טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידע 50 טויטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אל תדאג
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm

טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידע 50 טויטע

תגובהדורך אל תדאג » מאנטאג יוני 13, 2016 4:46 pm

איינער מיט עפעס נייעס/בילדער?

money
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2013 1:09 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך money » מאנטאג יוני 13, 2016 9:59 pm

#טעראָר_אין_אַמעריקע

דעטאלן איבער די אטאקע:

-דער טעראריסט אומאר מאטין האט געשטורעמט די ״פּולס״ קאפע-הויז אין ארלאנדא, פלארידע אום 2:00 זונטאג פארטאגס און געעפנט פייער.

-אזויפיל ווי 320 מענטשן האבן זיך געפונען אינעם קאפע-הויז בשעת מאטין איז אריינגעקומען און זיך גענומען שיסן. ער האט צוערשט געשאסן אינעווייניג, דערנאך ארויסגעגאנגען, וואו א פריוואטער וועכטער האט זיך גענומען אויסטוישן פייער מיט אים, און דערנאך איז דער טעראריסט צוריק אריינגעגאנגען און ווייטער געשאסן.

-ער האט אינעווייניג אינעם קאפע-הויז אויך פארכאפט צענדליגער מענטש אלס משכונות און עס האט געדויערט 3 שעה, פון ווען ער האט אנגעהויבן שיסן אום 2:00 ביז די פאליצייאישע ״סוואט״ אפיצירן האבן געשטורעמט דאס ארט און געשאסן מאטין צום טויט.

-דער טעראריסט מאטין האט געהאט מיט זיך א מיליטערישע סארט ״עי-אר-15״ רעוואלווער, א קליינע האנט ביקס און נאך אן אומאידענטיפיצירטע וואפן. די עף-בי-איי זאגט אז מאטין האט פאריגע וואך געקויפט 2 רעוואלווערס געהעריג לעגאל אין א פלארידע וואפנס געשעפט.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג יוני 13, 2016 10:06 pm

#טעראָר_אין_אַמעריקע

דעטאלן איבערן טעראריסט:

-דער טעראריסט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אומאר מאטין, 29 יאר אלט. ער איז געבוירן אין ניו יארק און געוואוינט אין די לעצטערע יארן אין פלארידע.

-די עף-בי-איי זאגט אז מאטין איז געווען אונטער אויספארשונג אין יאר 2013 נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן ראדיקאלע סטעיטמענטס פאר זיינע קאלעגע ארבעטער. אין יאר 2014 איז ער נאכאמאל געווען אונטער אויספארשונג איבער זיינע פארבינדונגען מיט אן אמעריקאנער על-קאידא זעלבסטמערדער. ביידע אויספארשונגען זענען פארשלאסן געווארן גאנץ שנעל.

-מאטין׳ס פאטער, סאדיק מיר מאטין, אן אימיגראנט פון אפגאניסטאן, האט געזאגט אז מאטין איז אין די לעצטערע מאנאטן געווען שטארק אויפגעברויזט אויף די מאדערניזאציע פון אמעריקאנער קולטור. מאטין׳ס פאטער האט געבעטן דאס אמעריקאנער פאלק זאל אים מוחל זיין און געזאגט אז ער איז אין שאק פונקט ווי יעדן.

-צוואנציג מינוט נאכ׳ן אנהייבן שיסן אינעם קאפע-הויז, האט דער טעראריסט אנגערופן 911 און געזאגט פאר די פאליציי אז ער פירט דורך די שיסעריי און ער שווערט טרייהייט פאר אייסיס און פאר׳ן אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי.

-די עף-בי-איי זאגט אז מאטין האט עטליכע מאל אין לויף פון די שיסעריי אנגערופן 911, און גערעדט פארשידענע זאכן. צווישן אנדערן האט ער אויפגעברענגט די נעמען פון טאמערלאן צארנאיעוו און זשאהאר צארנאיעוו, די ברידער וועלכע האבן דורכגעפירט די באסטאן מאראטאן טעראר אטאקעס 3 יאר צוריק.


״קול העולם אידיש

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג יוני 13, 2016 10:09 pm

#טעראָר_אין_אַמעריקע

רעאקציעס איבער די אטאקע:

-אייסיס האט זונטאג פארמיטאג ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די טויטליכע אטאקע.

