

מפני חשיבת ונחיצת הדבר האב איך געפענט א עקסטערע אשכול

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 11:39 am

טאקע א א קאמישע מאדנע זאך
מיר האבן מיט געהאלטן פון די נאנט די שרעקליכע טראגעדיע, אבער לאנדאן האט דאס געמאכט פאר א דאפעלטע טראגעדיע ווען די יתומ'לעך און די אלמנה זענען געזיצן ווי מעוני דין בין שמים וארץ, נישט קיין שבעה נישט קיין מנחמים, ווארטענדיג אויף די לויה פון זייער באליבטער טאטע\מאן ע"ה די צער איז נישט מעגליך צו אפשאצן, לאנדענע אידן! איר דארפט דאס אראפ נעמען פון אייערע הענט די שברון לב פון יתומים און פון א צובראכענע פרישע אלמנה ליגט אויף אייער קאפ, דאס איז א געפערליכע זאך, איר מוזט דאס מתקן זיין, לטובתכם ולטובת עירכם
גייט ארויס לרחובה של עיר, שאקלט אויף די עסקנים און רבנים, אז די רשעים זאלן אויפהערן מיט זייער זינלאזע רשעות קעגן נשברי לב
עס איז אין אייערע הענט צו טוישן די מצב, כי המצוה הזאת... לא-נפלאת היא ממך ולא רחוקה היא לא בשמיים היא לאמור מי יעלה לנו השמיימה וייקחה לנו,... ולא מעבר לים היא לאמור מי יעבור לנו אל עבר הים וייקחה לנו, וישמיענו אותה, ונעשנה.
כי-קרוב אליך הדבר, מאוד בפיך ובלבבך, לעשותו!


זאל מען נאר הערן גוטע בשורות
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

פצצה
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 6:56 am

תגובהדורך פצצה » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:35 pm

אויך איך זיץ זיך ווייט ווייט אוועק פין לאנדען, אין קריטיקיר דארטיגע עסקנים.
דערמאנט מיר א וויליאמסבורגר יוד וואס זיצט על סיר הבשר, אין קריטיקירט א ארץ ישראלדיגע ארימאן, פארוואס ער איז נהנה משלחנה של איזבל מיט נעמען אפאר קארגע גראצערס אויף צוקויפן אביסל ברויט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:45 pm

פצצה, איר האט א זכרון נפלא!
?I DON'T CARE, DO YOU

פצצה
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 6:56 am

תגובהדורך פצצה » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:49 pm

בוידעם האט געשריבן:פצצה, איר האט א זכרון נפלא!


קענסט לאכען וויפיל די ווילסט, איך האב דיך אין בוידעם...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:57 pm

וואס איז דאס שרייען און פארפירן?? זיי זיצען אין געריכט, מען שלאגט זיך ארום מיט אלע כוחות, און דא האט מען גאר טענות?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 2:15 pm

פצצה האט געשריבן:אויך איך זיץ זיך ווייט ווייט אוועק פין לאנדען, אין קריטיקיר דארטיגע עסקנים.
דערמאנט מיר א וויליאמסבורגר יוד וואס זיצט על סיר הבשר, אין קריטיקירט א ארץ ישראלדיגע ארימאן, פארוואס ער איז נהנה משלחנה של איזבל מיט נעמען אפאר קארגע גראצערס אויף צוקויפן אביסל ברויט.

די פאקט אז א מת דארף אזוי נזבזה ווערן דאס איז גענוג שטאף צו פארדערען א קריטיג אפילו פון אמעריקא, יא ווייל דא איז עס מסודר.
אונז האלטן נישט דא 20 יאר נאכן קריג, איבעראל אין אלע היימישע צענטערן איז דאס מסודר שוין אסאך יארן, און אין לאנדאן נישט, אויב די עסקנים דארט האבן געטון דערין זאלן זיי וויסן אז זיי האבן האבן נישט גענוג געטון, און זיי קענען נישט איינרוען ווילאנג דאס איז נישט מסודר. עס איז זייער אחריות זיך צו שלאגן פאר דעם מיט ציין און נעגל.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 2:17 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס איז דאס שרייען און פארפירן?? זיי זיצען אין געריכט, מען שלאגט זיך ארום מיט אלע כוחות, און דא האט מען גאר טענות?

