איסט ראמאפאו לאוסוט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג נובעמבער 22, 2015 8:43 pm

פלטיאל האט געשריבן:א מאדנע פראגע, צו איז דא א נידריגע פראצענטואלע ארבעטלאזיגקייט ראטע ביי די גויים (וואס קענען ענגליש) ווערסעס אידן?

#נייגעריג

נאופס.

די אנעמפלוימענט ראטע אין אונזערע קאמיונעטי - פון די וואס זוכן ארבעט - איז ערגעץ ארום נול, (אפשר 1 פראצענט ? )

די median אינקאם אין ניו יארק סיטי איז ארום עטליכע אין פופציג אלפים.

ביינונז איז נישטא קיין פונקטליכע סטאטיסטיק, אבער מ'קען זאגן אז אונזער median אינקאם איז מער פון דעם.

די חילוק צווישן דעם איד און גוי איז נאר די טייערע לייפסטייל, אבער אויף די אינקאם זייט זעמיר גלייך און מן הסתם בעסער פונעם גוי, מיט דעם וואס אונז האמיר נישט קיין סעקיולארע חינוך.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 8:47 pm

סאו וואס איז דער קאפ געדרייעניש?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 22, 2015 8:50 pm

עגרי טו סמארט. דאס מיינט אז מיט אביסעל פיינענשעל דיסציפלען ביינונזער ציבור וואלטען מיר אלע סך בעסער געשטאנען.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 10:16 pm

נישט פארגעסן אז גוים זאגן נישט ברך עלינו ביי שמונה עשרה
זעמער שוין א סטעפ אהעד
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » זונטאג נובעמבער 22, 2015 10:17 pm

איך האב געהערט פון א קראנטע מקור, אז די ארגינעלע געזעץ פאדערט 3 שעה לימודי חול, הרב ר' משה שערר ז"ל האט געפויעלט מען זאל פארקוקען אויף דעם, און הרה"ק מסאטמער זי"ע האט איהם געגעבן א קיש אין האנט אויף דעם

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

תגובהדורך עם הנבחר » זונטאג נובעמבער 22, 2015 11:40 pm

פארגעס נישט וואסארא ריזיגע פערצענט ביים היימישע עולם עפענען אויף אייגענע ביזנעסער די professional בלייבט סטאק ביי 50000-150000

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

תגובהדורך עם הנבחר » זונטאג נובעמבער 22, 2015 11:44 pm

איך רעדט נישט פון doctor and lawyers איך רעד פון standard professional

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 12:38 am

סמארט גאי האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:א מאדנע פראגע, צו איז דא א נידריגע פראצענטואלע ארבעטלאזיגקייט ראטע ביי די גויים (וואס קענען ענגליש) ווערסעס אידן?

#נייגעריג

נאופס.

די אנעמפלוימענט ראטע אין אונזערע קאמיונעטי - פון די וואס זוכן ארבעט - איז ערגעץ ארום נול, (אפשר 1 פראצענט ? )

די median אינקאם אין ניו יארק סיטי איז ארום עטליכע אין פופציג אלפים.

ביינונז איז נישטא קיין פונקטליכע סטאטיסטיק, אבער מ'קען זאגן אז אונזער median אינקאם איז מער פון דעם.

די חילוק צווישן דעם איד און גוי איז נאר די טייערע לייפסטייל, אבער אויף די אינקאם זייט זעמיר גלייך און מן הסתם בעסער פונעם גוי, מיט דעם וואס אונז האמיר נישט קיין סעקיולארע חינוך.

