נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:12 pm

הר גריזים האט געשריבן:שכח פון אינדערהיים! זייער אינטערעסאנט!

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:37 pm

שכח!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:41 pm

ס'לויפט א עד אין די אויסגאבעס, איינער האט מער אינפא. צו דא איז אינטרעסאנט באלערנד?
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (372.5 KiB) געזעהן 1345 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:51 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די געדאנק איז, אז אויב קען מען ארויפטראגן דעם ראקעט צו דרייסיג פערציג טיזענט פיס דורך א פליגער און פון דארט עס לאונטשן, וועט עס איינשפארן צוויי פראבלעמען, ערשטנס אז די ראקעט וועט קענען זיין פיל קלענער ווייל עס וועט נישט דארפן טראגן אזויפיל געזאלין זיך ארויסצורייסן פון די ערשטע און שווערסטע גרעוויטי פאזע וועלכע איז די נענסטע צום ערד, ווייל די ארבעט וועט ווערן געטון דורכן פליגער,


וואס האסטו דערפון אויב וועסטו דארפן לייגן די געזאלין פאר די פליגער אנשטאט די ראקעט? ס'וועט קאסטן די זעלבע געלט אויב נישט מער צו ארויף שלעפן אזא גרויסע קאמערשל פליגער צו אזא הייעך?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:56 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די געדאנק איז, אז אויב קען מען ארויפטראגן דעם ראקעט צו דרייסיג פערציג טיזענט פיס דורך א פליגער און פון דארט עס לאונטשן, וועט עס איינשפארן צוויי פראבלעמען, ערשטנס אז די ראקעט וועט קענען זיין פיל קלענער ווייל עס וועט נישט דארפן טראגן אזויפיל געזאלין זיך ארויסצורייסן פון די ערשטע און שווערסטע גרעוויטי פאזע וועלכע איז די נענסטע צום ערד, ווייל די ארבעט וועט ווערן געטון דורכן פליגער,


וואס האסטו דערפון אויב וועסטו דארפן לייגן די געזאלין פאר די פליגער אנשטאט די ראקעט? ס'וועט קאסטן די זעלבע געלט אויב נישט מער צו ארויף שלעפן אזא גרויסע קאמערשל פליגער צו אזא הייעך?

די ווארט איז מער אז די סעטעלייט קען זיין קלענער

מיט יעדע פונט ווייניגער וואס מען טראגט ארויף צו ספעיס שפארט מען זיך מיליאנען.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:57 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די געדאנק איז, אז אויב קען מען ארויפטראגן דעם ראקעט צו דרייסיג פערציג טיזענט פיס דורך א פליגער און פון דארט עס לאונטשן, וועט עס איינשפארן צוויי פראבלעמען, ערשטנס אז די ראקעט וועט קענען זיין פיל קלענער ווייל עס וועט נישט דארפן טראגן אזויפיל געזאלין זיך ארויסצורייסן פון די ערשטע און שווערסטע גרעוויטי פאזע וועלכע איז די נענסטע צום ערד, ווייל די ארבעט וועט ווערן געטון דורכן פליגער,


וואס האסטו דערפון אויב וועסטו דארפן לייגן די געזאלין פאר די פליגער אנשטאט די ראקעט? ס'וועט קאסטן די זעלבע געלט אויב נישט מער צו ארויף שלעפן אזא גרויסע קאמערשל פליגער צו אזא הייעך?

די ווארט איז מער אז די סעטעלייט קען זיין קלענער

מיט יעדע פונט ווייניגער וואס מען טראגט ארויף צו ספעיס שפארט מען זיך מיליאנען.

נו זיי טיילן זיך טאקע אפ פון דעם ראקעט און בלויז די סעטעלייט בלייבט פליען.
איך כאפ נישט די אויפטו פונעם גרויסן פליגער?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

ברעיקינג

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 15, 2019 7:22 pm

ספעיס עקס האט פארלוירן איר מיטעלסטע טייל פונעם פאלקאן העווי ראקעט, וואס האט סוקסעספול געלאדענט אויפן שיף (פיקטשערס קען מען זען אין פריערדיגן בלאט), אבער אויפן וועג צו די סאוט פלארידע קאוסט איז עס צוליב choopy seas אריינגעפאלן אינ'ם ים אריין!
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:35 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:ספעיס עקס האט פארלוירן איר מיטעלסטע טייל פונעם פאלקאן העווי ראקעט, וואס האט סוקסעספול געלאדענט אויפן שיף (פיקטשערס קען מען זען אין פריערדיגן בלאט), אבער אויפן וועג צו די סאוט פלארידע קאוסט איז עס צוליב choopy seas אריינגעפאלן אינ'ם ים אריין!