לאנדאן איז נישט היינט געבוירן. ביואקראטיע איז א אלטע פראבלעם אין לאנדאן, און עורו ישנים משינתכם, לא עת לחשות גוט אז איר שלאגט זיך, שלאגט אייך ביתר שאת וביתר עוז.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 2:45 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס איז דאס שרייען און פארפירן?? זיי זיצען אין געריכט, מען שלאגט זיך ארום מיט אלע כוחות, און דא האט מען גאר טענות?


מען שלאגט זעך טאקע, נישט מיט אלע כוחות, שרייען און פארפירן העלפט אסאך, מען דארף אבער לייגען אסאך פרעשור אויף די שלעגערס זאלען ווייטער שלאגען.

אבל ביודעי ומכירי קאימנא, אז די ראשי קהלה דארט האבין א געוויסע סימפטעם וואס עס איז דא ביי אסאך אזעלכע אלט געזעצענע קהלות וואס ביי אונז אין אמעריקא האט מען ב"ה שוין אויסגעריסען, והמבין יבין.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 3:49 pm

איך וויל נישט גיסען גאזאלין צו דער פייער, ווייל אוהב ביזט גערעכט. יא, די אידען (פירערס) אין לאנדאן האבן נאך א "גלות מענטעלעטי" אז אונז זענען נישט בעל הבית. דא אין אמעריקע האט מען שוין עס לאנג אויס געריסען און מיר חרדים שבחרדים פירען זיך בכלל נישט אויף ווי מיר זענען אין גלות; ליידער.

א רעגירונג איז ביוקראטיע. דאס איז א פיינליכע אמת און די קענסט עס נישט טוישען; קיינער קען עס נישט טוישען. נאר א דיקטאטאר קען, ווייל ער קאנטראלירט אלעס, און וועט יענעם אפהאקען דער קאפ אויב ער טוהט נישט וואס ער הייסט.

דא מיינט דער רעגירונג, שטעל איך זיך פאר מיינט דער מעיאר. דער מעיאר אליין טוהט גארנישט; ער האט קאמישענערס, וואס זיי האבען פירערעס אינטער זיך ביזען low level worker וואס ארבעט ווי א מורישקע און הייסט דיר שטיין און ליין ביז דער נשמה וועט דיר ארויס גיין.

כדי צו מאכען עפעס ארבעטען דארף מען קענען קאלען דער מעיאר, און פארלאנגען טוה עס שוין!

דער מעיאר דארף רופען דער קאמישענער און זאגען "טוה עס שוין".

דער קאמישענער דארף טוהן דאס זעלבע, וכו' וכו'

יעצט, האבען די פירערס און לאנדען דער מעיארס פערזענליכע טעלעפאן נומער? און אויב יא, זענען זיי גענוג נאנט צו פארלאנגען אז ער זאל צווינגען זיינע בא'אמטע עס זאפארט צו טוהן? און וועלען זיינע בא'אמטע עס טאקע גלייך טוהן? אדער אים אנפייפען.

אזוי ארבעט עס, און אדרבא לאמיר הערען צו מען קען עס אויספירען, און אויב נישט וואס מען דארף טוהן.