אונזער ארבייטלאזע ראטע איז בכלל נישט ביי נול.
רעכן צו די וואס קענען נישט טרעפן וועגן יארגאנג וכו׳. צו די וואס נעמען ביליג בלית ברירה, און ס׳איז גאנץ הויך.
אונזער מידיען איז נישט קיין סאך מער ווי די 50 פונעם גוי. נאר מיט גרעסערע משפחות איז מען נאך בארעכטיגט פאר שטאטישע הילף, מער טעקס קרעדיט, ווערט עפעס מער דערפון.
בדרך כלל איז מסתמא די פראצענט וויפיל פארדינען געלט מסתמא בעסער ווי ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג, שוין אריינגערעכנט קאלעזש גראדואירטע, די שטיקל טענה וואס איז דא, איז אז איה״נ ענטערפנוערס איז דא ביי אונז א גרעסערע פראצענט, אבער וואוינענדיג אין ניו יארק וואו ס׳איז דא אזויפיל הויך באצאלטע ארבייט פאזיציעס, און דארט זענען חסידישע אידן כמעט נישט בנמצא. אין פינאנץ, געזעץ, ענזשינירונג, ועוד.

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 12:50 am

טיפיקעל האט געשריבן:אויב וויל מען אנצייגען דאס ביטול און ליצנות וואס די היינטיגע ענגליש באדייט, מיין זון פארציילט מיר אז אין די שעה ווערט די לעצטע פערטל שעה געווידמעט פאר פארציילען א מעשה פאר די וואוילע קלאס. אין וועלכע שפראך מיינט איר אז די מעשה ווערט פארציילט??

אידיש!

וואס ווערט ביי אונז אנגערופן לימודי חול און ביים גוי עדיוקעשאן איז נישט אלעס ענגליש. די ענגלישע שפראך צו שפת המדינה איז נאר א חלק דערפון.
למשל
Math/ geometry/ measurements / etc
History
Geography
ועוד ועוד.
נו ווער זאגט אז 5 מאל 5 מעג נישט זיין אין אידיש ? שפראך איז נאר א חלק פון די זאכן וואס מלערנט

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:06 am

כאב א ארבעטער וואס גייט נאך אין קאלעדז צוויי מאל א וואס, נאכמיטאג לערנט ער אינדזענירינג, און אינדערפרי היסטארי! ער גייט נאר אינדערפרי ווייל ער דארף די קרעדיטס..

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 9:18 pm

עס פארפארט,

עס איז דא א פראבלעם מיט די גאווערמענט, און דאס דארף מען לעזן, עס איז נישט משנה צו עס פעלט זיך באמת אויס

לעגאל דארף א מוסד לערנען ענגליש, און ווען מען קוקט נאך די מוסדות מיט זיבן אויגן דערציילט מען מעשיות אויף אידיש איז געגאנגען קאפ אין וואנט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 11:40 am

שאינו יודע האט געשריבן:עס פארפארט,

עס איז דא א פראבלעם מיט די גאווערמענט, און דאס דארף מען לעזן, עס איז נישט משנה צו עס פעלט זיך באמת אויס

לעגאל דארף א מוסד לערנען ענגליש, און ווען מען קוקט נאך די מוסדות מיט זיבן אויגן דערציילט מען מעשיות אויף אידיש איז געגאנגען קאפ אין וואנט

That's called "social studies". If it's a recent story it's called current events
ביידע א חלק פון די אלגעמיינע לימודים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 10, 2016 1:16 pm

די לאוסוט האט שוין עושה פירות געווען, לכה"פ אז דריי סטעיט סענאטארס האבן פארגעשלאגן א ביל אז די סטעיט זאל צווינגען פריוואטע שולעס צוצושטעלן די זעלבע קלאס עדיוקעישאן ווי די אלגעמיינע סקול דיסטריקט שטעלט צו.

אינעם היינטיגען רעקארד ציעט קריס מעקענע א פאראלעל צום קרית יואל סקול דיסטריקט וואס איז למעשה נאר מחנך דיסעיבלד קינדער, וויאזוי וועט דער נייער געזעץ ווירקען כלפי די תורה ויראה חדרים און בית חינוך לבנות.

למעשה, וועט דער נייער געזעץ דורכגיין? וויאזוי וועלן זיך מוסדות התורה איבער ניו יארק ספראווען דערמיט? איז ניו זשערסי לכה"פ אן הצלה פורתא אויף דערווייל?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 10, 2016 1:41 pm

מיללער האט געשריבן:איך ווייס פון געוויסע מוסדות וואס האבן לעצטענס שטארק אפגרעידעד זייער ענגליש דעפט. ביי אינגלעך אין אנבליק פון די מסירות און אנגייענדע העצערייען אין די מידיא.