די פראבלעם איז שוין פון ווען זיי לאנדן צוריק די פעלקאן 9 אויפן שיף פלעגט זיך עס ווארפן אהין און צוריק ביז די ארבייטער זענען אנגעקומען צום שיף עס אראפצובינדן. ס'דא א קליפ פון א ראקעט דעמאלטס וואס האט ממש ארומגעשווימען אויפן דעק.

לעצטענס האבן זיי געמאכט א שטיקל ראבאט וואס ווען די ראקעט לאנדעט און די מאטאר לעשט זיך אויס פארט עס ארויס פון א זייטיגע טירל און ס'בינדט אראפ די ראקעט אויפן ארט.

די פראבלעם יעצט איז וויבאלד דא איז עס געווען די מיטלסטע באָסטער פון די פעלקאן העווי וואס האט אביסל אן אנדערע געבוי, וויבאלד ס'דארף האלטן די צוויי זייטיגע ראקעטס אויף זיך, ממילא האט די ראבאט עפעס נישט גוט געארבעט מיט דעם, און אויפן וועג אהיים האט עס געכאפט א שווים.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:36 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:-בילתי מוגה-


די FCC איז צופרידן פון די StarLink טוישונגען און וועט עפראוון די צווייטע פאזע פון נאך ארום 7000 סעטעלייטס.

מערסטענס פון די טוישונגען אדרעסירן די אישו פון ספעיס דזשאנק ווי דערבארומדיג'ער איז אזוי שיין מסביר אין די געקוואוטע תגובה.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג מאי 03, 2019 12:02 pm

אין א מאסיווע דורכפאל פאר ספעיס עקס האט די נייע Crew Dragon עקספלאדירט דורכאויס א טעסט בשעת'ן קאונט דאון אין די לעצטע 10 סעקונדעס. קיין מענטשליכע פארלוסטן אבער א ריזיגע געלט אין צייט פארלוסט.

ווי געשריבן אין א פריערדיגע תגובה האט SpaceX סוקסעספול ארויפגעשיקט, צוגעטשעפעט און צוריק געלאנדעט די Crew Dragon וואס וועט עווענטועל גענוצט ווערן ארויפצוטראגן אמעריקאנע אסטראנאטן צו ספעיס, אראפ נעמענדיג א יארן לאנגע צוגעבינדנקייט צו רוסלאנד'ס טובות ארויפצושיקן אמעריקאנע אסטראנאטן.

צוריק אין 2014 האט נאסא געמאכט א מולטי ביליאן דאלארדיגע קאנטראקט מיט SpaceX און Boeing צו בויען ראקעטס ארויפצושיקן אסטראנאטן, ביידע האבן זיך גענומען צו די ארבעט ווען ספעיס עקס בויעט די Crew Dragon און באואינג בויעט די Starliner, ביידע אינדזשענירט פאר מענטשן רייזעס.

ס'האט געהייסן אז ספעיס עקס'ס Crew Dragon איז אהעד אוו די געים און זיי וועלן זיין גרייט פאר באואינג נאך אין 2019, אבער מיט דעם עקסידענט האבן זיי בפשטות פארלוירן א שטארקע אויבערהאנט און נאסא וועט נאך מסתם דארפן צוקומען צו רוסלאנד דורכאויס 2020.