דאס איז א חוץ דעם וואס מען דארף דארט אפשר טוישען די געזעץ און די פראצעדורען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 4:11 pm

טאקע דאס מיינט מען, די פוילע תירוצים, גלות וכו', מען קען נישט, קיינער האט נישט די מעיאר'ס נאמבען, אונטרעסאנט אז אין ניו יארק האט מען יא דעם נאמבער,

די אזוי גערופענע זעלבסטע געקרוינטע ראשי קהלה זיצען מיט פארלייגטע הענט, האלטען זעך נישט ביים איבערשטרענגען, פראבירען איינמאל און נאך אמאל ביז וויל לאנג די זאך איז געקרוינט מיט הצלחה, אוודאי גייט דאס נישט על רגל אחת, נאר מען דארף טוען, יום ולילה לא ישבות, נישט אלעס קען איין אשר גראד מאכען. איז שוין געווען אמאל איינער א טויגליכער אין די חברה קדישא, גראדע איינער פון אמעריקא, פריעד, האט מען איהם אויכעט מעביר געווען, ווייל ער האט שוין געטוען צו פיל

וויפיל האט מען געדארפט שוויצען אז די חברה קדישא זאל טוען עפעס וועגען די פוקסען פראבלעם אויף די בית החיים, ווילאנג משה גראסס איז נישט געשטארבען און די משפחה האט באצאלט אויף זייער חשבון, האט מען אויכעט אזוי געזאגט וואס קען מען טוען, עס גייט נישט אזוי, און מיט דעם אלעס איז דער פראבלעם נאכנישט אונגאנצען ארלעדיגט, טאקע בעסער ווי דער בית החיים אין מאנטשעסטער, אבער ווייט פון א עולם התיקון.

אפילו דער קליינע אנטווערפען איז אסאך בעסער ווי לאנדאן, דארט איז מען משחרר אסאך אסאך שנעלער, געשווינד און געשמירט [דארט איז דא אנדערע פראבלעמען שאין כעת הזמן גרמא לזה, ווי פאלמעסען וכדומ', אבער און שלעפען דו צייט איז דארט נישטא]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19726
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 4:14 pm

ומי לחשך אז צו טאן דערצו ברויך מען צו זיין ראש הקהל?

וואו איז הרב ר' מענדל ראזענבערג ראש הקהל?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 4:23 pm

ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז איירופע איז שטארק אנדערש פון אמעריקע אינעם הינזיכט פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אין אמעריקע רעכנט מען זיך גאר שטארק מיט רעליגיע, דאס איז שוין איינגעווארצלט אזוי פילע יארן, ממילא קען מען גרינגער ערלעדיגן זאכן בעניני ניתוחי מתים.
משא"כ אין איירופע איז אן אנדערע קולטור, ווען די ממשלה האלט אז פאר א סיבה איז וויכטיג צו פאלמעסן, איז נישט אזוי לייכט עס צו טוישן צוליב א רעליגיעזע סיבה.

עיין מציצה בפה, וואס וואלט קיינמאל נישט געהאט אזא ענדע אין א אנדערע מדינה. ואין כאן המקו' להאריך.
לעצט פאראכטן דורך משמש אום דינסטאג נובעמבער 10, 2015 5:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 4:27 pm

האט דאס נישט מיט מענטשן רעכט עפעס?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 4:51 pm

משמש האט געשריבן:ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז איירופע איז שטארק אנדערש פון אמעריקע אינעם הינזיכט פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אין אמעריקע רעכנט מען זיך גאר שטארק מיט רעליגיע, דאס איז שוין איינגעווארצלט אזוי פילע יארן, ממילא קען מען גרינגער ערלעדיגן זאכן בעניני ניטוחי מתים.
משא"כ אין איירופע איז אן אנדערע קולטור, ווען די ממשלה האלט אז פאר א סיבה איז וויכטיג צו פאלמעסן, איז נישט אזוי לייכט עס צו טוישן צוליב א רעליגיעזע סיבה.

עיין מציצה בפה, וואס וואלט קיינמאל נישט געהאט אזא ענדע אין א אנדערע מדינה. ואין כאן המקו' להאריך.


דא רעדט מען נישט פון ניתוחי מתים, דאס האט מען שוין אין געוויסע אופנים נאך אסאך יארען מסדר געווען אז מען קען מיט א סקען. דא רעדט מען פון נאך ענינים ונושאים באותו ענין.

דא האט געדארט כמעט 48 שעה, ביי ר' מרדכי ווייס איז געווען דאכט זעך 10 טאג.