עס איז א ווייטאג וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען ותוצאותיו מי ישורנה, השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט, אבער מצד השני איז דער סיסטעם געווען לאנג אווערדו פאר א שעיק-אפ.

אין אונזערע צייטן האט מען אסאך אסאך בעסער געלערנט ענגלעש אין UTA ווי דאס,וואס אונזערע קינדער האבן באקומען צוואנציג יאר שפעטער, און די סיבה 'פארנאכלעסיגקייט', א אינגל דארף ארויסקומען פון די חדר יארן מיט א גוטע בעיסיק ענגליש, גוטע מאטעמאטישע יסודות און אנדערע וויכטיגע אינפארמאציע צו קענען אנהייבן די ערשטע טריט צו פרנסה.

נאכאמאל, א שאד א שאד אז די אויסגעשפיגענע זענען די פאן-טרעגער פון די מערכה, עס קען נאך אריינגיין אין א מלחמה קדושה וואס קיינער וועט דערפון נישט בענעפיטירן

ועדיין השטן מרקד בינינו.

מיין אינגל האט מיר עטליכע וואכען צירוק מוצאי שבת דערציילט א מעשה פון א צדיק וואס זיין ענגליש טיטשער האט פארציילט..

א בושה די אראגאנט פון אונזערע מנהלי המוסדות.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

פרישע לאוסוט

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 12:23 pm

די קינדער אין די שולע סיסטעם אין איסט ראמאפאו באשטייט פון ארום 36,000 קינדער כ"י. דערפון זענען בלויז ארום 8 א האלב טויזנט אין די פובליק שולע סיסטעם, און די איבריגע כמעט 28 טויזנט זענען אין פריוואטע שולעס, הויפזעכליך היימישע מוסדות.
היות דאס מערהייט פון די קינדער זענען נישט אין פובליק שולע, געפונען זיך אויפן סקול בארד עלטערן וואס שיקן נישט זייערע קינדער אין פובליק שולע.

געוויסע עלטערן פון די פובליק שולע קינדער זענען געלאפן פאר די סקול בארד זיצן אבער פארלוירן. יעצט איז דאס געברענגט געווארן פארן געריכט. די הויפט טענה וואס די מענטשן האבן איז אז היות ס'ווערט גענוצט די אלגעמיינע וואלן סיסטעם, האבן זיי נישט די געלעגנהייט צו ווערן רעפרעזענטירט. און זיי פארלאנגען צו אריבערגיין צו א ווארד סיסטעם וואס וועט איינטיילן די בארד מעמבערס צווישן די איינוואוינער און שטייער צאלער, אזוי אז זיי זאלן זיכער האבן א זיץ אויפן בארד, און די היימישע עולם זאל נישט האבן אלע, זיי פארלאנגען א זאפארטיגע אפשטעל צו די סקול בארד וואלן, ווילאנג ס'ווערט נישט איינגעשטעלט א ווארד סיסטעם.
בנוסף צו די סקול בארד, איז די סטעיט עדיוקעישן קאמישנער איינע פון די אנגעקלאגטע אין די לאוסוט.
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:06 pm

איך כאפ באמת נישט וואס זייער טענה איז! איך רעד לעגאל.

סאו די רעפובליקאנער אין קאליפארניע גייען מארגן קומען צום געריכט וויינען אז זיי זענען די מינאריטעט און זיי האבן נישט קיין געלעגענהייט צו ווערן רעפרעזענטירט במילא מוז מען מאכן עפעס א סיסטעם אז איינער פון די סענטארן אדער דריי קאנגרעסלייט זאלן זיין זייערע?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:20 pm

עין טובה האט געשריבן:די קינדער אין די שולע סיסטעם אין איסט ראמאפאו באשטייט פון ארום 36,000 קינדער כ"י. דערפון זענען בלויז ארום 8 א האלב טויזנט אין די פובליק שולע סיסטעם, און די איבריגע כמעט 28 טויזנט זענען אין פריוואטע שולעס, הויפזעכליך היימישע מוסדות.
היות דאס מערהייט פון די קינדער זענען נישט אין פובליק שולע, געפונען זיך אויפן סקול בארד עלטערן וואס שיקן נישט זייערע קינדער אין פובליק שולע.

