טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:06 pm

Think and Thank האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע גייט זיך פאראויסרוקן אין די קומענדיגע טעג, מיט א פלאן אפצושאפן געוויסע אויסלענדישע הילף צאלונגען, טראץ וואס קאנגרעס האט שוין אויטאריזירט די געלטער.

צווישן די געלטער וואס די אדמיניסטראציע וויל קענסלען, איז געלט פאר א פראיעקט צו אינסטאלירן סאלאר פאנעלן אין די קאריביען, און אויך אוועקצושטעלן "פארזיכערטע ערטער" אין אירלאנד פאר מענטשן וואס ברויזן צוליב'ן ברעקזיט.
]

סיריעסלי?!?! די אמעריקאנער קאנגרעס האט עכט באשטעטיגט געלט פאר אזא פראיעקט?!?!

יא יא. שנייד טראמפ שנייד.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:20 pm

עפעס טוצעך אין די נייעס אז טראמפ האט אפגעהאקט מיט טאם באראק וואס איז געווען א הויכראנגיקער אדווייזער צו די 2016 קאמפיין און אויך געדינט אלץ טשעיראן פון די איינשווערונגס קאמיטע אין 2017. עטליכע חדשים צוריק האט די איסטערן דיסטריקט אוו ניו יארק געפארשט באראק איבער די איינשווערונג קאמיטע געלטער און איצט הערט מען אז טראמפ האט אויפגעהערט רעדן מיט אים און איינער פון מוללערס פראקורארן האבן זיך געלאזט הערן אז דאס שמעקט פון צרות.

נ.ב. די נוסח הערט מען איינמאל און נאכאמאל שוין פאר די לעצטע 3 יאר און טראמפ איז נאך אלץ פרעזידענט, דעריבער ווערט רעקאמענדירט צו לאזן די ברוינפן אין פריזער אויף דערווייל עס זאל בלייבן קאלט..

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:11 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:עפעס טוצעך אין די נייעס אז טראמפ האט אפגעהאקט מיט טאם באראק וואס איז געווען א הויכראנגיקער אדווייזער צו די 2016 קאמפיין און אויך געדינט אלץ טשעיראן פון די איינשווערונגס קאמיטע אין 2017. עטליכע חדשים צוריק האט די איסטערן דיסטריקט אוו ניו יארק געפארשט באראק איבער די איינשווערונג קאמיטע געלטער און איצט הערט מען אז טראמפ האט אויפגעהערט רעדן מיט אים און איינער פון מוללערס פראקורארן האבן זיך געלאזט הערן אז דאס שמעקט פון צרות.

נ.ב. די נוסח הערט מען איינמאל און נאכאמאל שוין פאר די לעצטע 3 יאר און טראמפ איז נאך אלץ פרעזידענט, דעריבער ווערט רעקאמענדירט צו לאזן די ברוינפן אין פריזער אויף דערווייל עס זאל בלייבן קאלט..

איך האב מיך נישט ליב צו מישן אין פאליטיק אבער דא קען איך מיך שוין נישט איינהאלטן.
סאיז זיכער יא שטארק רעקאמענדירט. שוין ארויס צי נעמען די בראנפן פון פריזער אין לייגן אין פרידזש אזוי פילט זיך די ציפ דערפון סאך שטערקער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:25 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער ווייסער הויז עקאנאמישער ראטגעבער לערי קאדלאו האט געזאגט, אז עס זענען נישטא קיין שום עכטע אנדייטונגען אז א רעסעסיע איז אויפ'ן וועג, פרעזידענט טראמפ האט אויך קאמענטירט, זייענדיג אויפ'ן וועג קיין וואשינגטאן נאך א וויקענד אין ניו דזשערסי, זאגנדיג "איך בין גרייט פאר אלעס, אבער איך גלייב נישט אז מיר האבן א רעסעסיע".

דאס קומט נאכדעם וואס דער מארקעט האט געליטן שווערע פארלוסטן פאריגע וואך אלס רעזולטאט פון א שוואכקייט וואס האט זיך אנגעזען אין די באונדס מארקעט.

לצים זאגן אז איינע פון די ערענסטע סמנים איבער א בעפארשטייענדע רעסעסיע, איז א סטעיטמענט פון קאדלאו אז עס קומט נישט קיין רעסעסיע...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:40 pm

א עמקות פון א לצנות..

