וועם גייט טראמפ נעמען פאר וויצע פרעזידענט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

וועם גייט טראמפ נעמען פאר וויצע פרעזידענט

תגובהדורך פאליק » דינסטאג ינואר 26, 2016 12:39 pm

ביז יעצט איז יעדער געווען כמעט ווי זיכער אז טראמפ גייט נעמען טעקסאס סענאטעאר טעד קרוז פאר זיין מיטלויפער אזוי האט מען שפעקולירט אין די מידיא און דא אויף אייוועלט
אבער מה עשה הקב"ה די צוויי האבן זיך גאר שטארק צוריסן אז זיי זענען שונא נומבער איינס

ממילא בלייבט יעצט איבער צו שפעקולירן וועם טראמפ גייט נעמען וועט א רעפובליקאנער סענאטער אדער גאווערנער וועלן מיטטאנצן מיט אים און זיין אחראי אוי ףאלעס וואס גייט אים בייפאלן אדער וועט ער אויך נעמען א ביזנעסמאן?
Mr President We're tiered of winning so much

שפיץ
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

תגובהדורך שפיץ » דינסטאג ינואר 26, 2016 12:41 pm

פריי זיך אז עס איז שוין פשוט אז ער געווינט דער פריימעריס

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג ינואר 26, 2016 12:42 pm

א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.

ב) קיינער האט נישט געהאלטן אז ער וועט נעמען קרוז.

ג) קרוז וואלט נישט געלאפן מיט דעם אומסטאבילן מאן.

ד) טראמפ נאמינירט זיך אליין פאר וויצע אדער סארא פעילין, ביידע די זעלבע...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג ינואר 26, 2016 12:43 pm

אריין אין פארברענגן פארום

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג ינואר 26, 2016 12:44 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.

ב) קיינער האט נישט געהאלטן אז ער וועט נעמען קרוז.

ג) קרוז וואלט נישט געלאפן מיט דעם אומסטאבילן מאן.

ד) טראמפ נאמינירט זיך אליין פאר וויצע אדער סארא פעילין, ביידע די זעלבע...

קרוז איז נאך אזוי אומסטאביל און ער איז נאך אזוי אומבאליבט ביי די מענשן וואס קענען אים פון די נאנט
Mr President We're tiered of winning so much

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג ינואר 26, 2016 12:45 pm

אראפ מיט דעם אשכול,

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » דינסטאג ינואר 26, 2016 1:44 pm

זיין אידישע טאכטער
כקען עם נישט זעהן נעמען א צווייטען

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג ינואר 26, 2016 2:42 pm

זיין טאכטער גייטעך זיין ביזי מיט די "טראמפ ביזנעס"...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דינסטאג ינואר 26, 2016 3:04 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
.

נישט געהערט, זאג נאכאמאל ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג ינואר 26, 2016 3:09 pm

לויט געוויסע "פאראויס זאגער" זעהט יעצט אויס אז די האנערעבל "בת היענה" וועט ווארשיינליך דינען אלס וויצע צום "טראמפ וועט נישט נאמינירט ווערען" פרעזידענט...

ונזכה ונחיה, ונראה. וילאכעכי הקהל, כלחחחחח השור!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:04 pm

כ'האלט אז "צווייפל" גייט זיך נאך איבערבעטן מיט טראמפ סאו...
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:16 pm

איך בין אומבאשלאסן צווישן קום יאנג אן און וולאדימיר פוטין

#העלדן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:17 pm

Arnold Schwarzenegger, I think.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:19 pm

ארנאלד איז דאך נישט קיין נאטורליך געבוירענער בירגער

והדרא קושיא לדוכתיה, די בורטער קשיא וואס טראמפ פרעגט אויף באראק אבאמא און טעד קרוז
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:28 pm

אפשר די שעריף פון אריזאנע?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:35 pm

ער קען נעמען אזא שחצן וגאוותן ווי ער זעלבסט:
נו טרעפטס צו רבותי ווער?
מיכאל בלעם-בערג דער געוועזענער מייער פון נוא יארק....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:36 pm

מען פירט זיך נישט צו נעמען א מיטלויפער פונעם זעלבן שטאט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:37 pm

און וועמען גייט קלינטאן נעמען?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:38 pm

לכאורה האט געשריבן:מען פירט זיך נישט צו נעמען א מיטלויפער פונעם זעלבן שטאט

דער בלעם בערג איז דאך ידוע אלס א משנה המנהגים....

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:49 pm

סמארט גאי האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
.

נישט געהערט, זאג נאכאמאל ?

טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.

פרעג נאך איין מאל און איך קום מיט וויכי.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:51 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
.

נישט געהערט, זאג נאכאמאל ?

טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.

פרעג נאך איין מאל און איך קום מיט וויכי.

וויכי זאגט אנדערש.