-פרעזידענט אבאמא האט זונטאג אינמיטן טאג געגעבן א ספעציעלע רעדע פאר׳ן פאלק אין וועלכע ער האט דערקלערט אז די אטאקע איז געווען ״אן אקט פון טעראר און פיינטשאפט״. אבאמא האט געזאגט אז פון די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען, איז די אטאקע גארנישט פארבינדן מיט אייסיס, נאר דער טעראריסט איז אליינס ראדיקאליזירט געווארן.

-פרא-גאן-קאנטראל אקטיוויסטן האבן אנגעצייגט אויפן פאקט אז אויסער׳ן פאקט אז דא רעדט זיך פון א שוידערליכע טעראר אטאקע, איז די אטאקע אויך געווען די סאמע טויטליכסטע מאסן שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.

-די אקטיוויסטן האבן אויך ארויסגעברענגט אז די אטאקע צייגט די וויכטיגקייט פון איינשטעלן שטרענגערע גאן קאנטראל געזעצן, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז דער טעראריסט האט געקויפט זיינע וואפנס געהעריג אויפן לעגאלן מארקעט, טראץ וואס ער איז שוין געווארן אויסגעפארשט דורך די עף-בי-איי פאר מעגליכע טעראר פארבינדונגען.

-דעמאקראטישע פרא-גאן-קאנטראל קאנגרעסלייט האבן מאנטאג זיך פארזאמלט אין קאנגרעס און געשריגן ״וואו איז דער ביל? וואו איז דער ביל?״, פארלאנגענדיג פון די רעפובליקאנער פירערשאפט אין קאנגרעס אויפצוברענגען א באלדיגע נייע געזעץ מיט שטרענגערע גאן קאנטראל.

-דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט געגעבן א רעדע היינט מאנטאג אין ניו העמפשיר, נוצנדיג א טעלעפּראמפּטער, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז די טעראר אטאקע צייגט אז ער איז גערעכט מיט דעם וואס ער וויל איינשטעלן א פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען קיין אמעריקע.

-טראמפ האט אויך געזאגט אז מוסולמענער גלויביגע אין אמעריקע זענען שולדיג פאר די ארלענדא טעראר אטאקע, וויבאלד זיי האבן פארפעלט צו דערציילן פאר די פעדעראלע באאמטע איבער ראדיקאלע פארשוינען אין זייערע קאמיוניטיס. ער האט אויפגעברענגט די סאן בערנארדינא אטאקעס אלס נאך א ביישפיל.

-הילערי קלינטאן האט געגעבן א מער-טראדיציאנעלע רעדע, אין וועלכע זי האט אויסגעדרוקט טיפע טרויער איבער די אטאקע און מיטגעפיל מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע און פארוואונדעטע. זי האט אטאקירט טראמפ׳ס ווילדע רעדע, אנדעם וואס זי האט דערמאנט זיין נאמען.

קול העולם=אידיש

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

השם ישמורינו

תגובהדורך רבי מנשה » מאנטאג יוני 13, 2016 10:21 pm

עס בלייבט איבער 3 ווערטער: Vote For Trump

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג יוני 13, 2016 10:27 pm

רבי מנשה האט געשריבן:עס בלייבט איבער 3 ווערטער: Vote For Trump

סאו ווילסט מיר זאגן אז אין אזא קריטישע צייט זאל מען שטימען פאר אן אימסטאביליער מאן...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יוני 13, 2016 10:36 pm

רחמנא ליצלן, איך ווייס נישט צו מ'באגרייפט וואס דא איז געשעהן... א שוידערליכן נייעם פרעצעדענט מיט איבערלאזענדיג א שלאכט הויז פון פופציג טויטע דארונטער.

א איד ווייסט יעצט אז אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. אבער די נישט גלויביגע וועלט איז אין ערענסטע טראבל, ס'איז נישט פארהאן קיין שום קראנטע גאנג צו פאראויסזעהן אזאנע סטיל אטאקעס און פארמיידן בייצייטנס.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג יוני 13, 2016 10:38 pm

שרעקליך די אטאקע.

