נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:46 am

ממה נפשך האט געשריבן:אמעריקע איז צוריק אין ספעיס!


...און די פלאטשקע איז געווען ריזיג פארגאנגענעם פרייטאג ווען די קאפסול האט סוקסעספול געלאנדעט אין וואסער צו די פרייד פון אלע צושויער.

מיט דעם האט זיך די טעסט מיסיע געענדיגט מיט א שטוינענדע סוקסעס.

העמער ווארטן פאר די פראפעשענאלס זאלן ברענגען די קליפס, ביזדערווייל קענסטו עס זען דא
https://www.space.com/amp/spacex-crew-d ... hotos.html

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:36 pm

פענס מעלדט אז אמעריקע קערט זיך צוריק צו די לבנה
די ערשטע פרוי צו באזוכן די לבנה וועט וועט פליען אינאיינעם מיט א מאן אסטראנאט אין די קומענדיגע 5 יאר
ביידע אמעריקאנע אסטראנאטן וועלן פליען מיט ראקעטס ארויפגעשאסן פון אמעריקאנער באדן

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך מארטש 27, 2019 11:00 am

א ספעיס שפאציר אויפן אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע איז געווען נעכטן געפלאנט , די שפאציר האט געדארפט זיין א רעקארד אלץ די ערשטע מאל וואס ביידע אסטראנאטן זענען פרויען, אבער איז אפגערופן געווארן די לעצטע מינוט ווייל... ווער קען געסן? וואס האלט אפ פרויען פון ארויסגיין? יא!... זיי האבן נישט געטראפן עפעס פאסיג אנצוטאן...

זיי זענען ביידע די M סייז און ס'איז נאר געווען איין ספעיס אנצוג אין די M סייז וואס איז געווען גרייט צום באנוץ, און צו אנגרייטן די אנדערע M סייז ספעיס אנצוג וואלט גענומען צופיל צייט, און אנטון א נישט ריכטיגע סייז קומט אויך נישט אין באטראכט, ממילא איז מען געבליבן אינדערהיים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך מארטש 27, 2019 12:22 pm

דאס איז ממש אומגלויבליך...

בדרך צחות מיינט דאס צו זאגן, אז די פרויען טוען זיך נישט אן אזוי "ווייל די גאנצע וועלט טוט אזוי", ווייל אפילו אינדרויסן פון די וועלט האבן זיי אויך דעם פראבלעם...

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:48 pm

נישט אמת, ווייל איינע אליין וואלט יא געקענט גיין, נאר ווייל די צווייטע איז מיטגעקומען איז געווארן א פראבלעם......
. . . . . . .

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך מארטש 27, 2019 10:21 pm

ווער עס האט שוין חתונה געהאט ווייסט, אז פרויען גייען אין ערגעץ נישט אליין...

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 6:36 pm

די צווייטע פעלקאן העווי רייזע איז אין פלאן פאר קומענדיגע זונטאג.

דאס קומט נאכדעם וואס אביסל מער ווי א יאר צוריק - נאך יארן פלאנירן - איז די טעסט אדורך סוקסעספול.

דאס וועט שוין לויטן פלאן יא האבן א געהעריגע געפעק (סעטעלייט פאר סאודי אראביע) און נישט סתם א דאמי וואס זיצט אין א טעסלא...

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:00 pm

ממה נפשך האט געשריבן:די צווייטע פעלקאן העווי רייזע איז אין פלאן פאר קומענדיגע זונטאג.

דאס קומט נאכדעם וואס אביסל מער ווי א יאר צוריק - נאך יארן פלאנירן - איז די טעסט אדורך סוקסעספול.

דאס וועט שוין לויטן פלאן יא האבן א געהעריגע געפעק (סעטעלייט פאר סאודי אראביע) און נישט סתם א דאמי וואס זיצט אין א טעסלא...


אפגעשטופט אויף מיטוואך צוליב די וועטער.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אפריל 10, 2019 9:21 am

סייענטיסטן האבן היינט ארויסגעלייגט די ערשטע פיקטשער וואס מען האט געכאפט פון א ״בלעק האול״ (שווארצע לאך) אין ספעיס.