געוויסע עלטערן פון די פובליק שולע קינדער זענען געלאפן פאר די סקול בארד זיצן אבער פארלוירן. יעצט איז דאס געברענגט געווארן פארן געריכט. די הויפט טענה וואס די מענטשן האבן איז אז היות ס'ווערט גענוצט די אלגעמיינע וואלן סיסטעם, האבן זיי נישט די געלעגנהייט צו ווערן רעפרעזענטירט. און זיי פארלאנגען צו אריבערגיין צו א ווארד סיסטעם וואס וועט איינטיילן די בארד מעמבערס צווישן די איינוואוינער און שטייער צאלער, אזוי אז זיי זאלן זיכער האבן א זיץ אויפן בארד, און די היימישע עולם זאל נישט האבן אלע, זיי פארלאנגען א זאפארטיגע אפשטעל צו די סקול בארד וואלן, ווילאנג ס'ווערט נישט איינגעשטעלט א ווארד סיסטעם.
בנוסף צו די סקול בארד, איז די סטעיט עדיוקעישן קאמישנער איינע פון די אנגעקלאגטע אין די לאוסוט.

איך מיין מען וואלט זיך געמעגט פראבירן צוצושטעלן צו די פאבליק סקול עלטערן אפילו לפנים משורת הדין מחמת צוויי סיבות. 1. אונז זעמיר אין גלות. 2 אז ווען גוים זעען אז ווען אידן זענען אין קאנטראל אין רעמאפאו זענען די גויאישע בירגער נישט צופרידן, איז נאטורליך אז די גוים פון ראקלענד זאלן באקומען א פחד פן ירבה, און פראבירן אוסצוטיילן ווי מער צרות צו פארמיידן פון די אידן פון ווערן א רוב אין ראקלענד. והחכם עניו בראשו.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:25 pm

חדשות האט געשריבן:

און דו מיינסט נאך אז מ'שטעלט זיך נישט צי צו זיי, זיי באקומען היינט אסאך מער פונעם פובליק סקול סיסטעם ווי זיי פלעגן באקומען פאר צען אדער פופצן יאר צוריק.
ס'איז אלעס בלויז מענטשן מיט שטארקע אינטערעסן עפעס אינגאנצן אנדערש פון וואס זיי זאגן דיר אינעם צייטונג, און זיי זוכן נאר געלעגנהייטן און פראבלעמן מיט וואס צו אפרעדן, האקן און קלאגן אז זיי ווערן נעבעך באקריוודעט.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:26 pm

כבשבילי, על עף די גראדואירינגס ראטע איז עטוואס געפאלן, אבער ממש מיט א שיבוש
...

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:27 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:די קינדער אין די שולע סיסטעם אין איסט ראמאפאו באשטייט פון ארום 36,000 קינדער כ"י. דערפון זענען בלויז ארום 8 א האלב טויזנט אין די פובליק שולע סיסטעם, און די איבריגע כמעט 28 טויזנט זענען אין פריוואטע שולעס, הויפזעכליך היימישע מוסדות.
היות דאס מערהייט פון די קינדער זענען נישט אין פובליק שולע, געפונען זיך אויפן סקול בארד עלטערן וואס שיקן נישט זייערע קינדער אין פובליק שולע.