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:29 am

הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע געבן אן אז די אדמיניסטראציע האט א פלאן פון א מעגליכן 'פעיראל טעקס קאט', אלס א פאטענציעלע וועג וויאזוי אפצושטעלן אן עקאנאמישע אונטערגאנג.

די דעמאקראטן זאגן אז זיי וועלן נישט מסכים זיין צו מאכן אזא שניט, צוליב וואס דאס האלט אויס די קאסטן פון מעדיקעיר און סאושעל סיקיוריטי.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:04 pm

C/P
Trump told reporters today; "Any Jewish ppl that vote for a democrat I think its shows either a total lack of knowledge or great disloyalty".
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:23 pm

באקומען א בריוו פון די Orrange County board of alection
באנדע ראסיסטן זיי :mrgreen: :mrgreen:
20190820_221945.jpg
20190820_221945.jpg (635.18 KiB) געזעהן 1452 מאל
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

דעסק
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:39 pm

פעיק נוז האט געשריבן:הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע געבן אן אז די אדמיניסטראציע האט א פלאן פון א מעגליכן 'פעיראל טעקס קאט', אלס א פאטענציעלע וועג וויאזוי אפצושטעלן אן עקאנאמישע אונטערגאנג.

די דעמאקראטן זאגן אז זיי וועלן נישט מסכים זיין צו מאכן אזא שניט, צוליב וואס דאס האלט אויס די קאסטן פון מעדיקעיר און סאושעל סיקיוריטי.

איר מיינט אוודאי צו זאגן אז די דעמאקראטן וועלן נישט מסכים זיין דערצו: צוליב דעם וואס "זיי וויל" אן עקאנאמישע אונטערגאנג אונטער טראמפ'ס זייגער.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:25 am

דעסק האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע געבן אן אז די אדמיניסטראציע האט א פלאן פון א מעגליכן 'פעיראל טעקס קאט', אלס א פאטענציעלע וועג וויאזוי אפצושטעלן אן עקאנאמישע אונטערגאנג.

די דעמאקראטן זאגן אז זיי וועלן נישט מסכים זיין צו מאכן אזא שניט, צוליב וואס דאס האלט אויס די קאסטן פון מעדיקעיר און סאושעל סיקיוריטי.

איר מיינט אוודאי צו זאגן אז די דעמאקראטן וועלן נישט מסכים זיין דערצו: צוליב דעם וואס "זיי ווילן" אן עקאנאמישע אונטערגאנג אונטער טראמפ'ס זייגער.

ביידע אמת.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:50 am

Think and Thank האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:די ראסיסטן, אויב זיי לעבן נאך, בלייבן ביי טראמפ.

דאס איז דיין אייגענע מיינונג, און איז באזירט אויסשליסליך אויף די פאקט אז דיין מח איז גענצליך איבערגענומען פון שנאה צו טראמפ.

Goodmorning האט געשריבן:און אויב דו ווילסט נאך מער שטאף, קען איך דיר אויך אויפקלערן אז די רעפובליקאנער פארטיי איז געגרינדעט אנטקעגן קנעכטשאפט, און לינקאלן איז געווען א רעפובליקאנער.

דאס איז אודאי נישט קיין חידוש פאר קיינעם, חוץ פאר די וועלכע זענען נעבעך געפראגרעמט דורך די לינקע מידיע און מיינען נעבעך אז די רעפובליקאנער זענען ראסיסטן און די דעמס זענען טאלעראנט.

Goodmorning האט געשריבן:רוזעוועלט דער דעמאקראט איז געווען אנטקעגן אימיגראציע און נישט אריינגעלאזט די אידישע פליטים פון אייראפע,

