רעפובליקאנער קאנווענשען-קליוולאנד אהייא- 2016

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג יולי 22, 2016 9:25 am

rrr האט געשריבן:צווייטענס, 2003 איז טאקע נישט געווען עקאמפלישד אבער 2008 איז שוין איינמאל געווען, אבאמא האט "אינהערעטעד" א סטאבילע איראק אן קיין אייסיס, אבער זיין ראדיקאלע לינקע אגענדע פון אנטלויפן פון איראק ווען זאכן זענען שוין געווען מסודר און יעדער האט אים געווארענט אז סקען קומען א טעראר ארגעניזאציע ווי על קאידע און דאס גלייכע. ממילא איז דאס בלויז אים צו פארדאנקען, און קיין שייכות מיט בוש.

אין 08 איז נאך בכלל נישט געווען די דזאב דאן, און ס'איז בכלל נישט געווען קיין פלאן - נישט דאן און נישט אין 01 - וויאזוי מ'וועט מאכן איראק פאר א דעמאקראטיש לאנד. פיין, סאדאם אראפ. וואס יעצט?
דאס האט גורם געווען אייסיס.
קענסט זאגן אז ווען אבאמא וויל וואלט ער געהאט א גרינגערע דזאב אין איראק נאך בוש'נס שווערע ארבעט. אבער באשילדיגן קלינטאן אין די אייסיס אדער אין דאס וואס גייט פאר אין מיטל מזרח, איז נער'יש.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יולי 22, 2016 9:26 am

נעבעך סי ען ען, אזוי שטארק האבן זיי פרובירט אראפצולייגן טראמפס רעדע אלץ שווארץ, נעגעטיוו און דעמעגאגיש. געהאקט אין קאפ שעות ארוכות, אבער לויט א פאויל וואס סי ען ען האט אליינס גענומען פון זייערע וועיורס, זענען 56% מער לייקלי צו וואויטן פאר טראמפ.

אפילו זייערע אייגענע וועיוערס לאזן זיך נישט פון זייער קאפ פארדרייעניש.

קוקטס אין דעם פאויל. שטוינענדע גוטע נייעס פאר טראמפ. מען רעדט נישט דא פון פאקס, מען רעדט דא פון סי ען ען, זייערע וויוערס זענען זיכער נישט קיין קאנסערוועטיוון.
צוגעלייגטע
cnn poll.JPG

משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » פרייטאג יולי 22, 2016 9:36 am

ותיק וחסיד האט געשריבן:נעבעך סי ען ען, אזוי שטארק האבן זיי פרובירט אראפצולייגן טראמפס רעדע אלץ שווארץ, נעגעטיוו און דעמעגאגיש. געהאקט אין קאפ שעות ארוכות, אבער לויט א פאויל וואס סי ען ען האט אליינס גענומען פון זייערע וועיורס, זענען 56% מער לייקלי צו וואויטן פאר טראמפ.

אפילו זייערע אייגענע וועיוערס לאזן זיך נישט פון זייער קאפ פארדרייעניש.

קוקטס אין דעם פאויל. שטוינענדע גוטע נייעס פאר טראמפ. מען רעדט נישט דא פון פאקס, מען רעדט דא פון סי ען ען, זייערע וויוערס זענען זיכער נישט קיין קאנסערוועטיוון.



Wow wow wow I listened yesterday night on cnn right after the speech they start the spinning
I was curious if after such a powerful speech how people react!!
But be sure they will be more busy talking how bad the speech was and how fear mongering he is
The fact of the poll because liberals are allergic to facts! ;l;p-

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 22, 2016 10:05 am

ותיק, איך האף אז דו פארשטייסט אז צוהערער צו טראמפ'ס נאמינאציע רעדע אויף סי.ען.ען. זענען נישט א לעגעטימע אפשפיגלונג פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג.

60% אמעריקאנער האבן פארן רעדע 'נישט' געהאלטן אז טראמפ גייט פירן דאס לאנד אין א גוטע ריכטונג.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יולי 22, 2016 10:23 am

Mr. Cruz’s attempt to prepare the way for 2020 backfired.

http://mobile.nytimes.com/2016/07/22/us ... z-rnc.html

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג יולי 22, 2016 10:28 am

איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יולי 22, 2016 10:36 am

וואס א חילוק האט געשריבן:איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!

שוין געפרעגט דאס זעלבע. ווארט נישט אויף א תשובה...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 22, 2016 10:50 am

וואס א חילוק האט געשריבן:איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!