געוויסע עלטערן פון די פובליק שולע קינדער זענען געלאפן פאר די סקול בארד זיצן אבער פארלוירן. יעצט איז דאס געברענגט געווארן פארן געריכט. די הויפט טענה וואס די מענטשן האבן איז אז היות ס'ווערט גענוצט די אלגעמיינע וואלן סיסטעם, האבן זיי נישט די געלעגנהייט צו ווערן רעפרעזענטירט. און זיי פארלאנגען צו אריבערגיין צו א ווארד סיסטעם וואס וועט איינטיילן די בארד מעמבערס צווישן די איינוואוינער און שטייער צאלער, אזוי אז זיי זאלן זיכער האבן א זיץ אויפן בארד, און די היימישע עולם זאל נישט האבן אלע, זיי פארלאנגען א זאפארטיגע אפשטעל צו די סקול בארד וואלן, ווילאנג ס'ווערט נישט איינגעשטעלט א ווארד סיסטעם.
בנוסף צו די סקול בארד, איז די סטעיט עדיוקעישן קאמישנער איינע פון די אנגעקלאגטע אין די לאוסוט.

איך מיין מען וואלט זיך געמעגט פראבירן צוצושטעלן צו די פאבליק סקול עלטערן אפילו לפנים משורת הדין מחמת צוויי סיבות. 1. אונז זעמיר אין גלות. 2 אז ווען גוים זעען אז ווען אידן זענען אין קאנטראל אין רעמאפאו זענען די גויאישע בירגער נישט צופרידן, איז נאטורליך אז די גוים פון ראקלענד זאלן באקומען א פחד פן ירבה, און פראבירן אוסצוטיילן ווי מער צרות צו פארמיידן פון די אידן פון ווערן א רוב אין ראקלענד. והחכם עניו בראשו.

און דו מיינסט נאך אז מ'שטעלט זיך נישט צי צו זיי, זיי באקומען היינט אסאך מער פונעם פובליק סקול סיסטעם ווי זיי פלעגן באקומען פאר צען אדער פופצן יאר צוריק.
ס'איז אלעס בלויז מענטשן מיט שטארקע אינטערעסן עפעס אינגאנצן אנדערש פון וואס זיי זאגן דיר אינעם צייטונג, און זיי זוכן נאר געלעגנהייטן און פראבלעמן מיט וואס צו אפרעדן, האקן און קלאגן אז זיי ווערן נעבעך באקריוודעט.

קען זיין. איך געדענק אז מען האט געהאט געשניטן פארשידענע פארוויילונגס פאר קינדער וכולי.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:28 pm

קנאפער, זיי ווילן נישט דא אימפלימענטן א נייע געזעץ, אדער א נייע צוגאנג, נאר בלויז אז די עקזיסטירנדע געזעץ פון א ווארד סיסטעם, וואס איז אויבנאויף זייער צוגעפאסט פאר אזאנא געמיינדעס, זאל בע"כ מוזן ווערן גענוצט אין איסט ראמאפאו
...

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:09 am

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:12 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:https://www.nytimes.com/2017/11/16/nyregion/aclu-files-suit-against-east-ramapo-school-board-votng-rights.html

ביטע ברענגען די טעקסט.
יש"כ למפרע
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:40 am

An at-large voting system for electing members to the East Ramapo school board — long dominated by Orthodox Jews whose children attend private yeshivas — has prevented public school parents who are largely black and Latino from electing candidates of their choice, according to a lawsuit filed on Thursday by the New York Civil Liberties Union.

“What we have in East Ramapo is a common case of disenfranchisement of minority voters in the extreme,” said Donna Lieberman, executive director of the New York A.C.L.U. “The system allowed for the white community that does not send its children to public school to hijack the school board.”

The complaint, filed along with co-counsel Latham & Watkins in the United States District Court for the Southern District of New York against the school district and the State Department of Education, argues that the election system violates the federal Voting Rights Act by denying “minority citizens an equal opportunity to have a voice in the future of their community’s public schools.”

A “toxic combination of an at-large elections system and racially polarized voting,” the lawyers say, has made it seemingly impossible for candidates backed by minority voters to win “even a single contested election in the past decade.”

Plaintiffs in the case — the Spring Valley branch of the National Association for the Advancement of Colored People, parents of public school students, district residents and candidates who have run unsuccessfully for a seat on the board — are calling for the current system to be replaced with a ward election system that would give minorities “an equal opportunity” to elect their favored candidates.

Orthodox Jews have represented a majority of the nine-member board since 2005. Under the at-large election system a white voting bloc “effectively shut out advocates for the public school community,” the lawsuit claims.