אין פאליטיק קען מען גארנישט פרעדיקטן. אבער אויב מען קען עפעס פרעדיקטן זאג איך אז טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג ינואר 26, 2016 4:54 pm

נישט אויסגעשלאסן אז קרוז.. ווייל ער רייסט זיך מיט אים מיינט נישט אז ער קען אים נישט נעמען פאר וויצע

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג ינואר 26, 2016 5:26 pm

לכאורה האט געשריבן:מען פירט זיך נישט צו נעמען א מיטלויפער פונעם זעלבן שטאט

מען פירט זיך נישט צו לויפן פאר פרעזידענט אויב מען איז נישט געבוירן אין אמעריקע...
אויך פירט מען זיך נישט צו לויפן פאר א דריטן טערמין נאך וואס טוירם לימיטס איז דורך אין א רעפערענדרום צוויי מאל און אריין אין שטאטישן טאשרטער.. ועוד ועוד
איך האב אויך אלעמאל אזוי געוואוסט, איינער (איך מיין לכתחילה) האט דא נישט לאנג צוריק געשריבן דערפון אז עס איז א א פשוטע טעות און סנישטא אזא געזעץ אז די קאנדידאטן טארן נישט קומען פון די זעלבע סטעיט

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 26, 2016 6:35 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני. ..

דו זעהסט נישט זיין טרענד? נאך די אלע פארזאגעכצער אז יעצט גייט ער אנהייבן פאלן, און יעצט מוז ער אריינהויבן א טראסקע, האלטן מיר ווייטער וואו מ׳האט אנגעהויבן. וואס נאך גייט פאסירן וואס זאל פיינעלי טוישן די לופט מן הקצה אל הקצה?
די איינציגע זאך וואס מאנכע אינקלודינג וויכי זאגן כסדר איז, אז ביי די וואלען וועט זיך אלעס א דריי געבן. איך ווער עפעס נישט איבערצייגט מיט אזא הבטחה, נאך וואס אבאמא איז אריינגעוועלט געווארן צוויי מאל.
פארפאלן, דער דעת הקהל איז היסטאריש דאמם, און די אינפארמאציע זייערע באקומען זיי מער נישט פון צייטונגען און מעגאזינען ווי אמאל, נאר פון סאושעל מידיע. און דאס זענען די רעזולטאטן.

חוץ מזה בין איך בכלל נישט איבערצייגט אז ס׳איז אזא צרה די טראמפ פענאמענן, איך גיב אים שטארקע שאנסן אויף סוקסעס בעיסד אויף זיין רעקארד.
לאמיר זיך נישט פאפן, עני קאנווענשענאל פאליטישאן גייט פעיסן קאנווענשענאל נסיונות פון אריינפאלן אין טיפיקעל פאליטיק און הוילע דיפלאמאטיע די מינוט וואס ער קומט אריין אין ווייסען הויז, ווי שטארק איך זאל נישט גלייכען רוביא, זעה איך נישט אין אים עניטינג ספעציעל וואס זאל אים באהיטן פון דאס וואס ווארט אים אפ אין וואשינגטאן.
קרוז האט ביי מיר נישט נושא חן געווען, זשאסט עי מעטטער אוו טעיסט, און אויך בין איך היבש מסופק אין זיין מעגליכקייט ארויסצושטויסן דעם ליימענעם קעפיטאל הילל פונעם לאנגווייליגן גרידלאק, בעיסד אויף די וועג ווי אזוי ער האט געקעמפט ביז היינט. איך בין אבער אפן פאר אנדערע פאקטען.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג ינואר 26, 2016 9:13 pm

עטץ פארגעסטס אז די פריימערי איז א געים פון דעלעגאטן. ביז פלארידע איז נישטא קיין ווינער טעיק אל סטעיטס. קרוז האט אייזערנע ארגעניזעישאן איבעראל, און אין טעקסעס שטייט ער 15 פראצענט פאראויס - כמעט ביי 50 וואס זאל ער אנקומען צו פופציג באקומט ער אלע 155 דעלעגאטן.

קרוז וועט געווינען אייאווע. איך האב דערין נישט קיין ספק. אנדערש געלייגט, איך וועל זיין זייער סורפרייזד אויב קרוז קומט נישט אריין נומבער איינס. דעט סעד, אפי׳ ער קומט אריין צווייט וועט ער האבן די זעלבע סאך דעלעגאטן פון די סטעיט צוליב זיין אבנארמאל געלונגענע ערד אפאראציע.

עס גייען ארויסגיין אסאך קאנדידאטן ביז מערץ איינס, טראמפ וועט נישט קענען אויסמיידן אלע דעבאטעס, קרוז קאמפיט שטארק פאר צווייט אין ניו העמפשיר און אייאווע קען אים בוסטן דארט, און א צווייטע געווינס דארט קען אים געבן טים סקאט אין ניקי העלי צו געווינען סאוט קאראוליינע און טראמפ וועט מיט דעם אין די ענדע נישט זיגן. איך האלט אז קרוז האט לע״ע די מערסט זעהבארע וועג צום נאמינאציע.
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום דינסטאג ינואר 26, 2016 9:17 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ענדרויד פען און 86 געסט