ווילסט הערן מיין מיינונג (אלס טראמפיסט)?

די אלע שמיץ וואס מ'פארקויפט דיר אויף טראמפ איז הוילע הבלים, ווייל מ'קען טרעפן אויף יעדע מענטש זאכן וואס ער האט געטוהן נישט ריכטיג, און אויף מיר און דיר אויך. גלייך ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט האבן אלע ווארטזאגער געשריגן אז ער איז א קלאון, א משוגענער, א ראסיסט א.א.וו. נאך פאר זיי האבן אים געגעבן א שאנס צו מאכן זיין קעיס.

אויב די באטראכסט דעם מענטש מיט א ציווילע בליק מיט אן אמת, זעהסטו א מענטש מיט פרינציפן, מיט וועליוס, א קאמאן סענס מיינונג, און אן אינספייערער. אלע מענטשען וואס דרייען זיך ארום אים קוקן אים ארויף און זאגן אז זיי האבן זיך געלערנט גוטע זאכן פון אים. אוודאי איז דא זאכן וואס איך וואלט געוואלט ער זאל טוהן אנדערש, אבער סאיז מינדערוויכטיג אקעגן זיינע מעלות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

DNC216
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2016 10:39 pm

תגובהדורך DNC216 » פרייטאג יולי 22, 2016 10:53 am

טראמפ רייסט אראפ טעד קרוז יעצט ביים באדאנקען די וואלענטירס פון די קאווענשען

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 22, 2016 10:55 am

אמביציע האט געשריבן:זאכליך איך בין א רעפאבליקאנער וואו קימט דא אריין אנטי טראמפ,
די ווייסט פארוואס איך בין אנטי טראמפ? פארוואס?? ווייל ער איז נישט קיין רעפאבליקאנער, דעץ איט.

אהא, און קלינטאן איז יא א ריפאבליקאנער?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 22, 2016 11:04 am

א דוגמא פון קריטיג, פלעין ווייל מ'האט פיינט טראמפ.

היטלער דרשה
viewtopic.php?p=1264549#p1264549

פאאראטן די פארטיי
viewtopic.php?p=1264547#p1264547

ווייל ער האט גערעדט אפאר מינוט לענגער ווי געווענדליך איז ער ווי פידעל קאסטרא
viewtopic.php?p=1264487#p1264487
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג יולי 22, 2016 11:16 am

DNC216 האט געשריבן:טראמפ רייסט אראפ טעד קרוז יעצט ביים באדאנקען די וואלענטירס פון די קאווענשען


פענס רייסט זיך פאר געלעכטער

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » פרייטאג יולי 22, 2016 11:21 am

DNC216 האט געשריבן:טראמפ רייסט אראפ טעד קרוז יעצט ביים באדאנקען די וואלענטירס פון די קאווענשען


ער זאגט אז ער דארף נישט זיין אינדארסמענט. און אפילו ער גייט אים אינדארסן גייט ער עס נישט אננעמען...
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג יולי 22, 2016 11:26 am

זאכליך האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!


ווילסט הערן מיין מיינונג (אלס טראמפיסט)?

די אלע שמיץ וואס מ'פארקויפט דיר אויף טראמפ איז הוילע הבלים, ווייל מ'קען טרעפן אויף יעדע מענטש זאכן וואס ער האט געטוהן נישט ריכטיג, און אויף מיר און דיר אויך. גלייך ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט האבן אלע ווארטזאגער געשריגן אז ער איז א קלאון, א משוגענער, א ראסיסט א.א.וו. נאך פאר זיי האבן אים געגעבן א שאנס צו מאכן זיין קעיס.

אויב די באטראכסט דעם מענטש מיט א ציווילע בליק מיט אן אמת, זעהסטו א מענטש מיט פרינציפן, מיט וועליוס, א קאמאן סענס מיינונג, און אן אינספייערער. אלע מענטשען וואס דרייען זיך ארום אים קוקן אים ארויף און זאגן אז זיי האבן זיך געלערנט גוטע זאכן פון אים. אוודאי איז דא זאכן וואס איך וואלט געוואלט ער זאל טוהן אנדערש, אבער סאיז מינדערוויכטיג אקעגן זיינע מעלות.

קען אויך אן אנטי טראמפער ענטפערן זיין בליק?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » פרייטאג יולי 22, 2016 11:28 am

בן נון האט געשריבן:קודם, א גרויסן דאנק ותיק. איך האב אמת׳דיג הנאה געהאט!