1) דו כאפסט בכלל אז סיז דא א חילוק צווישן לעגאלע אימיגראציע, אומלעגאלע אימיגראציע און פליטים?
2) נישט אריינלאזן מענטשן וועלכע: א) שטייען קלאר אויס צו ווערן פשוט דערמארדעט ב) האבן נישט וואו צו גיין ווייל קיינער לאזט זיי נישט אריין ג) זענען נישט אין קיין אנדערע לאנד נאר אויף א שיף און אויב אמעריקע נעמט זיי נישט אריין גייען זיי צוריק צום קאלך אויוון, האט נישט קיין שייכות מיט אימיגראציע פאליסי נאר ענדערש מיט'ן זיין א קאלטבלוטיגער אכזר און
3) טיילווייז ווייל רוזוועלט איז געווען, ווי רוב דעמאקראטן, א ראסיסט און אנטיסעמיט.
4) רוזוועלט איז לאו דוקא געווען קעגן לעגאלע אימיגראציע. ער האט לויזער געמאכט געזעצן פאר לעגאלע אימיגראנטן.
5) זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע איז געווען די נארם ביי יעדער אמעריקאנער ביז בערך פינף יאר צוריק.

Goodmorning האט געשריבן:און איינגעשפארט יאפענעזער-אמעריקאנער אין לאגערן צוליב זייער אפשטאם .

ווי געשמועסט איז ראסיזם מיט דעמאקראטן ווייט פון א סתירה. אדרבה, די דעמאקראטישע פירערשאפט איז געווען אזוי אינפילטרירט מיט נאצי סימפאטיקער אז דאס האט געפירט צו דעם אז אמעריקע האט ערשט אקטיוו אריינגעטראטן אין די מלחמה קעגן נאצי דייטשלאנד גאר שפעט, וואס האט עווענטועל געקאסט הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער לעבנס (לויט ר' סענדר דייטש).

Goodmorning האט געשריבן:און פיר יאר צוריק זענען רעפובליקאנער געווען אנטקעגן רוסלאנד,

דו ביזט אנטקעגן כינע אדער פאר?
וואס מיינט דאס 'געווען אנטקעגן רוסלאנד'? די רעפובליקאנער האבן געהאלטן - און האלטן נאכאלץ - אז די גרעסטע מיליטערישע קאנטער באלאנס צו אמעריקע איז לע"ע (עט ליעסט שארט טערם) רוסלאנד. די רעפובליקאנער - און דעמאקראטן - האבן נישט געהאלטן דאן אז מען דארף ווערן מעקארטיאיסטיש. די דעמס האבן עס בלויז אדאפטירט ווען זיי האבן עס דערזעהן אלס זייער איינציגסטע מיטל צו בארעכטיגן די אביוס אף פאוער פון די אבאמא אדמיניסטראציע און די רעזיסטענס.

Goodmorning האט געשריבן:אסאך מער מעסיג איבער אימיגראציע,

שקר וכזב! דו ווייסט אז פאר צען יאר צוריק האבן 'אלע' דעמאקראטן געשטיצט דאס בויען א צוים ביים גרעניץ, און סיז קיינעם נישט בייגעפאלן אז דאס איז ראסיסטיש? דו ווייסט אז פאר צען יאר צוריק האט טשאק שומער אראפגעריסן אלס נאריש דאס אנרופן אומלעגאלע אימיגראנטן 'אנדאקומענטעד'? דו ווייסט אז אבאמא האט דעפארטירט א רעקארד צאל אימיגראנטן? דו ווייסט אז די שוידערליכע 'קעידזשעס' צו האלטן די קינדער האט אבאמא געבויעט?
ברענג מיר 'איין' פאליסי וואו די רעפובליקאנער זענען געווארן מער ראדיקאל איבער אימיגראציע, שוין אפגערעדט פון 'אסאך' מער ראדיקאל. (דאס אז די דעמס האבן זיך גערוקט ראדיאל לינקס פון זייער פאיזיציע איז פשוט פאר יעדן וואס איז גענוג אלט צו געדענקן פאליטיקס פון צעהן יאר צוריק, און איז גענוג קלוג נישט צו ווערן צודרייט פון שנאה.)

Goodmorning האט געשריבן:אנטקעגן דעפעציטן,

זיי זענען נאכאלץ, נאר היות די איינציגסטע וועג וואס די דעמאקראטן וועלן נאך געבן עפעס פאר'ן לאנד איז אויב מען גיבט פאר זייערע גרויליגע צוועקן (א שטייגער ווי פלענד פערענטהוד), האבן די רעפובליקאנער ליידער נישט די גאטס עס צו פייטן.