דער קאראנער איז א גרויסער מרשעת, אפילו ביי די גוים איז נתמלאה סאתה, מלא טענות ומענות אויף איר התנהלות. אבער מיט אסאך השתדלות און פרעשור וכו' קען מען אויףך טוען די לאנדערנער ראשי קהלה ועומדים בראש זענען נישט געבויעט פאר דעם.

קוק אויף יעדע זאך וואס איז עטוואס מסודר דארט איז יד אמעריקאנער באמצע.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 5:14 am

אוהב ספרים האט געשריבן:טאקע דאס מיינט מען, די פוילע תירוצים, גלות וכו', מען קען נישט, קיינער האט נישט די מעיאר'ס נאמבען, אונטרעסאנט אז אין ניו יארק האט מען יא דעם נאמבער,

די אזוי גערופענע זעלבסטע געקרוינטע ראשי קהלה זיצען מיט פארלייגטע הענט, האלטען זעך נישט ביים איבערשטרענגען, פראבירען איינמאל און נאך אמאל ביז וויל לאנג די זאך איז געקרוינט מיט הצלחה,


בידעי ומכירי א געוויסע פאל אין א אייראפעאישע שטאט וואו א איד איז נפטר געווארן שבת אין א געוויסן שטעטל (נישט דארט וואו די אידן וואוינען), און די אפיציעלע געמיינדע פירער האבן נישט געהאלטן ביים צופיל טון דערוועגן צוצואיילן די קבורה, למעשה איז דער מת באפרייט געווארן נאך זונטאג, צוליב וואס צוויי יונגע ענערגישע עסקנים זענען פערזענליך אראפגעפארן אהין צום פלאץ, מיטגענומען אביסל פיינע געבעקסן פאר די באאמטע, און אלעס איז געווארן ערלעדיגט - כאטש וואס די אפיציעלע אפיסעס זענען צוגעשפארט, און קיינער האט ניטאמאל געהאט קיין קשרים מיט זיי פון פריער.

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:38 pm

טייערע אידן אל תרגזו! פאליטיק אין ענגלאנד איז נישט פאליטיק אין אמעריקא
אין אמעריקא איז פארהאן אידישע לאביאיסטן און פאליטיקאנטן וועלכע קענען אריינשטעקן די נאז איבעראל איבערדרייען און פארפירן פועל'ן קאנעקשנס און שמור לי ואשמור לך דילס. דעריבער איז דא לייכטער צו פועל'ן געוויסע זאכן מצד שני שטעקט דער אמעריקאנער רעגירונג מער אריין די נאז אין אינערליכע אידישע התנהגות ווי מציצה בפה וכדו'
דער ענגלישע גוי לאזט זיך נישט פארפירן פון קיין אידעלעך - עס פאסט אים נישט!
די ענגלישע אידנטום איז זייער א קליינע פראצענט פון די באפעלקערונג און עס זענען נישט אזוי ווייט פארהאן אידישע פאליטיק שפילער דארט, עס איז בעסער און געזונטער פארן ענגלישע אידנטום אוועקצושטיין פון זיין אונטער די קאמערע כדי די רעגירונג זאל האבן ווייניגער וואס אריינצורעדן און אנדרייען אין זייער פריוואטע לעבנס און ווייניגער זיך אריינמישן אין זייער ביזנעס.
אלס א גוטע ביישפיל איז אנטווערפן וואס האט אויך זייער א קליינע אידישע באפעלקערונג אבער די עסקנים דארט מישן זיך יא מער אין פאליטיק און צוליב דעם האבן די מוסדות התורה דארט שווערע פראבלעמען מיט די רעגירונג וואס וויל רעאגירן אויף זייער מערכת החינוך און אריינברענגען פאבליק שולע לימודים און אלע פריוואטע אידישע מוסדות.
ווען עס קומט אזא פראבלעם ווי בזיון המת האט נישט די לונדענער אידנטום קיין טויערן אין די פארלימענט אויף ווי אנצוקלאפן דעריבער מוזן זיי דורכגיין די גאנצע געריכט סיסטעם פאוואליע און נאר אזוי האט מען געפועל'ט וואס מהאט שוין געפועל'ט און מ'וועט אי''ה ווייטער פועל'ן.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:58 pm