---
יעצט, אביסל בעקגראונד. איך פאריף זיך אלץ א שטארקע אנטי-קלינטאן. און אויב איך גיי שטימען, גייט עס זיין פאר טראמפ, מיט א גרויסע נאוז קליפ.

---
די היינט נאכטיגע ספיטש פון טראמפ איז געווען א היט.

ער האט שטארק אראפגעריסן אבאמא און קלינטאן, אבער נישט קינדעריש און טשעפעדיג, נאר אויף אמתע און שרעקעדיגע אישוס (זי וויל אריינברענגען מער רעפיודשיס!!!!!)

ער האט זייער שטארק קאנעקטעד מיט די עוורידש אמעריקאנער. כמעט יעדער (אויסער די נעווער טראמפ) האט עט ליסט איינמאל געדארפט צושאקלן מיטן קאפ און מיטשטומען מיט אים.

דאס אז ער האט נישט ארויסגעשטעלט א פלאן איז טאקע א פראבלעם.

אבער איך גלייב אז די עוורידש אמעריקאנער איז גענוג צושאקלט געווארן פון די רעדע.

צו עס וועט אים העלפן? וויל וועיט ענד סי. אין די היי יעריגע עלעקשאנס זענען שוין צופיל מענטשן געווען א פאאל מיטן פאראויסזאגן זאכן. איך ווייס נישט וויאזוי מענטשן האבן נאך גאטס צו פאראויסזאגן עפעס.



--
די אלע נארישע קריטיק

-די לענגסטע
-די שווארצסטע
-טעלעפראמפער
-און איך געדענק שוין נישט וואס נאך

זענען נישט ווערט די צייט און טינט צו אפענטפערן.

אויב דו זעהסט איינעם נוצן דאס פאר קריטיק דארפסטו רחמנות האבן אויף יענעם פארן נישט טרעפן עפעס זאכליכע קריטיק.

נישט גיסן זאלץ אויף יענעמס וואונדן.

איגנארירן איז די בעסטע.


Agree with every word
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
טרעפיק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:43 am

תגובהדורך טרעפיק » פרייטאג יולי 22, 2016 11:30 am

איך האב נישט אויסגעהערט די דרשה איך אראפגעלליגט נאך די ערשטע צוויי מינוט אבער מיינע פילינגס איז אזוי
אנגעהויבן האט ער מיט זיין פארשטינקענע גאוה עס יוזשויעל
ער האט אנגעהויבן מיט קריים וואס ער גייט זיין די קאנדידאט פון law & osder וואס דאס איז נאך א ראי' אויף זיין דיקטאטארשאפט דא האב איך אראפגעהאקט די פאון
ספעסיפיקס האט ער כמעט נישט געזאגט
וויפיל מאל האט ער דערמאנט די קאנסטיטושן חוץ זיינע זעלבסט ווירדן ? וואס זענען זיינע קאנסטיטושענאל ווירדן וואס לאזט אונז אידן זיין אין א פרייע לאנד
ותיק האסט פארגעסן צו שרייבן זיינע עקלדיגע גאווה ווי nobody knows the system better then me I ALONE CAN FIX IT פוי פוי

עס איז ענדערש צו האבן קרימינעל קלינטען מיט א רעפאבליקאנער סאנאט מיט טעד קרוז ווי דיקטעיטער טראמפ וואס זיין פארטיי איז צו שוואך אקעגין איהם
שקר אין לו רגלים
if you need to vote for your enemy vote for somebody you can oppose

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 22, 2016 11:33 am

@טרעפיק, ביזט אפשר א ליבעראלער?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יולי 22, 2016 11:35 am

טרעפיק האט געשריבן:איך האב נישט אויסגעהערט די דרשה איך אראפגעלליגט נאך די ערשטע צוויי מינוט אבער מיינע פילינגס איז אזוי

אקעי

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג יולי 22, 2016 11:42 am

טרעפיק האט געשריבן: nobody knows the system better then me פוי פוי


דו ווייסט פון וועלכע סיסטעם ער האט דעמאלטס גערעדט?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יולי 22, 2016 11:44 am

אקעי, ווי האלט מען דא אויפן וועלט.

טראמפ האט נאך גרויס בעטעניש אקצעפטירט די נאמענאציע פון די רופאבליקאנער פארטיי, שאקינג! נעתר לבקשתינו.

די וואס קענען אים פון דער נאנט זענען אין טיפן שאק, 70 יאר וואס דער מענטש שטייט אוועק פון יעדעס ביסל כבוד און פובליסעטי, זיי האבן געמיינט זיכער אז ער גייט עס אפזאגן, און יעצט וואט עי שאק.

ליצנות אין א זייט געלייגט. למעשה האט טראמפ נעכטן נאכט דערליווערט א קנאקעדיגע רעדע.

נישט אז עס איז געווען די רעדע פונעם יאר הונדערט, עס איז ניטאמאל געווען די בעסטע רעדע פונעם קאנוועשאן זעלבסט, אבער דאך, ווערטער האבן געקלעבט איינס צום צווייטן, שורות זענען געווען מסודר, מען האט געקענט יעצט איינמאל פארשטיין די המשך הדברים פון איין סענטענס צום צווייטן.

זיין קעיס קעגען הילערי האט ער גוט געמאכט, אבער פארפעלט צו זאגן וואס זיינע פלענער זענען. ווען איך זאג פארפעלט, מיין איך צו זאגן, ער האט געזאגט איך גיי זאגן מיינע פלענער, אבער ער האט נישט געזאגט וואס ער גייט טון אויסצופירן זיינע פלענער.

הגם א קאנדידאט ברויך נישט פונקטליך זאגן וויאזוי ער גייט מאכן זיין פאלעסי ארבעטן, איז אבער אנדערש ווען עמיצער זאגט " פאלעטישאנ'ס ווילן מען זאל גלייבן זייערע הבטחות, איך זאג גלייבטס מיין סוקסעס", און אין די זעלבע צייט זאל ער בלויז זיין ביזי מיט הבטחות.

אבער דאס איז באמת א קליינע פראבלעם. אווער אלל איז עס געווען א פיינע ספיטש.

וואס א גוטע רעדע שרייבער קען מאכן פון א קלאון. איך האף נאר אז מען האט אים שיין באצאלט.

אצינד ווען די רעפובליקאנער קאנוועשאן מיט אירע קאנטערווערסיעס איז שוין פאראיבער, מיט נישט,עפעס אויסערגעוונליכע סוקסעס, איז די אויגן פון די פאליטשע וועלט געוואנדן קיין פענסליוועניע, ווי דער קומענדיגע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מרת קלינטאן יר"ה וועט אקצעפטירן די נאמענעשאן פון די דעמאקראטישע פארטיי.

עס איז ערווארטעט אז צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן געווזענע פרעזידענט ביל קלינטאן, און דער ארכי שונא פון טראמפ-פרעזידענט אבאמא.

די צוויי זענען געבוירענע רעדנערס, זיי וועלן מאכן שחיטה מונחת אויף דעם רויטן אקס, ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 22, 2016 11:45 am

דעיוויד דיוק איז געווארן אזוי 'אינספייערד' פון טראמפ'ס נעכטיגע רעדע https://twitter.com/PoliticalLine/statu ... 5223638016
אז ער האט געמאלדן עטליכע מינוט צוריק אז ער לויפט פאר יונייטעד סטעיטס סענאטאר אין לואיזיאנע
https://twitter.com/DrDavidDuke/status/ ... 4410160130
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יולי 22, 2016 11:50 am

העיקר שכחתי, א הערצליכן דאנק פאר די מייסטערהאפטיגע שריפט שטעלער @ ותיק פאר'ן אזוי באגאבט דעקן די נאכט.

טענקס.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 22, 2016 11:58 am

טרענד אויף טוויטער.

#TrumpSpeechInFourWords
https://twitter.com/hashtag/TrumpSpeechInFourWords
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 22, 2016 12:05 pm

בוידעם האט געשריבן:וואס א גוטע רעדע שרייבער קען מאכן פון א קלאון. איך האף נאר אז מען האט אים שיין באצאלט.

ווי האט דער שרייבער פין דע ארט אוו דע דיעל געזאגט
“I put lipstick on a pig,”

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יולי 22, 2016 12:11 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דעיוויד דיוק איז געווארן אזוי 'אינספייערד' פון טראמפ'ס נעכטיגע רעדע https://twitter.com/PoliticalLine/statu ... 5223638016
אז ער האט געמאלדן עטליכע מינוט צוריק אז ער לויפט פאר יונייטעד סטעיטס סענאטאר אין לואיזיאנע
https://twitter.com/DrDavidDuke/status/ ... 4410160130

האט גארנישט מיט טראמפ'ס רעדע. ער פלאנט שוין א שטיק צייט צו לויפן
http://newobserveronline.com/david-duke-run-office/


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Tevye און 26 געסט