;l;p-

נאו נעים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:05 am

נעכטן האט געשריבן:

איך וועל נישט ספענדן איבריג צייט צו זוכן די ארידזינעל תגובה פון Think & Thank איך וועל דא געבן מיין צוויי סענס.
כ'מוז זאגן ער האט זייער גוט ארויסגעברענגט די פוינטס. איך בין מודה צו אלעס אויסער די חלק פונעם דעפיסיט. די רופאבליקאנער זענען טאקע אפיציעל צו שניידן דעפיציט, אבער טראמפ האט דאס קיינמאל נישט גענומען אין באטראכט. עס האט נישט צו טון מיט נאכגעבן פאר דעמאקראטן.(דענקעך ניש דאס לעצטע מאל דעם טראמפן זאל פרובירן צופרידן שטעלן זיין קעגנער)
איך בין בטבע א ביישן, מילא האב איך נישט געוואלט שרייבן מיין ניק נעים

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:22 am

דזשאסט פאר די רעקארד, די טעקס קאט האט דערווייל געהויבן טעקס רעוועניא, סיז אפ פאר די יאר! אבער ספענדינג איז אפ מיט נאך מער, דעריבער איז די דעפעציט גרעסער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:38 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:C/P
Trump told reporters today; "Any Jewish ppl that vote for a democrat I think its shows either a total lack of knowledge or great disloyalty".

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געהאט נעכטן שארפע ווערטער פאר אידן וואס שטיצן די דעמאקראטישע פארטיי. "איך האלט אז סיי וועלכער איד וואס שטימט פאר א דעמאקראט, איך האלט אז דאס צייגט אדער א טאטאלע וויסנשאפט-פעלערהאפטיגקייט אדער גרויסע אומגעטריישאפט" – האט טראמפ געזאגט פאר רעפארטערס אינעם אוועל אפיס, ביי א זיצונג מיט'ן ראמענישן פרעזידענט קלאוס איאהאניס. טראמפ'ס שארפע ווערטער איז געקומען אין רעאקציע צו א פראגע איבער זיינע רייבערייען מיט די צוויי דעמאקראטישע מוסולמענער קאנגרעספרויען טלאאיב און אומאר.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:29 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:

viewtopic.php?p=1984235#p1984235

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:30 am

נאו נעים האט געשריבן:איך וועל נישט ספענדן איבריג צייט צו זוכן די ארידזינעל תגובה פון Think & Thank איך וועל דא געבן מיין צוויי סענס.
כ'מוז זאגן ער האט זייער גוט ארויסגעברענגט די פוינטס. איך בין מודה צו אלעס אויסער די חלק פונעם דעפיסיט. די רופאבליקאנער זענען טאקע אפיציעל צו שניידן דעפיציט, אבער טראמפ האט דאס קיינמאל נישט גענומען אין באטראכט. עס האט נישט צו טון מיט נאכגעבן פאר דעמאקראטן.(דענקעך ניש דאס לעצטע מאל דעם טראמפן זאל פרובירן צופרידן שטעלן זיין קעגנער)

גראדע איז ער יא געווען ביזי אין גרויסן ביים קאמפיין אז ער גייט שניידן גאווערמענט ספענדינג אין גרויסן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:32 am

טראמפ האט נעכטן באשטעטיגט די באריכטן, אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון דורכפירן א שניט אין פעיראל שטייערן.

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:37 am

Think and Thank האט געשריבן:גענוג? מ'קען שוין גיין צום נעקסטן?

פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איבער דריי הונדערט פון די אומלעגאלע זענען שוין געווען אינדרויסן נעכטן צופרי. וואס נאך איז נייעס?

מען האט ארויסגעלאזט אלע עלטערן פון קינדער וואס זענען געבליבן אן קיין גארדיען / פאר הומינאטערישע סיבות

:cry: :cry:
I have a great relationship with the mexican people"- Donald Trump"

נאו נעים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 1:51 am

פעיק נוז האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:C/P
Trump told reporters today; "Any Jewish ppl that vote for a democrat I think its shows either a total lack of knowledge or great disloyalty".