חברה, פארוואס אנ'טראמפ'ן נאך אן אשכול?

--

הענינטי האקט, גאן קאנטראל איז די איינציגע אפציע.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יוני 13, 2016 10:53 pm

קאן אפשר העלפן אביסל, איך ווייס נישט וויפיל מער אפעקטיוו עס איז פון טראמפ מוסלעם בען.

איך זוך נישט צו זיין דער איינער וואס גייט אריינפירן דעם אשכול אין די גאן קאנטראל מאראסט, אבער כו"ע מודי אז אפילו אויב עס זאל העלפן איז עס נאר א הצלה פורתא, בפרט ביי אונזער מעשה. ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז אזא קאניבאל זאל האבן א פראבלעם צו באקומען זיינע מכשירים אויפן שווארצן מארקעט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יוני 13, 2016 10:57 pm

ווארט מיר נאך אז איינער זאל אריינקומען מיט מער דעטאלן. אזא דריי שעה'דיגע קאשמאר דארף א גרונטליכע ביאור. האט מען טאקע נישט געקענט נייטראליזירן דעם מחבל שנעלער? איז נישט געווען קיינער אינעם גאנצן זאל מיט געווער? וכו'

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג יוני 13, 2016 11:00 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:--

הענינטי האקט, גאן קאנטראל איז די איינציגע אפציע.

זענט עטץ משוגע??
גאן קאנטראל איז די עיצה פאר ראדיקאלע טעראר...?? דערמאנט מיך פון סען בערנעדינא ווי אבאמא האט אנפאנג גערעדט פון גאן קאנטראל ביז ער האט צום סוף בבושת פנים אנגערופען דאס קינד מיטן נאמען "אייסיס".
דער עולם כאפט נישט אין וואסערע בלאטע מען האט אונז אריינגעפירט, אפילו דער פרעזידענט אליינס ווייסט נישט ווי לאנג זיין סטראטעגיע מיט אייסיס וועט געדויערן עס זאל ארבעטען. נאך נישט דורך קיין יאר פון קאליפארניע טעראר אטאקע און מען האלט ביים ערגסטען טעראר אטאקע זייט סעפ 11 מיט נא ענד אין סייט.
השם ירחם.

פאר מער הסבר מהיכן יצא העגל הזה זעט די תגובה.

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:@ Spusmn, דאס האב איך געהאט געשריבן אין
אנדערן אשכול. (נאך גווען פאר פאריז און קאליפארניע).


נישט אל קאידאס נאמן האט זיך געטוישט, דער נאמן פונעם אמעריקאנער פרעזידענט האט זיך געטוישט.

נאך סעפטעמבער 11 האט בוש אוועקגעשטעלט א גאר שטרענגע פאליסי אז עס איז נישטא אזא זאך אז אל קאידא זאל האבן א לאנד ווי זיי קענען אפערעטען, ווייל אויב זיי האבן א באזע ערגעץ, איז נישטא קיין וועג ווי אזוי זיי צוריקצוהאלטען פון איבערשפילן.סעפטעמבער 11. בוש איז דעמאלס ארויסגעקומען מיט זיין סטעיטמענט. you are either.with us or against us און דאס איז נישט גווען אבי געזאגט. אפגאניסטאן האט זיך נישט געוואלט צושטעלן, איז מען געגאנגן אין קריג. פאקיסטאן און אלע אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט צו אמעריקא ווייל זיי האבן געוויסט אז נישט זענען זיי נעקסט. בימיו איז נישט גווען קיין איינציגע לאנד וואס האט געגעבן שוץ פאר אח קאידא.

Fast forward אבאמא, האט ער געלאזט הפקר, אפגאניסטאן, איראק, סיריע, תימן ליביע, נו אודאי ויצא העגל הזה..

וואס פארשטייסטו נישט צווייפעל?
[/quote]

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 13, 2016 11:03 pm

אין די סארט קרעטשמעס איז פערבאטען אריינצוגיין מיט הייס געווער.
גאן קאנטראל? וואלט ווען איינער אדער מער העט ווען געהאט געווער אויף זיך, וואלט מען אים פילייכט געקענט היבש שנעלער נייטראליזירן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג יוני 13, 2016 11:05 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז אזא קאניבאל זאל האבן א פראבלעם צו באקומען זיינע מכשירים אויפן שווארצן מארקעט.