די מוסלעמענער זענען אבער יא א גרויס פראצענט, כמדומה, אז ציזאמען מיט זיי וואלט מען יא געקענט עפעס מער אויס'פועל'ן (ווייסעך נאר נישט צו ביי זיי איז אויך אזוי הארב דער ענין פון לאזן א נפטר ליגן אפאר טאג)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 1:18 pm

נעכטן האט גראד געזאגט אויף קולמע, אז די מרשעת האט געוואלט שניידן יעדעס מאל, און דאס האט מען געווינען אין געריכט. איבער דעם אז זי איז נישט גרייט צו ארבייטן אין די וויקענד, איז נאך אינמיטן א געריכט.

זיי זענען אין געריכט און דרייען איבער די רעגירונג, כ'ווייס נישט פארוואס מען האט טענות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 1:24 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נעכטן האט גראד געזאגט אויף קולמע, אז די מרשעת האט געוואלט שניידן יעדעס מאל, און דאס האט מען געווינען אין געריכט. איבער דעם אז זי איז נישט גרייט צו ארבייטן אין די וויקענד, איז נאך אינמיטן א געריכט.

זיי זענען אין געריכט און דרייען איבער די רעגירונג, כ'ווייס נישט פארוואס מען האט טענות.

כמדומה איז רבי גראד א פריוואטער ענערגישער עסקן, ער באלאנגט טאקע נישט פאר די אפיציעלע קהלה...

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 1:34 pm

יהיה כן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נעכטן האט גראד געזאגט אויף קולמע, אז די מרשעת האט געוואלט שניידן יעדעס מאל, און דאס האט מען געווינען אין געריכט. איבער דעם אז זי איז נישט גרייט צו ארבייטן אין די וויקענד, איז נאך אינמיטן א געריכט.

זיי זענען אין געריכט און דרייען איבער די רעגירונג, כ'ווייס נישט פארוואס מען האט טענות.

כמדומה איז רבי גראד א פריוואטער ענערגישער עסקן, ער באלאנגט טאקע נישט פאר די אפיציעלע קהלה...

וועלכע עסקן אין אמעריקא ארבעט יא מיט א קהילה?
דער חילוק איז נאר אז אין ענגלאנד ארבייט נישט דער טריק פון טשאקאלאד מיט קרים קעיק!

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 1:37 pm

באקומען c/p עס איז ארום געפארען אין די גרופעס, מען קען זעהן וואס די ענגלישע ציבור האלט

B"H that by now, close to 48 hours after he recently passed away in London, the late Harav Ephraim Yechezkel Paneth z”l, is already on his way to E. Israel for kevurah.

The funeral took place in the חדר טהרה of the Chevra Kadisha, due to lack of time for the Niftar to make the afternoon flight to EY, and therefore the funeral did not pass through one of the local Batei Midrash as is customary in times like these.

There was a considerable participation of the public at the funeral, headed by the Rov Rabbi Ephraim Padwa shlita and more local Rabonim. Short Divrei Hesped were heard from the niftar’s brother Rabbi Yoseph Paneth Dej Rebbe of Yerushalayim and Harav Yoseph B. Woser Rav of the Satmar Kehilla, who apologized to the deceased z”l on behalf of the whole London Kehilla, and said, that a special fund will be developed to raise the proper funds that will cover the huge debts left behind by the niftar, as well as funds to marry of the 4 orphans he leaves behind, as well as funds needed for the daily needs of the widow & family.

***

On another note, and this is the more important issue that involves the whole kehilla.

Now that the levaye has commenced, it is of time to move on to a more pressing and most important and distressing matter:
The issue of "KOVOD HAMEIS"!

It is of apt time for our voices to be heard, crying out loud with great distress at the sad situation our kehilla has found itself in the latter few years.

We out to be thoroughly ashamed of ourselves that a big city like London, has not of yet been successful to arrange proper כבוד המת, as is customary in all Jewish communities worldwide, whether it is in the USA or EY and even 3rd world countries שומו שמים על זאת!

Truth be told, that after many struggles some progress has been made on this subject, as of present, on most occasions some ניבול המת can be avoided, with autopsies being substituted by an MRI scan. But this is still unheard off in any other Jewish communities to have the niftar "lying in waiting" around for such long periods of time. Why should it take 2-3 days or sometimes even longer, to get an MRI scan, or until to get a death certificate signed by HRH the Lady Coroner, and even after all the formalities, still having to travel with the niftar to Oxford, something that lengthens the process considerably!

The Deceased passed away Sunday evening and till he will be laid to rest it will be already Wednesday morning [and in other cases, such i.e. the late Mordechai Weiss z"l, it took 10 days or more!]. Are we living in the City of London? Or in a remote village in White Russia?!

In today's day and age, there should be no excuse in the world that the situation should be as such, or let alone continue as such, this is a scandal of first rate!

The London Chevra Kadisha cannot whole heartily say that ידינו לא שפכו את הדם הזה, the blood of the deceased and their families rest on their hands. They are calm and peaceful, going around with peace of mind, b"h the coroner has agreed that no autopsy is needed, she agreed that an MRI scan of the body will suffice, b"h for that, what else can be done, they sit in their comfortable homes with their arms folded and wait until the wicked coroner will wake up Monday morning from her long weekend hibernation, authorize the MRI scan, and that will also not be done right away Monday morning, no, the niftar has to wait his turn after the whole weekend load is done with.

A few self-appointed old timers no-good doers anointed themselves to serve as the head of the Burial Society in London, they don’t know – or they don’t want to know – how to move things along swiftly in a proper timely manner, quickly and efficiently. We are currently in the western world in 2015 not in old age Czarist Russia!

Maybe the time has come to import some young blood that will shock this old system, give it the proper shakeup that’s needed for so long already, take matters in hand so things are done properly and swiftly in a timely fashion. What does כדתיא know to do for our benefit other that give out brachos and well wishes to solve the housing crisis. How much Jewish blood still has to be spilled? How many tears from אלמנות ויתומים still have to flow down their cheeks till something will be done to stop this madness!!!!!!!! What else has to happen to wake us up from hibernation????

If the Chevra Kadisha is not willing or able to do something about this issue, to ease the pain of families in their time of distress, let them clear the way and let younger blood on to burial society board who will rectify this situation.

There is no sane justification in the world that a person who passed away on Sunday evening and till Monday morning no one can locate the Madame Coroner, and when she finally does decide to respond you have to wait the cue as if at the supermarket checkout till, until the coroner finishes processing the dead of the entire weekend, with the Chevra kadisha sitting by idly giving the coroner the full right, with the old English claim that there is a system in place and you can’t rush the process etc... It’s impossible to rush things along... We cannot and may not pass over this issue in silence!!

We have to Shock the sleeping kehilla members to their very core. Today it is this lonely Israeli man passing by London, tomorrow ... רח"ל.

This madness just has to end, sooner rather than later, תזדעזע הארץ ממקומה ויבא הדבר על תיקונה, and then and only then, we will truly will be able to truthfully ask forgiveness from the deceased.

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 1:52 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:באקומען c/p עס איז ארום געפארען אין די גרופעס, מען קען זעהן וואס די ענגלישע ציבור האלט



האסטו דאך זייער גוט איבערגעטיישט

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 1:54 pm

מנוחה ושמחה האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:באקומען c/p עס איז ארום געפארען אין די גרופעס, מען קען זעהן וואס די ענגלישע ציבור האלט



האסטו דאך זייער גוט איבערגעטיישט


דאס דארף זיין א דזשאוק?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, john, אבן יקרה, אומפארשטענדליך, איי קנוי, אמונה פשוטה, טובי' מאיר ניימאנן, משהלע, משמש, סעקרעטאר, קיטשי און 50 געסט