ספעיס עקס איז געווענליך אפען מיט זייערע דורכפעלער, ווארט מען יעצט צו הערן די סיבה פונעם עקסידענט און ווילאנג ס'וועט נעמען עס צוריק צושטעלן אין פלאץ.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 10, 2019 3:30 pm

די מלחמה צווישן עלען מאסק (ספעיס עקס) און זשעף בעזאס (Blu origin) גייט ווייטער אן ווען מאסק מאכט חוזק פון בעזאס'ס קאמפעני פלאן ארויף צו שיקן מענטשן דורך a Moon Lander Space Craft צו די לבנה ביי 2024.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג יוני 25, 2019 11:25 am

די נאכט האט SpaceX דורכגעפירט די דריטע סוקסעספולע רייזע מיט די פעלקאן העווי. דאס מאל אבער איז עס - אנדערש ווי געווענליך - געווען פאר אפאר קאסטומערס בענאזאם, אריינגערעכנט די יו. עס. עיר פארס וואס האלט יעצט אינמיטן באשליסן מיט וועלכע ראקעט קאמפאני צו מאכן א קאנטראקט פאר יארן 2020-2025. SpaceX האט אין דער פארגאנגענהייט דערקלערט זייער פעלקאן העווי אלס די בעסטע קאנדידאט פאר די עיר פארס קאנטראקט.

די ארויפשיס איז געווען די מערסט קאמפליצירטע סעטעלייט ארויפשיס וואס זיי האבן געהאט ביז היינט, וויבאלד ס'איז געווען אסאך פעקלעך וואס האבן געדארפט אראפגעלאזט ווערן אין 4 אנדערע ארביטס. ווי א SpaceX אינדזשעניר לייגט עס אראפ: "ממש ווי א סקול באס לייגט אראפ קינדער וועלן די סעטעלייטס ווערן אראפגעלייגט איינע נאך די אנדערע"...

די סעקאנד סטעידזש ענדזשין האט 4 מאל זיך געדארפט צוריק אנצינדן כדי זיך ארויפצוריקן ווייטער צו די באשטימטע פלעצער, דאס איז מער ווי נארמאל פאר א אינדיווידועלע ראקעט מיסיע.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג יוני 25, 2019 3:51 pm

WOW! ווען האט זיך דער סעקאנד סטעידזש אפגעטיילט? צוריק אראפ געקומען?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יוני 25, 2019 6:27 pm

Jerusalem - Israel's SpaceIL Says It Won't Try Second Moonshot

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 8wkXPf6Nq-

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יולי 15, 2019 5:57 pm

ממה נפשך האט געשריבן:אין א מאסיווע דורכפאל פאר ספעיס עקס האט די נייע Crew Dragon עקספלאדירט דורכאויס א טעסט בשעת'ן קאונט דאון אין די לעצטע 10 סעקונדעס. קיין מענטשליכע פארלוסטן אבער א ריזיגע געלט אין צייט פארלוסט.

ווי געשריבן אין א פריערדיגע תגובה האט SpaceX סוקסעספול ארויפגעשיקט, צוגעטשעפעט און צוריק געלאנדעט די Crew Dragon וואס וועט עווענטועל גענוצט ווערן ארויפצוטראגן אמעריקאנע אסטראנאטן צו ספעיס, אראפ נעמענדיג א יארן לאנגע צוגעבינדנקייט צו רוסלאנד'ס טובות ארויפצושיקן אמעריקאנע אסטראנאטן.

צוריק אין 2014 האט נאסא געמאכט א מולטי ביליאן דאלארדיגע קאנטראקט מיט SpaceX און Boeing צו בויען ראקעטס ארויפצושיקן אסטראנאטן, ביידע האבן זיך גענומען צו די ארבעט ווען ספעיס עקס בויעט די Crew Dragon און באואינג בויעט די Starliner, ביידע אינדזשענירט פאר מענטשן רייזעס.

ס'האט געהייסן אז ספעיס עקס'ס Crew Dragon איז אהעד אוו די געים און זיי וועלן זיין גרייט פאר באואינג נאך אין 2019, אבער מיט דעם עקסידענט האבן זיי בפשטות פארלוירן א שטארקע אויבערהאנט און נאסא וועט נאך מסתם דארפן צוקומען צו רוסלאנד דורכאויס 2020.

ספעיס עקס איז געווענליך אפען מיט זייערע דורכפעלער, ווארט מען יעצט צו הערן די סיבה פונעם עקסידענט און ווילאנג ס'וועט נעמען עס צוריק צושטעלן אין פלאץ.


ליינט דא אביסל די פאליטיק ארום דעם עקסידענט און אן עקסידענט וואס באואינג האט געהאט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p1961336


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 26 געסט