איפכא מסתברא, ווען ער דרייט זיך אויפן שווארצן מארקעט וואלט מען אים אפשר געכאפט, מ'גייט דאך נאך די פארבינדונגען, די פראבלעם איז ווען ער האלט זיך יא אינגאנצן כשר.

צו געזונט, אינטערסאנטע סברה וואס דו זאגסט אבער אויב לאזט מען יעדעם האבן געווער מיט'ן חשבון אז ווען דער טעראריסט וועט קומען וועט מען אים נייטראליזירן וועט דאך זיין מלחמות אויף אלע גאסן!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג יוני 13, 2016 11:09 pm

טאקע יעצט איז די צייט צו זען ווער ס'איז געאייגענט צו זיין פירער און אפילו אין אזא שרעקליכער צייט לויפט נישט די צונג פאראויס פון די מח, טראמפ האט גערעד וואו א צעהיצטער וויפיל איך האב אויפגעכאפט פון נאך מערב ביז יעצט וואס גייט נאך האבן ווייטע ווייטוגליכע גרייכן, געשאלטן אזוי נישט צום זאך און נישט ראליסטיש,
אבער און קעגן זאץ איז הילערי קלינטאן ארויס געקימען מיט זייער א שטארקע רעדע ווייזענדיג אז כעס קען נישט שפילן קיין ראלע ביי א פירער, זי האט זייער קלאר געטייטעלט די טערעריסטן אבער מיט א פירערשאפט דרך און נישט מיט ביליגע צעלאזטע רעדע'ס.

נישט ווייל טראמפ שיסט גרעסער פאלן און די עפענטליכקייט מיינט אז ער איז ראליסטיש און ער זאגט צום זאך, און לאמיר זאגן אז דו האלסט יא פון וואס ער זאגט לאמיר דיר פרעגן וואלט א אימסטאבילער פערזאן דאס געזאגט וואלסטי געהאלטן אז יענער דארף יעצט זיין פרעזידענט???

דאס איז על כל פנים וויאזוי איך קוק עס אן.
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום מאנטאג יוני 13, 2016 11:49 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג יוני 13, 2016 11:10 pm

צו געזונט האט געשריבן:אין די סארט קרעטשמעס איז פערבאטען אריינצוגיין מיט הייס געווער.
גאן קאנטראל? וואלט ווען איינער אדער מער העט ווען געהאט געווער אויף זיך, וואלט מען אים פילייכט געקענט היבש שנעלער נייטראליזירן

מאכט אייך נישט נעריש אידן, נישט מער אדער ווייניגער גאנס וועט העלפען דא.

אייסיס איז א מאנסטער וואס איז געבוירען און לעבט.

ווילאנג עס איז דא "איין פלאץ" אויפן כדור הארץ ווי אייסיס קען אפערעטען, איז דאס גאנצע מערב וועלט אויסגעשטעלט צו טעראר.פינטעל.

דאס איז דער נאטור פון איסלאמישע טעראר, פון בעלגיע ביז פאריז, פון סען בערנעדינא ביז פלארידא, פון אנקארא ביז באגדאד, און פון אמאן צו צענא.

אמעריקאנער האבן געחלומט אז אייסיס גייט זיי אודאי אפשוינען. מאנכע חלומן נאך אלץ.... (מען האלט דאך נאר ביי 70 טויטע אין 8 חדשים, נע,נישט געפערליך).

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יוני 13, 2016 11:11 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז אזא קאניבאל זאל האבן א פראבלעם צו באקומען זיינע מכשירים אויפן שווארצן מארקעט.

איפכא מסתברא, ווען ער דרייט זיך אויפן שווארצן מארקעט וואלט מען אים אפשר געכאפט, מ'גייט דאך נאך די פארבינדונגען, די פראבלעם איז ווען ער האלט זיך יא אינגאנצן כשר.

צו געזונט, אינטערסאנטע סברה וואס דו זאגסט אבער אויב לאזט מען יעדעם האבן געווער מיט'ן חשבון אז ווען דער טעראריסט וועט קומען וועט מען אים נייטראליזירן וועט דאך זיין מלחמות אויף אלע גאסן!