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געהאט נעכטן שארפע ווערטער פאר אידן וואס שטיצן די דעמאקראטישע פארטיי. "איך האלט אז סיי וועלכער איד וואס שטימט פאר א דעמאקראט, איך האלט אז דאס צייגט אדער א טאטאלע וויסנשאפט-פעלערהאפטיגקייט אדער גרויסע אומגעטריישאפט" – האט טראמפ געזאגט פאר רעפארטערס אינעם אוועל אפיס, ביי א זיצונג מיט'ן ראמענישן פרעזידענט קלאוס איאהאניס. טראמפ'ס שארפע ווערטער איז געקומען אין רעאקציע צו א פראגע איבער זיינע רייבערייען מיט די צוויי דעמאקראטישע מוסולמענער קאנגרעספרויען טלאאיב און אומאר.

viewtopic.php?p=1984235#p1984235

בעיסיקלי זאגט ער מיט דעם אז זיין גשלעיג מיד די "גענג אוו 4" איז אין גרויס טייל צו געוואונען די יידישע וואוטס
איך בין בטבע א ביישן, מילא האב איך נישט געוואלט שרייבן מיין ניק נעים

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 6:33 am

וועלכע פאליטיקאנט טוט עפעס נישט פאר וואוטס?
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:39 am

אזוי זיכער? וויפיל פראצענט אידן אין אמעריקע האבן געשטימט פאר טראמפ?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:54 am

אזוי אין די פארגאנגענהייט - ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט געוואלט האלטן ארעסטירט אומלעגאלע אימיגראנטן מער ווי די 20 טע אינטער די פלאריס עקט וואס פארבאט צו האלטן קינדער פון אומלעגאלע ארעסיטירט מער ווי 20 טעג צוזאמען מיט די עלטערן האט די טראמפ אדמיניסטראציע אנגעהויבן צו האלטן עלטערן אין טורמע אהן זייערע קינדער און די קינדער האט מען באפרייט - האבן די לינקע חברה געשריגן געוואלד מען צעטיילט קינדער פון עלטערן, וואס דאס האט געברענגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל אפשטעלן דאס האלטן עלטערן פארשפארט פאר לענגער ווי די 20 טעג.

איצט האט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאלדן, אז זיי פלאנירן איינצושטעלן א דראסטישע טויש אינעם סיסטעם פון האלטן ארעסטירט אומלעגאלע אימיגראנטן עלטערן, מען וועט טוישן די רעגולאציעס, אז מען זאל יא קענען האלטן קינדער מיט זייערע עלטערן לענגער ווי 20 טעג, ביז'ן ענדע פון זייער אימיגראציע פראצעס, אזוי וועלן די עלטערן קענען זיין צוזאמען מיט זייערע קינדער.

ליבעראלע גרופעס האבן גלייך געזאגט אז זיי וועלן קלאגן אין געריכט קעגן די נייע פאליסי, זאגנדיג אז עס פארלעצט דעם לאנגיעריגע "פלאריס אפמאך", און עס איז צו ערווארטן אז א געריכט וועט צייטווייליג בלאקירן די נייע פאליסי.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 6:29 pm

פרעזידענט טראמפ האט די וואך אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס וועט פארארדענען די פעדעראלע רעגירונג צו פארגעבן די סטודענט-לאונס פאר וועטעראנס וועלכע זענען גאר ערנסט געשעדיגט און באגרעניצט.

די פראגראם גייט שוין אן פאר יארן, אבער בלויז ארום העלפט פון די 50 טויזענט בארעכטיגטע וועטעראנען האבן געקלעימד זייער פארגעבונג, איצט האט די פרעזידענט איינגעשטעלט אז די חובות וועלן ווערן אויטאמאטיש געקענסעלט.

און אנדערע נייעס צייגט א שטודיע אז 13% (איינס פון יעדע אכט) פון דיווארסעס (ל"ע) באשולדיגן זייער סטודענט לאון חובות פאר זייער צוזאמבראך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 7:10 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אזוי זיכער? וויפיל פראצענט אידן אין אמעריקע האבן געשטימט פאר טראמפ?

23
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:37 pm

זעהט פאר נאך איינעם אויס אז דער טראמפ האט לעצטענס עפעס געכאפט אין קאפ און איז נישט אינגאנצן אקעי?

אדער איז מיין אייגענע אויסקוק?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, אזוי וויל איך, וויכטיג מאכער, זזה, טאנץ 2, יש ברירה, נישט שלאפן, פראצעדור, קרייסלער און 52 געסט