די לאך געפונט זיך אין א וויטע געלעקסי, ארום צוויי הונדערט מיליאן טריליאן מיילן אוועק פון אונזער וועלט און איז דריי מיליאן מאל אזוי גרויס ווי דער פלאנעט ערד, דאס קומט אויס גרעסער ווי די גאנצע סאולער סיסטעם, מען גלייבט אז דאס איז איינס פון די גרעסטע בלעק האולס וואס עקזיסטירט.

די ׳בלעק האול׳ איז שוין א פיזיקס טעאריע פאר לאנגע יארן, נאך וואס איינשטיין׳ס טעאריע איבער גרעוויטי איז מחייב אז דאס דארף זיך געפינען ערגעץ, די לעצטערע יארן האבן די סייענטיסטן שוין געפראווט אז עס איז טאקע דא, און יעצט האמער שוין א בילד אויך, גענומען דורך אכט טעלעסקאופן פון ארום די וועלט.


און אויב מיינט איר אז איר גייט קלוגער ווערן ביים זען די בילד, נאופ, טעות.

F8B0F5F6-14FC-47EF-A1BB-724DC2594385.png
F8B0F5F6-14FC-47EF-A1BB-724DC2594385.png (736.94 KiB) געזעהן 1676 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אפריל 10, 2019 9:51 am

הא גוט! כ'האב אויך געזען די נייעס אבער נישט מיט אזא געשמאק ווי דא...

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:04 am

פעלקאן העווי איז גרייט פאר די היינטיגע לאונטש אום 6:35 נאכמיטאג נוי יארק צייט. ס'וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ אנגעהויבן פון 20 מינוט פארדעם פאר די וואס קענען זיך נישט משתתף זיין צוליב סיבות.

די ראקעט קען טראגן די וועלט'ס גרעסטע געפעק און יעצט וועט זיין די צווייטע רייזע.

די חברה זאגן אז פעלקאן העווי האט געטוישט געדאנקען גאנג ביי קאמפעניס וואס ווילן ארויפשיקן, און אז ס'איז דא א שטארקע פיוטשער פאר די מין. אנדערש ווי מאנכע האבן אנפאנג שפעקולירט פארוואס ספעיס עקס אינוועסטירט אזויפיל אין דעם ראקעט.

די יונייטעד סטעיט עיר פאורס (ספעיס פאורס?) האט שוין אויך געבוקט א רייזע אויף 2020.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:27 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:סייענטיסטן האבן היינט ארויסגעלייגט די ערשטע פיקטשער וואס מען האט געכאפט פון א ״בלעק האול״ (שווארצע לאך) אין ספעיס.


טענקס @נאך פונדערהיים.

ס׳איז כדי צו ליינען אן הקדמה צו די יעצטיגע בילד, געשריבן דורך אינזער ספעיס מבין @זאכליך איאר צוריק. זעה דא
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:34 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:און איז דריי מיליאן מאל אזוי גרויס ווי דער פלאנעט ערד, דאס קומט אויס אז עס האט אין זיך א מאַסע גרעסער ווי די גאנצע סאולער סיסטעם


ס׳איז אוממעגליך זיך צו מצייר זיין וואס דאס מיינט בכלל!!...
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 12:52 am

ממה נפשך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:די צווייטע פעלקאן העווי רייזע איז אין פלאן פאר קומענדיגע זונטאג.

דאס קומט נאכדעם וואס אביסל מער ווי א יאר צוריק - נאך יארן פלאנירן - איז די טעסט אדורך סוקסעספול.

דאס וועט שוין לויטן פלאן יא האבן א געהעריגע געפעק (סעטעלייט פאר סאודי אראביע) און נישט סתם א דאמי וואס זיצט אין א טעסלא...


אפגעשטופט אויף מיטוואך צוליב די וועטער.


ווייטער אפגעשטופט צוליב שטארקע ווינטן.

מ'האפט אויף דאנערשטאג 6:35pm און מעגליך ביז 8:30 אויב מ'דארף אפשטופן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:31 pm

ברעיקינג:

די איזרעלישע ראקעט וואס איז עטליכע וואכן צוריק ארויסגעשיקט געווארן מיט גרויס פאמפע און האט געזאלט לאנדן אויפן לבנה יעצט נאכמיטאג האט געקראכט!

ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:32 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די איזרעלישע ראקעט וואס איז עטליכע וואכן צוריק ארויסגעשיקט געווארן מיט גרויס פאמפע און האט געזאלט לאנדן אויפן לבנה יעצט נאכמיטאג האט געקראכט!

ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן
ארטער עש ?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:34 pm

ניין, מעמד הר סיני
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:47 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:סייענטיסטן האבן היינט ארויסגעלייגט די ערשטע פיקטשער וואס מען האט געכאפט פון א ״בלעק האול״ (שווארצע לאך) אין ספעיס.

די לאך געפונט זיך אין א וויטע געלעקסי, ארום צוויי הונדערט מיליאן טריליאן מיילן אוועק פון אונזער וועלט און איז דריי מיליאן מאל אזוי גרויס ווי דער פלאנעט ערד, דאס קומט אויס גרעסער ווי די גאנצע סאולער סיסטעם, מען גלייבט אז דאס איז איינס פון די גרעסטע בלעק האולס וואס עקזיסטירט.

די ׳בלעק האול׳ איז שוין א פיזיקס טעאריע פאר לאנגע יארן, נאך וואס איינשטיין׳ס טעאריע איבער גרעוויטי איז מחייב אז דאס דארף זיך געפינען ערגעץ, די לעצטערע יארן האבן די סייענטיסטן שוין געפראווט אז עס איז טאקע דא, און יעצט האמער שוין א בילד אויך, גענומען דורך אכט טעלעסקאופן פון ארום די וועלט.


און אויב מיינט איר אז איר גייט קלוגער ווערן ביים זען די בילד, נאופ, טעות.

F8B0F5F6-14FC-47EF-A1BB-724DC2594385.png

פארוואס געסטו נישט קרעדיט פארן מקור אידישע נייעס?
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:59 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די איזרעלישע ראקעט וואס איז עטליכע וואכן צוריק ארויסגעשיקט געווארן מיט גרויס פאמפע און האט געזאלט לאנדן אויפן לבנה יעצט נאכמיטאג האט געקראכט!

ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן

קרעש לענדינג

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די איזרעלישע ראקעט וואס איז עטליכע וואכן צוריק ארויסגעשיקט געווארן מיט גרויס פאמפע און האט געזאלט לאנדן אויפן לבנה יעצט נאכמיטאג האט געקראכט!

ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן


# קראך פון די לבנה...

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:53 pm

איך ווייס נישט צו ס'הייסט געקראכט אבער מ'האט פארלוירן קאנטאקט און ס'האט נישט געקענט לאנדן אויף די לבנה.

ס'וועט מסתם אראפקראכן שפעטער, אדער בלייבן שוועבן לעולמי עד.

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 5:13 pm

סהאט יא געקראכט הארט פארן לאנדן דאס מיינט אז עס איז אנגעקומען אויף די לבנה טאקע צושמעטערטערהייט אבער אנגעקומען איז עס

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:20 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:די צווייטע פעלקאן העווי רייזע איז אין פלאן פאר קומענדיגע זונטאג.

דאס קומט נאכדעם וואס אביסל מער ווי א יאר צוריק - נאך יארן פלאנירן - איז די טעסט אדורך סוקסעספול.

דאס וועט שוין לויטן פלאן יא האבן א געהעריגע געפעק (סעטעלייט פאר סאודי אראביע) און נישט סתם א דאמי וואס זיצט אין א טעסלא...


אפגעשטופט אויף מיטוואך צוליב די וועטער.


ווייטער אפגעשטופט צוליב שטארקע ווינטן.

מ'האפט אויף דאנערשטאג 6:35pm און מעגליך ביז 8:30 אויב מ'דארף אפשטופן.


וועבקעסט איז לייוו. ליפטאף 6:35.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:22 pm

ווער סגעדענקט לעצטע מאל זענען די צוויי זייטיגע אראפגעקומען סוקסעספול, די מיטלסטע האט אבער אריינגעפלאטשקעט אין וואסער.

העמער זען דאסמאל צו אלעס וועט גיין ווי געפלאנט.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:25 pm

און דאס מאל נוצט מען די נייערע בלאק 5 באָסטערס.

די צוויי זייטיגע וועט לאנדן אויף יבשה, די מיטלסטע וועט האפענטליך לאנדן אויפן ים שיף.

"אונז וועלן זיין שטארק פרייליך אויב די מיטלסטע באָסטער וועט לאנדן סוקסעספול און אנקומען צוריק צום יבשה"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Newegg, בילדער, פינחס, שנלר און 46 געסט