מהיכי תיתי? אין די דרום שטאטן איז פארהאן א געוואלדיגע הויכע געווער ראטע פראפארציאנאל. דו האסט אמאל געהערט פון גאסן שלאכטן זינט די ענדע פון ציווילע קריג עפאכע?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4977
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יוני 13, 2016 11:12 pm

איינער דא איז קעגן בעקגראונד טשעקס?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » מאנטאג יוני 13, 2016 11:14 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז אזא קאניבאל זאל האבן א פראבלעם צו באקומען זיינע מכשירים אויפן שווארצן מארקעט.

איפכא מסתברא, ווען ער דרייט זיך אויפן שווארצן מארקעט וואלט מען אים אפשר געכאפט, מ'גייט דאך נאך די פארבינדונגען, די פראבלעם איז ווען ער האלט זיך יא אינגאנצן כשר.

צו געזונט, אינטערסאנטע סברה וואס דו זאגסט אבער אויב לאזט מען יעדעם האבן געווער מיט'ן חשבון אז ווען דער טעראריסט וועט קומען וועט מען אים נייטראליזירן וועט דאך זיין מלחמות אויף אלע גאסן!

אין ארץ ישראל זעהט מען אז טאראר אטאקע דארט נישט מער פון א פאר סקונדעס עס טרעפט זיך אייביג איינער וואס האט א גאן און ער שיס די טאראריסט,
אם ה׳ לא ישמר עיר שוא וכו׳

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מאנטאג יוני 13, 2016 11:15 pm

איך פארשטיי נישט וויאזוי גאן קאנטראל קען העלפן אין אזא פאל. פונקט פארקערט, דער וואס וויל אויספירן מאסן טעראר קען לייגן די האנט אויף געווער, אדער אפילו אליין מאכן!
מיט מער גאנס קען מען אים שנעלער אראפשיסן.
אבער ב״ה אז ס׳איז נאר זעלטענע פעלער ממילא לוינט נישט צו פארמערן קיין גאנס אויף די גאסן. ס׳איז יצא שכרו בהפסידו

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 13, 2016 11:16 pm

צו געזונט האט געשריבן:אין די סארט קרעטשמעס איז פערבאטען אריינצוגיין מיט הייס געווער.
גאן קאנטראל? וואלט ווען איינער אדער מער העט ווען געהאט געווער אויף זיך, וואלט מען אים פילייכט געקענט היבש שנעלער נייטראליזירן

סאיז געווען גראדע איינער מיט א גאן, האט אים אבער נישט געקענט בייקומען

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג יוני 13, 2016 11:16 pm

עמרם יודא האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז אזא קאניבאל זאל האבן א פראבלעם צו באקומען זיינע מכשירים אויפן שווארצן מארקעט.

איפכא מסתברא, ווען ער דרייט זיך אויפן שווארצן מארקעט וואלט מען אים אפשר געכאפט, מ'גייט דאך נאך די פארבינדונגען, די פראבלעם איז ווען ער האלט זיך יא אינגאנצן כשר.

צו געזונט, אינטערסאנטע סברה וואס דו זאגסט אבער אויב לאזט מען יעדעם האבן געווער מיט'ן חשבון אז ווען דער טעראריסט וועט קומען וועט מען אים נייטראליזירן וועט דאך זיין מלחמות אויף אלע גאסן!

אין ארץ ישראל זעהט מען אז טאראר אטאקע דארט נישט מער פון א פאר סקונדעס עס טרעפט זיך אייביג איינער וואס האט א גאן און ער שיס די טאראריסט,
אם ה׳ לא ישמר עיר שוא וכו׳

אדער שיסט מען א בענקל דעם טערעריסט און פנים, ליידער האבן זיי שוין מער עקספיריענס און טעראר און דאס איז די אורזאך פארוואס ס'ווערט אזוי שנעל אפגעשטעלט, און לאמיר דיר אויפדעקן אז אין אמעריקע זענען דאס פארצענטיש די זעלבע סאך גאנס אין די גאסן.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יוני 13, 2016 11:19 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אין די סארט קרעטשמעס איז פערבאטען אריינצוגיין מיט הייס געווער.
גאן קאנטראל? וואלט ווען איינער אדער מער העט ווען געהאט געווער אויף זיך, וואלט מען אים פילייכט געקענט היבש שנעלער נייטראליזירן

מאכט אייך נישט נעריש אידן, נישט מער אדער ווייניגער גאנס וועט העלפען דא.