Yehuda Weissmandl, president of the East Ramapo School Board, said the board did not make the voting rules and that fighting the suit would divert money from the schools. Credit Nathaniel Brooks for The New York Times
The lawsuit is the latest twist in a years long, ongoing battle between the board, which has been accused of diverting funds from local public schools to Orthodox Jewish students in private schools, and black and Latino residents in the district. Of the nearly 35,500 students in the district, 76 percent attend private schools, mostly yeshivas. Black and Latino students represent more than 90 percent of the district’s public school population.

The school district in East Ramapo, located roughly an hour north of Manhattan in Rockland County, was once well-regarded, but in recent years has become one of the poorest performing districts in the county, according to the lawsuit.

A fiscal monitor was appointed by the state Education Department to investigate the district’s finances in 2014 after years of severe cuts including the elimination of 445 positions and a reduction of full-day kindergarten. Athletic, arts and music programs, and extracurricular activities were also gutted while the private schools received a boost in public funding for transportation and special education, and taxes were cut.

A state investigator found that cuts were made with no meaningful effort “to distribute the pain of deep budget cuts fairly among public and private schools.”

The board also lacked transparency and oversight, and often spent a majority of its meetings in executive sessions.

The state has continued to appoint monitors, including a team led by Dennis M. Walcott, a former New York City schools chancellor under Mayor Michael R. Bloomberg, to the district, leading to some money being restored. But public school advocates and city officials say wider representation on the board is sorely needed.

“I do think a case could be made that the majority can’t just trample over the rights of the minority here,” said Assemblyman Kenneth P. Zebrowski, a Democrat from Rockland County. “At what point do we get to that and say that you are not fulfilling the core mission of the school district.”

Newsletter Sign UpContinue reading the main story
Sign Up for the Race/Related Newsletter
Join a deep and provocative exploration of race with a diverse group of New York Times journalists.

At-large voting in school board elections has been challenged in districts in other states in recent years. In New York, all school districts excluding the Buffalo school district use at-large voting to elect board members, according to Timothy Kremer, executive director of the New York State School Boards Association.

“It is an entirely predictable lawsuit given the circumstances that seem to exist,” said Richard H. Pildes, an expert on the law of democracy and professor of law at New York University. “The majority still remains the majority, but it breaks up that at-large structure so it doesn’t control every seat on the school board.”

Mr. Pildes said challenges to at-large voting systems in school board elections were common in the South, particularly in the 1980s and 1990s. He said the plaintiffs would have to show that there has been a history of discrimination, and that they were “effectively denied influence and power,” and that there are polarized voting patterns.

Yehuda Weissmandl, president of the East Ramapo school board, declined to address the allegations in the lawsuit. He said he had not reviewed the complaint, but said it “will cost students at the district programs and opportunities” because money from the budget will be used to fight the lawsuit.

Mr. Weissmandl said the board did not make the election rules.

Eric Goodwin, one of the plaintiffs in the case, moved to Nanuet, which is part of the East Ramapo district, in 2011 in search of a “better life” for himself and his family, including his 12-year-old son who had been a student in a Harlem private school. Mr. Goodwin placed his son in public school because he believed that in the suburbs it would be equivalent to private schools. But he quickly learned that he was wrong.

His child’s music class did not have enough instruments for each student so Mr. Goodwin said he spent $35 a month for a year to rent a clarinet for his son. The textbooks were dated.

“I just want my child to get the same opportunities as everyone else,” he said.

Mr. Goodwin decided to run for a seat on the board with the idea that maybe he could make a difference as a member. He lost to a candidate supported by the private school community.

“A lot of people were disenfranchised and discouraged from running,” he said. “People would say, ‘It’s not going to change. They won’t give up that power.’”
...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:46 pm

איך וואוין נישט אין מאנסי והגלילות און איך בין נישט באקאנט מיט די מעריטס פון די קעיס, אבער בהשקפה ראשונה דערקענט זיך לכאורה אז די אנדערע זייט האט א פיל בעסערע PR אפאראט.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 14 געסט