אייסיס איז א מאנסטער וואס איז געבוירען און לעבט.

ווילאנג עס איז דא "איין פלאץ" אויפן כדור הארץ ווי אייסיס קען אפערעטען, איז דאס גאנצע מערב וועלט אויסגעשטעלט צו טעראר.פינטעל.

דאס איז דער נאטור פון איסלאמישע טעראר, פון בעלגיע ביז פאריז, פון סען בערנעדינא ביז פלארידא, פון אנקארא ביז באגדאד, און פון אמאן צו צענא.

אמעריקאנער האבן געחלומט אז אייסיס גייט זיי אודאי אפשוינען. מאנכע חלומן נאך אלץ.... (מען האלט דאך נאר ביי 70 טויטע אין 8 חדשים, נע,נישט געפערליך).


סיי דער שיסער, און סיי די סאן בערנארדינא חברה, האבן געהאט זערא הילף, געלט, שטיצע פון די שנעל און כסדר שרינקנדע אייסיס מדינה'לע אין מיטל מזרח.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » מאנטאג יוני 13, 2016 11:20 pm

גאן קאנטראל, מוזלעם בען, לאז שוין אפ די אלע שטותים

איז שוין דא א העשטעג #ווי_אר_אורלאנדא ? וועלכע קאלארס איז די אייפעל טורעם אין די עמפייער סטעיט בילדינג ? איז שוין דא א 'מעקשיפט' מעמאריאל און ליסבאן אין און מעלבארן ? מ'דארף דאך ווייזן סאלידעריטי! מ'דארף ווייזן פאר די טעראריסטן אז אונז 'יונייטען' !

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יוני 13, 2016 11:22 pm

דער שיסער איז געווען א שטארקער האסער פון מינאריטעטן, אידן, היספאנישע, און די תועבה גרופעס. די אטאקע איז פארגעקומען אין א תועבה נאכט קלוב.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג יוני 13, 2016 11:24 pm

מי חכם האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אין די סארט קרעטשמעס איז פערבאטען אריינצוגיין מיט הייס געווער.
גאן קאנטראל? וואלט ווען איינער אדער מער העט ווען געהאט געווער אויף זיך, וואלט מען אים פילייכט געקענט היבש שנעלער נייטראליזירן

מאכט אייך נישט נעריש אידן, נישט מער אדער ווייניגער גאנס וועט העלפען דא.

אייסיס איז א מאנסטער וואס איז געבוירען און לעבט.

ווילאנג עס איז דא "איין פלאץ" אויפן כדור הארץ ווי אייסיס קען אפערעטען, איז דאס גאנצע מערב וועלט אויסגעשטעלט צו טעראר.פינטעל.

דאס איז דער נאטור פון איסלאמישע טעראר, פון בעלגיע ביז פאריז, פון סען בערנעדינא ביז פלארידא, פון אנקארא ביז באגדאד, און פון אמאן צו צענא.

אמעריקאנער האבן געחלומט אז אייסיס גייט זיי אודאי אפשוינען. מאנכע חלומן נאך אלץ.... (מען האלט דאך נאר ביי 70 טויטע אין 8 חדשים, נע,נישט געפערליך).


סיי דער שיסער, און סיי די סאן בערנארדינא חברה, האבן געהאט זערא הילף, געלט, שטיצע פון די שנעל און כסדר שרינקנדע אייסיס מדינה'לע אין מיטל מזרח.

נו דאס איז דאך די גרעסטע צרה אז עס איז נישטא קיין וועג ווי אזוי זיי צו אויפכאפן.

פאר מער, קען מיר ממשיך זיין אינעם ריכטיגען אשכול. דער אשכול איז געווידמעט פאר...
.. (גאן קאנטראל דעבאטע.. :lol: )


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט